סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 482
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 868

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך צווייטער »

שמח האט געשריבן: זונטאג יאנואר 26, 2025 12:39 pm
חכם עתיק האט געשריבן: זונטאג יאנואר 26, 2025 11:39 am
בילד
קאלקעלאציעס שטימע נישט...

45+65=?
עפעס מעג בלייבן פאר אים אויך, נישט אזוי?
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
Think and Thank
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 424
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 1612

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך Think and Thank »

נפתלי האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 27, 2025 9:58 am
אויגעלעך האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 27, 2025 9:51 am
חכם עתיק האט געשריבן: זונטאג יאנואר 26, 2025 11:39 am *בונים!!! היכל לה׳ אלקי ישראל*

יעצט מוצאי שבת איז אפגעהאלטן געווארן א פרעכטיגע באנקעט בראשות הוד כ״ק מרן רבינו שליט״א, *מעמד יסוד הבנין ומסיבות הוקרה* פאר די הונדערטער תושבים פון *שכונת ווערנאן*, וואס האבן מיט א זעלטענע פלאקער אויפצבויען א פראכטפולע פינת יקרת בית גדול ומפואר, א סאטמארע צענטער פאר תורה עבודה וגמ״ח *ביהמ"ד החדש דקהל יטב לב* אויפגעטריבן דורך די תושבי השכונה קאלעקטיוו די פאנטאסטישע סומע פון *״פיר מיליאן״ דאלער* דאס איז געשאצטע *45 פראצענט פון די קאסט פונעם פראיעקט*, א היסטארישע דערגרייכונג צו שאפן די דראמאטישע ציפערן שטייענדיג בלויז געציילטע חדשים זינט די פראיעקט איז אריין אין שוואונג.



די קרן הבנין איז אין די לעצטע טעג געווען העפטיג צו ענדיגן אלע ארכיטעקטועלע פלענער און פערמיטן צו זיין גרייט מיט די ארבעט אז ווי נאר מוועט בס"ד ערהאלטן די נויטיגע פערמיטן און ענדגילטיגע ביוראקראטישע ערלויבעניש זאל מען זיך תיכף ומיד קענען נעמען צו די מלאכת הבני' בס''ד,

70592.jpeg70591.jpeg
פון די בילדער זעהט אויס אז עס גייט האבן דירות העכער זיך אנדערש ווי די ביז יעצטיגע בתי מדרשים וואס מ'האט מקפיד געווען אז עס זאל נישט האבן
מקפיד געוועהן??
אברהם בער יאקאבאוויטש האט געבויעט שוהלן אהן דירות
די וואס בויען יעצט האבן נישט אזופיל געלט ווי אברהם בער בויען זיי מיט דירות.....

בעצם איז דא א שטארקע מקום להלכה נישט צו בויען דירות העכער א ביהמ"ד, אבער די מנהג העולם - בפרט די לעצטערע צענדליגער יארן - איז מקיל צו זיין. אויב האב איך נישט קיין טעות האט מען ביים ביהמ"ד אויף גערי אויך געבויעט דירות העכער'ן ביהמ"ד. (טראץ וואס עס הייסט בנין יאקאבאוויטש...)
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1350
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2123

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נפתלי »

הגאון הצדיק רבי משה קרעמער שליט"א אויף א באזוך ביי כ"ק מרן רבינו שליט"א
פיילס
a9Dzynw_wide_m.jpg
חכם עתיק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 827
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 10:11 am
x 837

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך חכם עתיק »

פרעכטיגע באנקעט "יסוד הבנין" לטובת בניית בית מדרשינו החדש דקהלתינו הקדושה שכונת ווערנאן בראשות כ"ק מרן רבינו שליט"א פארגאנגענעם מוצאי שבת קודש פרשת וארא העעל"ט

אומגלויבליך אבער א פאקט; קאלאסאלע סך הכל פון העכער א "מיליאן דאללער" אריינגעקומען ביים באנקעט דורך הונדערטער אנ"ש תושבי השכונה, בנוסף צו די איבריגע קרוב צו "פיר מיליאן דאללער" גרעסערע נדבות דורך נדיבי לב, וואס ציילט זיך אלס געשאצטע "45 פראצענט" פון די קאסט פונעם פראיעקט!

ווי באריכטעט האבן קהלתינו הקדושה אין וויליאמסבורג אינאיינעם מיט די וועד קרן הבנין פון הנהלת בית מדרשינו החדש שכונת ווערנאן בס"ד גומר געווען דעם מקח מיטן "קלאוזן" אויף איינע פון די צוויי שטחים וואס מען איז אריין אין קאנטראקט מיט עטליכע חדשים צוריק, הארט נעבן די ביז יעצטיגע צייטווייליגע בית מדרשינו אויף ווערנאן עוו. ווי אויף דעם וועט בעז"ה ווערן אויפגעבויעט דער בנין גדול ונהדר בית המדרש החדש צו דינען אלס תל תלפיות ומגדול אור פאר אנשי שלומינו אין דעם געגענט, און מען האפט אין די גאר נאנטע צוקנופט בעז"ה צו קענען גומר זיין דעם מקח אויפן צווייטן שטח, און תיכף דערויף צוטרעטן צו די מלאכת הבני' לבנות את בית ה'.
לרגל דעם "גמר המקח" איז דעם פארגאנגענם מוצאי שבת קודש פרשת וארא העעל"ט אפגעהאלטן געווארן א פרעכטיגע באנקעט בראשות הוד כ”ק מרן אדמו”ר שליט”א, א "מעמד יסוד הבנין ומסיבות הוקרה" פאר די הונדערטער תושבים אנשי שלומינו פון "שכונת ווערנאן", וואס האבן מיט א זעלטענע פלאקער זיך אנגעשלאסן מיט ריזיגע סכומים לטובת דעם אויפבוי פונעם פראכטפולן פינת יקרת ותל תלפיות בית המדרש החדש דקהל יטב לב שכונת ווערנאן, וואס אנשפרעכט בעז"ה צו זיין אלס א ריזן סאטמארע צענטער פאר תורה עבודה וגמילת חסדים פאר די גאנצע אומגעגענט.
ווי איבערראשנט איז געווען, אז עס האט זיך ארויסגעשטעלט דאס אומגלויבליכע אז דורך די תושבי השכונה זעלבסט איז אריינגעקומען די פאנטאסטישע סומע פון "פיר מיליאן דאללער" וואס דאס איז געשאצטע "45 פראצענט פון די קאסט פונעם פראיעקט", א היסטארישע דערגרייכונג צו שאפן די דראמאטישע ציפערן שטייענדיג בלויז געציילטע חדשים זינט די פראיעקט איז אריין אין שוואונג.
א דערקוויקעניש איז געווען צוצוזעהן דער מחזה הוד ווען ביים סוף פונעם מעמד הוקרה "יסוד הבנין" האבן זיך קרוב צו 300 בוני הבית יסודי הבנין האבן זיך דורכגעשלענגעלט פארנט פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, און גע'חתמ'עט א גאלדענעם שטר שותפות מיט רבינו שליט"א אינאיינעם מיט די וועד קרן הבנין, און זיך אנגעשלאסן מיט פאנטאסטישע חודש'ליכע סכומים שאפנדיג א קאלאסאלע סך הכל פון "העכער א מיליאן דאללער" אוועקצושטעלן א יסוד איתן לבנות את בית ה' וואס דאס איז בלויז די סך הכל פון קלענערע סכומים, אויסער די גרויסע זכותים וואס איז אפגעקויפט געווארן דורך די נדיבי לב.
זינט די התייסדות בברכת הקודש פון כ”ק מרן אדמו”ר שליט”א - מיט בלויז קארגע 28 חדשים - פונעם יעצטיגן ביהמ”ד דקהל יטב לב שכונת ווערנאן, איז דער ווינקל אויסגעשטיגן אלץ א פרעכטיגע ווינקל פאר אנ”ש, אינטער די הדרכה פונעם געהויבענעם דומ”ץ הביהמ”ד הרה”ג ר’ יהוסף שווארץ שליט”א, די מתפללי ביהמ”ד ואנ”ש תושבי השכונה האבן ארויסגעקוקט מחיל אל חיל אוועקצושטעלן א סאטמארער צענטער אין די געגענט נאכדעם וואס די ביז יעצטיגע לאקאל וועלכע איז אהערגעשטעלט געווארן מיט פראכט דורך הנהלת קהלתינו הק' איז שוין לאנג צר מהכיל און קען נישט אקאמאדירן די מאסיווע וואוקסט פון אברכי קהלתינו תושבי השכונה. דעריבער איז געלאזט געווארן געווארן אין גאנג א גראנדיעזע “יסוד הבנין קאמפיין” צווישן אנ”ש תושבי השכונה, און אט דער הייליג פלאקער האט געשאפן פאנטאסטישע סכומים צווישן די תושבי השכונה, וכן יעזור ה' להלאה מחיל אל חיל להגדיל תורה ויראה ולהאדירה.
אט דער בית המדרש טראגט מיט זיך א ספעציעלע חשיבות, נאכדעם וואס ביים מעמד "חנוכת הבית" פונעם יעצטיגען בית המדרש מיט 2 אהאלב יאר צוריק בחודש ניסן שנת תשפ"ב לפ"ק, איז געהערט געווארן די קלארע אוועקגעשטעלטע יסודות'דיגע דיבורים פון רבינו שליט"א בגודל נחיצות פון א יעדן סאטמאר תלמיד זיך צו דרייען און אנגעהערן נאר אין אונזערע בתי מדרשים דקהלתינו הקדושות ההולכים לאורו הבהיר של מרן רביה"ק זי"ע, ווי רבינו שליט"א האט ארויסגעברענגט: "דאס איז אונזער חוב היינט צוטאגס אוועקצושטעלן אונזערע בתי מדרשים, אוועקצושטעלן אונזערע מוסדות, צו געדענקן עס דארף זיין מיט די בחינה פון תרוממנה קרנות צדיק וכו' מ'האט אוועקגעשטעלט דא א הייליגע מקום אויפן וועג פון רביה"ק זי"ע, דארף מען צו געדענקן דאס איז אונזער עבודה, און דאס איז אונזער ציל, דאווענען אין אונזערע בתי מדרשים, מיינט טאקע ממש אונזערע בתי מדרשים, אונז דארף מיר געדענקן אז תכלית וויאזוי אונז דארף מיר אוועקשטעלן אונזערע בתי מדרשים, עס זאל קענען זיין מקדמי צו קענען נישט אלע בתי מדרשים וואס טראגן דעם זעלבן נאמען זענען געבויעט אויף די זעלבע יסודות, מען דארף גיין אויף די וועג וואס מיר האבן מקבל געווען ומחשכי לבי כנישא, צו קענען זוכה זיין צו קענען זיין פון די עתידים בתי מקדמי ומחשכי, מזאל קענען זוכה זיין, אידן זאלן האבן א הרגש, אז מ'זאל זוכה זיין עתידין בתי כנסיות ובתי מקדשות לקבוע בארץ ישראל".
אט דער הייליג פלאקער אוועקצושטעלן אונזערע יסודות אויפצובויען פרישע ווינקלען פאר אנשי שלומינו ההולכים לאורו הבהיר של מרן רביה"ק זי"ע, דאס געבט די ריכטיגע טרייב קראפט זיך אנצושליסן מיט ריזיגע סכומים אדירים לטובת בניית בית מדרשינו החדש, גאנץ סאטמאר סאלאדירט די העלדישע אינגעלייט תושבי השכונה אז "ממנו ילמדו וכן יעשו" לבנות את בית ה' לשם ולתפארת!

בונים היכל לה' אלקי ישראל!
unnamed (27).jpg
unnamed (27).jpg (413.74 KiB) געזען געווארן 1313 מאל
unnamed (28).jpg
unnamed (28).jpg (239.49 KiB) געזען געווארן 1308 מאל
חכם עתיק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 827
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 10:11 am
x 837

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך חכם עתיק »

► Show Spoiler
זעהט אויס זיי ליינען אידטיש....
unnamed (29).jpg
unnamed (29).jpg (323.63 KiB) געזען געווארן 1303 מאל
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1350
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2123

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נפתלי »

Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 27, 2025 2:32 pm
נפתלי האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 27, 2025 9:58 am
אויגעלעך האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 27, 2025 9:51 am
פון די בילדער זעהט אויס אז עס גייט האבן דירות העכער זיך אנדערש ווי די ביז יעצטיגע בתי מדרשים וואס מ'האט מקפיד געווען אז עס זאל נישט האבן
מקפיד געוועהן??
אברהם בער יאקאבאוויטש האט געבויעט שוהלן אהן דירות
די וואס בויען יעצט האבן נישט אזופיל געלט ווי אברהם בער בויען זיי מיט דירות.....

בעצם איז דא א שטארקע מקום להלכה נישט צו בויען דירות העכער א ביהמ"ד, אבער די מנהג העולם - בפרט די לעצטערע צענדליגער יארן - איז מקיל צו זיין. אויב האב איך נישט קיין טעות האט מען ביים ביהמ"ד אויף גערי אויך געבויעט דירות העכער'ן ביהמ"ד. (טראץ וואס עס הייסט בנין יאקאבאוויטש...)
די גערי ביהמ"ד איז נישט געבויעט געווארן דורך יאקאבאוויטש - אזווי מירטל און לי גארענס - נאר זיי האבן אפגעקויפט די שם הבנין
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1350
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2123

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נפתלי »

unnamed (26).jpg
unnamed (26).jpg (274.25 KiB) געזען געווארן 1247 מאל
חכם עתיק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 827
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 10:11 am
x 837

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך חכם עתיק »

ומרדכי גדול בבי"ת הגדול:

שטחים אדירים פון מחנה א' א' -סאַטמאַרער מיידל קעמפּ אין קארהאנקסאן לעבן אויף מיט אָסטראָנאָמישע נדבה פון הרבני הנגיד הטפסר המרומם מוה"ר חיים מרדכי אינזליכט הי"ו


אין די סאַמע פרעסטן פון די קאַלטע ווינטער טעג, שטייענדיג מיט קנאַפּע 100 (!) גראַוד אָפּגערוקט פון די געשמאַקע זוממער'דיגע אַטמאָספערע, און די קעטסקיל בערג שטייען גאַנץ ליידיג, ווען פון די גאַנצע זוממער'דיגע פּולווער, איז דאָ קאַלטע פראָסטיגע ליידיגע ביימער און צוהאַקטע שאָסייען, האָט אָבער פאָרט די ריזיגיע גיגאַנטישע שטחים האדירים פון פון מחנה א' א' -סאַטמאַרער מיידל קעמפּ אין קארהאנקסאן, באַקומען אַ פרישע חיות און לעבהאַפט, ויקם השדה! תקומה היתה לו!
די מחנה א' א' איז אויסגעשטיגן אַלס די זוממער-קאַמפּוס פאר די סאַטמאַרער תלמידות פון 11'טע קלאַס, ווי די הונדערטער מיידלעך פון די סאַטמאַרער בתי חינוך לבנות פאַרוויילן די לעצטע זוממער אין קעמפּ איידער'ן גראַדואירן פון הויך-שולע יאָרן, און איז מיט פיר יאָר צוריק בשנת תשפ"ב אַוועקגעשטעלט געוואָרן אַלס קעמפּ בפני עצמו צו דינען אַלס וואַרימע זוממער היים פאר די תלמידות אין די יאָרגאַנג.
די מחנה א' א' פאָרמירט אַ קיבוץ גליות פאר די 11'טע קלאַס תלמידות פון סאַטמאַר אַלוועלטליך, ווען די קעמפּ איז די אכסני' פאר די מיידלעך פון וויליאַמסבורג, באָראָ פּאַרק, מאָנסי, קרית יואל, קרית יטב לב, לעיקוואָוד, מאָנטרעאַל, און אַריבער דעם ים פון לאָנדאָן, אַנטווערפּן, מאַנטשעסטער, און ירושלים, בני ברק, מאַנטשעסטער, און אפי' פון די ווייטער אוסטראליע, כולם נקבצו באו לך, אַלע ווייסן אַז די לעצטע יאָר אין קעמפּ, די יאָר וועלכע מ'פאַרוויילט אין די מחנה א' א' גאָרטן איז עפּעס וואָס איז נישט צום פאַרפאַסן.
אַצינד האָט דער באַרימטער סאַטמאַרער נדיב ובונה ומקים הרבני הנגיד הטפסר המרומם מוה"ר חיים מרדכי אינזליכט הי"ו - וועלכע האָט זיך שוין איינגעהאַנדלט אומצאָליגע ריעל עסטעיט מיט פּרעכטיגע בנינים אדירים אַלוועלטליך פון וועלכע עס שיינט אַראָפּ מיט פראַכט "בנין אינזליכט", בנינים אדירים וועלכע געבן טעגליך אַרויס זכותים אדירים ונצחיים, והקרן קיימת לו לעולם! – געמאַכט אַ פרישע גאָלדענע סורפּרייז וועלכע האָט טיף אויפגעשאָקלט און אויפגעלעבט די שטחים אדירים פונעם מחנה א' א' אין קארהאנקסאן.

ואין לפנות ימין ושמאל:
שרעקליכע געדרענג אין קעמפּ פאַרגאַנגענעם זוממער ברענגט צום אויבערפלאַך אַז די נייע בנין האדיר איז אַ "מוז" אויפ'ן קומענדיגע זוממער צו קענען פּלאַצירן די הונדערטער תלמידות בליעה"ר

די מחנה א' א' איז אַזוי ווי יעדע סאַטמאַרער געבענטשע זאַך אויסגעוואַקסן פון פּלאַץ, און ענגשאַפט שרייט אַרויס פון יעדע ווינקל, אַז מ'קען שוין פּשוט נישט נאָכקומען די געברויך, און אָפּגערעדט דאָס אַז אין די שטיבער איז מער נישטאָ קיין פּלאַץ, אין אינעם יעצטיגן שטאַנד ווייסט מען נישט ווי אַזוי מ'וועט קענען אָנהייבן דעם היי-יעריגן זוממער סעזאָן, נאר אפילו דעם פאַרגאַנגענעם זוממער האָט שוין געהערשט אַ אויסטערלישע ענגשאַפט אין די יעצטיגע עקזיסטירנדע עס-זאַל וועלכע איז שוין פון לאַנג אויסגעוואַקסן צו אַקאָמאַדירן די געברויך.
דאָס האָט געברענגט זיך אַריינצולאָזן אינעם פּראָיעקט פון אַ נייע בנין האדיר, געבויעט צו ווערן ביי אַ גרויסקייט און גיגאַנטישקייט פון גאַנצע 50,000 סקווער פיס, און וועט האָבן דריי פּרעכטיגע שטאָקן, מיט 50 שפּאָגל-נייע שלאָף צימערן, וואָס וועט קענען אַקאָמאַדירן בעז"ה פרישע אַריבער 500 תלמידות, אויפ'ן גראַונד-לעוויל שטאָק וועט ווערן אַהערגעשטעלט אַ ריזיגן מלכות'דיגע זאַל, וואָס וועט דינען פאר אַלע גרעסערע צוזאַמקומען פון די תלמידות, און באַזונדער וועט דאָס זיין אַלס רחבות'דיגע עס-זאַל ווי די תלמידות וועלן סערווירט ווערן מיט רייכע נאַרהאַפטיגע מאָלצייטן, און וועט גענוצט ווערן ביי שבתים און שמחות אַלס גרויסע זאַל, און זייט-ביי-זייט ווערן געבויעט צוויי גיגאַנטישע קאָכן, אַ מילכיגע קאָך און אַ פליישיגע קאָך, מיט אַלע אַרומיגע הצטרכות'ער און צוגעהערן.
די ענגשאַפט איז עפּעס וואָס דער נדיב הגדול ר' חיים מרדכי שליט"א האָט פּערזענליך מיטגעהאַלטן פונדערנאָנט פאַרגאַנגענעם זוממער באַזוכענדיג אינעם קעמפּ ביים ביקור המרומם דורך כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א צום מעמד הנחת אבן הפּינה אינאיינעם מיט די נדיבים החשובים, און דאָס האָט אנגעצינדן זיין וואַרעם הארץ אַז דאָס קען בשו"א נישט ווייטער אַזוי אָנגיין.
און די יעצטיגע ענגשאַפט באַדייט אַז אָפּגעזען פונעם קאַלענדער, מוז די נייע בנין שטיין על תילה בנוי' אין אייניגע חדשים אַרום ווען די זוממער סעזאָן עפענט זיך, כדי צו קענען פּלאַצירן די טייערע תלמידות, אַז זיי זאָלן האָבן אַ ערליכע אויסגעהאַלטענע זוממער אַזוי ווי רביה"ק זי"ע האָט געוואָלט.

מהרה יבנה מבצר האדיר והענקי בנוי לתלפיות:
פאַנטאַסטישע נדבה טוט געבן מעכטיגע שטיצע-קראַפט פאַר'ן אויפבוי פונעם ריזן גיגאַנטישע שטאָקיגע פעסטונג פאר די טויזנטער תלמידות המחנה, און פאַרענדיגן שטאָקיגע סטראָקטור אויפ'ן קומענדיגע יו"ט פּסח
אַצינד איז געקומען די בשורה אדירה ומרנינה ווען דער באַרימטע פילאַנטראָפּ הרבני הנגיד ר' חיים מרדכי שליט"א האָט זיך אונטערגענומען אַ פרישע מעגאַ פאַנטאַסטישע נדבה, וואָס אויסער זיינע פאַקטישע נדבות וואָס ער שענקט בעין יפה וברוח נדיבה, איז ער דאָ בכל לב ונפש פאר די הצלחה פון די מבצרים האדירים, די הצלחה און בליה פונעם רבי'נס הייליגע אימפּעריע איז אים פּערזענליך אַ שטיק חיות, און ער טוט תמיד כל מה שביכלתו אַז ריזיגע פּראָיעקטן זאלן שפּאַנען פאָראויס מיט'ן שנעלסטן טעמפּאָ.
דער נדיב האדיר האָט זיך פאַרבינדן מיט די עסקני קרן הבנין און איבערגעגעבן נדבת לבו הטוב צו שענקן אַ ריזן פאַנטאַסטישע נדבה, כדי צו געבן אַ מעכטיגע שטיצע-קראַפט פאַר'ן אויפבוי פונעם ריזן גיגאַנטישע שטאָקיגע פעסטונג פאר די טויזנטער תלמידות המחנה, מיט'ן קלאָרן וויזיע און מיסיע צו פאַרענדיגן די פולע שטאָקיגע סטראָקטור-באַקס אויפ'ן קומענדיגע יו"ט פּסח, אַז תיכף נאָך יו"ט זאָל מען זיך קענען נעמען צו אַלע אינעווייניגסטע איינריכטונגען און די בנין האדיר זאָל זיין גרייט אויפ'ן זוממער הבעל"ט.

זכה וזיכה הרבים:
הנגיד האדיר מוה"ר חיים מרדכי הי"ו שטעלט צו מעגאַ סומע אין קעש-געלט, און די הנהלת המחנות מיט'ן "ועד הפּועל" וועלן בע"ה אויפטרייבן ביי סאַטמאַרער נדיבים פרישע 2.5 מיליאָן נדבות ביז קומענדיגע ר"ח אדר הבעל"ט
די פרישע הילכיגע נדבה קומט אין פאָרעם פון אַ ריזן מעגאַ סומע אין קעש-געלט, וואָס הנגיד האדיר מוה"ר חיים מרדכי הי"ו שטעלט צו, וואָס מיט די געלט קען מען אָנהייבן בויען אויפ'ן שנעלסטן ספּיד און גאַלאָפּ, וואָס דאָס פאר זיך איז עפּעס וואָס איז אַ חידוש נפלא אַראָפּצולייגן אין קעש-געלט אַזאַ סכום אדיר ונכבד.
וואָס ווי פאַרשטענדליך טוט דאָס געבן אַ אויסטערלישע הרחבת הדעת פאר די חשובע עוסקים במלאכת הקודש, ווען דאָס געלט איז דאָ, און מ'דאַרף נישט באַזונדער אַרומלויפן צו גמ"ח'ן און גוטע אידן צו בעטן אויסצובאָרגן געלטער אויפ'ן חשבון פון די צוגעזאָגטע נדבות פּעימענטס, און מ'וועט קענען פילפאַכיג מער זיין קאָנצענטרירט אין די עבודת הקודש און הרחבת גבולי הקדושה.
אָבער דאָס קומט באַגלייט מיט אַ שטאַרקע תנאי קודם לנדבה אַז די הנהלת המחנות מיט'ן "ועד הפּועל" וועט אויפטרייבן ביי סאַטמאַרער נדיבים פרישע 2.5 מיליאָן נדבות ביז קומענדיגע ר"ח אדר הבעל"ט, און אינאיינעם מיט די הייליגע געלטער וועט מען בעז"ה קענען אַרויפציען דעם ריזן סטראָקטור פונעם בנין אַז דאָס זאָל זיין פיקס-פאַרטיג אויפ'ן יו"ט פּסח הבעל"ט.
די יעצטיגע שטאַפּל פון הנגיד האדיר ר' חיים מרדכי הי"ו איז אַ פרישע היסטאָרישע דערהער בעולם הצדקה, זייענדיג אַ ריכטיגע וועג ווייזער פאר אַנדערע נדיבים ונגידים ווי אַזוי מ'דאַרף האָבן אַ שאיפה צו בויען דעם רבי'נס הייליגע אימפּעריע למעלה למעלה ברוב עוז ותעצומות.

אומר ועושה, פועל ומשתדל:
הנגיד האדיר ר' חיים מרדכי שליט"א נוצט זיינע הויכראַנגיגע פאַרבינדונגן מיט די לאָקאַלע באַאַמטע צו שאַפן די נוטיגע פּערמיטן און אַפּראָוולס בעתו ובזמנו
אין צוגאָב צו זיין פאַנטאַסטישע נדבות, און חידוש'פולע השגות אין צדקה, איז ר' חיים מרדכי אויך אַ עסקן נלהב פאַר'ן רבי'נס אימפּעריע, און מיט זיין גוט האַרץ און שכל הישר נוצט ער גוט אויס זיינע הויכראַנגיגע קשרים און פאַרבינדונגן מיט די לאָקאַלע באַאַמטע צו שאַפן די נוטיגע פּערמיטן און אַפּראָוולס בעתו ובזמנו, צו פאַרזיכערן אַז די בנין האדיר קען געבויעט ווערן שנעל און גיך אָן קיין שום אָפּהאַלט אַז דאָס זאָל קענען שטיין מיט'ן פולן פראַכט אויפ'ן אָנהייב זוממער סעזאָן.

יחד נבנה לה' אלקי ישראל:
הנהלת המחנות מיט'ן "ועד הפּועל" לאָזן זיך אַרויס אויף די יאַרכע צו באַזוכן בבתי נדיבי ונגידי בית סאַטמאַר אויפצוטרייבן אָסטראָנאָמישע נדבות אין קורצע צייט-אָפּשניט
אַזאַ זעלטענע פאָרשלאַג פון אַ נדבן איז לאו בכל יומא מתרחיש, און טראָץ וואָס אינמיטן ווינטער איז בכלל נישט אַזאַ גרינגע עסק אויפצוטרייבן אַזעלכע וואַרימע זוממער'דיגע שטיצע פאר די קעמפּ'ס, טוען זיך די געטרייע חברי הנהלת המחנות אינאיינעם מיט די העלדישע עסקני ועד הפּועל זיך אָנגאַרטלן אויף די הייליגע מיסיע און מ'האָט זיך אַרויסגעלאָזט צו די טירן פון די נדיבים בעם צו קענען אויפטרייבן די ריזיגע סומע פון 2.5 מיליאָן נדבות פאַר'ן בנין האדיר.
עס איז אַרויסגעשטעלט געוואָרן אַ רייע מיט זכותים נשגבים זיך איינצוהאַנדלן אינעם בנין, וואָס אַ בנין אינעם קעמפּ איז גוט באַקאַנט ביי סאַטמאַרער חסידים באַדייט אַ זכות אין ישוב ארץ ישראל, אַזוי ווי רביה"ק זי"ע האָט זיך אויסגעדרוקט ביים חנוכת הבית פון די ערשטע קעמפּ, און די נדיבים וועלן זיך איינהאַנדלן זכותים און דערמיט אַרויפרוקן די נומערן אָנצוקומען צום ריזן סומע פון 2.5 מיליאָן ביז'ן קומענדיגע ראש חודש אדר הבעל"ט.

חידוש נפלא בעולם הנדבות:
ערענסטע אינוועסטמענט: אַ איינמאָליגע נדבה וואָס ברענגט פרישע געלט יעדע איינציגסטע וואך!
יעדע נדבה אין דעם בנין האדיר איז נישט קיין איינמאָליגע נדבה, נאר עס איז אַ נדבה וואָס וועט בעז"ה שטענדיג עושה פּירות זיין, נאָכדעם וואָס די בנין אויסער דעם וואָס אין די זוממער חדשים איז דאָס אָנגעזאַפּט מיט יראת שמים און מידות טובות פון גרויסע ערוואַקסענע תלמידות, איז דאָס אים די ווינטער חדשים באַרימט אַלס גאָר צוגעפּאַסטע רעזאָרט אַרויסצודינגען פאר שבתים און כינוסים, און די נייע בנין וועט בעז"ה זיין אין באַנוץ דורכאויס די גאַנצע יאָר, און וועט בעז"ה אַריינברענגען אַ שיינע באַדייטנדע הכנסה פאַר'ן קעמפּ, וואָס דאָס באַדייט אַז יעדע נדבה וואָס מ'געבט יעצט וועט יעדע וואָך זיין בעז"ה אַ פרישע נדבה! וואויל איז פאר די קלוגע אידן בעלי דעת וועלכע אינוועסטירן אין אַזאַ גאָלדן געשעפט!
רבינו הקדוש והטהור זי"ע מהיכל קדשו בגנזי מרומים שעפּט נחת און קוועלט פאר פרייד פון די מאַסיווע הרחבת גבולי הקדושה אין די מחנות רב טוב אימפּעריע, און וועט זיכער מכיר טוב זיין פאַר אַלע נדיבים ותומכים וועלכע זענען שותפים אין דעם הייליגן פּראָיעקט, און וועט זיי משפּיע זיין משמי מעל כל מילי דמיטב.
הֶהָרִים וְהַגְּבָעוֹת יִפְצְחוּ לִפְנֵיכֶם רִנָּה!

זעהט בייגעלייגט די אויג-פאַרכאַפּנדע פּלענער פאַר'ן בנין האדיר
און די זכותים אדירים ונשגבים זיך איינצוהאַנדלן בתוככי הבנין

https://publuu.com/flip-book/778072/1723424
unnamed (30).jpg
unnamed (30).jpg (134.73 KiB) געזען געווארן 1206 מאל
unnamed (2).png
unnamed (2).png (812.57 KiB) געזען געווארן 1206 מאל
סקיצע פון גינת פערל נתנדב ע"י הרבני הנגיד מוה"ר חיים מרדכי אינזליכט הי"ו
unnamed (1).png
unnamed (1).png (851.35 KiB) געזען געווארן 1206 מאל
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1350
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2123

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נפתלי »

וואס איז די סוד וויפיל געלט ר' חיים מרדכי האט געגעבן?
חכם עתיק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 827
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 10:11 am
x 837

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך חכם עתיק »

יכול להיות אז ער וויל נישט מ'זאל זאגן
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1350
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2123

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נפתלי »

חכם עתיק האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 27, 2025 2:52 pm פרעכטיגע באנקעט "יסוד הבנין" לטובת בניית בית מדרשינו החדש דקהלתינו הקדושה שכונת ווערנאן בראשות כ"ק מרן רבינו שליט"א פארגאנגענעם מוצאי שבת קודש פרשת וארא העעל"ט

אומגלויבליך אבער א פאקט; קאלאסאלע סך הכל פון העכער א "מיליאן דאללער" אריינגעקומען ביים באנקעט דורך הונדערטער אנ"ש תושבי השכונה, בנוסף צו די איבריגע קרוב צו "פיר מיליאן דאללער" גרעסערע נדבות דורך נדיבי לב, וואס ציילט זיך אלס געשאצטע "45 פראצענט" פון די קאסט פונעם פראיעקט!


בונים היכל לה' אלקי ישראל!

unnamed (27).jpgunnamed (28).jpg
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=7 ... tegories=1
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1350
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2123

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נפתלי »

רבינו שליט"א האלט מיט די סדר לימוד ליל שישי שובבים דורך אלפי בחורי ואברכי קהלתינו און ביהמ"ד הגדול וויליאמסבורג
פיילס
785674.jpg
363tyghfy.jpg
jh kutk.jpg
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1350
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2123

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נפתלי »

נפתלי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 28, 2025 10:04 am רבינו שליט"א האלט מיט די סדר לימוד ליל שישי שובבים דורך אלפי בחורי ואברכי קהלתינו און ביהמ"ד הגדול וויליאמסבורג
https://www.bechatzros.com/post/7548434
חכם עתיק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 827
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 10:11 am
x 837

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך חכם עתיק »

נפתלי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 28, 2025 10:04 am רבינו שליט"א האלט מיט די סדר לימוד ליל שישי שובבים דורך אלפי בחורי ואברכי קהלתינו און ביהמ"ד הגדול וויליאמסבורג
f50a57_b83450a5bc62428283406238d09b3c50~mv2.jpg
f50a57_b83450a5bc62428283406238d09b3c50~mv2.jpg (90.71 KiB) געזען געווארן 907 מאל
f50a57_2e495fa7a2f14d329893760393a7bd2b~mv2.jpg
f50a57_2e495fa7a2f14d329893760393a7bd2b~mv2.jpg (108.37 KiB) געזען געווארן 907 מאל
חכם עתיק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 827
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 10:11 am
x 837

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך חכם עתיק »

🌴 בצל רבינו🌴
ברכת מזל טוב לכ"ק מרן רבינו שליט"א לרגל הולדת נכדו למז''ט בן הנולד אצל נכדו הרב חיים בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1350
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2123

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נפתלי »

חכם עתיק האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 28, 2025 12:58 pm 🌴 בצל רבינו🌴
ברכת מזל טוב לכ"ק מרן רבינו שליט"א לרגל הולדת נכדו למז''ט בן הנולד אצל נכדו הרב חיים בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א
חתן?
חכם עתיק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 827
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 10:11 am
x 837

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך חכם עתיק »

נפתלי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 28, 2025 1:31 pm
חכם עתיק האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 28, 2025 12:58 pm 🌴 בצל רבינו🌴
ברכת מזל טוב לכ"ק מרן רבינו שליט"א לרגל הולדת נכדו למז''ט בן הנולד אצל נכדו הרב חיים בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א
חתן?
ר' זלמן לייב וואגשאהל - ב''פ
חכם עתיק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 827
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 10:11 am
x 837

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך חכם עתיק »

נפתלי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 28, 2025 9:58 am
חכם עתיק האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 27, 2025 2:52 pm פרעכטיגע באנקעט "יסוד הבנין" לטובת בניית בית מדרשינו החדש דקהלתינו הקדושה שכונת ווערנאן בראשות כ"ק מרן רבינו שליט"א פארגאנגענעם מוצאי שבת קודש פרשת וארא העעל"ט

אומגלויבליך אבער א פאקט; קאלאסאלע סך הכל פון העכער א "מיליאן דאללער" אריינגעקומען ביים באנקעט דורך הונדערטער אנ"ש תושבי השכונה, בנוסף צו די איבריגע קרוב צו "פיר מיליאן דאללער" גרעסערע נדבות דורך נדיבי לב, וואס ציילט זיך אלס געשאצטע "45 פראצענט" פון די קאסט פונעם פראיעקט!


בונים היכל לה' אלקי ישראל!

unnamed (27).jpgunnamed (28).jpg
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=7 ... tegories=1
דברות קודש פון כ''ק מרן רבינו שליט''א ביים מעמד
https://portal.teleground.com//media/sa ... 728500.wav
חכם עתיק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 827
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 10:11 am
x 837

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך חכם עתיק »

unnamed (32).jpg
unnamed (32).jpg (523.68 KiB) געזען געווארן 655 מאל
חכם עתיק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 827
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 10:11 am
x 837

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך חכם עתיק »

Screenshot 2025-01-29 100155.png
Screenshot 2025-01-29 100155.png (182.36 KiB) געזען געווארן 508 מאל
אוועיטער
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 432
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 458

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך משה רבינו »

חכם עתיק האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 29, 2025 10:01 am Screenshot 2025-01-29 100155.png
עס איז זייער אינטערסאנט ווייל די מג"א ברענגט אראפ על פי קבלה אז מען זאל נישט פאסטן נאכן מולד,

אין די מולד איז גווען מיטוואך אינדערפרי 6:17
חכם עתיק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 827
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 10:11 am
x 837

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך חכם עתיק »

f50a57_d1f06271e3f943adbc4694a18ac7f479~mv2.png
f50a57_d1f06271e3f943adbc4694a18ac7f479~mv2.png (1.26 MiB) געזען געווארן 408 מאל
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1350
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2123

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נפתלי »

unnamed (28).jpg
unnamed (28).jpg (237.63 KiB) געזען געווארן 385 מאל
חכם עתיק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 827
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 10:11 am
x 837

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך חכם עתיק »

נפתלי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 29, 2025 2:18 pm unnamed (28).jpg
לכבוד א שמחה?
חכם עתיק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 827
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 10:11 am
x 837

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך חכם עתיק »

נפתלי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 28, 2025 9:58 am
חכם עתיק האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 27, 2025 2:52 pm פרעכטיגע באנקעט "יסוד הבנין" לטובת בניית בית מדרשינו החדש דקהלתינו הקדושה שכונת ווערנאן בראשות כ"ק מרן רבינו שליט"א פארגאנגענעם מוצאי שבת קודש פרשת וארא העעל"ט

אומגלויבליך אבער א פאקט; קאלאסאלע סך הכל פון העכער א "מיליאן דאללער" אריינגעקומען ביים באנקעט דורך הונדערטער אנ"ש תושבי השכונה, בנוסף צו די איבריגע קרוב צו "פיר מיליאן דאללער" גרעסערע נדבות דורך נדיבי לב, וואס ציילט זיך אלס געשאצטע "45 פראצענט" פון די קאסט פונעם פראיעקט!


בונים היכל לה' אלקי ישראל!

unnamed (27).jpgunnamed (28).jpg
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=7 ... tegories=1
https://www.bechatzros.com/post/67965774
f50a57_6da43a89ff2c44e48b1e35232114a392~mv2.png
f50a57_6da43a89ff2c44e48b1e35232114a392~mv2.png (695.52 KiB) געזען געווארן 267 מאל
שרייב פאוסט