לאמיר שפענדן בערך 10 מינוט ווייל כ'דארף גיין ארבעטן און נאך אריינכאפן א דרימל היינט נאכט.
איר ברענגט ארויס צווישן אייערע רייד עטליכע נקודות ואין מוקדם ומאוחר, און כ'האב נישט די קלארע מח צו מסדר זיין דבר דבר על אופניו. ואתך הסליחה.
איר זענט אנגעווייטאגט אויף קאמיונעטי:
עס איז באמת נישט שייך צו ענטפערן בכלל אויף אייערע טענות און פראגעס, ווייל איינמאל איר האט א שטארקע נגיעה, דאן וועט יעדע ענטפער בלויז ברענגען אז איר זאלט פרובירן עס צו פארענטפערן און בארעכטיגן אייערע שווערע געפילן און שריט.
עס קען זיין אז די וועלכע האבן אייך בעוולט זענען גערעכט, און עס קען פונקט אזוי זיין אז זיי האבן זיך טועה געווען אין זייער האנדלונג מיט אייך, קיין איין ניק קען נישט דא פירן קיין דין תורות אדער מתווך זיין שלום.
================================
אויב וועט איר זיך געפונען אין א מינוט פון גרייטקייט צו פארשטיין מיט אן אויפריכטיגקייט, און אזוי אויך פאר אנדערע וועלכע ווערן נתפעל פון אייערע טענות, דאן איז אזוי.
=================================
דער געדאנק פון זיין דבוק בה' ווען מען איז איזאלירט מער ווי ווען מען איז צוזאמען:
עטליכע תשובות בדבר, והרבה דרכים למקום,
דער רמבם שרייבט אויך אז ווען מען געפונט זיך צווישן מענטשן וואס שטערן פון עבודת ה' זאל מען גיין אין מדבר און זיך איזאלירן פון די מענטשהייט.
אויב געפונט מען זיך יא צווישן אידן וואס ווילן זיין ערליך, שטייט אין מיין תורה אנדערש, תפילה בציבור, ברוב עם הדרת מלך טון א מצוה, מען שטופט אוועק די הייליגע עבודה! מקריב זיין דעם קרבן תמיד! די הייליגע קטורת! צינדן די מנורה! אלעס פארוואס? נישט פאר מגילה ביחידות! נאר אפילו גייסט קענען שפעטער ליינען די מגילה אויף א געהויבענע פארנעם ביחידות! מיט כוונות און קרבת אלוקים! נאך אונטערן רושם פון טון די הייליגע עבודה אין בית המקדש! דו ווייסט ווי אזוי עס שפירט זיך א מגילה ליינען ביחידות פריוואט נאכן דעמפן די הייליגע קטורת אליינס???!!! אבער אין די הלכה ווערט למעשה געפסקנט אין שולחן ערוך ונושאי כליו אז אויב האסטו יעצט מנין, מגילה בציבור וואס דו גייסט שפעטער נישט האבן, דאן שטופ אוועק די קרבן תמיד! שטופ אוועק די קטורת און גיי ליינען מגילה ברוב עם בציבור!!!
די הייליגע תורה האט פארשטאנען אז ווי שטארקע קרבת אלוקים עס איז דא ביחיד, ווי שטארק אמת'דיג מען מיינט עס ביחיד, פונדעסטוועגן דאך וויל דער אייבערשטער, דער וואס האט באשאפן, און דער וואס פארלאנגט דער גאנצער דביקות בה' ער וויל אויכעט אז אונז זאלן טון מצוות ברבים! מיט א קאמיונעטי! מיט א חסידות!
-----------
די געפיל וואס דו ברענגסט ארויס איז זייער א ריכטיגע, אבער עס האט לאו דוקא מיט יחידות און איינזאמקייט, עס האט עטליכע הסברים.
1) ווען מען איז איזאלירט האט מען אטאמאטיש א דראנג זיך צו האלטן פעסט, ווייל אם אין אני לי מי לי, אויב ווער איך פארפאלן און איך לאז נאך גייט מיר קיינער נישט פארהאלטן, קיינער גייט מיר נישט מחזק זיין, דעריבער אז מען פייט פאר די עקזיסטענץ איז מען אטאמאטיש ערליכער, מען נעמט עס אסאך ערנסטער.
2)עס האט נישט מיט איזאלאציע, עס האט מיט דערדרוקטקייט, א מענטש ווען ער געפונט זיך אין ענגשאפט, אדער אפילו אין ברייטקייט אבער ער איז שוין גענוג אויסגעארבעט אז אלעס איז נאר דער אייבערשטער, אטאמאטיש פארלאזט ער זיך נאר אויף אים, נאר צו אים קען ער רעדן, נאר אים קען ער בעטן ארויסצונעמען פון זיין קלעם, אלע האפענונגען אויף בשר ודם זענען צורינען, און אטאמאטיש שפירט מען א געוואלדיגע קאנעקשאן צום אייבערשטן.
איך פערזענליך בין אדורך א געוויסע גאר שווערע תקופה און איך בענק מיך אויף די קרבת אלוקים פון יענע צייטן.
=======================================
איר ברענגט ארויס אז מען האט אייך נישט געלאזט טוישן,
ווי געשריבן ווייס איך נישט אייער ספעציפישע מעשה, אבער מיט א כלליות'דיגע בליק איז עס זייער פארשטענדליך, און דאס איז טאקע איינס פון די פונקציעס פון א קהילה, צו האלטן זייער ציבור אין די ראמען, מען זאל נישט דינען דעם אייבערשטן אגודות אגודות, און אויב וועט מען אקצעפטירן אלע סארטן דרכים דאן איז כלל ישראל אויף צרות... ער וועט נעמען אלע קולות, אלע תאוות עולם הזה, אלע הבלי העולם, און כ'האב נישט קיין צייט צו אראפשפילן די סארט איד וואס עס קען ווערן אויב מען לאזט צו אין יעדע קאמיונעטי אז איש כל הישר בעיניו יעשה, עס דארף זיין קאנטראל אז אונז זעלבסט זאלן בלייבן אין די ראמען.
פארקערט? אננעמען פרומענישן און פרומע דרכים? מען דארף אויף דעם אויך אכטונג געבן! אונז ווילן נישט אויסקוקן ווי די איסיים...
========================================
פארוואס אונז קענען נישט טוישן חסידות?
קודם בכלליות, אונז זענען נישט קיין גרים... אונז האבן א מסורה, און נישט יעדער קען טייטשן די תורה ווי אזוי ער וויל! לעבן אן א מסורה, איין מינוט א סקווערער איין מינוט א סאטמארער איין מינוט א בעלזער, דאס לעבן האט נישט קיין טעם און קיין ראם, יעדע ספק געפונט מען זיך אויפן וואסער, עס איז דא אזויפיל אפציעס און מען ווייסט נישט ווי זיך אהינצוטון... אז מען האט א מסורה, דער אייבערשטער האט דיר אהערגעשיקט אין די סביבה וויל ער פון דיר אן עבודה לויט די מנהגים פון די סביבה ווי ער האט דיר אהינגעשיקט, זיכער זענען דא יוצאים מן הכלל און אי אפשר לפורטם כי רבים הם, אבער מסורה און מנהג המקום האט דער אייבערשטער צוגעשטעלט לטובתינו פאר אונזער רואיגקייט.
און ווען מען באמערקט אז איינער טוישט חסידות אדער מסורה, און רוב פעלער ווייזט עס נישט אויף ביקוש האמת, נאר אויף נאך א סטאנציע אין זיין אומצופרידענע אויבער חכם לעבן, זיכער זענעם דא אויסנאמען, כ'רעד אבער פון רוב פעלער, מען בלייבט נישט ביי די פרישע חסידות אדער שטרעמונג, נאר ווען מען דעקט אויף די חסרונות פון די ניי-אדאפטירטע דרך גייט מען ווייטער ואין לדבר סוף.
======================================
למעשה ברענגט קאמיונעטי לייף נאנטער צום אייבערשטן, נאך א שלש סעודות תורה פון מיין רבי איז די מעריב אנדערש, נאך א טיש פון מיין רבי ברענגט עס אריין א לעבעדיגקייט אינעם שבת קודש, דער מאור ושמש רעדט דערפון ברייט אין פרשת מסעי, איך קום אין בית המדרש איך זעה מיין חבר לערנט אזוי געשמאק, די קנאה ווערעמל עסט זיך איין, איך וויל אויך זיין אזוי! איך באמערק מיין חבר דאווענט מיט אזא טיפע כוונה, איך וויל אויך! דער עסקן טוט חסד, איך בין אים מקנא! איך וויל אים נאכמאכן! קוק וואספארא נישט איך בין! איך וויל ווערן בעסער!
ווען מען איז אליינס באטראכט מען זיך ווי דער גרעסטער צדיק, מען שפירט גוט מיט זיך, מען שפירט אז מען איז יוצא כלפי שמיא, ווען מען קומט אין קאמיונעטי זעהט מען וויפיל עס איז נאך דא צו גיין פאר מיר! (כמובן אז אויב קומט מען בכוונה תחילה אז יעדער איז א עקטער און א שקרן, דאן וועלן די מעטאדן נישט ארבעטן, ווען מען קומט אריין אזוי פארפאנצערט דאן ארבעט עס טאקע נישט, איך רעד אבער יא ווען מען איז נאטורליך און אויפריכטיג.
===================================================================================
תמצית היוצא:
- א פריוואטע מעשה איז נישט שייך צו דן זיין.
דער געפיל אלס יחיד קומט אלס קעמפן פארן עקזיסטענץ,
דער געפיל אלס יחיד קומט פון די זעלבע מקור פון יעדע דערדרוקטע מצב, ווי עס איז פארלוירן אלע האפענונגען און די איינציגסטע אפציע בלייבט דער באשעפער דירעקט.
מן התורה, מצד הלכה, ומצד השקפה וויל דער אייבערשטער און די תורה אז מען זאל יא טון מצוות בציבור ובקאמיונעטי, און ביי א איד איז די תורה שטערקער פון זיין געפיל.
קאמיונעטי ברענגט צו ענווה ווערסוס ביחידות וואס ברענגט צו גאוה.
מסורה איז אונז מחייב.
מסורה סטאבליזירט אונזער לעבן.
טוישן מסורה ווייזט אין רוב פעלער אויף דאס פארקערטע פון קלוגשאפט
עס איז נאך דא אסאך וואס צו רעדן, און ביסט בארעכטיגט צו מחולק זיין מיט מיר, אבער כ'שרייב שוין דא כמעט א שעה, גיימער ארבעטן און כאפן א דרימל