בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1386
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5597
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
ניו יארק סטעיט האט אנגעפאנגן נעמען לעגאלע שריט אקעגן טורמע וועכטער וועלכע האלטן אן זייער סטרייק ביי א צאל סטעיט טורמעס.
צווישן אנדערע האבן סטעיט טרופערס אגעפאנגן סערווירן סאמענסעס פאר א צאל וועכטער וועלכע נעמען אנטייל אין די סטרייק וואס איז אומלעגאל און פארבאטן לויט א סטעיט געזעץ.
היינט דינסטאג איז שוין די 9'ט טאג וואס די סטרייקס גייען אן, און דערווייל זענען די צוויי זייטן זיך נאך נישט דורכגעקומען עס צו ענדיגן.
צווישן אנדערע האבן סטעיט טרופערס אגעפאנגן סערווירן סאמענסעס פאר א צאל וועכטער וועלכע נעמען אנטייל אין די סטרייק וואס איז אומלעגאל און פארבאטן לויט א סטעיט געזעץ.
היינט דינסטאג איז שוין די 9'ט טאג וואס די סטרייקס גייען אן, און דערווייל זענען די צוויי זייטן זיך נאך נישט דורכגעקומען עס צו ענדיגן.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1386
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5597
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
אמווייניגסטנס דריי קאנסטרוקציע ארבעטער זענען געשטארבן און פינעף פארוואונדעט נאך וואס טייל פון די הייוועי אווערפּעס איז צוזאמגעפאלן אין אנסעאנג, דרום קארעא.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1386
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5597
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
טראמפ נייעס:
פרעזידענט טראמפ האט אפגעהאלטן דער ערשטער קאבינעט זיצונג מיט אלע זיינע קאבינעט מיטגלידער אינאיינעם ביי איין טיש, ווי מען איז דורכגעגאנגען אלע אקטיוויטעטן און ארבעט וואס איז געטון געווארן ביז יעצט און די פלענער אויף ווייטער, און דארט איז געווארן אנאנסירט א רייע פרישע אינטערנעמונגען פון דער טראמפ אדמיניסטראציע.
טראמפ האט גערעדט איבער די גרעניץ וואס זעהט שוין כמעט נישט קיין שווערצונגען פון אומלעגאלע אימיגראנטן, און ער האט אויסגעלויבט די אגענטן פון די אייס אגענטור און פון די בארדער פאטראל.
אזוי אויך האט מען גערעדט פון די אינפלעישאן וואס דער ביידען אדמיניסטראציע האט איבערגעלאזט, אריינגערעכנט די הויעכע פרייזן פון אייער און אזוי ווייטער, און וואס מען טוט אלץ עס צו פאררעכטן.
און אויך האט טראמפ גערעדט איבער זיינע באמיאונגען צו הייבן די אמעריקאנע ענערגיע אינדוסטריע.
דער קאמערץ סעקרעטאר האט דארט געלאזט הערן דעטאלן איבער דעם נייעם געדאנק פון דער "גאלד קארד" וואס וועט זיין אויפן זעלבן אויפן פונעם גרין קארד, אבער עס וועט קאסטן 5 מיליאן דאלער, וואס וועט דינען די אינטערעסן פונעם אמעריקאנעם פאלק.
אזוי אויך האט דער פארטיידיגונג מיניסטער זיך געלאזט הערן איבער א רייע אקטיוויטעטן וואס די אמעריקאנער מיליטער פירט אלץ דורך, אריינגערעכנט אנקעגן אייסיס אין אזוי ווייטער, אויך האט ער גערעדט איבער וואס מען טוט אלץ צו צוריק דרייען די שאדנס וואס דער ביידען אדמיניסטראציע און אירע גענעראלן האבן אלץ אפגעטון אריינגערעכנט זיך ארויסצוצוען פון אפגאניסטאן און איבערלאזן ביליאנען דאלארן ווערד פון וואפן אין די טאליבאנע הענט.
אויך האט מען געהערט עטליכע מאל דורכאויס דעם זיצונג פון אילאן מאסק איבער דעם דאודזש אגענטור און אירע שריט, און ער האט אויך אדרעסירט די אימעיל וואס דאודזש האט געשיקט פאר פעדעראלע ארבעטערס, און ער האט זיך אויסגעדריקט אז דער אימעיל איז געווען א פאול'ס טעסט צו זעהן וועלכע פון די פעדעראלע איינגעשטעלטע זענען נאך ביים לעבן און קענען ליינען דעם אימעיל, און צו זיי זענען נאך בכלל אין דינסט, נאכדעם וואס מ'איז דערגאנגען אז ס'זענען דא אזעלכע וואס באקומען פעיראלל און זיי זענען שוין נישט ביים לעבן, און טראמפ האט טאקע אנגעמערקט אז אסאך ארבעטער פון די סטעיט דעפארטמענט וכדומה קענען נישט ענטפערן אזא אימעיל ווייל זייער ארבעט וואס זיי טוען זענען נישט עפעס וואס קען ווערן ארויס געשריבן, און דאס איז נישט געווען פאר זיי, צווישן זיינע ווערטער האט מאסק דערמאנט אז ער שטייט אויס אין די יעצטיגע צייט אסאך קאפ ווייטאג און היץ צוליב זיין ארבעט און עס ברענגט אים נישט קיין כבוד, נאר פארקערט, און ער האט אויך דערציילט אז ער באקומט אסאך טויט סטראשונקעס.
אזוי אויך האט טראמפ אפגעהאלטן א פרעסע קאנפרענץ אין דעם אוועל אפיס אינאיינעם מיט א מעמד אינטערצושרייבן א רייע פרישע עקזעקיוטיווע באפעלן א גרויס חלק פון זיי אויף די אקענאמיע, ווי באשוצן דעם קופער אינדאסטריע און נאך, אויך צו שניידן די קאסטן פון העלט קעיר.
טראמפ האט געזאגט צווישן זיינע ווערטער צו רעפארטערס אז ער איז "געצילט געווארן פאר איבער 4 יאר דורך קאראפטירטע פאליטיקאנטן".
אויך האט טראמפ אדרעסירט די מינעראל אפמאך מיט אוקריינע און אז זעלענסקי וועט קומען פרייטאג עס אונטערצושרייבן אינאיינעם מיט אים, און ער האט געזאגט אז די אפמאך וועט צוריק ברענגען די שטייער צאלערס געלטער פלאס נאך אסאך געלט פאר אמעריקע.
און ער האט אויך געזאגט אז זאכן רוקן זיך נענטער צו א דיעל צווישן רוסלאנד און אוקריינע, און אז ער איז קאנפידענט אז איינמאל מען שרייבט אונטער א שלום אפמאך וועט שוין רוסלאנד מער נישט נאכאמאל אינוואדירן אוקריינע.
טראמפ האט אויך ארינטערגעריסן דער AP נייעס אגענטור פארן נישט פאלגן זיין באפעל צו רופן דעם גאלף אוו אמעריקע מיט איר נייער נאמען, ער האט זיי באצייכנט אלץ א ראדיקאלער לינקער נייעס אגענטור מיט דריטע קלאס רעפארטערס.

- never say never
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 407
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 8:32 pm
- x 716
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
67 יאר אלט געוועזענע גאווערנאר ענדראו קאומאו אפציעל געמאלדן אז ער לויפט פאר מעיאר
איינער וואס זיכט סיי וועלכע שפילער און זינגער פאר סיי וועלכע שמחה קען מען רופן אדער טעקסטן צו
845-243-0215
אדער קען מען שיקן אן אימעל צו
Mb8217138@gmail.com
ערשטמאליגער אייוועלט מנהלים קאנפרענץ צווישן פינעף מנהלים און אחראים | @מאנראו - 4000!!!845-243-0215
אדער קען מען שיקן אן אימעל צו
Mb8217138@gmail.com
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1386
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5597
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
וואלדפייערן האבן זיך פארשפרייט אין וועלדער אין סאוט קאראליינע, נעבן די מוירטל ביעטש געגנט, שוין פארברענענדיג 4,200+ אקער לאנד.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1386
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5597
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
דער פרעזידענט פון בעלארוס, אלעקסאנדער לוקאשענקא האט געבעטן זיין רעגירונג זאל זוכן אויב זיין עס זענען פארהאן זעלטענע ערד מינעראלן אין בעלארוס.
"מיר דארפן גראבן און זען וואס מיר האבן אין אונזער לאנד."
ער איז מקנא אוקריינע...
"מיר דארפן גראבן און זען וואס מיר האבן אין אונזער לאנד."
ער איז מקנא אוקריינע...
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1386
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5597
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
כאטש דריי געזעצגעבער זענען פארוואונדעט געווארן נעכטן דינסטאג, איינס דערפון קריטיש, נאך וואס עס האט אויסגעבראכן שטורעמישע כאאס אין סערביע'ס פארלימענט, וואו עס איז צווישן אנדערע געשאסן געווארן רויך באמבעס אויף קאלעגעס.
דאס האט פאסירט דורכאויס אן אפשטימונג אין די פארלימענט איבער א מעגליכע העכערונג אין רעגירונג שטיצע פאר אוניווערסיטעטן, אבער אפאזיציע פארטייען האבן באשולדיגט אז די מאיאריטעט פארטיי פלאנירט אומלעגאל צו אריינשטעלן נאך פילע געדאנקן אין די אפשטימונג.
ארום א שעה און אהאלב נאך וואס עס האט זיך אנגעהויבן די אפשטימונג, האט אויסגעבראכן די כאאס, מיט אפאזיציע געזעצגעבער וואס האבן אויפגעשטעלט א גיגאנטישע שילד "סערביע איז אויפגעשטאנען, די רעזשים וועט צוזאמפאלן", דערנאך האט זיך אנגעהויבן אויסטוישן מיט רויך באמבעס, וואסער און אייער וועלכע זענען געשאסן געווארן צו אלע ריכטונגען.
דאס האט פאסירט דורכאויס אן אפשטימונג אין די פארלימענט איבער א מעגליכע העכערונג אין רעגירונג שטיצע פאר אוניווערסיטעטן, אבער אפאזיציע פארטייען האבן באשולדיגט אז די מאיאריטעט פארטיי פלאנירט אומלעגאל צו אריינשטעלן נאך פילע געדאנקן אין די אפשטימונג.
ארום א שעה און אהאלב נאך וואס עס האט זיך אנגעהויבן די אפשטימונג, האט אויסגעבראכן די כאאס, מיט אפאזיציע געזעצגעבער וואס האבן אויפגעשטעלט א גיגאנטישע שילד "סערביע איז אויפגעשטאנען, די רעזשים וועט צוזאמפאלן", דערנאך האט זיך אנגעהויבן אויסטוישן מיט רויך באמבעס, וואסער און אייער וועלכע זענען געשאסן געווארן צו אלע ריכטונגען.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1386
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5597
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
טראץ וואס די וואלן פאר די מעיאר פארמעסט וועט פארקומען הערשט אין אכט מאנאטן, פארנעמט די וואלן העדליינס נאך וואס דער געוועזענע ניו יארקער גאווערנאר קאומא האט געמאלדן זיין קאנדידאטורשאפט, און עס איז ערווארטעט אז נאך קאנדידאטן וועלן אין די קומענדיגע טעג מעלדן אז זיי שליסן זיך אן אין די פארמעסט.
ווען מעיאר עדעמס איז געווארן אנגעפרעגט איבער די צוזאג פון קאומא צו 'ראטעווען' די סיטי, האט עדעמס רעאגירט "יא, איך קלער אז מיר דארפן ראטעווען די סיטי פון קאומא."
ווען מעיאר עדעמס איז געווארן אנגעפרעגט איבער די צוזאג פון קאומא צו 'ראטעווען' די סיטי, האט עדעמס רעאגירט "יא, איך קלער אז מיר דארפן ראטעווען די סיטי פון קאומא."
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1386
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5597
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
די לופטליניע עיר פרענס האט ארויסגעשטעלט אן אנטשולדיגונג נאך וואס אן אידישע פאמיליע איז סארווירט געווארן מיט נישט-כשרע מאלצייטן אויף א פליגער צו פאריז.
טראץ וואס די פאמיליע האט באשטעלט כשרע מאלצייטן, איז די פאמיליע אינפארמירט געווארן אויף די פליגער אז זיי וועלן נישט באקומען כשרע מאלצייטן. זיי זענען שפעטער סארווירט געווארן עסן וואס איז געשטאנען דערויף אז עס איז כשר, ווען אין פאקט איז עס געווען נישט-כשר. עיר פרענס האט אויך געשאנקן 30 יורא פאר די פאמיליע.
טראץ וואס די פאמיליע האט באשטעלט כשרע מאלצייטן, איז די פאמיליע אינפארמירט געווארן אויף די פליגער אז זיי וועלן נישט באקומען כשרע מאלצייטן. זיי זענען שפעטער סארווירט געווארן עסן וואס איז געשטאנען דערויף אז עס איז כשר, ווען אין פאקט איז עס געווען נישט-כשר. עיר פרענס האט אויך געשאנקן 30 יורא פאר די פאמיליע.
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
א שאד אויף די אײערשינאווער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 05, 2025 5:21 pm כאטש דריי געזעצגעבער זענען פארוואונדעט געווארן נעכטן דינסטאג, איינס דערפון קריטיש, נאך וואס עס האט אויסגעבראכן שטורעמישע כאאס אין סערביע'ס פארלימענט, וואו עס איז צווישן אנדערע געשאסן געווארן רויך באמבעס אויף קאלעגעס.
דאס האט פאסירט דורכאויס אן אפשטימונג אין די פארלימענט איבער א מעגליכע העכערונג אין רעגירונג שטיצע פאר אוניווערסיטעטן, אבער אפאזיציע פארטייען האבן באשולדיגט אז די מאיאריטעט פארטיי פלאנירט אומלעגאל צו אריינשטעלן נאך פילע געדאנקן אין די אפשטימונג.
ארום א שעה און אהאלב נאך וואס עס האט זיך אנגעהויבן די אפשטימונג, האט אויסגעבראכן די כאאס, מיט אפאזיציע געזעצגעבער וואס האבן אויפגעשטעלט א גיגאנטישע שילד "סערביע איז אויפגעשטאנען, די רעזשים וועט צוזאמפאלן", דערנאך האט זיך אנגעהויבן אויסטוישן מיט רויך באמבעס, וואסער און אייער וועלכע זענען געשאסן געווארן צו אלע ריכטונגען.
unnamed (71).jpg
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1386
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5597
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
די סיקרעט סערוויס האט געשאסן א באוואפנטער פארשוין נעבן דער ווייסער הויז.
אגענטן האבן אנגעהויבן שיסן לעבעדיגע פייער דורכאויס א באוואפנטער קאנפראנטאציע נעבן די אינטערסעקשן פון 17 סטריט און F סטריט.
דער פארשוין איז געווארן אריינגעפירט אין שפיטאל און זיין צושטאנד איז אומבאקאנט, די סיקרעט סערוויס און לאקאלע פאליציי פארשן אויס דעם אינצידענט.
אגענטן האבן אנגעהויבן שיסן לעבעדיגע פייער דורכאויס א באוואפנטער קאנפראנטאציע נעבן די אינטערסעקשן פון 17 סטריט און F סטריט.
דער פארשוין איז געווארן אריינגעפירט אין שפיטאל און זיין צושטאנד איז אומבאקאנט, די סיקרעט סערוויס און לאקאלע פאליציי פארשן אויס דעם אינצידענט.
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
אזוי אויך איז געווארן ארויסגעשיקט אן עף-16 צו פארשיקן אן עראפלאן וואס איז געפלויגן העכער מאר-א-לאגא אינעם פארבאטענעם זאנעשינאווער האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 09, 2025 6:57 pm די סיקרעט סערוויס האט געשאסן א באוואפנטער פארשוין נעבן דער ווייסער הויז.
אגענטן האבן אנגעהויבן שיסן לעבעדיגע פייער דורכאויס א באוואפנטער קאנפראנטאציע נעבן די אינטערסעקשן פון 17 סטריט און F סטריט.
דער פארשוין איז געווארן אריינגעפירט אין שפיטאל און זיין צושטאנד איז אומבאקאנט, די סיקרעט סערוויס און לאקאלע פאליציי פארשן אויס דעם אינצידענט.
BsV6k3.jpeg
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
- never say never
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 407
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 8:32 pm
- x 716
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
א שולע באס מיט ארום 31 בחורים אויף דעם וועג פון לעקווארד קיין סקוירא האט זיך איבערגעדרייט מיט עטליכע פארוואנדערטע מיט איין קריטיש אפען גארדען סטעט פארקוויא.
איינער וואס זיכט סיי וועלכע שפילער און זינגער פאר סיי וועלכע שמחה קען מען רופן אדער טעקסטן צו
845-243-0215
אדער קען מען שיקן אן אימעל צו
Mb8217138@gmail.com
ערשטמאליגער אייוועלט מנהלים קאנפרענץ צווישן פינעף מנהלים און אחראים | @מאנראו - 4000!!!845-243-0215
אדער קען מען שיקן אן אימעל צו
Mb8217138@gmail.com
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5953
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 12877
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
איין בחור איז אין גאר א קריטישער צושטאנד רח"ל, און די משפחה בעט זיך פאר תפילת ישראל לרפואתו והצלתו!never say never האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 10, 2025 9:00 pm א שולע באס מיט ארום 31 בחורים אויף דעם וועג פון לעקווארד קיין סקוירא האט זיך איבערגעדרייט מיט עטליכע פארוואנדערטע מיט איין קריטיש אפען גארדען סטעט פארקוויא.
IMG-20250310-WA0023-1920x1081.jpg
ביטע מתפלל זיין פאר נפתלי בן בתיה לרפואה שלימה בתושח"י
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1386
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5597
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
פרעזידענט טראמפּ האט היינט ארויסגעלייגט זיין שטיצע פאר טעסלא גרינדער אילאן מאסק וועלכע שטייט אויס אסטראנאמישע פארלוסטן מיט דעמאקראטישע אטאקעס און פאלנדע סטאק פרייזן.
דער פרעזידענט האט אויסגעוועלט א רויטע טעסלא אויטא צווישן עטליכע טעסלא פראדוקטן וועלכע זענען געברענגט געווארן צום ווייסן הויז.
דער פרעזידענט האט אויסגעוועלט א רויטע טעסלא אויטא צווישן עטליכע טעסלא פראדוקטן וועלכע זענען געברענגט געווארן צום ווייסן הויז.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1386
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5597
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
די פאראייניגטע שטאטן הייבט צוריק אן צושטעלן מיליטערישע שטיצע און שפיאנאזש הילף פאר אוקראינע נאך וואס געשפרעכן צווישן ביידע לענדער זענען געווען זייער סוקסעספול אין סאודי אראביע.
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 7
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 3:10 pm
- x 16
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
א.ג. אידישע פראטעסטירער האבן זיך איינגעבראכן אין טראמפ טאוער אין מאנהעטן!
צו פראטעסטירן אקעגן די ארעסט פון די פרא חאמאס אקטעוויסט מאחמוד קאליל.
צו פראטעסטירן אקעגן די ארעסט פון די פרא חאמאס אקטעוויסט מאחמוד קאליל.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1386
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5597
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
אילאן מאסק: א מאכטפולע גרופע וויל מיך אומברענגען!
אין א דראמאטישע אויפדעקונג דורכאויס אן אינטערוויאו מיט דער פאפולערע פאקס נייעס קאמענטאטאר שאהן הענעטי, האט דער ביליאנער און טראמפ ראטגעבער אילאן מאסק אויפגעדעקט אז א גאר מאכטפולע גרופע צילט אים צו אומברענגען.
צווישן אנדערע האט מאסק געזאגט אז די לעצטיגע וואנדאליזם אקעגן טעסלא קארן איז אין רעזולטאט פון א ברייטערע פלאן אים צו פארשטילן און צו פארניכטן טעסלא.
זיינע ווערטער קומט אינמיטן א כוואליע פון פראטעסטן און אטאקעס אויף טעסלע דילערשיפ'ס, ווען טעסלא קארן ווערן אונטערגעצינדן, און אומצאליגע טעסלא קארן וועלכע געהערן צו פריוואטער מענטשן ווערן וואנדאליזירט מיט גראפיטי.

דער געוועזענע ווייסע הויז טשיף סטראטעגיסט סטיוו בענאן האט געזאגט אז פרעזידענט טראמפ וועט מעגליך לויפן פאר א דריטע טערמין אין 2028, טראץ קאנסטיטוציאנאלע טערמין לימיטס.
אין אן אינטערוויאו מיט קריס קאומא האט בענאן געזאגט אז "מען ארבעט דערויף עס צו מאכן געשעהן, מען דארף אויסטייטשן די גענויע קאנסטיטוציאנאלע באדייט פון טערמין לימיטס."
אין אן אינטערוויאו מיט קריס קאומא האט בענאן געזאגט אז "מען ארבעט דערויף עס צו מאכן געשעהן, מען דארף אויסטייטשן די גענויע קאנסטיטוציאנאלע באדייט פון טערמין לימיטס."
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1386
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5597
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
פאליציי אין טערקיי האבן ארעסטירט עקרם אימאמוגלו, דער פאפולערע מעיאר פון איסטאנבול און שטארקע קריטיקירער פון פרעזידענט ערדואן, אויף קארופציע קלאגעס.
דער אפאזיציע פארטיי אין לאנד באשולדיגט אז די ארעסט איז אן "אויפשטאנד אקעגן דער לאנד'ס קומענדיגער פרעזידענט" און טויזנטער בירגער האבן זיך פארזאמלט אויף די גאסן צו פראטעסטירן דעם ארעסט.
דער אפאזיציע פארטיי אין לאנד באשולדיגט אז די ארעסט איז אן "אויפשטאנד אקעגן דער לאנד'ס קומענדיגער פרעזידענט" און טויזנטער בירגער האבן זיך פארזאמלט אויף די גאסן צו פראטעסטירן דעם ארעסט.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1386
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5597
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
א ריזן ציבור האבן זיך צוזאמגענומען דעם מיטוואך פארנאכטס אין די גיגאנטישע זאל אין ביהמ"ד גבוה אין לעיקוואוד, פאר אן אסיפה וואו הרב מלכיאל קאטלער, הרב ישראל ניומאן, און הרב אברהם פעלדמאן האבן אויפגעשטורעמט מיט שארפע ווערטער אקעגן דאס אנטיילנעמען אין די וואלן פון די וועלטליכע ציוניסטישע ארגעניזאציע.
די וואלן פון די וועלטליכע ציוניסטישע ארגעניזאציע ווערט אפגעהאלטן יעדע פינף יאר, און עס ווערט באשטימט וויאזוי ביליאנען דאלארן ווערן פארטיילט ארום מדנ"י.
די וואלן פון די וועלטליכע ציוניסטישע ארגעניזאציע ווערט אפגעהאלטן יעדע פינף יאר, און עס ווערט באשטימט וויאזוי ביליאנען דאלארן ווערן פארטיילט ארום מדנ"י.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1386
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5597
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
א ניי ארויסגעגעבענע JFK פייל אנטפלעקט אז די סי.איי.עי. קאנטער אינטעליגענט שעף דזשעימס אנגלעטאן האט געהאלפן מדינת ישראל קריגן נוקלעארע וואפן, אנטקעגן קענעדי'ס באפעלן.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1386
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5597
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
אן עף-בי-איי אגענט וועלכער האט געטענהט אז דער ביורא איז געווען פאליטיש געשטימט אין טראמפ'ס ערשטן טערמין, איז ארעסטירט געווארן פאר קלאגעס אז ער האט ארויסגעגעבן קאנפידענטשיל אינפארמאציע.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1386
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5597
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
קאנאדא - א גרופע בחורים פון טאראנטא וואס זענען געווען אויפן וועג צו באזוכן אידן אין טורמע צו פארציילן פאר אידישע ארעסטאנטן די גרויסע ניסים וואס דער אויבישטער האט געטוהן פאר אונזערע עלטערן אין די צייטן פון מרדכי ואסתר, האבן זוכה געווען צו זייער אייגענע נס ווען זיי זענען בחסדי שמים געראטעוועט געווארן פון א שווערע עקסידענט אהן קיין איין קראץ.
עס האט פאסירט פורים אינדערפרי נאך וואס די גרופע בחורים האבן זיך איינגעפאקט א יום טוב׳דיגע סעודה און א מגילה און ארויסגעפארן צו איינע פון די ווייטע טורמעס אינדרויסן פון טאראנטא צו קענען מזכה זיין אידן מיטן הערן די מגילה, אינמיטן וועג זענען זיי ארויף א אייזיגע טייל פון די הייוועי און זייער קאר האט פארלוירן קאנטראל און זיך איבערגעדרייט, ווען רעטונגס אגענטורן זענען אנגעקומען אויפן סצענע האבן זיי נישט געקענט גלייבן אז פון א קאר וואס ליגט מיטן נאז אראפ זענען די בחורים ארויס אהן א קראץ.
אין די זעלבע צייט האט דער ארגאניזירער פון די פראגראם צו ארומשיקן וואלונטירן אין די טורמעס ר׳ מיכאל ערהאלטן א רוף פון די טורמע פארוואלטונג אז די ארטיגע אידן ווארטן מיט שפילקעס שוין צו הערן די מגילה, ער האט באלד אראנזשירט א לאקאלע קאר צו צושטעלן א וועג פאר די בחורים ביזן טורמע.
עס האט פאסירט פורים אינדערפרי נאך וואס די גרופע בחורים האבן זיך איינגעפאקט א יום טוב׳דיגע סעודה און א מגילה און ארויסגעפארן צו איינע פון די ווייטע טורמעס אינדרויסן פון טאראנטא צו קענען מזכה זיין אידן מיטן הערן די מגילה, אינמיטן וועג זענען זיי ארויף א אייזיגע טייל פון די הייוועי און זייער קאר האט פארלוירן קאנטראל און זיך איבערגעדרייט, ווען רעטונגס אגענטורן זענען אנגעקומען אויפן סצענע האבן זיי נישט געקענט גלייבן אז פון א קאר וואס ליגט מיטן נאז אראפ זענען די בחורים ארויס אהן א קראץ.
אין די זעלבע צייט האט דער ארגאניזירער פון די פראגראם צו ארומשיקן וואלונטירן אין די טורמעס ר׳ מיכאל ערהאלטן א רוף פון די טורמע פארוואלטונג אז די ארטיגע אידן ווארטן מיט שפילקעס שוין צו הערן די מגילה, ער האט באלד אראנזשירט א לאקאלע קאר צו צושטעלן א וועג פאר די בחורים ביזן טורמע.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1386
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5597
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
אויף איינע פון די בילדער וואס די ווייסע הויז האט ארויסגעשטעלט פון די היינטיגע אונטערשרייבן צערעמאניע צו פארשליסן די פעדעראלע עדיוקאציע דעפארטמענט זעהט זיך אהן א אידיש יונגל מיט א קאפל.