בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1699
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6442

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

פאוסט דורך שינאווער »

א בליק אויף די אנגייענדע זאווערוכע אין מאנטרעאל קאנאדע, מיט די רעקארד הויעכע שניי וואס איז געפאלן דארטן דורכאויס די לעצטע פאר טעג
Screenshot 2025-02-17 202307.png
Screenshot 2025-02-17 202307.png (414.98 KiB) געזען געווארן 1112 מאל
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1699
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6442

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

פאוסט דורך שינאווער »

אין א קריטישע ווענדפונקט ארום די מלחמה וואס רוסלאנד פירט אן אין אוקראינא, זענען אמעריקאנער און רוסישע באאמטע היינט געזעצן פאר 4-א-האלב שעה איינאיינעם.

דאס איז די ערשטע מאל וואס די צוויי לענדער זעצן זיך אראפ צו פארהאנדלן פאר אן ענדע צו אייראפע'ס טויטליכסטע קאנפליקט זייט די צווייטע וועלט קריג.
אמעריקאנער און רוסישע באאמטע זאגן אז זיי זענען איינגעגאנגן ווייטער פאראויס צו גיין מיט די ארבייט מיט האפענונג צו קענען ברענגן די מלחמה צו אן ענדע.

נעשינאל סעקיוריטי אדווייזער מייק וואלץ האט געזאגט פאר ריפארטער אין ריאד, אז די מלחמה מוז קומען צו א פערמענאנטע ענדע, און דאס וועט אריין נעמען פארהאנדלן איבער טעריטאריע.
ער זאגט אז עס איז נישט מער ווי א פראקטישע רעאליטעט אז מען גייט דארפן רעדן איבער טעריטאריע און איבער זיכערהייט גאראנטיען.
סעקרעטערי אוו סטעיט מארקא רוביא זאגט אז קיינער זאל נישט אנקוקן די יעצטיגע געשפרעכן ווי אנדערע ווערן געשטעלט אין א זייט, נאר עס גייט קומען א געוויסע פונקט ווען די אי-יו וועט דארפן ווערן אריין געברענגט, און סיי וועלכע אפמאך וועט מוזן ווערן אנגענומען דורך אלע זייטן.

J5FNKILPLBLURMRPWFGH4V745M_0_250218020042.jpg
J5FNKILPLBLURMRPWFGH4V745M_0_250218020042.jpg (206.88 KiB) געזען געווארן 1001 מאל
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1699
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6442

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

פאוסט דורך שינאווער »

ניו יארק סיטי מעיאר עריק עדעמס האט באצייכענט די רופן פאר זיין רעזיגנאציע אלץ א מאדערנע מיין קאמף טאקטיק.

מעיאר עדעמס האט זיך דערמיט באצויגן צום אויסדרוק פון היטלער ימ"ש, אז אויב מען זאגט א ליגענט גענוג לאנג און גענוג הויעך וועלן מענטשען עס אנפאנגן גלייבן.
די ווערטער פון עדעמס קומען אין צייט וואס ער טוט ווייטער אפווארפן אלע רופן צו רעזיגנירן פון אמט.

AP25042693499573e1739842069401640x400_0_2_628155520.jpg
AP25042693499573e1739842069401640x400_0_2_628155520.jpg (23.71 KiB) געזען געווארן 1002 מאל
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1699
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6442

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

פאוסט דורך שינאווער »

גאב"ד ירושלים שליט"א: אסאך מענטשן פארלאזן זיך אין די טעג אויפן נייעם אמעריקאנער פרעזידענט אז ער וועט אונז העלפן, און אז ער איז דער ישועה, אבער מיר דארפן געדענקען אז ער וועט אונז נישט קענען העלפן, אזעלכע מענטשן זענען נאר מעכב דער גאולה ווייל "נאר ווען יעדער וועט איינזעהן אז בלויז דער אייבערשטער, ער איז דער איינציגסטער וואס קען העלפן נאר ער וועט אונז העלפן און ענדגילטיג אויסלייזן, נאר דאן וועט דער אייבערשטער ברענגען דער ישועה"

"רק כשעם ישראל זיהה שאין דרך אחרת רק דרך ה' יתברך, וכל מחשבה על צבע גדול, חיל אוויר גדול "אנחנו חזקים מאוד" שום דבר לא יכול לצאת מזה, הדבר היחיד שיש לנו הוא הרבש"ע והגאולה העתידית תתרחש רק כאשר נכיר בכך שאף אחד לא יכול לעזור לנו מלבד ה' יתברך עצמו, היום אנשים רבים סומכים על נשיא חדש באמריקה, הוא יעזור לנו, אבל צריך לדעת, האנשים האלו מעכבים את המשיח, רק כאשר אנו מבינים שהשם הוא הוא הכוח היחיד שיכול לעזור לנו, אפס עצור ועזוב, "אף אחד לא יכול לעזור לנו, רק ה' יתברך, מנשיא אמריקה לא ניוושא" רק אז ה' יתברך יביא את הישועה."
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1699
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6442

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

פאוסט דורך שינאווער »

ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ האט נארוואס אינטערגעשריבן עטליכע עקזעקיוטיוו ארדערס אין זיין מאראלאגא רעזארט אין פלארידע.
אריינגערעכנט א לאנג ערווארטעטע באפעל וואס די בארימטע "צדק" אסאסיאציע אין שפיץ פונעם עסקן הרב משה מארגערעטן, האבן גאר שטארק פאראויס געשטופט, מיט די הילף פון גאנץ כלל ישראל, און דאס איז, אויסגעברייטערטע שטיצע און הילף צו פארגרינגערן פאר משפחות המצפים לישועת ה' צו האבן צוטריט צו דער גאר ווירקזאמע אבער אויך גאר טייערע פראצעדור פון איי. ווי. עף. טריעטמענט!

IVF.PNG
IVF.PNG (1006.52 KiB) געזען געווארן 912 מאל
IVF1.PNG
IVF1.PNG (968.19 KiB) געזען געווארן 912 מאל
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1699
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6442

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

פאוסט דורך שינאווער »

עטליכע שעה נאך די שליסונג פון די ערשטע רונדע זיצונגן צווישן אמעריקאנער מיט רוסישע באאמטע, האט רוסלאנד באהאגעלט אוקראינא מיט דראונס.

די הימלן העכער אוקראינא האבן אויפגעלאכטן פון קעגן-מיסעלס ארויס געשאסן דורך אוקראינא אין א פרואוו אראפ צו ברענגן די רוסישע דראונס.
הערשט נאכטן נאכט האט רוסלאנד געשאסן 176 דראונס אויף אוקראינא, נאנט צו די רעקארד 188 דראונס געשאסן איין טאג פאריגע נאוועמבער למס'.

explosiondronetracersseensky98753821_453e_603073745.jpg
explosiondronetracersseensky98753821_453e_603073745.jpg (65.13 KiB) געזען געווארן 874 מאל
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1699
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6442

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

פאוסט דורך שינאווער »

לויט באריכטן האט די סי-איי-עי אגענטור אנגעהויבן נוצן פארגעשריטענע מיליטערישע עם-קיו-9 דראונס וועלכע פליען העכער מעקסיקא צו שפיאנירן קעגן דראג קארטעלס.

די מיסיע גייט אין שפאן מיט וואס פרעזידענט טראמפּ האט געזאגט אז ער וועט דעזיגנירן דראג באנדעס אלס טעראריסט ארגענעזאציעס.

די דראונס זענען נישט באוואפנט אבער קענען ווערן אנגעלאדענט צו דורכפירן פרעציזע און פונקטליך געצילטע אטאקעס.

ZwPioV.jpeg
ZwPioV.jpeg (149.84 KiB) געזען געווארן 840 מאל
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1699
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6442

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

פאוסט דורך שינאווער »

אוקראינע'ס פרעזידענט וולאדימיר זאלענסקי האט זיך געטראפן מיט דער טערקישער פרעזידענט ראסיפ ערדוגאן אין אנקארא.

טערקיי האט געזאגט אז די זעלבסטשטענדיגקייט פון אוקראינע קען נישט ווערן פארהאנדלט און דאס אוועקנעמען טעריטאריע וועט נישט ווערן אקצעפטירט דורך טערקיי.

vm6zz3.jpeg
vm6zz3.jpeg (68.86 KiB) געזען געווארן 839 מאל
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1699
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6442

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

פאוסט דורך שינאווער »

א לינקער אנארכיסט האט לויט באריכטן אונטערגעצינדן אן אייס קאר אין פילאדעלפיע צו פראטעסטירן מאסן דעפארטאציעס.
0.0..PNG
0.0..PNG (633.12 KiB) געזען געווארן 838 מאל
למדן
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 10, 2024 10:30 am
x 81

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

פאוסט דורך למדן »

טראמפ אדמיניסטראציע ציט צוריק פון פעדעראלע אויטאריזאציע פאר ניו יארק סטעיט'ס קאנדזשעסטשאן טאלס‎
אין א בריוו צו גאווערנער האוקול שרייבט טראנספארטאציע סעקרעטערי שאַן דאָפי אז די דיפארטמענט ציט צוריק פון א באשטעטיגונג געגעבן אינטער די ביידען אדמיניסטראציע, און וועט אפהאלטן דיסקוסיעס מיט סטעיט באאמטע וויאזוי צו ענדיגן די פראגראם. ער זאגט אז די פראגראם אין די יעצטיגע אויסשטעל איז נישט אין איינקלאגע מיט די אריגינעלע באשטעטיגונג, וואס די ציל דערפון איז געווען אראפ צו ברענגן טראפיק, נאר די הויפט סיבה איז צו פינאנצירן די עם-טי-עי. די ערווארטונג איז אז די פראגע ארום די לעגאליטעט וועט עווענטועל אנקומען אין געריכט, וואו מען קען זיך נישט אויסרעכענען פון פאראויס וועלכע ריכטונג עס וועט נעמען.
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1699
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6442

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

פאוסט דורך שינאווער »

לעאנארד פאלטיער, אן 80-יעריגער אקטעוויסט און מערדער וואס איז פארהאלטן געווארן אונטער גראטעס פאר ארום 50 יאר צוליב זיין ראלע אין א 1975 אמבוש שיסעריי וואס האט איבערגעלאזט צוויי עף-בי-איי אפיצירן טויט אין סאוט דעקאוטע, איז נעכטן באפרייט געווארן פון טורמע צוליב א פארדאן פון דער געוועזענע פרעזידענט ביידען.

unnamed (54).jpg
unnamed (54).jpg (40.68 KiB) געזען געווארן 735 מאל
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1699
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6442

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

פאוסט דורך שינאווער »

פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער וועט ווארשיינליך ארויפשטעלן טאריפס פון 25% אויף אימפארטן פון אויסלענדישע קארן, סעמי-קאנדאקטער טשיפס און פארמעסיוטיקעל דראגס און מעדעצינען.

אונטערשרייבנדיג דעם עקזעקיוטיוו באפעל אין מאר-א-לאגא נעכטן, האט ער געזאגט: "איך וועל ענק ווארשיינליך דאס לאזן וויסן אפריל 2, אבער עס וועט זיין אין דעם געגנט פון 25 פראצענט, און ארויפגיין אסאך העכער איבער דער צייט אפשניט פון א יאר."
​​​​​​​
דער פרעזידענט האט צוגעלייגט אז ער לאזט צייט ווייל ער וויל געבן פירמעס א מעגליכקייט צו אריינברענגען זייערע אפעראציעס און פאבריקן אין דער פאראייניגטע שטאַטן, און אזוי אויס אויסמיידן די טאריפס ברענגנדיג מיליאנען דזשאבס פאר אמעריקאנער.

דאס קומט א טאג איידער די היינטיגע זיצונג וואס איז ערווארטעט צווישן די אייראפעאישע האנדל הויפט און די אמעריקאנער קאמערץ סעקרעטאר און עקאנאמישע ראטגעבער, ווי אייראפע זוכט זיך צו דורכקומען מיט אמעריקע און פארמיידן א האנדל קריג.

unnamed (55).jpg
unnamed (55).jpg (110.04 KiB) געזען געווארן 720 מאל
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1699
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6442

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

פאוסט דורך שינאווער »

דאקטוירים אין די ניו יארק סיטי באזירטע ען-וויי-יו לענגאן שפיטאל האבן סוקסעספול אדורכגעפירט אן אפעראציע אין וואס זיי האבן אריינגעלייגט די וועלט'ס קלענסטע 'פעיסמעיקאר' מאשינדל אין די קערפער פון א ניי-געבוירן קינד וואס ליידט פון א שווערע הארץ קרענק.
​​​​​​​
די פעיסמעיקאר מאשינדל איז ארום די גרויסקייט פון א וויטאמין, און וועט מעגליך זיין א דורכברוך אין די וועג וויאזוי דאקטוירים וועלן באהאנדלען ניי-געבוירנע קינדער וואס ליידן פון א הארץ פעלער.

unnamed (56).jpg
unnamed (56).jpg (135.75 KiB) געזען געווארן 713 מאל
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1699
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6442

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

פאוסט דורך שינאווער »

דער אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט אונטער פרעזידענט טראמפּ האט אפיציעל דעזיגנירט א צאל דראג קארטעלס אלס טעראר גרופעס.

צווישן די באנדעס ווערן אריינגערעכנט עם-עס-13, יונייטעד קארטעלס, און מישושען פאמיליע קארטעל.

rXwizB.jpeg
rXwizB.jpeg (25.63 KiB) געזען געווארן 666 מאל
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2746
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3105

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

פאוסט דורך אנדערער »

שינאווער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 2:10 pm לעאנארד פאלטיער, אן 80-יעריגער אקטעוויסט און מערדער וואס איז פארהאלטן געווארן אונטער גראטעס פאר ארום 50 יאר צוליב זיין ראלע אין א 1975 אמבוש שיסעריי וואס האט איבערגעלאזט צוויי עף-בי-איי אפיצירן טויט אין סאוט דעקאוטע, איז נעכטן באפרייט געווארן פון טורמע צוליב א פארדאן פון דער געוועזענע פרעזידענט ביידען.


unnamed (54).jpg
באפרייט צו הויז ארעסט
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1699
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6442

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

פאוסט דורך שינאווער »

לואיס דידזשאו, דער פירער פון די אמעריקאנער פאסט סערוויס, האט געמאלדן אז ער וועט אפטרעטן פון אמט, שטייענדיג עטליכע יאר נאך די קאוויד-פאנדעמיע וואס האט שטארק פארערגערט די פינאנציעלע שוועריגקייטן פון די פאסט סערוויס אגענטור.
unnamed (58).jpg
unnamed (58).jpg (115.06 KiB) געזען געווארן 565 מאל
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1699
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6442

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

פאוסט דורך שינאווער »

די עיר קאנאדע לופטליניע האט געמאלדן אז זיי וועלן צוריקשטעלן די פלי רייזעס פון טאראנטא און מאנטריאל קיין תל אביב אנגעהויבן פון קומענדיגע יוני 8, דאס וועט זיין נאך 19 חדשים וואס זיי זענען נישט געפלויגן אהין און האט פארשווערט די אנקומען פון קאנאדע קיין ארץ ישראל.
cdjx4z.jpeg
cdjx4z.jpeg (88.28 KiB) געזען געווארן 537 מאל
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1699
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6442

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

פאוסט דורך שינאווער »

נאכפאלגענדיג אמעריקא'ס באשלוס צו דעזיגנירן די באקאנטע 'טרען דע אראגווא' קארטעל, די 'סינעלאווע' קארטעל, און אנדערע דראג קארטעלן אלס א גלאובאלע טעראריסטישע ארגעניזאציע, האט קאנאדע נעכטן געשטעלט זיבן קארטעלן גרופעס אריינגערעכנט 'טרען דע אראגווא' און 'סינעלאווע' אויף די ליסטע פון אינטערנאציאנאלע טעראריסטישע ארגעניזאציעס.
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1699
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6442

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

פאוסט דורך שינאווער »

דער אימפיטשטער דרום קארעא פרעזידענט יון סוק יעאל האט זיך נעכטן דאנערשטאג באוויזן אין געריכט פאר זיין ערשטע טרייעל וואו פראקורארן האבן אים באשולדיגט אין אנהייבן אן אויפשטאנד מיט זיין קאנטראווערסיאלע 'מארשאל געזעץ דעקלעראציע' א צייט צוריק. אדוואקאטן פון יעאל באשולדיגן אז די גאנצע קעיס איז פאליטיש געבויט און אומלעגאל.
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1699
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6442

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

פאוסט דורך שינאווער »

גאווערנאר האוקל האט געשיקט נאציאנאלע גארד טרופן צו האלטן ארדענונג אין סטעיט-געפירטע טורמעס, אין א צייט וואס עס קומט פאהר סטרייקס פון טורמע וועכטער וועלכע פארלאנגען בעסערע באדינגונגען.
​​​​​​​
וועכטער אין ארום 30 סטעיט-געפירטע טורמעס אין ניו יארק האבן דעם מיטוואך ארויס אויף סטרייק. גאווערנאר האוקל האט אונטערגענומען לעגאלע שריט אקעגן די סטרייקס, און עס באצייכנט אלס 'אומלעגאלע אקציעס'.

unnamed (59).jpg
unnamed (59).jpg (226.96 KiB) געזען געווארן 470 מאל
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1699
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6442

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

פאוסט דורך שינאווער »

נייעס באריכטער מיט אינערליכע אינפארמאציע האבן געמאלדן אז דער נייע עף-בי-איי דירעקטאר קעש פאטעל וועט אויך ווערן נאמינירט אלס דער פירער פון די ביורא אוו אלקאהאל, טאבאקאו און וואפן.
דאס וועט שטעלן פאטעל אלס פירער אויף צוויי פון די גרעסטע אגענטורן אינערהאלב די יוסטיץ דעפארטמענט.

קעש.jpg
קעש.jpg (69.15 KiB) געזען געווארן 355 מאל
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1699
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6442

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

פאוסט דורך שינאווער »

אן אמעריקאן עירלינס פליגער אויף די וועג פון ניו יארק צו ניו דעלהי נעכטן זונטאג האט געמאכט אן עמערדזשענסי לאנדונג אין רוים צוליב א 'באמבע סטראשע'.
די פליגער איז דאן געווארן אונטערגעזוכט און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אלס א פאלשע סטראשע.

unnamed (68).jpg
unnamed (68).jpg (94.42 KiB) געזען געווארן 353 מאל
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1699
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6442

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

פאוסט דורך שינאווער »

טראמפ האט געמאלדן ביי זיין רעדע ביים סי-פעק צוזאמקום אז דער בילדינג ווי עס איז בי יעצט געווען סטאנציאנירט USAID וועט ווערן איבערגענומען דורך די בארדער פאטראל
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1699
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6442

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

פאוסט דורך שינאווער »

א שיינער באזוך איז פארגעקומען אינעם ווייסן הויז דורכן פראנצויזישן פרעזידענט עמוניעל מאקרון.
presidentdonaldtrumpleftgreets99173798_0__445278294.jpg
presidentdonaldtrumpleftgreets99173798_0__445278294.jpg (53.69 KiB) געזען געווארן 299 מאל
[/b]
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1699
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6442

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

פאוסט דורך שינאווער »

א פרישע אינצידענט מיט אן אמעריקאנער פאסאנדזשיר פליגער ווען א סאוטוועסט עירליינס פליגער איז געקומען קריטיש נאנט צו א פריוואטע דזשעט.

סאוטוועסט פלייט 2504 האט געהאלטן אינמיטן לאנדן ביים שיקאגא מידוועי לופטפעלד ווען מען האט זיך געכאפט אז א פריוואטע דזשעט געפונט זיך אויפ'ן ראנוועי.
די פליגער האט זיך צוריק געהויבן אין די לופטן און ארום געפלויגן ביז עס האט געקענט מאכן א זיכערע לאנדונג.

southwestclosecallthumb_0_250225015609.jpg
southwestclosecallthumb_0_250225015609.jpg (79.51 KiB) געזען געווארן 231 מאל
שרייב פאוסט