טוענדיג אביסל דערין האב איך דורכגעטון דאס ענין פארוואס די מלחמה איבערלעבער האבן נישט גערעדט פון די שווערע יארן, בין איך צוגעקומען צו צוויי תירוצים.גרינטליך האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 05, 2025 1:30 pmרובא דרובא האבען פאר יארן נישט גערעט קיין ווארט.
א קליין חלק פלעגען אויף תשעה באב, צי ביי די סדר נאכט, רעדן פון אויווען אויף.
צווישען די פוילישע וואס האבען פיהל מער געליטען האבן אסאך קיינמאל נישט גערעט, זיי האבן מורא געהאט זיי קענען אפשר, ציקומען צי קשיות, על מה עשה ה' ככה.
פלעגען זיי, דערשטיקן די נושע ממש מיט כח.
1. זיי האבן געפילט ווי מען וועט זיי נישט פארשטיין, זיי האבן געוויסט אז קיינער אין די וועלט וועט נישט פארשטיין וואס זיי זענען אדורך, און די גרעסטע ווייטאג פאר א מענטש וואס פארציילט זיינע שווערע מיטמאכענישן איז ווען ער פילט אז קיינער פארשטייט אים נישט, דאס צורייסט א מענטש אויף שטיקער.
2. זיי האבן נישט פארצייילט פאר זייערע קינדער ווייל זיי האבן נישט געוואלט שווער מאכן זייערע קינדער מיט הערן אזאלכע שווערע מעשיות.
וראיה לדבר, אז די מלמחה איבערלעבער צווישן זיך האבן אלעמאל גערעדט נאר פון די מלחמה יארן, גלייך ווען מען האט זיך געטראפן האט מען געפרעגט "אין וועלכע לאגער ביסטו געווען, ווייל זיי האבן זיך פארשטאנען.
לויט ווי עס זעט אויס פון @מענדי קעניג זענען זיי אויף דעם מצב, דעריבער לאמיר זיי געבן די ספעיס און רעדן וואס זיי פילן באקוועם.
און טראמא ווערט נישט מסודר ווי נאר מען האט א נארמאלע שטוב, נאר עס נעמט לאנגע יארן ביז די געפילן שטעלן זיך צוזאם מיט די שכל און מען פילט רואיג אז מען איז שוין נארמאל מן הישוב, און די לב טהור געשיכטע גייט אריין אין קאפ אלס א אלטע קאפיטל היסטאריע.