בלאט 341 פון 619
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 05, 2025 6:34 pm
דורך משזר עריכה
גרינגראז האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 04, 2025 7:36 pm
גארנישט האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 04, 2025 5:23 pm
גארנישט האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 01, 2025 10:33 am
בלאט נומ. 4 ביי די בריוון טעמע איז פארמאכט אויף נטפרי
ממילא קען איך נישט שרייבן
און איך גלייב אז נאך אסאך אנדערע
איך בעט זייער ווער עס קען עפענען בלאט נומ. 4 איך זאל קענען שרייבן דארט,
ביטע בודק זיין וואס טריגערט נטפרי, און כשר'ן
אדער שרייבט ביז מען קומט אן צו 5
איך האב שוין געשריבן א לאנגע בריוו עס ליגט יעצט אויף word און איך קיין עס נישט אריבערלייגן אהין,
(איך האב שוין פרובירט גיין אויף בלאט 1 און איך קען אזוי אויכעט נישט)
איך פארשטיי נישט, דו זוכסט אויסצושפילן דיין פילטער?
וויבאלד נטפרי נוצט זייער שטארק אן אויטמאטישע סיסטעם, קען עס צו מאכן זאכן פאר גארנישט און פאר נישט, און מען ברויך זיך בעטן ביי זיי אז זיי זאלן עס איבערקוקן און עפנען, ממילא איז נארמאל צו בעטן אז מען זאל איבערקוקן און פרובירן צו פארשטיין וואס מאכט זיי צומאכן א געוויסע זאך.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 05, 2025 8:38 pm
דורך פארשטענדליך אידל
גרינטליך האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 05, 2025 1:30 pm
יאיא האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 05, 2025 1:22 pm
זייער קלאר און גוט
אגב אסאך מלחמה לעבער האבן אויך נישט געוואלט רעדן
רובא דרובא האבען פאר יארן נישט גערעט קיין ווארט.
א קליין חלק פלעגען אויף תשעה באב, צי ביי די סדר נאכט, רעדן פון אויווען אויף.
צווישען די פוילישע וואס האבען פיהל מער געליטען האבן אסאך קיינמאל נישט גערעט, זיי האבן מורא געהאט זיי קענען אפשר, ציקומען צי קשיות, על מה עשה ה' ככה.
פלעגען זיי, דערשטיקן די נושע ממש מיט כח.
טוענדיג אביסל דערין האב איך דורכגעטון דאס ענין פארוואס די מלחמה איבערלעבער האבן נישט גערעדט פון די שווערע יארן, בין איך צוגעקומען צו צוויי תירוצים.
1. זיי האבן געפילט ווי מען וועט זיי נישט פארשטיין, זיי האבן געוויסט אז קיינער אין די וועלט וועט נישט פארשטיין וואס זיי זענען אדורך, און די גרעסטע ווייטאג פאר א מענטש וואס פארציילט זיינע שווערע מיטמאכענישן איז ווען ער פילט אז קיינער פארשטייט אים נישט, דאס צורייסט א מענטש אויף שטיקער.
2. זיי האבן נישט פארצייילט פאר זייערע קינדער ווייל זיי האבן נישט געוואלט שווער מאכן זייערע קינדער מיט הערן אזאלכע שווערע מעשיות.
וראיה לדבר, אז די מלמחה איבערלעבער צווישן זיך האבן אלעמאל גערעדט נאר פון די מלחמה יארן, גלייך ווען מען האט זיך געטראפן האט מען געפרעגט "אין וועלכע לאגער ביסטו געווען, ווייל זיי האבן זיך פארשטאנען.
לויט ווי עס זעט אויס פון
@מענדי קעניג זענען זיי אויף דעם מצב, דעריבער לאמיר זיי געבן די ספעיס און רעדן וואס זיי פילן באקוועם.
און טראמא ווערט נישט מסודר ווי נאר מען האט א נארמאלע שטוב, נאר עס נעמט לאנגע יארן ביז די געפילן שטעלן זיך צוזאם מיט די שכל און מען פילט רואיג אז מען איז שוין נארמאל מן הישוב, און די לב טהור געשיכטע גייט אריין אין קאפ אלס א אלטע קאפיטל היסטאריע.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 05, 2025 10:26 pm
דורך על פי תורה
כ'האב זיך סתם געמאכט א שטיקל חשבון, וויאזוי די השגחה עליונה האט צוגעפירט אז חבורת לב טהור, וואו יודישע קינדער האבן אזויפיל מיטגעמאכט, זאל זיך ענדיגן.
קודם כל, די פאקט אז מען האט געמופט קיין גווטאמאלא. שטעלטס ענק פאר זיי וואוינען נאך אין מאנסי, וויאזוי וואלט מען 'ארויסגעגאנגען' פון לב טהור? דער פאקט אז מען גייט קיין אמעריקע אוועק פון די חבורה שפילט א שטארקע ראלע אין די ענדע פונעם חבורה.
צווייטנס, די מעשה מיט די טעללער קינדער וועלעכע האט אריינגעלייגט אלע פירער אין תפיסה. דאס איז ברור אז ווען די וויינגארטנס און מאיר יששכר ראוזנער זענען אויף די סצענע כהיום, וואלט די מצב אויסגעזען אינגאנצן אנדערש. די פירערשאפט איז אריבערגעגאנגען צו יונגערע הענט, וועלעכע האבן געהאנדלט זאכן אנדערש ווי יעקב נחום וואלט עס ווען געהאנדעלט.
דריטנס, די פאקט אז מען האט געטוישט די בגדים. קודם כל האט עס געוויזן פאר די וועלט אז מען רעדט נישט פון נאך א ווערסיע פון א גאר פרומע קהילה, נאר דאס איז גאר עפעס אנדערש, אוועק אוועק פון יעדע סארט היימישע קהילה. ועוד עס געבט כהיום א שטיקל סטעיטמענט ווער איז נאך אין די חבורה און ווער נישט. ווען זיי גייען ווען מיט הוט און רעקל וואלט ווען נישט געווען וואס צו אויסטון.
די פערטע שלב, די התייסדות פון כנישתא חדא. דאס האט ממש ציבראכן די חבורה. ווען משפחות האבן די ערשטע מאל אין היסטאריע אנגעהויבן ארויסצוגיין פון לב טהור.
די פיפטע שלב איז געווען די איבערפאל ווען מען האט אריינגעלייגט די קינדער אין שעלטער.
די זעקסטע שלב איז געווען ווען מען האט ארויסגעשטעלט אלע בני החבורה אין גאס, און אזוי האט יעדער פלוצלינג באקומען קשר מיט די וועלט, און די קאנטראל האט נישט געקענט אנגיין ווען מען האט געוואוינט אין די גאס.
די זיבעטע שלב איז געווען ווען מען האט אריינגעלייגט דעם חכם אין די שו, און אים אפגעהאקט פון לב טהור פאר 3 קריטישע חדשים.
די אכטע שלב איז געווען נאך פסח ווען די חברי הנהלה האבן אנגעהויבן ארבעטן אינאיינעם מיט די עסקנים.
איך וואלט ווען צוגעלייגט א ניינטע שלב (וואס דער עולם כאפט נישט ווי דראמאטיש דאס איז) אז דער עולם אין אמעריקע האט זיך אויסגעלערנט מקרב צו זיין יודן וועלעכע בלייבן נאך מיט שיטת לב טהור און גייען נאך מיט די בגדים. דאס געבט די מעגליכקייט פאר משפחות ארויסצוקומען ווען זיי הערן ווי שיין מען איז יעדן מקרב.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 05, 2025 10:42 pm
דורך מענדי קעניג
על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 05, 2025 10:26 pm
כ'האב זיך סתם געמאכט א שטיקל חשבון, וויאזוי די השגחה עליונה האט צוגעפירט אז חבורת לב טהור, וואו יודישע קינדער האבן אזויפיל מיטגעמאכט, זאל זיך ענדיגן.
קודם כל, די פאקט אז מען האט געמופט קיין גווטאמאלא. שטעלטס ענק פאר זיי וואוינען נאך אין מאנסי, וויאזוי וואלט מען 'ארויסגעגאנגען' פון לב טהור? דער פאקט אז מען גייט קיין אמעריקע אוועק פון די חבורה שפילט א שטארקע ראלע אין די ענדע פונעם חבורה.
צווייטנס, די מעשה מיט די טעללער קינדער וועלעכע האט אריינגעלייגט אלע פירער אין תפיסה. דאס איז ברור אז ווען די וויינגארטנס, און מאיר יששכר ראוזנער זענען אויף די סצענע כהיום, וואלט די מצב אויסגעזען אינגאנצן אנדערש. די פירערשאפט איז אריבערגעגאנגען צו יונגערע הענט, וועלעכע האבן געהאנדלט זאכן אנדערש ווי יעקב נחום וואלט עס ווען געהאנדעלט.
דריטנס, די פאקט אז מען האט געטוישט די בגדים. קודם כל האט עס געוויזן פאר די וועלט אז מען רעדט נישט פון נאך א ווערסיע פון א גאר פרומע קהילה, נאר דאס איז גאר עפעס אנדערש, אוועק אוועק פון יעדע סארט היימישע קהילה. ועוד עס געבט כהיום א שטיקל סטעיטמענט ווער איז נאך אין די חבורה און ווער נישט. ווען זיי גייען ווען מיט הוט און רעקל וואלט ווען נישט געווען וואס צו אויסטון.
די פערטע שלב, די התייסדות פון כנישתא חדא. דאס האט ממש ציבראכן די חבורה. ווען משפחות האבן די ערשטע מאל אין היסטאריע אנגעהויבן ארויסצוגיין פון לב טהור.
די פיפטע שלב איז געווען די איבערפאל ווען מען האט אריינגעלייגט די קינדער און שעלטער.
די זעקסטע שלב איז געווען ווען מען האט ארויסגעשטעלט אלע בני החבורה אין גאס, און אזוי האט יעדער פלוצלינג באקומען קשר מיט די וועלט, און די קאנטראל האט נישט געקענט אנגיין ווען מען האט געוואוינט אין די גאס.
די זיבעטע שלב איז געווען ווען מען האט אריינגעלייגט דעם חכם אין די שו, און אים אפגעהאקט פון לב טהור פאר 3 קריטישע חדשים.
די אכטע שלב איז געווען נאך פסח ווען די חברי הנהלה האבן אנגעהויבן ארבעטן אינאיינעם מיט די עסקנים.
איך וואלט ווען צוגעלייגט א
ניינטע שלב (וואס דער עולם כאפט נישט ווי דראמאטיש דאס איז) אז דער עולם אין אמעריקע האט זיך אויסגעלערנט מקרב צו זיין יודן וועלעכע בלייבן נאך מיט שיטת לב טהור און גייען נאך מיט די בגדים. דאס געבט די מעגליכקייט פאר משפחות ארויסצוקומען ווען זיי הערן ווי שיין מען איז יעדן מקרב.
וואו, אראפ גילייגט די היסטורי אין קורצן זייער שיין.
כוואלט גיגעבן די מערסטע קרעדיט פאר די מייסד פון כנישתא חדא הר' אהרן יו"ט ז"ל וואס האט זיך כפשוטו מוסר נפש גיווען צו ראטעווען יודישע נשמות און באוויזן די אומעגליך צו ארבטען מיט יעדן וואס ער האט גיקענט ארויס צו קומען מיט די גאנצע משפחה.
פון דא האט זיך אנגיהויבן א דירעקטע השתלשלות ביז ווי משטייט היינטיגן טאג.
כוועל דערמאנען לעילוי נשמתו, ער איז נפטר גיווארן בשעתן עוסק זיין בדבר מצווה (א זאך וואס יעדן יוד ווינטשט זיך און ווייניג זענען זוכה דערפאר) ווען ער איז גיפארן איינקויפן א גרויסע כמות פיש זאל זיין בריווח פאר משפחות וואס האבן האבן דאס נישט גיגעסן אפאר יאר.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 05, 2025 11:51 pm
דורך שעפעריש
על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 05, 2025 10:26 pm
כ'האב זיך סתם געמאכט א שטיקל חשבון, וויאזוי די השגחה עליונה האט צוגעפירט אז חבורת לב טהור, וואו יודישע קינדער האבן אזויפיל מיטגעמאכט, זאל זיך ענדיגן.
זייער א גוטע נקודה.
איך וואלט מיך קאנצעטרירט אויף נאך א חלק, די געוואלדיגע צוזאמשטעל און גוטע באלאנס פון עסקנים, וואס מיט יעדן אינאיינעם צוזאמען האט מען געקענט אנקומען ווי מ'האלט יעצט בעז''ה, ווי מ'האט קלאר געזען אז מ'האט קריטיש וויכטיג געדארפט יעדן'ס הילף צוגלייך
פון איין זייט די שטארקע ארבעט מיט איבערמענטשליכע כחות פון הרב בלום/גרינהוט, וואס האבן דעליווערט אין די חלק המלחמה עפעס נישט נארמאל, דעי מענטשן האבן געארבעט העכער מענשליכע כוחות, זייער מסירות נפש איז עפעס וואס איז שווער צו פארשטיין
פון די אנדערע זייט האנט ביי האנט האבן געארבעט אויף די חלק פון ימין מקרבת הרב זילבערשטיין טייכמאן פאזען מיללער ועוד, וואס האבן געוויזן פאר די יוצאים א פנים צחקת אז זיי זאלן זיך שפירן וועלקאם צווישן די היימישע עולם
די גוטע הארמאניע און צוזאמען ארבעט פון ביידע קריטישע פראנטן פונעם גבור מלחמה און פונעם זקן מלא רחמים איז זיכער שולדיג אויף די ווייטגרייכנדע הצלחה בעז''ה
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 12:00 am
דורך גדליה
פאר די עולם וואס גלייכט הארטע נומערן:
אין גוואטעמאלע געפונען זיך נאך 18 מענער,
6 דערפון זענען אויף בעיל
משה יוסף ראזנער (ריש מתיבתא)
אברהם יוסף יודא טעללער (רב)
פסח אברהם יואל גאלדמאן
אברהם חנה דוד קמחי
אלטר ניסים גאלדמאן
עובדיה גוזמאן
יושע חיים זיסל לאַווער
מנחם מענדל אלטער
משה יוסף מנחם העלבראַנץ
ידידיה העלבראנץ
אלימלך חיים יעקב ראָזנער
שמואל נחום גאסנבויער
שמעיה שמאי מנחם מענדל גאלדמאן
חיים ישראל יואל דיבא
אברהם דינקל
אברהם יודא ליבוש מלכא
מאיר יואל מלכא
משה חיים צבי מלכא
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 12:04 am
דורך בודקע
גדליה האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 06, 2025 12:00 am

דאכט זיך אז חיים צבי האט אויך א טיטל, ניין?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 12:12 am
דורך ברוך כבוד
גדליה האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 06, 2025 12:00 am
פאר די עולם וואס גלייכט הארטע נומערן:
אין גוואטעמאלע געפונען זיך נאך 18 מענער,
► Show Spoiler
6 דערפון זענען אויף בעיל
משה יוסף ראזנער (ריש מתיבתא)
אברהם יוסף יודא טעללער (רב)
פסח אברהם יואל גאלדמאן
אברהם חנה דוד קמחי
אלטר ניסים גאלדמאן
עובדיה גוזמאן
יושע חיים זיסל לאַווער
מנחם מענדל אלטער
משה יוסף מנחם העלבראַנץ
ידידיה העלבראנץ
אלימלך חיים יעקב ראָזנער
שמואל נחום גאסנבויער
שמעיה שמאי מנחם מענדל גאלדמאן
חיים ישראל יואל דיבא
אברהם דינקל
אברהם יודא ליבוש מלכא
מאיר יואל מלכא
משה חיים צבי מלכא
וויפיל האלטן זיך אויף אין בבל?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 12:19 am
דורך איבערמארגן
וואס איז די אדרעסס פון סענטא ראזע?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 12:22 am
דורך בודקע
איבערמארגן האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 06, 2025 12:19 am
וואס איז די אדרעסס פון סענטא ראזע?
פון what??
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 12:28 am
דורך על פי תורה
גדליה האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 06, 2025 12:00 am
פאר די עולם וואס גלייכט הארטע נומערן:
אין גוואטעמאלע געפונען זיך נאך 18 מענער,
6 דערפון זענען אויף בעיל
משה יוסף ראזנער (ריש מתיבתא)
אברהם יוסף יודא טעללער (רב)
פסח אברהם יואל גאלדמאן
אברהם חנה דוד קמחי
אלטר ניסים גאלדמאן
עובדיה גוזמאן
יושע חיים זיסל לאַווער
מנחם מענדל אלטער
משה יוסף מנחם העלבראַנץ
ידידיה העלבראנץ
אלימלך חיים יעקב ראָזנער
שמואל נחום גאסנבויער
שמעיה שמאי מנחם מענדל גאלדמאן
חיים ישראל יואל דיבא
אברהם דינקל
אברהם יודא ליבוש מלכא
מאיר יואל מלכא
משה חיים צבי מלכא
3 פון די 12 וועלעכע זענען נישט אויף בעיל זענען געסקעדשולט ארויסצוגיין בקרוב
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 12:38 am
דורך גדליה
על פי תורה האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 06, 2025 12:28 am

ריכטיג. סא בעיסיקלי באשטייט לב טהור פון 9 מעמבער'ס אין די מענער שול, א צענטער געזיכט....
על זה אמר הכתוב: די לעצטער זאל אויסלעשן די לעקטער...
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 12:39 am
דורך גדליה
בודקע האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 06, 2025 12:04 am
דאכט זיך אז חיים צבי האט אויך א טיטל, ניין?
ריכטיג ספרא דדינא
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 12:47 am
דורך העלפן א איד
על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 05, 2025 4:30 pm
מענדי קעניג האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 05, 2025 1:17 pm
כוועל דא שרייבן א זאך וואס כהאב כמעט קיינמאל נישט אויסגעשמיסט אפילו צו מיינע נאנטע
איך דריי מיך אין ציווישן די היימישע עולם שוין 3 יאר און 90% פון די מענטשן וואס כהאב זיך אנגיטראפן האב איך באקומען די זעלבע עקספירינס.
אזוי איז ביי רוב מענטשן ווען דו טרעפסט זיך אן מיט א יוצא לב-טהור בערך די 2טע שאלה איז וויפל ווייבער האסטו? וויפל מאל ביסטו גיווען חתונה גיהאט? וואס האט מען געטוהן מיט דיין ווייב ווען ביסט גיווען באשטראפט און אפגיטיילט, אדער אנדרע פריוואטע שאלות וכו. נאך דעם קומסטו זאגן פאר דיינע חברים אדער שרייבן אויף אידטיש אז דו פילסט אין דיין הארץ א געפיל פון קוקסט יענעם ארויף אדער פילסט מיט יענעמס ווייטאג, א בחינה פון א רעספעקט וואס דו האסט צו א צווייטע וועלט מלחמה איבער-לעבער וכדו, דיינע דיבורים זענען טאקע זייער שיין אבער דיינע מעשים זענען פארקערט. און יא, דו קענסט טראכטן וואס דו ווילסט קענסט עהם נאך דעם העלפן אסאך אבער די געפיל וואס דו האסט עהם גיגעבן איז זייער קלאר: איך בין זייער נייגעריג צו הערן וואס האסט צו פארקויפן, כגיי האבן פירסט הענט אינפארמעשין צו פארציילן פאר מיינע חברים/משפחה, איך בין דא פאר דיר ווי לאנג דו ביסט ניי און אינטערסאנט.
יעצט סנישט שלעכט צו זיין נייגעריג צו ווילן הערן צו זיך אונטערהאלטן מיט יענעמס היסטורי. נאר מדארף אכטונג געבן אויף געוויסע פרטים:
ב"ה סדא אזוי פיל אינטערסאנטע זאכן צו הערן און פארציילן וואס האט נישט צו טוהן מיט די מענטש פריוואט, מעשיות און מצבים וואס די קהילה איז אריבער בכליות און מענטשן פריוואט.
2 עס פעלט נישט אויס אריין צו גיין אין פריוואטע זאכן פון די מענטש וואס שטייט קעגן דיר, רוב מענטשן האבן נישט ליב צו שמיסן אויף זייערע אייגנע איבערלעבניש וואס אלץ מהאט געטוהן מיט זיי ווען די מעשה איז נאך פריש, און מענטשן האבן יא ליב צו שמיסן אויף לשון הרעס און בארעדן אנדרע.
3 רוב יוצא לב האבן כמעט אין זייער לעבן נישט גיזאגט: ניין, סא סליגט אויף דיין אחריות צו ליינען יענעמס אויגן און פארשטיין אויב ביסטו אריין אין א נושא וואס איז סענסטיו פאר יענעם.
4 אויב ביסטו בקשר מיט יענעם טעגליך קען זיין גאר א גוטע זאך אז דו לאזט יענעם אויס רעדן זיין פריוואטע איבערלעבניש צו איינעם וואס ער פילט זיך ווי א נאנטע חבר. געוויסע מענטשן קענען זיך פילן באקוועם אפילו צו שמיסן מיט אפאר חברים אויף אמאל. עס ווענט זיך.
דעס וואס איינער האט דא געשריבן א דוגמא צו צווייטע וועלט מלחמה איבער-לעבער, דעס איז ממש נישט קיין פארגלייך. דו רעדסט פון א יוד וואס איז אריבער זאכן פאר יארן צוריק, ב"ה היינט צו טאגס אויפן אייגנע פיס מיט א משפחה און דורות און דא רעדסטו מיט איינעם וואס ביז אפאר חדשים צוריק האט מען גיטרעטן און דערשטיקט זיינע געפילן, די וואנד איז פריש.
ר' מענדי היקר
זייער קלאר געשריבן, און דאס הארץ טוט זייער וויי צו הערן אזא עקספיריענס. קען זיין אז מענטשן קוקן דיר שוין טאקע אן אלץ איינער וואס איז שוין אוועקגעשטעלט וויבאלד מען זעט דיינע מעלות, און דיין געשמאקייט, ממילא קוקט מען דיר אן אלץ איינער וואס איז שוין מסודר און מען מעג שוין פרעגן.
איך דריי מיך א גאנצן טאג ארום מיט קינדער אדער בחורים וואס קומען פון לב טהור. איך וואלט געזאגט אז 75 פראצענט מענטשן וועלן מיר רופן צו א זייט שטיל און פרעגן אויב זיי מעגן פרעגן שאלות פון די קינדער און בחורים, אבער זיי גייען נישט צוגיין דירעקט פרעגן שאלות.
עס איז יא דא 25 פראצענט מענטשן וועלעכע זענען נישט סענסעטיוו, און פרעגן גלייך 'דו האסט געכאפט מלקות'? איך וועל יענעם געווענליך צוריקפרעגן וויאזוי ס'גייט זיין שלום בית וכדו'.
מען דארף טאקע ברענגן מער אווערנעס.
איך האב מיטגעהאלטן א יוצא ארומגיין א גאנצע טאג נאך געלט
כמעט יעדער האט אים אויפגענומען בסבר פנים יפות. טייל האבן אים אפילו געגעבן שלום
2 האבן געפרעגט אומסענסיטיווע שאלות (פון בערך 30 געפאקטע מנינים)
קען זיין ווייל ער האט נישט אויסגעקוקט אזוי אוועקגעשטעלט ווי
@מענדי קעניג האט מען זיך נישט ערלויבט צו פרעגן נישט וועלנדיג ווייטוהן
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 12:50 am
דורך העלפן א איד
יענץ מבין האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 05, 2025 12:33 pm
קרני פרה האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 04, 2025 9:30 pm
מסתמא האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 04, 2025 8:59 pm
כבוד הצדיק, איך זאג דיר צו אז דו ביסט זיך טועה. עס האט הונדערט פראצענט מיט דיין ווייטאג וואס מאכט דיך פילן אזוי. איך באשולדיג דיך נישט ח”ו אבער איך זאג דיר צו אז קיינער פון יוצאים איז נישט אין מיינע אויגן קיין ברעקל ווייניגער חשוב ווי מיין אייגענע משפחה. עס טוט מיך באמת וויי אז דו שפירסט אזוי.
אגב, דו האסט באמת שטארקע טאלאנט, באלייכט די וועלט דערמיט.
ער זאגט נישט אז יעדער טראכט אזוי. אבער למעשה האט ער א שטארקע טענה. אז מען פארשפרייט זיינע פריוואטע כתבים אן רשות, און מען זיצט דא און מען גראבט מיט א לייכטקייט אין זיינע פריוואטע אינפאָרמאַציע, און צו זיין מאמע רעדט עברית אדער אידיש, אא”ו.
מען טוט נישט די זעלבע זאך אויף סתם אמעריקאנע קינדער (אפילו מיט כשרונות..)
פארוואס זאל ער נישט אזוי שפירן?
לענ"ד איז דאס סאך מער א
תש25 פראבלעם ווי א
לב טהור פראבלעם.
צוזאמען מיטן אויפשטייג פון מידיע, און נאך מער פון סאשועל מידיע, איז אוועגעפאלן די פשוטע מענטשליכע מדה פון 'פרייוועסי'.
אנגעהויבן ביי א מענטש פאר זיך זעלבסט, די מאגאזינען האבן כמעט מדי שבוע בשבוע א פראנט קאווער סטארי איבער א 'לעבעדיגע' פערזאן, וואס לאזט אז מען זאל איהם באשרייבן אין פאבליק. און אויף סאשועל מידיע, פאוסט מען א יעדע מצוה אדער עבירה צו סיי וועלעכע משוגעת וואס מען טוט, א בילד פון די קינדערס נייע שוך, ווי מען טרייט אן א טלית און געשעפט, בייסט אריין און א שטיקל סטעיק אין מיאמי, וכו' וכו'.
און אזוי אויך ווען עס קומט צו א צווייטע מענטש, האבן אונז פונקט אזוי פארלוירין די געפיל צו פרייוועסי.
טראכט אריין, ווען 'שמעלצער-דרעזנער' הערן פון עפעס א 14 יעריגע בחור וואס איז אריבער א שוועריקייט - און האט געשריבן א הערליכע קינה דערויף, וואלטן זיי נישט געטוהן וואס זיי קענען צו האבן אן אינטערוויו מיט די טאטע? 'אם חכם בני ישמח לבי גם אני'. און וואלטן זיי צו דען נישט פראבירט צו לייגן א האנט אויפן קינה אין דאס פעקלען אינעם שבת פעקל? און דערנאך וואלט געוועהן א גאנצע אשכול אויף אייוועלט דן צו זיין צו די בחורל האט עס אליינס געשריבן אדער געהאט הילף וכו'... און ווער רעדט נאך אויף סאשועל מידיע גרופס, ווי מען שמועסט לכתחילה אויס א צווייטענס לעבן בפרטי פרטיות.
דו זאגסט א מורא'דיגע דערהער און רבותי חזר'ט זיך דאס איין
די יוצאי לב טהור האבן געוויסע זאכן נארמאלער ווי אונז. אונז מעגן זיך פון זיי לערנען
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 1:00 am
דורך גדליה
גדליה האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 06, 2025 12:38 am
על פי תורה האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 06, 2025 12:28 am
גדליה האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 06, 2025 12:00 am
פאר די עולם וואס גלייכט הארטע נומערן:
אין גוואטעמאלע געפונען זיך נאך 18 מענער,
6 דערפון זענען אויף בעיל
משה יוסף ראזנער (ריש מתיבתא)
אברהם יוסף יודא טעללער (רב)
פסח אברהם יואל גאלדמאן
אברהם חנה דוד קמחי
אלטר ניסים גאלדמאן
עובדיה גוזמאן
יושע חיים זיסל לאַווער
מנחם מענדל אלטער
משה יוסף מנחם העלבראַנץ
ידידיה העלבראנץ
אלימלך חיים יעקב ראָזנער
שמואל נחום גאסנבויער
שמעיה שמאי מנחם מענדל גאלדמאן
חיים ישראל יואל דיבא
אברהם דינקל
אברהם יודא ליבוש מלכא
מאיר יואל מלכא
משה חיים צבי מלכא
3 פון די 12 וועלעכע זענען נישט אויף בעיל זענען געסקעדשולט ארויסצוגיין בקרוב
ריכטיג. סא בעיסיקלי באשטייט לב טהור פון 9 מעמבער'ס אין די מענער שול, א צענטער געזיכט....
על זה אמר הכתוב: די לעצטער זאל אויסלעשן די לעקטער...
טעות לעולם חוזר, יעצט באקומען פון ר'
@שמואל פוקס די נייעס אז ס'איז ברוך ה' דא גרויס מנין נאכדעם וואס מ'האט אקארשט מגייר געווען א פרישע גר מיטן נאמען ר' נח וואס דינט פאר א פולשטענדיגע צענטער ב''ה
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 1:08 am
דורך על פי תורה
גדליה האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 06, 2025 1:00 am
גדליה האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 06, 2025 12:38 am
על פי תורה האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 06, 2025 12:28 am
3 פון די 12 וועלעכע זענען נישט אויף בעיל זענען געסקעדשולט ארויסצוגיין בקרוב
ריכטיג. סא בעיסיקלי באשטייט לב טהור פון 9 מעמבער'ס אין די מענער שול, א צענטער געזיכט....
על זה אמר הכתוב: די לעצטער זאל אויסלעשן די לעקטער...
טעות לעולם חוזר, יעצט באקומען פון ר' @שמואל פוקס די נייעס אז ס'איז ברוך ה' דא גרויס מנין נאכדעם וואס מ'האט אקארשט מגייר געווען א פרישע גר מיטן נאמען ר' נח וואס דינט פאר א פולשטענדיגע צענטער ב''ה
כ'האב געהאט א טעות, כ'זעי יעצט אז מען רעדט פון 4 פון דעי 12 וועלעכע גרייטן זיך בקרוב ארויסצוגיין
סאו בלייבן זיי מיט 8 יודן
מ'קען שוין טוישן די נאמען פון די קהילה צו נדבורנא
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 1:13 am
דורך חלא בר חמרא
על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 05, 2025 10:26 pm
כ'האב זיך סתם געמאכט א שטיקל חשבון, וויאזוי די השגחה עליונה האט צוגעפירט אז חבורת לב טהור, וואו יודישע קינדער האבן אזויפיל מיטגעמאכט, זאל זיך ענדיגן.
סאו, איך וואלט געזאגט אז שלב א' איז געווען ווען נ.ש.א. איז צוריק פון א"י פייטן פאר זיינע רעכטן (ס'גייט אריין בגדר רשות היחיד), און בתקופה ההיא איז ארויס לראשונה בתולדות לב-טהור א גאנצע פארפאלק מיט א קינד (נ.ב.ב.).
אויפ'ן שפיץ גאפל, דאן איז געגעבן געווארן א פסק פון רבנים חשובים (חלקם בחיים) בכתב, וועלכער איז דאן נתפרסם געווארן, איבער'ן חיוב צו דערציילן דעם רעגירונג וואסארא אוישוויץ דארט שפילט זיך אפ. דאס האט געברענגט די רדיפות און מידיא דעקונג, וועלכע האבן געצוואונגען דעם רעגירונג צו נעמען שריט. און דא פארצייל ווייטער. כנלפענ"ד ברור.
אגב, דאס אנטלויפן איז געווען א פארדריסליכע טעות, מאת ה' היתה זאת, צו אויפלעזן דעם גאנצן קולט. כן יעזרנו ה"א ע"ד כבוד שמו.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 1:14 am
דורך חלא בר חמרא
על פי תורה האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 06, 2025 1:08 am
גדליה האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 06, 2025 1:00 am
גדליה האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 06, 2025 12:38 am
ריכטיג. סא בעיסיקלי באשטייט לב טהור פון 9 מעמבער'ס אין די מענער שול, א צענטער געזיכט....
על זה אמר הכתוב: די לעצטער זאל אויסלעשן די לעקטער...
טעות לעולם חוזר, יעצט באקומען פון ר' @שמואל פוקס די נייעס אז ס'איז ברוך ה' דא גרויס מנין נאכדעם וואס מ'האט אקארשט מגייר געווען א פרישע גר מיטן נאמען ר' נח וואס דינט פאר א פולשטענדיגע צענטער ב''ה
כ'האב געהאט א טעות, כ'זעי יעצט אז מען רעדט פון 4 פון דעי 12 וועלעכע גרייטן זיך בקרוב ארויסצוגיין
סאו בלייבן זיי מיט 8 יודן
מ'קען שוין טוישן די נאמען פון די קהילה צו נדבורנא

כ'קען בקושי כאפן דעם אטעם!
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 1:16 am
דורך שמואל פוקס
מעליץ איז שלעכט?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 1:17 am
דורך חלא בר חמרא
שמואל פוקס האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 06, 2025 1:16 am
מעליץ איז שלעכט?
ס'גייט טאקע ווערן אנגעפילט, דורך... אט דעם רשימה. ודוק.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 1:32 am
דורך על פי תורה
על פי תורה האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 06, 2025 1:08 am
גדליה האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 06, 2025 1:00 am
גדליה האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 06, 2025 12:38 am
ריכטיג. סא בעיסיקלי באשטייט לב טהור פון 9 מעמבער'ס אין די מענער שול, א צענטער געזיכט....
על זה אמר הכתוב: די לעצטער זאל אויסלעשן די לעקטער...
טעות לעולם חוזר, יעצט באקומען פון ר' @שמואל פוקס די נייעס אז ס'איז ברוך ה' דא גרויס מנין נאכדעם וואס מ'האט אקארשט מגייר געווען א פרישע גר מיטן נאמען ר' נח וואס דינט פאר א פולשטענדיגע צענטער ב''ה
כ'האב געהאט א טעות, כ'זעי יעצט אז מען רעדט פון 4 פון דעי 12 וועלעכע גרייטן זיך בקרוב ארויסצוגיין
סאו בלייבן זיי מיט 8 יודן
מ'קען שוין טוישן די נאמען פון די קהילה צו נדבורנא
יעצט זיך פארשטענדיגט מיט
@גדליה איבער נאך איינער פון די 12 וואס גייט ארויס בקרוב, כהאב ניטאמאל גע'חלומ'ט אז יענער פלאנט צו גיין.
האלטן מיר ביי 9 שוין מיט ר' נח...
עני גר עוועיליבל עמערדשינסי?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 1:34 am
דורך העלפן א איד
אין ליכט פון א שמועס וואס איך האב פריער געהאט מיט א חשוב'ן אינגערמאן וואס איז געווען שטארק באזארגט איבער וויאזוי מענטשן וואס זענען געווען צוגעוואוינט יארן צו זיין אונטערדרוקט אדער זענען גאר געבוירן געווארן דארט וועלן קענען זיך אוועקשטעלן נארמאל פיל איך פאר וויכטיג דאס אויסצושמועסן דא ברבים
האלקים עשה את האדם ישר. דער באשעפער האט באשאפן א מענטש מיט א גראדקייט. עס קען זיך מאכן טראומעס וואס קענען אנמאכן באדייטענדע שטערונגען, אבער די יסוד וואס דער באשעפער האט באשאפן ווערט נישט אויסגעמעקט
מ'קען אריינגיין אין ראיות אבער כ'מיין אז דאס וועט נאר אראפפירן דעם שמועס פון די רעלסן וועלמיר עס לאזן ביי דעם
צום פוינט. יוצאי לב טהור זענען ערליכע געטרייע איבערגעגעבענע אידן וואס וועלן זעהן אז זייער לעבן זאל זיך דא אנהויבן און פארן אויף א נארמאלן אופן און מיר וועלן נאך אסאך הנאה האבן פון זייער צוגאב פאר סאסייעטי
זיי גייען ברויכן אונזער הילף און אסאך דערפון אבער זיי גייען נישט בלייבן א לאסט פאר כלל ישראל. איך קען קוים ווארטן פאר דעם ערשטן יוצא לב טהור דיין און ערשטע מיליאנער
כ'שפיר פאני צו שרייבן אזעלכע פשוט'ע זאכן. איך פיל ווי א רבי וואס זאגט פאר די קינדערגארטן אינגלעך צו מקרב זיין דעם נייעם אינגל ווייל ער איז זייער וואויל
אבער די שמועס מיט יענעם אינגערמאן האט מיך אויפמערקזאם געמאכט אז ס'פעלט אויס מענטשן זאלן האבן א קלארערע בילד איבער יוצאי לב טהור
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 1:35 am
דורך בודקע
בד"וו וואס איז די ליצנות דא? פון וועם? ווען מעג מען יא חוזק מאכן פון אנדערע אידן?
אנטשולדיגט פאר די אויסברוך..
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 1:39 am
דורך על פי תורה
בודקע האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 06, 2025 1:35 am
בד"וו וואס איז די ליצנות דא? פון וועם? ווען מעג מען יא חוזק מאכן פון אנדערע אידן?
אנטשולדיגט פאר די אויסברוך..
פון וועם האט מען חוזק געמאכט?