בלאט 343 פון 509

Re: אנגעצויגענער מצב אין צפון ארץ ישראל צווישן מדינת ישראל און כיזבאלא

געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 11:29 am
דורך שאינו יודע לשאול
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 11:22 am כיזבאלא מיט א פרישע סטראשע ווידיאו.
מדנ"י אויסערן מיניסטער אין רעאקציע צום ווידיאו.
WhatsApp Image 2024-07-09 at 09.37.20_bd0fff59.jpg
WhatsApp Image 2024-07-09 at 09.37.20_bd0fff59.jpg (107.54 KiB) געזען געווארן 554 מאל

Re: אנגעצויגענער מצב אין צפון ארץ ישראל צווישן מדינת ישראל און כיזבאלא

געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 12:59 pm
דורך Spa 42
צוויי ציווילע זענען שווער פארוואונדערט געווארן ווען זייער קאר איז געטראפן געווארן פון א ראקעט אויף כביש 91 אין די גולן בערג.

Re: אנגעצויגענער מצב אין צפון ארץ ישראל צווישן מדינת ישראל און כיזבאלא

געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 1:00 pm
דורך Spa 42
Spa 42 האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 12:59 pm צוויי ציווילע זענען שווער פארוואונדערט געווארן ווען זייער קאר איז געטראפן געווארן פון א ראקעט אויף כביש 91 אין די גולן בערג.
די פייערלעשער האבן ארויסגעראטעוועט די צוויי מענטשן וואס זענען געווען פארכאפט אינעם ברענענדיגע קאר.

Re: אנגעצויגענער מצב אין צפון ארץ ישראל צווישן מדינת ישראל און כיזבאלא

געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 1:04 pm
דורך Spa 42
Spa 42 האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 1:00 pm
Spa 42 האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 12:59 pm צוויי ציווילע זענען שווער פארוואונדערט געווארן ווען זייער קאר איז געטראפן געווארן פון א ראקעט אויף כביש 91 אין די גולן בערג.
די פייערלעשער האבן ארויסגעראטעוועט די צוויי מענטשן וואס זענען געווען פארכאפט אינעם ברענענדיגע קאר.
קומען אריין באריכטן אז די צוויי פרויען זענען פארברענט געווארן צום טויט.

השם ישמר.

Re: אנגעצויגענער מצב אין צפון ארץ ישראל צווישן מדינת ישראל און כיזבאלא

געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 1:10 pm
דורך Spa 42
viewtopic.php?p=105136#p105136
ער איז געווען נאסאראלא'ס רעכטע האנט, ער איז גע'הרג'עט געווארן אין א געצילטע מדנ"י אטאקע אויף זיין קאר אין ביירוט.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 1:37 pm
דורך ניקל
פאלעסטינער באריכטן אויף איבער 20 טויטע און א מדינת ישראל באמבאדירונג און חאן יונאס

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 2:32 pm
דורך שאינו יודע לשאול
באריכט אין דער טיימס פארציילט איבער ארגאניזירטע באנדעס וואס פאלן איבער הומאניטערישע ליפערונגען קיין עזה אין א פארזוך צו רויבן ציגארעטלעך וואס ווערן מיטגעשמוגלט אין די ליפערונגן.
א ציגארעטל קיאסק אין עזה אין בעסערע צייטן
א ציגארעטל קיאסק אין עזה אין בעסערע צייטן
unnamed - 2024-07-09T142551.109.jpg (15.67 KiB) געזען געווארן 346 מאל

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 2:57 pm
דורך פליט
חיזבאלא האט אריינגעשאסן צענדליגער ראקעטן היינט אויף די גולן בערג פון וואס צוויי אידן זענען שווער פארוואונדעט געווארן נאכוואס ס'האט באטראפן זייער קאר.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 3:01 pm
דורך פליט
שב"כ און מסתערבים האבן היינט ארעסטירט טעראר פארדעכטיגטע אין יהודה ושומרון.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 3:10 pm
דורך פליט
ניקל האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 1:37 pm פאלעסטינער באריכטן אויף איבער 20 טויטע און א מדינת ישראל באמבאדירונג און חאן יונאס
כאמאס אין א סטעיטמענט צו אלע זייערע שטיצער איבער די וועלט, צו ארויסגיין מיט שווערע פראטעסטן אויף די אטאקע אין חאן יונאס.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 3:49 pm
דורך אנדערער
פליט האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 2:57 pm חיזבאלא האט אריינגעשאסן צענדליגער ראקעטן היינט אויף די גולן בערג פון וואס צוויי אידן זענען שווער פארוואונדעט געווארן נאכוואס ס'האט באטראפן זייער קאר.
אין אנדערע טעמע איז געווען באריכטעט אז זיי האבן עס ליידער נישט איבערגעלעבט

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 3:50 pm
דורך פליט
אנדערער האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 3:49 pm
פליט האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 2:57 pm חיזבאלא האט אריינגעשאסן צענדליגער ראקעטן היינט אויף די גולן בערג פון וואס צוויי אידן זענען שווער פארוואונדעט געווארן נאכוואס ס'האט באטראפן זייער קאר.
אין אנדערע טעמע איז געווען באריכטעט אז זיי האבן עס ליידער נישט איבערגעלעבט
יאפס.... ליידער ליידער....

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 5:05 pm
דורך דער תהלים איד
אוי ר"ל.

שומרי תורה?

Re: אנגעצויגענער מצב אין צפון ארץ ישראל צווישן מדינת ישראל און כיזבאלא

געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 5:08 pm
דורך שאינו יודע לשאול
פייערן אין צפון אין רעזולטאט פון כיזבאלא אטאקעס.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 6:11 pm
דורך שאינו יודע לשאול
די אמעריקאנע געבויטע פארט פאר הומאניטארישע ליפערונג אין עזה וועט אין די קומענדיגע טעג ענדגילטיג צונומען ווערן.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 8:01 pm
דורך מיילעך פריילעך
מיטל מזרח - מדנ"י מיליטער האט אויפגעדעקט א כאמאס הויפטקווארטיר אין א שולע געביידע און אין א שפיטאל אין עזה סיטי.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 8:01 pm
דורך מיילעך פריילעך
די קאנגרעס אין דייטשלאנד האט אריבערגעפירט א ביל וועלכע וועט פארבאטן זיך צו באנוצן מיט א רויטע דרייעקיג פארום וועלכע רעפרעזענטירט כאמאס, און ווערט ארויסגעשטעלט אין פילע פון אירע פראפאגאנדע ווידיאוס.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 8:02 pm
דורך מיילעך פריילעך
אכט פייערן האבן אויסגעבראכן אין די גולן הויכן אין רעזולטאט פון די לעצטיגע מיסיל באראזש.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 10:19 pm
דורך פליט
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 5:05 pm אוי ר"ל.

שומרי תורה?
א אידישע נשמה זיכער.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 10:31 pm
דורך פליט
לויט באריכטן האבן עטליכע אייראפעאישע פירמעס וועלכע מד'י נוצט פאר רויע מאטריאלן פאר וואפן געמאכט א אומאפיציעלע וואפן עמבארגא און ענפערן נישט פאר די מד'י פירמעס אויף קיין רופן און אי-מעילס.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 10:51 pm
דורך פליט
די מדינות ישראל מיליטער אפערירט יעצט אין דריי פראווינצן, עזה סיטי סעדזשעיה און רפיח.

און רפיח איז א סאלדאט אומגעקומען פון א חאמאס שארף שיסער.

סעדזשעיה האט מען אויפגעריסן 6 טונעלן וואס אפאר פון דעם האבן זיך געצויגן ביזן גרעניץ.

עזה סיטי האט מען געהארגעט 70 טעראריסטן.

איבער 150 טעראריסטן האבן היינט געהאט זייער לעצטע טאג אין עזה.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 10:53 pm
דורך פליט
באריכטן געבן אן אז די אמעריקאנער אינטעליגענץ האט אינפארמאציע אז איראן איז דירעקט פארבינדן און שטיצט אונטער די פרא פאליסטינער פראטעסטן העלפנדיג סיי פינאַנציעל און סיי טאקטיש.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 11:14 pm
דורך Spa 42
Spa 42 האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 7:54 pm א מדנ"י סאלדאט איז ארעסטירט געווארן פארן אומלעגאל הרג'ענען א טעראריסט אום אקטאבער 7.

בילד אין ספוילער.
נישט פאר שוואכע הערצער
► Show Spoiler
געווארן גע'משפט פאר א חודש תפיסה.

Re: אנגעצויגענער מצב אין צפון ארץ ישראל צווישן מדינת ישראל און כיזבאלא

געפאוסט: מיטוואך יולי 10, 2024 12:31 am
דורך Spa 42
מיילעך פריילעך האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 8:02 pm אכט פייערן האבן אויסגעבראכן אין די גולן הויכן אין רעזולטאט פון די לעצטיגע מיסיל באראזש.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מיטוואך יולי 10, 2024 9:55 am
דורך שאינו יודע לשאול
מיילעך פריילעך האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 8:01 pm מיטל מזרח - מדנ"י מיליטער האט אויפגעדעקט א כאמאס הויפטקווארטיר אין א שולע געביידע און אין א שפיטאל אין עזה סיטי.
ווייניגסטנס 25 זענען באשטעטיגט טויט נאך די באמבאדירונג אויף א שולע.