?
חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
-
אלע צוזאמען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 326
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 769
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
פרייליכע נייעס אין קאסא גראנדע, ארויסגעלייגט געווארן אויפן וואטסעפפ גרופע וואס ברענגט וועכנטליך בילדער און נייעס פון קאסא גראנדע, איך לייג קודם ארויף ככתבו וכלשונו און שפעטער וועל איך ארויפלייגן אביסל מער פרטים דערוועגן.
- - -
*בשורה טובה תדש''ן עצ''ם*
א שמחה הערשט אין קאסא גראנדע, ווען נאך לאנגע חדשים הארעוואניע שניידט מען ב''ה פירות. פארגאנגענע וואך האבן זיך אפיציעל געעפנט די טויערן פונעם נייעם געשעפט "גראנדע קאושער" וועלכער סערווירט דעם ציבור מיט אלע כשר'ע עסן פראדוקטן.
דער געשעפט איז געעפנט געווארן דורך איינע פון די באקאנטע חסידי אמו''ה אין קאסא גראנדא וועלכער איז נאנט באקאנט מיטן היימישן ציבור, און די לעצטע חדשים האט ער אפגעקויפט א גרויסן לאקאלן מארקעט געשעפט, און האט מחליט געווען צו עפענען א כשר'ן גראסערי אלס איינע פון די געשעפטלעך.
דער גראסערי געפונט זיך אין צענטער פון שטאט, אלץ א חלק פונעם טריי-וואלי-פלאזא מאלל, און איז אפן פון צען צופרי ביז זיבן נאכמיטאג טעגליך.
פאר מער אינפארמאציע, שיקט אן אימעיל צו grandekosher@gmail.com
ויאכלו ענוים וישבעו.
https://chat.whatsapp.com/CfgwYbk5bWC0z5ntllofl4

פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
-
אלע צוזאמען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 326
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 769
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
דער געשעפט איז אינעם גרעסערן 'גראנדע שאפס' מאלל, וואס איז גלייך נעבן דער גרויסע פריי'ס סופערמארקעט, וואס מיינט אז דאס איז די ערשטע מאל אין קאסא גראנדע, וואס מען קען אפשטעלן די קאר אויף איין פלאץ און איינקויפן הכל בכל מכל כל אויף איין מאל, היות אין די כשר'ע גראסערי'ס אינדרויסן פון ניו יארק, פאר ווער עס ווייסט נישט, פארקויפט מען נישט קיין אייער, פיש, ירקות און פרוכט.
די אדרעס פונעם געשעפט איז:
די אדרעס פונעם געשעפט איז:
1375 E Florence Blvd #147, Casa Grande, AZ 85122
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
-
אלע צוזאמען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 326
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 769
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
תוכנ'פולע הלכה שיעור פונעם רב שליט"א אין עניני עירובין, און בפרטיות איבער וויאזוי מען גייט צו צו די עירוב אין קאסא גראנדע בעז"ה.אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 08, 2025 2:05 am מודעה פון ועד העירוב ד'קאסא גראנדע אין בעפארברייטונג צום געסט סעזאן.
Moduah-Nachmi.jpg
דער שיעור איז געגעבן געווארן פארגאנגענע זונטאג פרשת עקב, ביים וועכנטליכן שיעור הלכה פונעם רב שליט"א יעדן זונטאג נאך שחרית אין בית מדרשינו.
(אויב דער ציבור וויל קען איך אנהויבן ארויפלייגן אלע שיעורי הלכה וחומש רש"י פונעם רב שליט"א וואס געווענדליך ווערט עס רעקארדירט).
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
-
אלע צוזאמען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 326
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 769
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
עטליכע אינטרעסאנטע אלגעמיינע קרישקעלעך איבער קאסא גראנדע אריזאנע, וואס איז באריכטעט געווארן אין די נייעס אין די לעצטערע וואכן:
1. קאסא גראנדע אריזאנע זיצט אין פינאל קאונטי אריזאנע, ביז פאר אונטער צוואנציג יאר צוריק איז קאסא גראנדע געווען די גרעסטע (און אין די לעצטערע יארן די צווייט גרעסטע) שטאט אין פינאל קאונטי (די גרעסטע איז שוין עטליכע יאר מאריקאופע סיטי, נישט זיך פארמישן מיט מאריקאופע קאונטי ווי פיניקס געפונט זיך), פאריגע וואך איז ביי א לאקאלע עלעקשען רעפערענדום באשטעטיגט געווארן די אינקאפערעשען פון א נייע שטאט אין פינאל קאונטי אין די 'סאן טאן וועלי' געגנט, וואס דאס וועט עס גלייך מאכן די גרעסטע שטאט אין פינאל קאונטי אנגעהויבן פון 2026 ווען עס ווערט באשטעטיגט, און דאס וועט אראפרוקן קאסא גראנדע צו די דריטע גרעסטע שטאט אין פינאל קאונטי, עס איז שוין עטליכע יאר וואס 'סאן טאן וועלי' וואקסט אויף הייוון, און מען האט זיך דארט אסאך געשלאגן איבער דעם נושא צו עס זאל ווערן א סיטי, אבער יעצט קוקט אויס ווי עס גייט ווערן א שטאט און וועט תיקף זיין פון די צוואנציג גרעסטע שטעט אין אריזאנע, 'סאן טאן וועלי' האט באקומען א חב"ד שליח ארום א יאר צוריק.
2. לאמיר שנעל צוריקכאפן די כבוד פון קאסא גראנדע... צום ערשטן מאל זינט 2017 איז פאריגע יאר קאסא גראנדע געוואקסן אין פאפולאציע פראצענטיש מער ווי מאריקאופע סיטי, אין די לעצטע יאר איז קאסא גראנדע געוואקסן מיט איבער 7.7%, וואס האט געברענגט די פאפולאציע צו קרוב צו 70,000 איינוואוינער (פאר קאנטעקסט, ווען די ערשטע אידן האבן זיך באזעצט אין קאסא גראנדע אין 2020, האבן געוואוינט אין שטאט ארום 53,000 איינוואוינער), דאס מאכט קאסא גראנדע פאר נומבער זיבן און צוואנציג אויף די ליסטע פון שנעלסט וואקסענדע שטעט אין די פאראייניגטע שטאטן, איינס אונטער מאריקאופע סיטי (וואס איז צוואנציג מינוט צו פארן פון קאסא גראנדע) וואס איז אויך אין פינאל קאונטי, פינאל קאונטי בכלליות איז נומבער פונעף אויף די ליסטע פון שנעלסט וואקסענדע קאונטיס אין אמעריקע.
3. קאסא גראנדא איז די ערשטע סיטי אין אריזאנע אויפצונעמען א נייע קאמפעני וואס גייט מאכן גאסן עסעסמענטס, פאר די גאס און פאר סיידוואלקס, מיט נייע עי איי טעכנעלאגיע, די פלאן איז דאס צו נוצן בעיקר צו זעהן מיט סענסעס אויף די סיטי קארן וכדומה ווי מען דארף פאררעכטן און בעסער מאכן די גאסן צו קענען כאפן פאטהול'ס, פראבלעמען אין לעינס און בכלל טרעפיק פאר עס פאסירט און אזוי קענען ארויפברענגן רעזעלוציעס דאס צו אדרעסירן פאר עס ווערט א גרעסערע פראבלעם.
4. אין די לעצטערע חדשים זענען אריבערגעקומען עטליכע גרעסערע קאמפעניס אין די קאסא גראנדע אומגעגנט, (איך ווייס נישט אויב דאס וועט ברענגן דזשאבס פאר היימישע אידן, אבער עס ברענגט זיכער מער מענטשן און כלליות'דיגע ביזנעסער צום שטאט), צווישן אנדערע האט זיך געעפענט א ריזיגע סעמי קאנדאקטער/בעטערי אינדאסטריעל פלענט אין די קאסא גראנדע אומגעגנט, אזוי אויך האט די גרויסע ריטעילער קאהלער געעפענט א ריזיגע אינדאסטריעל מענופעקטשערינג סייט גלייך אינדרויסן פון קאסא גראנדע, וואס דאס האט אויך געברענגט פאר נייע גרויסע אלגעמיינע געשעפטן צו עפענען אין קאסא גראנדע, א שטייגער ווי 'האבי לאבי' וואס האט זיך נארוואס געעפענט אינעם געגנט, 'אלדי' עפענט אויך א נייע לאקאל, און אזוי אויך ווערט באריכטעט אז 'טארגעט' קומט צוריק קיין קאסא גראנדע אין די קומענדיגע שטיק צייט (עס פלעגט זיין א טארגעט אין קאסא גראנדע ביז קאוויד), רוב פון די קאמפעניס וואס קומען זענען טאקע מער מאנופעקטשערינג דזשאבס, אבער עס וועט לכאורה אויך האבן אסאך איי טי און טעק דזשאבס דערין, אדרבה אויב איינער וויל אהערמופן און האלט אז ער קען האבן א ניצן פון ארבעטן מיט די קאמפעניס ביטע פארבינדט אייך אין אישי...

הרה"ג ר' אברהם ראבינאוויץ שליט"א אב"ד קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אינאיינעם מיט עסקני הישוב ביים אפנעמען ברכת קדשו פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א
- - -
א דערהויבענע באזוך איז געווען ביי כ"ק מרן אדמו"ר מסקווירא שליט"א ווען עסקני הישוב קאסא גראנדע המעטירה זענען אריבערגעקומען אפנעמען ברכת קדשו פונעם רבי'ן שליט"א און אדורכצושמועסן וויכטיגע ענינים בהקמת הישוב העומדים על הפרק.
דער רבי שליט"א האט ווארעם אויפגענומען די ציבור המשתתפים און שטארק אויסגעלויבט די עסקני הישוב, זאגנ'דיג אז 'ווען מען האט מיר געפרעגט איבער ספיקות צו גיין קיין קאסא גראנדע האב איך אלץ צוגערעדט צו גיין', דער רב שליט"א האט דאן איבערגעבן א גריס ספעציפיש פון די סקווירא'ער אינגערלייט אין שטאט און אזוי אויך איבער די מוסדות הקדושים ווי הרב יצחק גראססמאן שליט"א מנהל גשמי מוסדות עץ חיים ד'קאסא גראנדע (מחסידי סקווירא) לייגט אריין גרויסע כוחות וואס האט געפירט צו די געוואלדיגע הצלחת המוסדות פון די פארגאנגענע יאר, דער רבי שליט"א האט אויך געוואונטשן הרה"ח ר' עמרם הערצאג שליט"א מנהל רוחני מוסדות עץ חיים 'מען זאל קענען משפיע זיין תורה ויראת שמים, ללמוד וללמד'.
צווישן אנדערע האט דער רבי שליט"א שטארק מחזק געווען דעם רב שליט"א ווייטער אנצוגיין מיט די עבודת הקודש, ווי די עסקנים האבן פארציילט פארן רבין שליט"א ארויסברענג'נדיג ווי מען דערקענט די שינוי לטובה אויף די אינגערלייט זינט דער רב שליט"א האט איבערגענומען די עול הרבנות פארגאנגענע יאר חודש אייר תשפ"ד, דער רב שליט"א האט דאן ארומגערעדט איבער די שיעורים אין בית המדרש קהל חסידים ד'קאסא גראנדע ווייזנ'דיג פארן רבי'ן שליט"א די סדר השיעורים וואס דער רבי שליט"א האט שטארק באוואונדערט.
די עסקנים האבן דאן פארציילט פארן רבי'ן שליט"א איבער די פלענער פאר א גרעסערע בית המדרש נאך וואס די יעצטיגע בית המדרש איז שוין צר מלהכיל דעם ציבור הרחב, און מען טראכט ערנסט פון פארברייטערן צו א גרעסערע פלאץ, דער רבי שליט"א האט דאס שטארק צוגעשטיפט, זאגנדיג דערביי: 'דער אויבערשטער זאל העלפן, נישט קיין שום ספק דאס, לרומם בית אלקינו, דאס איז דאך נישט קיין פשוטע זכות, מיט סייעתא דשמיא און הצלחה און מיט הרחבת הדעת', און דער רבי שליט"א האט פערזענליך איבערגעגעבן א שיינעם סכום זאגנ'דיג אז ער וויל האבן א חלק אינעם אויפבוי, און נאך וואס איינער פון די עסקנים האט געפרעגט אויב מען קען מפרסם זיין אז דער רבי האט געגעבן א סכום נכבד האט דער רבי שליט"א געזאגט 'אדרבה, מען זאל מצליח זיין'.
דער רבי שליט"א האט דאן אנגעוואונטשן הרה"ח ר' ראובן יוסף לעפקאוויטש שליט"א בונה ומקים פון די מקואות טהרה אין קאסא גראנדע אריזאנע ער זאל מצליח זיין בכל דרכיו, זאגנ'דיג 'טהרה איז א יסוד פון אלעם'.
דער רבי שליט"א האט דאן געוואונטשן די עסקנים 'דער אויבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין מוסיף והולך, מעלין בקודש' און געבעטן אז בעז"ה איבער א יאר זאל מען נאכאמאל קומען מבשר זיין ווי זאכן רוקן זיך אינעם בנין והקמת הישוב.

וועכנטליכע שיעור הלכה פון הרה"ג ר' אברהם ראבינאוויץ שליט"א אב"ד קהל חסידים, זונטאג נאך שחרית אין בית המדרש קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע.
הערליכע שיעור דער וואך אין די נושא פון תפילת הדרך.
* האט תפילת הדרך די הלכות פון ברכות אדער פון תפילה?
* ווען קען מען שוין זאגן תפילת הדרך?
* תפילת הדרך ווען מ'פארט אין שטאט?
ועוד
הערליכע שיעור דער וואך אין די נושא פון תפילת הדרך.
* האט תפילת הדרך די הלכות פון ברכות אדער פון תפילה?
* ווען קען מען שוין זאגן תפילת הדרך?
* תפילת הדרך ווען מ'פארט אין שטאט?
ועוד
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
-
אלע צוזאמען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 326
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 769
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
ס'קומט סוכות אויף דער וועלט. סוכות אין אריזאנע תשפ"ו.
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
-
אלע צוזאמען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 326
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 769
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
אידן וואס קומען אויף וואקאציע אין אריזאנע און ווילן גיין צו פלעצער וואס זענען 'אוו דער ביטען פעט' און מענטשן קומען געווענדליך נישט אן, פאלגענד זענען לינקס צו עטליכע פלעצער אין אריזאנע וואס איך האב באשריבן אין א אשכול אויף אייוועלט.
פארשטייט זיך אז אויב זענט איר נאכנישט געווען ביי די בעיסיק'ס לוינט זיך ענדישער אהינצוגיין, פאר מער אינפאו און הילף קומט אין אישי.
סאנסעט קרעיטער נאציאנאלע מאנומענט, דאס איז ממש נעבן פלעגסטעף, אויפן וועג ארויף קיין פעידזש.
וואפאקטי נאציאנאלע מאנומענט, גלייך נעבן סאנסעט קרעיטער, נעבן פלעגסטעף.
נאוואהאו נאציאנאלע מאנומענט, דאס איז זייער ווייט פון די היימישע עולם גייט געווענדליך אויף וואקאציע, עס איז ממש אויבן ביי די קארנער פון אריזאנע, א שעה מיט טשעינדזש פון פעידזש.
מאנומענט וועלי טרייבל פארק, נישט ווייט פון נאוואהא מאנומענט, ווי געזאגט, זייער ווייט פון די פלעצער וואס רוב עולם גייט.
פאר קארנער'ס מאנומענט, נאך ווייטער, אויף די גרעניץ פון ניו מעקסיקאו, קאלאראדא, יוטא און אריזאנע.
פארשטייט זיך אז אויב זענט איר נאכנישט געווען ביי די בעיסיק'ס לוינט זיך ענדישער אהינצוגיין, פאר מער אינפאו און הילף קומט אין אישי.
סאנסעט קרעיטער נאציאנאלע מאנומענט, דאס איז ממש נעבן פלעגסטעף, אויפן וועג ארויף קיין פעידזש.
וואפאקטי נאציאנאלע מאנומענט, גלייך נעבן סאנסעט קרעיטער, נעבן פלעגסטעף.
נאוואהאו נאציאנאלע מאנומענט, דאס איז זייער ווייט פון די היימישע עולם גייט געווענדליך אויף וואקאציע, עס איז ממש אויבן ביי די קארנער פון אריזאנע, א שעה מיט טשעינדזש פון פעידזש.
מאנומענט וועלי טרייבל פארק, נישט ווייט פון נאוואהא מאנומענט, ווי געזאגט, זייער ווייט פון די פלעצער וואס רוב עולם גייט.
פאר קארנער'ס מאנומענט, נאך ווייטער, אויף די גרעניץ פון ניו מעקסיקאו, קאלאראדא, יוטא און אריזאנע.
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
-
אלע צוזאמען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 326
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 769
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
הרה"ג ר' אברהם ראבינאוויץ שליט"א אב"ד קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע ונשיא מוסדות עץ חיים ד'קאסא גראנדע אריזאנע ביים אפנעמען ברכת קדשו פון כ"ק אדמו"ר מ'סקולען מאנסי שליט"א אריינגייענדיג אין א פרישע זמן פון די מוסדות הק' בעז"ה.
ווערט אויך געזעהן הרה"ח ר' עמרם הערצאג שליט"א מנהל רוחני מוסדות עץ חיים ד'קאסא גראנדע אריזאנע און הרב יצחק גראססמאן הי"ו מנהל גשמי פון די מוסדות.
דער רבי שליט"א האט פאר א לענגערע צייט ארומגערעדט מיטן רב שליט"א איבער די קהילה און בפרטיות איבער די הצלחת המוסדות אין די לעצטע שנת הלימודים, דער רבי שליט"א האט זיך אויך שטארק נאכגעפרעגט איבער די קהילה אין קאסא גראנדע אין אלגעמיין, ווי די עסקנים האבן איבערגעגעבן פארן רבי'ן די לעצטיגע אנטוויקלונגן פונעם ישוב.
ווערט אויך געזעהן הרה"ח ר' עמרם הערצאג שליט"א מנהל רוחני מוסדות עץ חיים ד'קאסא גראנדע אריזאנע און הרב יצחק גראססמאן הי"ו מנהל גשמי פון די מוסדות.
דער רבי שליט"א האט פאר א לענגערע צייט ארומגערעדט מיטן רב שליט"א איבער די קהילה און בפרטיות איבער די הצלחת המוסדות אין די לעצטע שנת הלימודים, דער רבי שליט"א האט זיך אויך שטארק נאכגעפרעגט איבער די קהילה אין קאסא גראנדע אין אלגעמיין, ווי די עסקנים האבן איבערגעגעבן פארן רבי'ן די לעצטיגע אנטוויקלונגן פונעם ישוב.
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
ברוך שהחיינו!
קאסא גראנדא האט דערלעבט א פרישע מיילסטאון ווען נאך עטליכע יאר שווערע ארבעט מיט מי און געלט איז ב''ה פארענדיגט געווארן דער עירוב ארום די היימישע געגנט!
צו דעם פרייעדיגן מאמענט קומט הר''ר יצחק גרין חבר וועד העיר מיט אן אינטערוויו מיט'ן טעכנישער עירוב פירמע וואס האט אין די טעג געענדיגט זיין ארבעט.
שמחת השבת קודש!
אין די נאנטע טעג איז ערווארטעט דער עירוב זאל באשטעטיגט ווערן צום באנוץ מיט א זיכוי הפת און אלעס נויטיג!

- פיילס
-
- CG Eiruv Ad (1).jpg (333.38 KiB) געזען געווארן 850 מאל
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
הרה"ג רבי חיים שלמה בערגער אב"ד קהל חסידים ד'קאסא גראנדע און הגה"צ רבי שמעון אברהם אינדיג שליט"א אבד"ק ריבאטיטש און הרה"ג רבי יצחק אייזיק בערגער דומ"ץ קהל חסידים, ביים איבערגיין מיט'ן עירוב קאנטראקטער ווי און וויאזוי צו מאכן די עירוב. ווערן געזעהן די עסקנים רבי יצחק גרין און רבי משה סורקיס
- פיילס
-
- IMG-20250805-WA0108.jpg (341.95 KiB) געזען געווארן 1162 מאל
-
- IMG-20250805-WA0101.jpg (297.68 KiB) געזען געווארן 1162 מאל
-
- IMG-20250805-WA0073.jpg (244.83 KiB) געזען געווארן 1162 מאל
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
ניסים האט פאסירט היינט ווען א גרויסע בוים איז פלוצלינג אראפ געפאלן אינמיטן גאס אין די היימישע געגענט (ווי מען קען שוין היינט זאגן "אין די ערוב מאפע") אויף א גאס ווי עס וואינען אפאר היימישע משפחות,
ס׳איז געפאלן אין א צייט ווען דער עולם פארט ארום איינקויפן לכבוד שבת, אין סהאט ב"ה נישט געפאלן אויף מענטשן אדער אויף קארן

- IMG_2107.jpeg (232.13 KiB) געזען געווארן 1143 מאל
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
האב הנאה פון א וואקאציע אין דעם שפרידעלדיגן ישוב אין קאסא גראנדע אריזאנע
סוכות ווי א בן מלך, דינג א לוקזורי ווילא ביי די איינציגסטע הונדערט פראצענט כשר'ע רענטל אין קאסא גראנדע "אריזאנע קאוישער ריזארטס", ווילא'ס הערליך צוגעשטעלט פאר סוכות און גאנץ חודש תשרי.
ווען דו דינגסט דורך "אריזאנע קאוישער ריזארטס" העלפסטו בויען דעם נייע היימישע ישוב. און איינוועג'ס שטיצטו די קהילה אין קאסא גראנדע.
רוף אדער אימעיל שוין צו רעזערוון א הויעכע סטאנדארט וואקאציע..
https://arizonakosherresorts.com/
arizonakosherresorts@gmail.com
סוכות ווי א בן מלך, דינג א לוקזורי ווילא ביי די איינציגסטע הונדערט פראצענט כשר'ע רענטל אין קאסא גראנדע "אריזאנע קאוישער ריזארטס", ווילא'ס הערליך צוגעשטעלט פאר סוכות און גאנץ חודש תשרי.
ווען דו דינגסט דורך "אריזאנע קאוישער ריזארטס" העלפסטו בויען דעם נייע היימישע ישוב. און איינוועג'ס שטיצטו די קהילה אין קאסא גראנדע.
רוף אדער אימעיל שוין צו רעזערוון א הויעכע סטאנדארט וואקאציע..
https://arizonakosherresorts.com/
arizonakosherresorts@gmail.com
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
די זאמד שטורעם נעכטן אין קאסא גראנדע.
הגה"צ אבד"ק קאסא גראנדע און הגאון רבי יעקב זיידא שליט"א דומ"ץ ויזניץ וויליאמסבורג וועלעכע האט באזוכט קאסא גראנדע, ביים מיטהאלטן די נפלאות הבורא פונעם דערנענטערענדע שטורעם

- Screenshot_20250826-222650~2.png (1.05 MiB) געזען געווארן 737 מאל
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
הילולת הרה"ק מסאטמאר זצוק"ל אין קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
(דאס יאר איז עס געווען אויף א קליינע פארנעם וויבאלד דער מרא דאתרא דינוב'ע רבי שליט"א און דער רב שליט"א זענען געפארן קיין ניו יארק לטובת המוסדות)

- IMG-20250826-WA0058.jpg (274.77 KiB) געזען געווארן 735 מאל
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
-
וכן נוהגין
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 210
- זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
- x 705
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
יישר כח רבי יצחק גרין פאר זיין געטרייע און שווערע ארבייט די לעצטע כמעט דריי יאר צו אויפשטעלן א כשר'ע עירוב אז תושבי און אורחי קאסא גראנדע זאלן קענען טראגן שבת און יום טוב.
תושבי קאסא גראנדע האבן נישט גענוג וועגן צו מכיר טובה זיין רבי יצחק'ן. אבער כאטשיג טוהן זיי די מינימום און שרייען אויב זייער דאנק און ברכות.

- 40-260-L יישר כח כתונת ספר תורה 2025-08-28.jpg (582.8 KiB) געזען געווארן 591 מאל
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
די וואך שבת קודש פרשת שופטים וועט קאסא גראנדע ברעכן היסטאריע מיט'ן קענען טראגן אין די גאר מהודרדיגע עירוב אויסגעהאלטן אפילו לויטן שיטת הרמב״ם. בתכלית ההידור.
מאפע פון דעם עירוב און די ועד העירוב און בילדער וועלן באלד ווערן מפורסם.

- Screenshot_20250828-205956~3.png (564.72 KiB) געזען געווארן 439 מאל
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
זה היום עשה השם נגילה ונשמחה בו.
נאך לאנגע יארן פון גאר שווערע הארעוואניע און גאר אסאך געלט. האלט מען שוין דא אז די עירוב אין קאסא גראנדע איז שוין אויפגעשטעלט לשם ולתפארת מיט אלע הידורים וואס מען פראבירט נאכצוקומען אין די חסידישע מקומות ווי מאנסי אדער קרית יואל אא"וו.
די עירוב איז געווען די איניטיעטיוו פונעם מייסד היישוב הרב יהושע רובין וועלעכע האט געספאנסערט די ארום $50,000 פאר די עירוב.
און מיט די שווערע ארבייט שלא על מנת לקבל פרס פונעם חשוב'ן עסקן לכל דבר שבקדושה הר"ר יצחק גרין הי"ו, וועלעכע האט אריינגעלייגט לילות כימים פאר כמעט דריי יאר אז די עירוב זאל צושטאנד קומען און יעצט איז ער ברוך ה'מברך על המוגמר.
אינאיינעם מיט הרה"ג רבי יצחק אייזיק בערגער דומ"ץ קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע, וועלעכע האט אים באגלייט די גאנצע צייט מיט די הלכהד'יגע דעטאלן און גאר אסאך כוחות אריינגעלייגט אז די עירוב זאל זיין בתכלית ההידור.
אויך הרה"ג רבי שמעון אברהם אינדיג שליט"א אבד"ק ריבאטיטש, איז געווען כסדר אין פארבינדונג מיט עצות און ענטפערן הלכהד'יגע שאלות וויאזוי צו מאכן די עירוב און איז עטליכע מאל געקומען צו פארן קיין קאסא גראנדע צו העלפן אויספלאנירן דעם עירוב מיט די שענסטע הידורים.
און צום לעצט איז צוגעקומען די הילף פון ר' משה סורקיס הי"ו, וועלעכע האט געשאפט און געווען עומד על גביו אינאיינעם מיט רבי יצחק גרין אויף דעם קאנטראקטער פון די עירוב, איבערגעבנדיג זיך די לעצטע פאר וואכן די גאנצע צייט צו ענדיגן דעם עירוב וואס גיכער.
נאך וואס די עירוב איז בס"ד פארטיג געווארן האט די רב הרב חיים שלמה בערגער שליט"א אבד"ק קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע, זיך פארבינדן מיט עטליכע רבנים וואס האבן עקספעריענס אין די תחום פון עירובין, צאמצושטעלן א ועד הרבנים צו שטיין אינאיינעם על המשמר אז די עירוב זאל זיין בתכלית הכשרות. און די וואך זענען טאקע צוויי גאר חשוב'ע רבנים געקומען צו פארן און געגעבן זייער השגחה אויפן עירוב, נאך עטליכע רבנים קומען בעזה"ש די קומענדיגע וואך.
היינט נאך חצות וועט בס"ד פארקומען די מעמד זיכוי הפת אין שטוב פונעם מרא דאתרא האדמו"ר מדינוב שליט"א.

- Screenshot_20250829-123513~2.png (1.28 MiB) געזען געווארן 352 מאל
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
די עירוב איז בלויז פאר קהילה א'
אדער פאר יעדעם?
אדער פאר יעדעם?
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
דער עירוב איז א שטאטישע אונטערנעמונג דורכ'ן מייסד הישוב ומייסד קהל חסידים הרב יהושע רובין, און די וועד העיר, לטובת אלע תושבי העיר.
עס וועלן עווענטועל מעגליך זיין דא מערערע ערליכע קהילות.
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8666
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 21433
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
אזוי צושפרייט וואוינט דער עולם?ישוב החדש האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 29, 2025 1:09 pm זה היום עשה השם נגילה ונשמחה בו.
נאך לאנגע יארן פון גאר שווערע הארעוואניע און גאר אסאך געלט. האלט מען שוין דא אז די עירוב אין קאסא גראנדע איז שוין אויפגעשטעלט לשם ולתפארת מיט אלע הידורים וואס מען פראבירט נאכצוקומען אין די חסידישע מקומות ווי מאנסי אדער קרית יואל אא"וו.
די עירוב איז געווען די איניטיעטיוו פונעם מייסד היישוב הרב יהושע רובין וועלעכע האט געספאנסערט די ארום $50,000 פאר די עירוב.
און מיט די שווערע ארבייט שלא על מנת לקבל פרס פונעם חשוב'ן עסקן לכל דבר שבקדושה הר"ר יצחק גרין הי"ו, וועלעכע האט אריינגעלייגט לילות כימים פאר כמעט דריי יאר אז די עירוב זאל צושטאנד קומען און יעצט איז ער ברוך ה'מברך על המוגמר.
אינאיינעם מיט הרה"ג רבי יצחק אייזיק בערגער דומ"ץ קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע, וועלעכע האט אים באגלייט די גאנצע צייט מיט די הלכהד'יגע דעטאלן און גאר אסאך כוחות אריינגעלייגט אז די עירוב זאל זיין בתכלית ההידור.
אויך הרה"ג רבי שמעון אברהם אינדיג שליט"א אבד"ק ריבאטיטש, איז געווען כסדר אין פארבינדונג מיט עצות און ענטפערן הלכהד'יגע שאלות וויאזוי צו מאכן די עירוב און איז עטליכע מאל געקומען צו פארן קיין קאסא גראנדע צו העלפן אויספלאנירן דעם עירוב מיט די שענסטע הידורים.
און צום לעצט איז צוגעקומען די הילף פון ר' משה סורקיס הי"ו, וועלעכע האט געשאפט און געווען עומד על גביו אינאיינעם מיט רבי יצחק גרין אויף דעם קאנטראקטער פון די עירוב, איבערגעבנדיג זיך די לעצטע פאר וואכן די גאנצע צייט צו ענדיגן דעם עירוב וואס גיכער.
נאך וואס די עירוב איז בס"ד פארטיג געווארן האט די רב הרב חיים שלמה בערגער שליט"א אבד"ק קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע, זיך פארבינדן מיט עטליכע רבנים וואס האבן עקספעריענס אין די תחום פון עירובין, צאמצושטעלן א ועד הרבנים צו שטיין אינאיינעם על המשמר אז די עירוב זאל זיין בתכלית הכשרות. און די וואך זענען טאקע צוויי גאר חשוב'ע רבנים געקומען צו פארן און געגעבן זייער השגחה אויפן עירוב, נאך עטליכע רבנים קומען בעזה"ש די קומענדיגע וואך.
היינט נאך חצות וועט בס"ד פארקומען די מעמד זיכוי הפת אין שטוב פונעם מרא דאתרא האדמו"ר מדינוב שליט"א.
ווי ווייט וואקט מען?
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
מ'דארף דא וויסן צוויי זאכן
צו קהילה א' איז מזכה קהילה ב' מיט די פת?
און צו קהילה ב' איז זוכה?
(אויב קהילה ב' וויל נישט זוכה זיין (כ'גלייב זיי ווילן יא, איך שרייב נאר אויב), דאן זענען דא גענוג וואס זענען מתיר אעפ''כ אזויווי אין ב''פּ וויליאמסבורג וכו'
אבער אויב קהילה א' (די וואס האבן געמאכט די עירוב) זענען נישט מזכה בכלל קהילה ב' דאן איז די עירוב וויירשיינדליך פסול, חוץ אויב ס'נעמט פשוט נישט אריין די הייזער פון חברי קהילה ב')

ערשטע בילד פון מעמד זיכוי הפת פארן עירוב מהודר פון קאסא גראנדע. דורכ'ן מרא דאתרא האדמו"ר מדינוב שליט"א
- פיילס
-
- IMG-20250829-WA0035.jpg (345.59 KiB) געזען געווארן 380 מאל