ומרדכי גדול בבי"ת הגדול:
שטחים אדירים פון מחנה א' א' -סאַטמאַרער מיידל קעמפּ אין קארהאנקסאן לעבן אויף מיט אָסטראָנאָמישע נדבה פון הרבני הנגיד הטפסר המרומם מוה"ר חיים מרדכי אינזליכט הי"ו
אין די סאַמע פרעסטן פון די קאַלטע ווינטער טעג, שטייענדיג מיט קנאַפּע 100 (!) גראַוד אָפּגערוקט פון די געשמאַקע זוממער'דיגע אַטמאָספערע, און די קעטסקיל בערג שטייען גאַנץ ליידיג, ווען פון די גאַנצע זוממער'דיגע פּולווער, איז דאָ קאַלטע פראָסטיגע ליידיגע ביימער און צוהאַקטע שאָסייען, האָט אָבער פאָרט די ריזיגיע גיגאַנטישע שטחים האדירים פון פון מחנה א' א' -סאַטמאַרער מיידל קעמפּ אין קארהאנקסאן, באַקומען אַ פרישע חיות און לעבהאַפט, ויקם השדה! תקומה היתה לו!
די מחנה א' א' איז אויסגעשטיגן אַלס די זוממער-קאַמפּוס פאר די סאַטמאַרער תלמידות פון 11'טע קלאַס, ווי די הונדערטער מיידלעך פון די סאַטמאַרער בתי חינוך לבנות פאַרוויילן די לעצטע זוממער אין קעמפּ איידער'ן גראַדואירן פון הויך-שולע יאָרן, און איז מיט פיר יאָר צוריק בשנת תשפ"ב אַוועקגעשטעלט געוואָרן אַלס קעמפּ בפני עצמו צו דינען אַלס וואַרימע זוממער היים פאר די תלמידות אין די יאָרגאַנג.
די מחנה א' א' פאָרמירט אַ קיבוץ גליות פאר די 11'טע קלאַס תלמידות פון סאַטמאַר אַלוועלטליך, ווען די קעמפּ איז די אכסני' פאר די מיידלעך פון וויליאַמסבורג, באָראָ פּאַרק, מאָנסי, קרית יואל, קרית יטב לב, לעיקוואָוד, מאָנטרעאַל, און אַריבער דעם ים פון לאָנדאָן, אַנטווערפּן, מאַנטשעסטער, און ירושלים, בני ברק, מאַנטשעסטער, און אפי' פון די ווייטער אוסטראליע, כולם נקבצו באו לך, אַלע ווייסן אַז די לעצטע יאָר אין קעמפּ, די יאָר וועלכע מ'פאַרוויילט אין די מחנה א' א' גאָרטן איז עפּעס וואָס איז נישט צום פאַרפאַסן.
אַצינד האָט דער באַרימטער סאַטמאַרער נדיב ובונה ומקים הרבני הנגיד הטפסר המרומם מוה"ר חיים מרדכי אינזליכט הי"ו - וועלכע האָט זיך שוין איינגעהאַנדלט אומצאָליגע ריעל עסטעיט מיט פּרעכטיגע בנינים אדירים אַלוועלטליך פון וועלכע עס שיינט אַראָפּ מיט פראַכט "בנין אינזליכט", בנינים אדירים וועלכע געבן טעגליך אַרויס זכותים אדירים ונצחיים, והקרן קיימת לו לעולם! – געמאַכט אַ פרישע גאָלדענע סורפּרייז וועלכע האָט טיף אויפגעשאָקלט און אויפגעלעבט די שטחים אדירים פונעם מחנה א' א' אין קארהאנקסאן.
ואין לפנות ימין ושמאל:
שרעקליכע געדרענג אין קעמפּ פאַרגאַנגענעם זוממער ברענגט צום אויבערפלאַך אַז די נייע בנין האדיר איז אַ "מוז" אויפ'ן קומענדיגע זוממער צו קענען פּלאַצירן די הונדערטער תלמידות בליעה"ר
די מחנה א' א' איז אַזוי ווי יעדע סאַטמאַרער געבענטשע זאַך אויסגעוואַקסן פון פּלאַץ, און ענגשאַפט שרייט אַרויס פון יעדע ווינקל, אַז מ'קען שוין פּשוט נישט נאָכקומען די געברויך, און אָפּגערעדט דאָס אַז אין די שטיבער איז מער נישטאָ קיין פּלאַץ, אין אינעם יעצטיגן שטאַנד ווייסט מען נישט ווי אַזוי מ'וועט קענען אָנהייבן דעם היי-יעריגן זוממער סעזאָן, נאר אפילו דעם פאַרגאַנגענעם זוממער האָט שוין געהערשט אַ אויסטערלישע ענגשאַפט אין די יעצטיגע עקזיסטירנדע עס-זאַל וועלכע איז שוין פון לאַנג אויסגעוואַקסן צו אַקאָמאַדירן די געברויך.
דאָס האָט געברענגט זיך אַריינצולאָזן אינעם פּראָיעקט פון אַ נייע בנין האדיר, געבויעט צו ווערן ביי אַ גרויסקייט און גיגאַנטישקייט פון גאַנצע 50,000 סקווער פיס, און וועט האָבן דריי פּרעכטיגע שטאָקן, מיט 50 שפּאָגל-נייע שלאָף צימערן, וואָס וועט קענען אַקאָמאַדירן בעז"ה פרישע אַריבער 500 תלמידות, אויפ'ן גראַונד-לעוויל שטאָק וועט ווערן אַהערגעשטעלט אַ ריזיגן מלכות'דיגע זאַל, וואָס וועט דינען פאר אַלע גרעסערע צוזאַמקומען פון די תלמידות, און באַזונדער וועט דאָס זיין אַלס רחבות'דיגע עס-זאַל ווי די תלמידות וועלן סערווירט ווערן מיט רייכע נאַרהאַפטיגע מאָלצייטן, און וועט גענוצט ווערן ביי שבתים און שמחות אַלס גרויסע זאַל, און זייט-ביי-זייט ווערן געבויעט צוויי גיגאַנטישע קאָכן, אַ מילכיגע קאָך און אַ פליישיגע קאָך, מיט אַלע אַרומיגע הצטרכות'ער און צוגעהערן.
די ענגשאַפט איז עפּעס וואָס דער נדיב הגדול ר' חיים מרדכי שליט"א האָט פּערזענליך מיטגעהאַלטן פונדערנאָנט פאַרגאַנגענעם זוממער באַזוכענדיג אינעם קעמפּ ביים ביקור המרומם דורך כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א צום מעמד הנחת אבן הפּינה אינאיינעם מיט די נדיבים החשובים, און דאָס האָט אנגעצינדן זיין וואַרעם הארץ אַז דאָס קען בשו"א נישט ווייטער אַזוי אָנגיין.
און די יעצטיגע ענגשאַפט באַדייט אַז אָפּגעזען פונעם קאַלענדער, מוז די נייע בנין שטיין על תילה בנוי' אין אייניגע חדשים אַרום ווען די זוממער סעזאָן עפענט זיך, כדי צו קענען פּלאַצירן די טייערע תלמידות, אַז זיי זאָלן האָבן אַ ערליכע אויסגעהאַלטענע זוממער אַזוי ווי רביה"ק זי"ע האָט געוואָלט.
מהרה יבנה מבצר האדיר והענקי בנוי לתלפיות:
פאַנטאַסטישע נדבה טוט געבן מעכטיגע שטיצע-קראַפט פאַר'ן אויפבוי פונעם ריזן גיגאַנטישע שטאָקיגע פעסטונג פאר די טויזנטער תלמידות המחנה, און פאַרענדיגן שטאָקיגע סטראָקטור אויפ'ן קומענדיגע יו"ט פּסח
אַצינד איז געקומען די בשורה אדירה ומרנינה ווען דער באַרימטע פילאַנטראָפּ הרבני הנגיד ר' חיים מרדכי שליט"א האָט זיך אונטערגענומען אַ פרישע מעגאַ פאַנטאַסטישע נדבה, וואָס אויסער זיינע פאַקטישע נדבות וואָס ער שענקט בעין יפה וברוח נדיבה, איז ער דאָ בכל לב ונפש פאר די הצלחה פון די מבצרים האדירים, די הצלחה און בליה פונעם רבי'נס הייליגע אימפּעריע איז אים פּערזענליך אַ שטיק חיות, און ער טוט תמיד כל מה שביכלתו אַז ריזיגע פּראָיעקטן זאלן שפּאַנען פאָראויס מיט'ן שנעלסטן טעמפּאָ.
דער נדיב האדיר האָט זיך פאַרבינדן מיט די עסקני קרן הבנין און איבערגעגעבן נדבת לבו הטוב צו שענקן אַ ריזן פאַנטאַסטישע נדבה, כדי צו געבן אַ מעכטיגע שטיצע-קראַפט פאַר'ן אויפבוי פונעם ריזן גיגאַנטישע שטאָקיגע פעסטונג פאר די טויזנטער תלמידות המחנה, מיט'ן קלאָרן וויזיע און מיסיע צו פאַרענדיגן די פולע שטאָקיגע סטראָקטור-באַקס אויפ'ן קומענדיגע יו"ט פּסח, אַז תיכף נאָך יו"ט זאָל מען זיך קענען נעמען צו אַלע אינעווייניגסטע איינריכטונגען און די בנין האדיר זאָל זיין גרייט אויפ'ן זוממער הבעל"ט.
זכה וזיכה הרבים:
הנגיד האדיר מוה"ר חיים מרדכי הי"ו שטעלט צו מעגאַ סומע אין קעש-געלט, און די הנהלת המחנות מיט'ן "ועד הפּועל" וועלן בע"ה אויפטרייבן ביי סאַטמאַרער נדיבים פרישע 2.5 מיליאָן נדבות ביז קומענדיגע ר"ח אדר הבעל"ט
די פרישע הילכיגע נדבה קומט אין פאָרעם פון אַ ריזן מעגאַ סומע אין קעש-געלט, וואָס הנגיד האדיר מוה"ר חיים מרדכי הי"ו שטעלט צו, וואָס מיט די געלט קען מען אָנהייבן בויען אויפ'ן שנעלסטן ספּיד און גאַלאָפּ, וואָס דאָס פאר זיך איז עפּעס וואָס איז אַ חידוש נפלא אַראָפּצולייגן אין קעש-געלט אַזאַ סכום אדיר ונכבד.
וואָס ווי פאַרשטענדליך טוט דאָס געבן אַ אויסטערלישע הרחבת הדעת פאר די חשובע עוסקים במלאכת הקודש, ווען דאָס געלט איז דאָ, און מ'דאַרף נישט באַזונדער אַרומלויפן צו גמ"ח'ן און גוטע אידן צו בעטן אויסצובאָרגן געלטער אויפ'ן חשבון פון די צוגעזאָגטע נדבות פּעימענטס, און מ'וועט קענען פילפאַכיג מער זיין קאָנצענטרירט אין די עבודת הקודש און הרחבת גבולי הקדושה.
אָבער דאָס קומט באַגלייט מיט אַ שטאַרקע תנאי קודם לנדבה אַז די הנהלת המחנות מיט'ן "ועד הפּועל" וועט אויפטרייבן ביי סאַטמאַרער נדיבים פרישע 2.5 מיליאָן נדבות ביז קומענדיגע ר"ח אדר הבעל"ט, און אינאיינעם מיט די הייליגע געלטער וועט מען בעז"ה קענען אַרויפציען דעם ריזן סטראָקטור פונעם בנין אַז דאָס זאָל זיין פיקס-פאַרטיג אויפ'ן יו"ט פּסח הבעל"ט.
די יעצטיגע שטאַפּל פון הנגיד האדיר ר' חיים מרדכי הי"ו איז אַ פרישע היסטאָרישע דערהער בעולם הצדקה, זייענדיג אַ ריכטיגע וועג ווייזער פאר אַנדערע נדיבים ונגידים ווי אַזוי מ'דאַרף האָבן אַ שאיפה צו בויען דעם רבי'נס הייליגע אימפּעריע למעלה למעלה ברוב עוז ותעצומות.
אומר ועושה, פועל ומשתדל:
הנגיד האדיר ר' חיים מרדכי שליט"א נוצט זיינע הויכראַנגיגע פאַרבינדונגן מיט די לאָקאַלע באַאַמטע צו שאַפן די נוטיגע פּערמיטן און אַפּראָוולס בעתו ובזמנו
אין צוגאָב צו זיין פאַנטאַסטישע נדבות, און חידוש'פולע השגות אין צדקה, איז ר' חיים מרדכי אויך אַ עסקן נלהב פאַר'ן רבי'נס אימפּעריע, און מיט זיין גוט האַרץ און שכל הישר נוצט ער גוט אויס זיינע הויכראַנגיגע קשרים און פאַרבינדונגן מיט די לאָקאַלע באַאַמטע צו שאַפן די נוטיגע פּערמיטן און אַפּראָוולס בעתו ובזמנו, צו פאַרזיכערן אַז די בנין האדיר קען געבויעט ווערן שנעל און גיך אָן קיין שום אָפּהאַלט אַז דאָס זאָל קענען שטיין מיט'ן פולן פראַכט אויפ'ן אָנהייב זוממער סעזאָן.
יחד נבנה לה' אלקי ישראל:
הנהלת המחנות מיט'ן "ועד הפּועל" לאָזן זיך אַרויס אויף די יאַרכע צו באַזוכן בבתי נדיבי ונגידי בית סאַטמאַר אויפצוטרייבן אָסטראָנאָמישע נדבות אין קורצע צייט-אָפּשניט
אַזאַ זעלטענע פאָרשלאַג פון אַ נדבן איז לאו בכל יומא מתרחיש, און טראָץ וואָס אינמיטן ווינטער איז בכלל נישט אַזאַ גרינגע עסק אויפצוטרייבן אַזעלכע וואַרימע זוממער'דיגע שטיצע פאר די קעמפּ'ס, טוען זיך די געטרייע חברי הנהלת המחנות אינאיינעם מיט די העלדישע עסקני ועד הפּועל זיך אָנגאַרטלן אויף די הייליגע מיסיע און מ'האָט זיך אַרויסגעלאָזט צו די טירן פון די נדיבים בעם צו קענען אויפטרייבן די ריזיגע סומע פון 2.5 מיליאָן נדבות פאַר'ן בנין האדיר.
עס איז אַרויסגעשטעלט געוואָרן אַ רייע מיט זכותים נשגבים זיך איינצוהאַנדלן אינעם בנין, וואָס אַ בנין אינעם קעמפּ איז גוט באַקאַנט ביי סאַטמאַרער חסידים באַדייט אַ זכות אין ישוב ארץ ישראל, אַזוי ווי רביה"ק זי"ע האָט זיך אויסגעדרוקט ביים חנוכת הבית פון די ערשטע קעמפּ, און די נדיבים וועלן זיך איינהאַנדלן זכותים און דערמיט אַרויפרוקן די נומערן אָנצוקומען צום ריזן סומע פון 2.5 מיליאָן ביז'ן קומענדיגע ראש חודש אדר הבעל"ט.
חידוש נפלא בעולם הנדבות:
ערענסטע אינוועסטמענט: אַ איינמאָליגע נדבה וואָס ברענגט פרישע געלט יעדע איינציגסטע וואך!
יעדע נדבה אין דעם בנין האדיר איז נישט קיין איינמאָליגע נדבה, נאר עס איז אַ נדבה וואָס וועט בעז"ה שטענדיג עושה פּירות זיין, נאָכדעם וואָס די בנין אויסער דעם וואָס אין די זוממער חדשים איז דאָס אָנגעזאַפּט מיט יראת שמים און מידות טובות פון גרויסע ערוואַקסענע תלמידות, איז דאָס אים די ווינטער חדשים באַרימט אַלס גאָר צוגעפּאַסטע רעזאָרט אַרויסצודינגען פאר שבתים און כינוסים, און די נייע בנין וועט בעז"ה זיין אין באַנוץ דורכאויס די גאַנצע יאָר, און וועט בעז"ה אַריינברענגען אַ שיינע באַדייטנדע הכנסה פאַר'ן קעמפּ, וואָס דאָס באַדייט אַז יעדע נדבה וואָס מ'געבט יעצט וועט יעדע וואָך זיין בעז"ה אַ פרישע נדבה! וואויל איז פאר די קלוגע אידן בעלי דעת וועלכע אינוועסטירן אין אַזאַ גאָלדן געשעפט!
רבינו הקדוש והטהור זי"ע מהיכל קדשו בגנזי מרומים שעפּט נחת און קוועלט פאר פרייד פון די מאַסיווע הרחבת גבולי הקדושה אין די מחנות רב טוב אימפּעריע, און וועט זיכער מכיר טוב זיין פאַר אַלע נדיבים ותומכים וועלכע זענען שותפים אין דעם הייליגן פּראָיעקט, און וועט זיי משפּיע זיין משמי מעל כל מילי דמיטב.
הֶהָרִים וְהַגְּבָעוֹת יִפְצְחוּ לִפְנֵיכֶם רִנָּה!
זעהט בייגעלייגט די אויג-פאַרכאַפּנדע פּלענער פאַר'ן בנין האדיר
און די זכותים אדירים ונשגבים זיך איינצוהאַנדלן בתוככי הבנין
https://publuu.com/flip-book/778072/1723424

- unnamed (30).jpg (134.73 KiB) געזען געווארן 1216 מאל

- unnamed (2).png (812.57 KiB) געזען געווארן 1216 מאל
סקיצע פון גינת פערל נתנדב ע"י הרבני הנגיד מוה"ר חיים מרדכי אינזליכט הי"ו

- unnamed (1).png (851.35 KiB) געזען געווארן 1216 מאל