Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 11:04 am
כ''ק מרן אדמו''ר ממחנובקא בעלזא שליט''א וועט היינט באזוכן ר' אלעזר אין תפיסה אין ארץ ישראל.
ויהי ממחרת,
וואשינגטאן סטעיט?! (6-7 שעה ווייטער פון ניו יארק קומעדיג פון גוואטימאלע) אדער וואשינגטאן די סי?סענס אף יומער האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 01, 2025 11:33 am חסדי ד' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!
גאר דראמאטישע מינוטן האט זיך נארוואס אפגעשפילט, ווען די פאמיליע פון ר' אוריאל יוסף גאלדמאן מיט אלע קינדער זענען אנגעקומען היינט אינדערפרי פון גואטעמאלא אויף וואשינגטאן סטעיט, צו נעמען פון דארטן א קאנעקטינג פלייט אויף ניו יארק. ווען די קינדער זענען אדורכגעגאנגען פאספארט קאנטראל, האט אלעס אויסגעזעהן צו גיין כשורה, ווען די לופטפעלד באאמטע האבן אריבערגעלאזט אלע קינדער איינס ביי איינס. אבער ווען עס איז געקומען צום עלטסטן טאכטער, אשת האברך ר' ישראל הורוויץ, וואס האט אויך געהאט מיט זיך איר פיצל קינד פון בלויז עטליכע וואכן אלט, האבן די לופטפעלד אויטאריטעטן אנגעהויבן מאכן פראבלעמען, און נישט געוואלט אריבערלאזן סיי די מאמע און סיי איר פיצל קינד. אלע בקשות און געבעטן אז מ'זאל איר אריבערלאזן צוזאמען מיט די גאנצע פאמיליע צו קענען גיין אויף ניו יארק איז געפאלן אויף טויבע אויערן, און די קאלטע לופטפעלד באאמטע האבן קלארגעשטעלט אז זיי וועלן איר נישט ערלויבן אריבערצוגיין די בארדער, און זיי וועלן איר צוריקשיקן אויף גואטעמאלא צוזאמען מיט איר קינד, אין די צייט וואס די גאנצע פאמיליע וועט ווייטער פארן אויף ניו יארק.
עס איז איבריג צו שילדערן די כאאס און פאניק וואס האט ארומגענומען די גאנצע משפחה, הערנדיג די שוידערליכע נייעס אז די יונגע מאמע וואס איז נאך א מיינער, צוזאמען מיט איר פיצל קינד, וועלן חלילה דארפן צוריקפארן אויף גואטעמאלא אינגאנצן אליינס אן קיינעם פון די משפחה וועלכע וועלן אלע פארן קיין ניו יארק.
אין די פארלוירענע מינוטן ווען עס האט אויסגעזעהן אז די באאמטע וועלן ליידער מקיים פסק זיין און צוריקשיקן זיין עלטסטע טאכטער, האט די טאטע ר' אוריאל יוסף שנעל אנגערופן העסקן הנמרץ ר' יואל יהושע העשיל בלום, און אים פארציילט די געשיכטע וואס שפילט זיך אצינד אפ אין עירפארט. ווי נאר ר' יואל יהושע העשיל האט געהערט די שוידערליכע געשיכטע, האט ער זיך תיכף אריינגעווארפן אין די קעיס, און זיך גלייך פארבינדן מיט די סאמע גרעסטע עסקן אין כלל ישראל וואס ספעציאליזירט זיך אין די סארט קעיסעס און פארמאגט גאר הויכע קשרים מיט די רעגירונגס באאמטע. דער עסקן האט זיך תיכף פארבינדן מיט זיינע קשרים אין די הויכע פענסטער אין די סטעיט דעפארטמענט, און פרובירט פארהאנדלען מיט זיי אויסצוארבעטן אז מ'זאל פריי לאזן די יונגע מאמע מיט איר קליין קינד און זיי נישט צוריקשיקן קיין גואטעמאלא.
בסייעתא דשמיא, נאך גאנצע דריי שעה פון ווען די געשיכטע האט זיך אנגעהויבן אויסשפילן, און נאך לענגערע פארהאנדלונגען אהין און צוריק מיט דעם עסקן, ר' יואל יהושע העשיל, און ר' אוריאל יוסף, איז געקומען די גאר פרייליכע בשורה, אז די סטעיט דעפארטמענט האט געגעבן איר ענדגילטיגע ערלויבעניש פריי צו לאזן דעם מאמע מיטן קינד, און זיי אריבערלאזן די גרעניץ צו פארן ווייטער קיין ניו יארק אינאיינעם מיט די גאנצע פאמיליע!
הודו לד' כי טוב כי לעולם חסדו!
ווען משוגע מאכט וואקסען שטויסט ער די זון און לבנה מיט זיינער שיךסענס אף יומער האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 01, 2025 4:08 pm פאלגענד איז א איבערטייטש פון נחמן הלבראנץ'ס רעקארדירונג אויף ענגליש, וואס דאס קען גענוצט ווערן אין פאל וואס די משפחה זעהט סיי וועלכע פארדעכטיגטע אקטיוויטעטן דורך די געוועזענע יוצאים, און ווען מ'טוהט זיך ווענדן צו די לאקאלע אויטאריטעטן איבערצוגעבן די חשדות, קען דאס גענוצט ווערן אלס א באווייז אז ס'איז דא מאנכע יוצאים וועלכע זוכן צו אנטלויפן און טוהן אומגעוואונטשענע אקטן, און די דאזיגע רעקארדירונג טוהט קלאר צייגן אז די פירער פון לב טהור פארלאנגט פון זיינע אונטערטאנען נישט צו קאאפערירן מיט די אויטאריטעטן און זיך שלאגן אנצוהאלטן די קולט און איר אידיאלאגיע.
► Show Spoiler
וואס איז די בויך סברא, וואס דארף צי זיין די הסבר, אז די באשעפער האט מער נחת רוח, פון קליידער מער ענדליך צי די אראבער ווי צי כלל ישראל?מענדי קעניג האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 01, 2025 4:13 pmענדליך צו נחמן'ס יעצטיגע הוראה געבט משה יוסף רוזנער אן פסק הלכה פארן ציבור זיך צו מוסר נפש זיין און נישט טוישן די קליידערסענס אף יומער האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 01, 2025 1:32 am היינטיגע רעקארדירונג פון נחמן העלבראנץ אין תפיסה, ווי ער טוהט ווידערהאלן זיין קלארע הוראה פאר די פארבליבענע לב טהור חבורה (?) אז זייערע אומשולדיגע קינדערלעך זאלן ענדערש פארבלייבן שמאכטן אינעם שעלטער טראץ די שרעקליכע געפארן וואס זיי שטייען אויס ברוחניות ובגשמיות, ווי איידער ארויסקומען צו די היימישע אידנטום אין אמעריקע אדער אנדערע לענדער, וויבאלד דאס גאנצע אידישע געמיינדע אין אמעריקע און איבער די וועלט איז גענצליך אפגע'שמד'ט און עס עקזיסטירט נישט דא קיין שום אידישקייט, דעריבער איז ענדערש צו פארבלייבן אפשמאכטן אין שעלטער מיט אלע אירע סכנות, אבי נישט צו קומען קיין אמעריקע און זיך אויסמישן מיט די אפגע'שמד'טע ערב רב.
ווי פארשטענדליך טוען די נאך געציילטע פארבליבענע אידן אין לב טהור זיך נישט רעכענען מיט די דאזיגע עקסטרעמע לעכעריגע פסק פונעם חכם, נאר גייען ווייטער פאראויס מיט די לעצטע פלענער און פארענדיגן די פראצעדור פון ארויסנעמען די קינדער פונעם שעלטער און ארויספארן קיין אמעריקע/קאנאדע/א"י, און זיך איינקוואטירן און באזעצן צווישן היימישע פרומע אידן.
https://www.dropbox.com/scl/fi/6macgyuh ... cha7b&dl=0
אויב איך מעג אייך פארבעסערען, ווען דער טיפש (נישט מסוגל צי רופען דער פערזאון א "חכם" סארי.)זאגט ער רעט צי כלל ישראל, מיינט ער בפירוש נאר די כת, ווייל אונז כלל ישראלמסתמא האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 01, 2025 11:18 am נישט צום גלויבן. אן אזוי גערופענע חכם שלא קרא ולא שנא. סתם אבי איינער. ווער מיינט ער איז ער? ווער האט אים געגעבן די רשיון די לייסענס זיך צו רופן א רב בישראל און הייסן פארריקטע זאכן???? דו רעדסט געבראטענע שטותים, חלומות און דמיונות. ער האקט זיך אפ פון כלל ישראל און שרייט אז מען מוז אים פאלגן... זאג נאר! איך קען דיר פארהערן???? וואס האסטו שוין אין דיין לעבן געלערנט???? שרייסט אז מיר די אמעריקאנער זענען נישט קיין בני מעשים טובים (שקר ווי לב טהור!!!!) זאג נאר, דו אזוי גערופענער חכם, מיט וואס ביסטו א בעל מעשים טובים? אז דו האסט געהארגעט דיין שוועסטער???? וואס מאכט דיר הייליג אז דו זאלסט קענען רעדן צו כלל ישראל???? ביסט א גארנישט בן גארנישט!!! זיי שטיל! פארמאך דיין מויל!!! אינטער דיין זייגער איז פארגעקומען אן אוישוויץ!!! ביסט א סכנה בגשמיות און נאך אסאך מער ברוחניות!!!!
דער רעדט ווי כאילו ער איז א נביא און ווייסט פונקטליך וואס די רצון השם איז און די זמן הגלות וגאולה און אז אדום אמעריקע גייט דורכגיין גפרית ומלח שריפה וכו’ וכו’ ער א מבין אויף די קליפות און וואו א איד גייט יא אדער נישט קענען וואוינען. הער נאר גוט נחמן! דו ווייסט נישט וואס פליעט דא!!!! דו דארפסט נעמען א תהילים און זיך אריינזעצן אין סיי וועלכע אידישע קהילה ביים מעריב וואנט און אייננעמען א שטיל שווייגעניש!!! דו ביסט אן עם הארץ א גארנישט!!! זאלסט אויפהערן רודפן ערליכע אידן און דמיונען אין זיך אליינס!!! גענוג געווען מיט די דמיונות! גענוג געווען מיט די רשעות!!! עס איז צייט זיך צו פירן אידיש אזויווי אלע אידן!!! עס איז צייט צו ענדיגן די שפיכת דמים און דאס מפקיר זיין אידישע נשמות!!!!
דו גארנישט בן גארנישט משתלט על הציבור פוסע על ראשי עם קודש!!!! פאק איין און גיי אין דיין לעכל וואו דו באלאנגסט! דו ביסט קיין חכם!!! עס מאכט נישט אויס וואס וויינגארטן אדער ווער האט דיר איינגערעדט! דו ווייסט גארנישט! דו ביסט גארנישט! האלט דיינע דמיונות ביי דיר אין בויך. הער אויף טרינקען אידיש בלוט מיט דיינע דמיונות און חזיונות! ביסט נישט געזונט אין קאפ און עס איז קיינעמס שולד.
הצלחה מרובה.
אוי הייליגער באשעפער וויפיהל איז דער גבול?על פי תורה האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 03, 2025 2:16 am ביים זאגן איכה זעמיר געזיצן מיט קינדערלעך יוצאי לב טהור
איינער פון זיי האט פשוט געוויינט א גאנץ איכה מיט הייסע טרערן
נאכן קינות האט ער מיר געזאגט אז ער האט זיך דערמאנט די שווערע פיינונגען וואס ער איז דורך אין לב טהור, און דאס האט אים געברענגט צו וויינען.
$2,193העלפן א איד האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 03, 2025 4:04 pm $25
$25
$367.81 ($360 + fee)
$291.29 ($285 + fee)
$25
$25
$18
$25
$10
$25
$26
$100
$25
$25
$20
$25
$25
$25
$25 שטורעם
$5.60 ($5 + fee)
$25
$18 חזק ואמץ כלל ישראל אתכם
$10
$50
$25
$37.23 (36 + fee מענדל וואלף לכבודך י.ב.
$25
$25
$25 second donation in honor of yid tish
$25 לכבוד ר' שניאור זלמן נ"י חזקו ואמצו מיר זענען מיט דיר!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
$100
26.01
$102.53 (100 + fee) איי אידעלע איי ברידערלע שטארק זיך שטארק זיך אידעלע @נישט אינטערעסירט פון אידטיש
$25
$50
$50
$250
$100
$36
$50
קען מען דארט בוקמארקן ווי מהאלט?סענס אף יומער האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 03, 2025 5:10 pm47נפתלי האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 03, 2025 5:05 pmווי אויף די האטליין קען מען הערן די שמועסן?על פי תורה האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 03, 2025 3:45 pm ארויף אויף די 'קווארטל האטליין' פרישע שמועסן מיט עסקני המערכה
-ר' שמואל יואל מילער הי''ו
-ר' יצחק טייכמאן הי''ו
-ר' מאיר אדלער הי''ו
-ערשטמאליגע אינטערוויו מיטן באקאנטן נייעס באריכטער
עס ליגט נישט אויף קנעפל 7
מל' הכתוב צחוק עשה לי אלקים, הערליכע מליצה, איך וואלט מיר נישט געוואגט, אבער ווען קען דן זיין
אין העברעאיש נוצט מען העווי לשון קודש... סאיז נישט קיינעמס שולד. העברעאיש וואלט איך אנגערופן עפעס וואס איז נישט לשון קודש. איך גיב נישט קיין כבוד לרשעים אז זיי זאלן מיך אפהאקן פון לשון קודש ווייל זיי האבן געמאכט העברעאיש
כזעה נישט די פראבלעם בכלל. אבער ווי דו זאגסט, אפילו ווען עס זאל ווען יא זיין א פראבלעם איז עס בכלל נישט עפעס וואס מיר קענען דן זיין.
וויאזוי באקומען זיי די בריוון?יענץ מבין האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 04, 2025 2:44 pm אין די בחורים שעלטער זיצן כהיום דריי בחורים אינגאנצען אליין, האבן קיינעם נישט מיט זיך, אזוי זיצן זיי פיר און צוואנציג שעה א טאג און זיבן טעג א וואך.
זיי האבן נישט קיין שום קאמיוניקאציע מיט די דרויסענדיגע וועלט, זיי קענען ניטאמאל רעדן אויף קיין טאלאפאון, ס'איז זיי, מיט די פיר ווענט, און נאכאמאל זיי.
'אינגאנצען אלייין' - האב איך געזאגט - נישט ממש, זיי זיצן צוזאמען מיט צענדליגער גוים, ה' ישמרנו!
די איינציגסטע קשר וואס זיי האבן מיט די וועלט אינדרויסן - איז די בריוון וואס אונז שרייב מיר צו זיי דא.
די בחורים קוקן ארויס און ווארטן טאג טעגליך פאר די בריוון, דאס געט זיי חיזוק און כוחות צו קענען עטוואס אריבער טראגן די גאר שווערע אומשטענדן אין וואס זיי געפונען זיך.
ביטע נעמט די פאר מינוט און שרייבט אראפ אפאר ווערטער פאר זיי.
viewtopic.php?p=192934&sid=2044fdbecc97 ... 71#p192934
פאר פונקטליכע פרטים וועט איר דארפן פרעגן פון @על פי תורה.נפתלי האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 04, 2025 3:20 pmוויאזוי באקומען זיי די בריוון?יענץ מבין האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 04, 2025 2:44 pm אין די בחורים שעלטער זיצן כהיום דריי בחורים אינגאנצען אליין, האבן קיינעם נישט מיט זיך, אזוי זיצן זיי פיר און צוואנציג שעה א טאג און זיבן טעג א וואך.
זיי האבן נישט קיין שום קאמיוניקאציע מיט די דרויסענדיגע וועלט, זיי קענען ניטאמאל רעדן אויף קיין טאלאפאון, ס'איז זיי, מיט די פיר ווענט, און נאכאמאל זיי.
'אינגאנצען אלייין' - האב איך געזאגט - נישט ממש, זיי זיצן צוזאמען מיט צענדליגער גוים, ה' ישמרנו!
די איינציגסטע קשר וואס זיי האבן מיט די וועלט אינדרויסן - איז די בריוון וואס אונז שרייב מיר צו זיי דא.
די בחורים קוקן ארויס און ווארטן טאג טעגליך פאר די בריוון, דאס געט זיי חיזוק און כוחות צו קענען עטוואס אריבער טראגן די גאר שווערע אומשטענדן אין וואס זיי געפונען זיך.
ביטע נעמט די פאר מינוט און שרייבט אראפ אפאר ווערטער פאר זיי.
viewtopic.php?p=192934&sid=2044fdbecc97 ... 71#p192934
ווי איז די אינטערוויו מיט ר' מאיר אדלער נעלם געווארן?על פי תורה האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 03, 2025 3:45 pm ארויף אויף די 'קווארטל האטליין' פרישע שמועסן מיט עסקני המערכה
-ר' שמואל יואל מילער הי''ו
-ר' יצחק טייכמאן הי''ו
-ר' מאיר אדלער הי''ו
-ערשטמאליגע אינטערוויו מיטן באקאנטן נייעס באריכטער
חבל על הזמן, איז זעכער נישט קיין לשון קודש'דיגע שפראך.
די עולם שטיפט זיך ווילד אין די רייע, צי געבען דווקא ביי די טעלער, זיי כאפען נישט מדארף נישט קיין סמארטפון צי געבען, מגעבט א קליק אריין א פאר דאללער (צי א פאר טויזנט דאללער) און געגאנגען ווייטערהעלפן א איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 04, 2025 3:35 pm רבותי
קיין איין נדבה אריינגעקומען היינט
לינק אין אונטערשריפט
איך האב געהאלטען נעכטן נאכט אינדערמיט, און באפס נישט דא, נעלם.יענץ מבין האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 04, 2025 3:52 pmווי איז די אינטערוויו מיט ר' מאיר אדלער נעלם געווארן?על פי תורה האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 03, 2025 3:45 pm ארויף אויף די 'קווארטל האטליין' פרישע שמועסן מיט עסקני המערכה
-ר' שמואל יואל מילער הי''ו
-ר' יצחק טייכמאן הי''ו
-ר' מאיר אדלער הי''ו
-ערשטמאליגע אינטערוויו מיטן באקאנטן נייעס באריכטער