קודם וואס קומט קומט, די שפראך איז גאר גוט.פופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 10:17 pm @בודקע כווייס איך קום אריין ווי א שירעם-טראק נאך א רעגן, אבער לאמיך דיר אביסל אויסקלארן.
אידטיש האט אן אשכול וואו די הנהלה האט ערלויבט צו שרייבן ברייטער ווי געווענליך, און בארעדן געוויסע רשעים, ווייל ס’געווען א הוראה פון גדולי הדור אז דאס איז ריכטיג יעצט, און ס’שוין דעהערט געווארן מערערע מאל דורך די עסקנים אז אט דער אשכול האט א גרויס חלק אין די הצלת ילדי לב טהור.
מהאט געלאזט שרייבן שארף קעגן רשעים, און ווען זיי האבן תשובה געטון האט מען מער נישט געלאזט.
ספינערייען פון עסקנים? נישט ממש. די עסקנים האבן געפראווט א גאר גוטע רעקארד פון אמת’ע באריכטן.
אבער, יא, די צד הטומאה האט מען צומאל פארשטילט, ווייל ס’איז א צד פון שפיכת דמים און אידטיש קען נישט דערלאזן אזאנס.
קרעטשמע איז וואס ער איז, נישט פון היינט, און יעדער קען האלטן אויף אים וואס מ’וויל. אבער היות אנדערע האטליינס האבן נישט געוואלט לאזן לב טהור באריכטן האבן זיך די עסקנים באנוצט מיט קרעטשמע.
ווען די עסקנים האבן געשפירט אז קרעטשמע איז שופך דם, און די שפיכת דמים האט דעם חותם פון די עסקנים - היות קרעטשמע איז געווען זייער שופר, זהנען זיי ארויסגעקומען דערקעגן.
וואס אין די העלע לבנה שטערט דיר דא?
יעצט, דו ווייסט אויך אז דא איז פארגעקומען ספינערייען ווי קיינמאל בעפאר, און כ'האב קיינמאל געזאגט אז ס'איז א פראבלעם, לייקן אבער נישט קיין פאקטן.
מ'האט שטיל געמאכט דעם צד הטומאה, גאר גוט! אבער חוץ פון דעם, האט מען אויך יעדער וואס האט נישט ארויס געוויזן די גרעסטע פארשטאנד צו די עסקנים, געמאכט פאר א צד הטומאה מיט די גרעסטע שארפקייט.
איבער קרעטשמע, מ'האט געניצט קרעטשמע ווייל זיי זענען באוואוסט צו זיין גוט אין די ליין פון שפיכת דמים, יעצט ווען ער האט שופך דם געווען איינעם וועם "דו האלטסט" אז ס'איז ראנג, קומסטו ארויס מיט אזא שארפקייט, "האלט איך" אז ס'איז ראנג.
(אגב, צום הונדערטסטן מאל, די נושא פון קרעטשמע האב איך נאר געניצט פאר א דוגמא)