כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1361
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 13947

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

שכויח ר' אוריאל יוסף פארן מסדר זיין דעם חכם!
מ'זעט אז דאס האט אים צושאקלט..
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 510
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5706

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

גראדער מעכל האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 1:55 am צוזאם ווארפן אזויפיל שטותים און הבלים, שקרים וכזבים, מאכן אזא פארקנייפטע קיגל, WOW!
יעצט פארשטיי איך פארוואס די מח ווערט דארט אזוי פארקניפט נאכן הערן אזא קיגל, ס'בלייבט שוין נישט קיין פלאץ צו טראכטן אליינס

ווער איז דער וואס כאפט עס אפ?
אלתר ניסים גאלדמאן
מענדי קעניג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 166
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
Location: NY
x 2406

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מענדי קעניג »

לגבי די נושא פון יואל גאלדמאן און זיין שייכות מיט די עסקנים.

1 - וויפל איך האב מיט גיהאלטן האט יואל גולדמן מיט גיארבעט מיט חיים צבי און אפאר עסקנים ארויס צו העלפן משפחות אריבער צו גיין קיין אמעריקע אסאך זאכן וואס חיים צבי אדער געוויסע עסקנים האבן נישט געקענט טוהן אליין אן זיין הילף.
2 - יעצט שטעלט זיך ארויס די שאלה אויב דאס איז ריכטיג פאר וואס ארבטען נישט די עסקנים עהם ריינצוואשן פון זיינע קלאגעס?
די ענפערט איז:
קודם כל אזוי ווי כהאב שוין פריער דערמאנט די קלאגעס וואס סדא אויף עהם באקומט מען ווייניגער פון 5 יאר וואס דאס מיינט אז ער וועט דאס קענען אויפטוישן אויף געלט שטראף ממילא איז נישט אזוי וויכטיג יעצט צו ארבטען דערויף משא"כ חיים צבי איז יעצט אסאך וויכטיגער.

3 - אבער די מעשה גייט אביסל טיפער.
בערך 2 חדשים צוריק האב איך מיטגעהאלטן א מעשה ווי איינע פון די לב טהור חברה אפאר שעה פארן ארויס פארן פון גואטאמאלא איז ער גיגאנגען אריין געבן קלאגעס אויף אפאר פון די PGN כולל אויף parera די הויפט פון די PGN.
שפעטער האט זיך ארויס גישטעלט אז יואל גאלדמאן האט גיהאט א האנט דערין, פארשטייט זיך ער האט גימיינט גוט לויט זיין פארשטאנט זיך אנצונעמען אויף די אומשילדיגע קינדערליך וואס ליידן נעבעך אין שעלטער.
ווי פאשטענדליך אז מיט די מהלך פון פייטן קעגן די גאווערמענט קומט מען נישט אן קיין ערגעץ נאר פארקערט זיי וועלן זיכער מאכן אז דו באצאלסט טייער דערפאר, פאר זיי גייט עס נישט אן צו דיינע קינדערליך אדער דיינע חברים'ס קינדערליך וועלן ליידן זיי וועלן זיכער מאכן אז סקומט צוריק נקמה.
און טאקע אפאר טעג שפעטער ווען איך האב גיוואנדען צו parera אז איינע פון די PGN לויערס טוהט אפ שאדנס אין קורט, א נושא וואס אפאר פון די עסקנים האבן שוין גירעדט צו איר און זי האט צו גיזאגט צו קער נעמען דערפון און יעצט האט זי אנגיהויבן זיך אפרעדן היתכן מגעבט אריין קלאגעס אויף איר וכו כהאב פראבירט איר צו מסביר זיין אז סאיז געטוהן גיווארן דוירך מענטשן וואס איך און קיינער פון די עסקנים האבן נישט קיין השפעה אויף זיי. סהאט נישט גיהאלפן און די פראבלעם איז נאך דא ביזן היינטיגן טאג. און סדא נאך פראבלעמען וואס זענען ארויס געקומען פון דעם.

4 - אביסל שפעטער האבן די עסקנים באקומען אינפארמעשין איבער א גאנצע פעקל קלאגעס וואס די לב טהור לויערס האבן אנגעגרייט א קעגן פארשידענע דעפארטמענטס פון די גאווערמענט וואס זענען גיווען אינוואלף אין די רעט ביים צו נעמען די קינדער.
וואס נאכאמאל די לב טהור יונגעלייט וואס האבן א האנט דערין אפשר מיינען צו טוהן גוט.
אבער לאמיר געבן א פשוטע דוגמא: פעדראל גאווערמענט אין אמעריקע די FBI עפענען א קעיס א קעגן ראובן, יעצט ראובן אלץ נקמה שטעלט ער אונטער אז מזאל אריין געבן קלאגעס קעגן איינע פון די הויפטן פון די FBI, דערנאך וויל ער שיקן אפאר עסקנים/ גרויסע לויערס זאלן פראבירן אויס ארבטען פאר עהם א גוטע פלי דיל.
שוין, כווינטש עהם הצלחה... איין זאך איז זיכער אז דעיע עסקנים/לויערס וואס וועלן פראבירן ארבטען פאר עהם אויף א פלי דיל קענען פארגעסן פון זייער קאנטאקטס וואס זיי האבן ביי די FBI.

די זעלבע מעשה איז דא פארגיגאנגן מיט יואל גולדמאן.

5 - יעצט מיט משה יהודה לייב אלטער איז דא א אנדערע לאנגע פרשה ווי ער האט גיארבעט אז איינע פון די עדות זאלן חתמנען אז ער איז נישט גיווען חתונה גיהאט, און די פראסעקיוטערס ווייסן דערפון.

6 - איך האב גירעדט אפאר מאל מיט י.ג. און עהם מסביר גיווען אז דעיע מעשים פארשפארן די מעגליכקייט פאר די עסקנים דיר צו קענען שפעטער העלפן, אבער ווי כסדר איך האב אויסגעפונען פון דעם נאר לאחר מעשה.
סדא נאך פרטים אין דעם נושא וואס כקען נישט אריין דערין, שאדנס וואס איז ארויס געקומען דערפון...
כבין זיכער אז זיי האבן גימיינט נאר גוטס. אבער יעצט איז נישט דא צו פיל מעגליכקייט פאר די עסקנים עהם צו העלפן, און זיכער ליגט נישט די אחריות אויף קיינער פון זיי.

7 - לגבי די שאלה פאר וואס פעלט אויס צו ממשיך זיין אראפ ברענגען די עדות פארן שופט. די ענפערט אין קוירצן איז, אין גוטאמאלא דארף מען עדות זאגן א סך הכל פון 4 מאל, די 4טע איז פארן שופט. יעצט איינמאל מהאט אנגיהויבן די פראסעס, די נישט קומען וועט נישט העלפן, די פראסעקיוטער קען בעטן צו עס לאזן א אפען קעיס פאר ביז 20 יאר וואס באדייט אז די דעפענדן וועט נישט קענען ארויס פון לאנד ווי לאנג די קעיס איז אפען.
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 273
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 1214

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

שכח פאר די קלארע באריכט
ווי על פי האט שון געשריבן איז די פראבלעם די נישט גוטע קאמיוניקאציע
און יואל מיינט ח''ו נישט קיין שלעכטס
מענדי קעניג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 166
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
Location: NY
x 2406

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מענדי קעניג »

סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 1:32 am היינטיגע רעקארדירונג פון נחמן העלבראנץ אין תפיסה, ווי ער טוהט ווידערהאלן זיין קלארע הוראה פאר די פארבליבענע לב טהור חבורה (?) אז זייערע אומשולדיגע קינדערלעך זאלן ענדערש פארבלייבן שמאכטן אינעם שעלטער טראץ די שרעקליכע געפארן וואס זיי שטייען אויס ברוחניות ובגשמיות, ווי איידער ארויסקומען צו די היימישע אידנטום אין אמעריקע אדער אנדערע לענדער, וויבאלד דאס גאנצע אידישע געמיינדע אין אמעריקע און איבער די וועלט איז גענצליך אפגע'שמד'ט און עס עקזיסטירט נישט דא קיין שום אידישקייט, דעריבער איז ענדערש צו פארבלייבן אפשמאכטן אין שעלטער מיט אלע אירע סכנות, אבי נישט צו קומען קיין אמעריקע און זיך אויסמישן מיט די אפגע'שמד'טע ערב רב.

ווי פארשטענדליך טוען די נאך געציילטע פארבליבענע אידן אין לב טהור זיך נישט רעכענען מיט די דאזיגע עקסטרעמע לעכעריגע פסק פונעם חכם, נאר גייען ווייטער פאראויס מיט די לעצטע פלענער און פארענדיגן די פראצעדור פון ארויסנעמען די קינדער פונעם שעלטער און ארויספארן קיין אמעריקע/קאנאדע/א"י, און זיך איינקוואטירן און באזעצן צווישן היימישע פרומע אידן.

https://www.dropbox.com/scl/fi/6macgyuh ... cha7b&dl=0
יעצט קען מען פארשטיין די שווערע ארבעט פון די עסקנים פון ביידע זייטן...
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1361
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 13947

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

עטליכע האבן אנגעפרעגט אין אישי איבער אונזער אויסוואל זיך צו באניצן מיט די 'קווארטל' האטליין, אז עס איז א האטליין וואס איז אביסל בחור'יש... איז אויב אזוי פארוואס זאלן די מודעות געמאלדן ווערן דארטן?
איז אזוי, היות מיר האבן זיך אפגעבריעט פון קרעטשמע, האבן מיר געזוכט א פלאטפארמע וואו מיר זאלן האבן פולע קאנטראל אראפצונעמען און ארויפלייגן, און נישט דארפן בעטן יענעם און צוקומען צו זיין החלטה.
מצד שני זוכן מיר אויך נישט צו האבן אן אייגענעם האטליין, זיין פארנומען מיט די טעכנישע חלקים וכדו'.
די קווארטל האטליין האלט זיך אינמיטן ריברענדן, זיך אוועקצושטעלן אלץ אן אפיציעלע האטליין און ארויסגיין פון די בחור'ישע שוך.
והעיקר די פירערשאפט פונעם האטליין קענען מיר שוין א לענגערע צייט, און מיר האנדלן מיט זיי אין די עסקנות, און מיר האבן זיי קענעגעלערנט אלץ אמת'ע אחריות'דיגע און ערליכע מענטשן, וועלעכע וועלן אלעס טון צופרידן צו שטעלן די עסקנים.
און אט אזוי איז די שידוך געשלאסן געווארן.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
משזר עריכה
פרישער באניצער
פאוסטס: 45
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 9:46 pm
Location: ירושלים
x 79

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך משזר עריכה »

על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 3:37 am עטליכע האבן אנגעפרעגט אין אישי איבער אונזער אויסוואל זיך צו באניצן מיט די 'קווארטל' האטליין, אז עס איז א האטליין וואס איז אביסל בחור'יש... איז אויב אזוי פארוואס זאלן די מודעות געמאלדן ווערן דארטן?
איז אזוי, היות מיר האבן זיך אפגעבריעט פון קרעטשמע, האבן מיר געזוכט א פלאטפארמע וואו מיר זאלן האבן פולע קאנטראל אראפצונעמען און ארויפלייגן, און נישט דארפן בעטן יענעם און צוקומען צו זיין החלטה.
מצד שני זוכן מיר אויך נישט צו האבן אן אייגענעם האטליין, זיין פארנומען מיט די טעכנישע חלקים וכדו'.
די קווארטל האטליין האלט זיך אינמיטן ריברענדן, זיך אוועקצושטעלן אלץ אן אפיציעלע האטליין און ארויסגיין פון די בחור'ישע שוך.
והעיקר די פירערשאפט פונעם האטליין קענען מיר שוין א לענגערע צייט, און מיר האנדלן מיט זיי אין די עסקנות, און מיר האבן זיי קענעגעלערנט אלץ אמת'ע אחריות'דיגע און ערליכע מענטשן, וועלעכע וועלן אלעס טון צופרידן צו שטעלן די עסקנים.
און אט אזוי איז די שידוך געשלאסן געווארן.
וואס איז אזוי שווער פון האבן א האטליין אליינס? עס איז דא גענוג גוטע קאמפעניס וואס שטעלן דאס צו פאר קליין געלט.
זוכט איר א מגיה/עורך?
א שטאב פון פראפעסיאנאלע עורכים און מגיהים שטייען גרייט פאר אייך, פאר א צוגענגליכע פרייז!
מאמרים, שיעורים, גליונות, קונטרסים, ספרים.
שרייבן, הגהה, שיפור הלשון וכדו'.

929-373-1139 (call only)
אימעיל: mistxediting@gmail.com
משזר עריכה
פרישער באניצער
פאוסטס: 45
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 9:46 pm
Location: ירושלים
x 79

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך משזר עריכה »

על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 12:02 am מודעה מטעם העסקנים
די ארץ ישראל'דיגע נומבער ארבעט נישט.
זוכט איר א מגיה/עורך?
א שטאב פון פראפעסיאנאלע עורכים און מגיהים שטייען גרייט פאר אייך, פאר א צוגענגליכע פרייז!
מאמרים, שיעורים, גליונות, קונטרסים, ספרים.
שרייבן, הגהה, שיפור הלשון וכדו'.

929-373-1139 (call only)
אימעיל: mistxediting@gmail.com
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 510
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5706

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 3:37 am עטליכע האבן אנגעפרעגט אין אישי איבער אונזער אויסוואל זיך צו באניצן מיט די 'קווארטל' האטליין, אז עס איז א האטליין וואס איז אביסל בחור'יש... איז אויב אזוי פארוואס זאלן די מודעות געמאלדן ווערן דארטן?
איז אזוי, היות מיר האבן זיך אפגעבריעט פון קרעטשמע, האבן מיר געזוכט א פלאטפארמע וואו מיר זאלן האבן פולע קאנטראל אראפצונעמען און ארויפלייגן, און נישט דארפן בעטן יענעם און צוקומען צו זיין החלטה.
מצד שני זוכן מיר אויך נישט צו האבן אן אייגענעם האטליין, זיין פארנומען מיט די טעכנישע חלקים וכדו'.
די קווארטל האטליין האלט זיך אינמיטן ריברענדן, זיך אוועקצושטעלן אלץ אן אפיציעלע האטליין און ארויסגיין פון די בחור'ישע שוך.
והעיקר די פירערשאפט פונעם האטליין קענען מיר שוין א לענגערע צייט, און מיר האנדלן מיט זיי אין די עסקנות, און מיר האבן זיי קענעגעלערנט אלץ אמת'ע אחריות'דיגע און ערליכע מענטשן, וועלעכע וועלן אלעס טון צופרידן צו שטעלן די עסקנים.
און אט אזוי איז די שידוך געשלאסן געווארן.
און קרעטשמע איז?...
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 780
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3157

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

גרינטליך האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2025 6:37 pm
לעבער אייער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2025 5:14 pm
לעבער אייער האט געשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 11:26 pm רבותי טייערע אידן רחמים בני רחמנים
ראטעוועט
ר' שניאור זלמן מוז מען זען אינדרויסן פון לאגער/תפיסה פאר איעדע פרייז !!!
געלט טאר נישט זיין קיין אפהאלט
ר' יוחנן לאווער זיין שטיף טאטע וועלכע באד זיך אין גרויסע חובות ארבעט ארום דעם זייגער אים ארויסצוזען ער איז יעצט אראפגעפארן אהין צו אויפטוען לטובת שניאור זלמן
די אפהאלט איז געלט
לייגט אייער נדבה מיט הארץ
https://www.paypal.com/donate/?hosted_b ... KYWRMLG44Y
פאר די אלע וואס פרעגן
יא מען קען נאך געבן
די שעות וואס מיר זענען אפען זענען ווי פאלגענד
פון 12:45 am ביז 12:45 am א יעדע נאכמיטאג
:lol: :D :lol: :D :lol: :D
זיי זאגען נאנט צי $2,000 איך האף אז ער האט געמיינט צי שרייבען נאנט צי $20,000
דאס מאכט עפעס מער סענס לויט די אומשטענדען ;) ;) ;)
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 780
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3157

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 2:02 am טראץ וואס דער חכם שטעלט קלאר אז ער האלט אלעס מיט און ער ווייסט אלעס, איז אבער די מציאות אז ער איז אין שעלטער קיינמאל געווען, און נאכנישט גערעדט מיט קיין איין קינד וואס געפינט זיך אין שעלטער.

הוי.. זיינע ציבראכענע קינדערלעך לעכצן און וויינען אז זיי טראגן שוין פשוט נישט איבער די אויסטערלישע יסורים פון זיין אין שעלטער. טייערע לב טהור ליינער, אויב קענט איר האבן אן השפעה אויף מרת העלבראנץ, גייט און וויינט צו איר זי זאל רחמנות האבן אויף אירע אייגענע אומשולדיגע שוין יעצט גופים בלא נשמות, און זיי באפרייען פון תפיסה. זי קען דאס טון אין איין מינוט.

וויאזוי קען א יודיש הארץ לאזן א קינד אין שעלטער אפילו נאר פאר איין רגע?

אין אמעריקע איז שמד?

און וואס טוט זיך אין שעלטער ווייסט איר?

איר ווייסט אז אייערע 2 יונגעלעך געפינען זיך מיט 100 גוים שוין 8 חדשים? זיי זענען בעסער פון די ערב רב אין אמעריקע? די תורה פון 'באונס' 'ברצון' פאסט טאקע זייער גוט צו זאגן פאר איינער וואס איז אין שעלטער קיינמאל געווען.

כ'וואלט געשריבן שארפער, אבער איך שרייב פון ווייטאג, און נישט פון כעס.
דער דרשה זיינער דערמאנט, די רייט פון די הייליגע צדקת הצדיק, אז ווען מגייט קרום, און מגלייכט זיך נישט אויס, מאכט מען יעדער גלייכע זאך קרון און יעדער קרומע זאך גלייך.

די עולם קען שרייבען ווייטער בריוו צי זיינע קינדער אין שעלטער, נעכטן זענען נישט געווען נייע בריי פאר די בחורים\אברכים און שעלטער
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 780
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3157

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 2:23 am
גראדער מעכל האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 1:55 am צוזאם ווארפן אזויפיל שטותים און הבלים, שקרים וכזבים, מאכן אזא פארקנייפטע קיגל, WOW!
יעצט פארשטיי איך פארוואס די מח ווערט דארט אזוי פארקניפט נאכן הערן אזא קיגל, ס'בלייבט שוין נישט קיין פלאץ צו טראכטן אליינס

ווער איז דער וואס כאפט עס אפ?
אלתר ניסים גאלדמאן
ווער איז ער?
וואס איז זיין פאזיציא האנט צי טאגס?
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
תורה ויראה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 396
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 615

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך תורה ויראה »

סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 1:32 am היינטיגע רעקארדירונג פון נחמן העלבראנץ אין תפיסה, ווי ער טוהט ווידערהאלן זיין קלארע הוראה פאר די פארבליבענע לב טהור חבורה (?) אז זייערע אומשולדיגע קינדערלעך זאלן ענדערש פארבלייבן שמאכטן אינעם שעלטער טראץ די שרעקליכע געפארן וואס זיי שטייען אויס ברוחניות ובגשמיות, ווי איידער ארויסקומען צו די היימישע אידנטום אין אמעריקע אדער אנדערע לענדער, וויבאלד דאס גאנצע אידישע געמיינדע אין אמעריקע און איבער די וועלט איז גענצליך אפגע'שמד'ט און עס עקזיסטירט נישט דא קיין שום אידישקייט, דעריבער איז ענדערש צו פארבלייבן אפשמאכטן אין שעלטער מיט אלע אירע סכנות, אבי נישט צו קומען קיין אמעריקע און זיך אויסמישן מיט די אפגע'שמד'טע ערב רב.

ווי פארשטענדליך טוען די נאך געציילטע פארבליבענע אידן אין לב טהור זיך נישט רעכענען מיט די דאזיגע עקסטרעמע לעכעריגע פסק פונעם חכם, נאר גייען ווייטער פאראויס מיט די לעצטע פלענער און פארענדיגן די פראצעדור פון ארויסנעמען די קינדער פונעם שעלטער און ארויספארן קיין אמעריקע/קאנאדע/א"י, און זיך איינקוואטירן און באזעצן צווישן היימישע פרומע אידן.

https://www.dropbox.com/scl/fi/6macgyuh ... cha7b&dl=0
איז דא א אודיא דערפון?
אוועיטער
בערל דער פייפער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1274
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1906

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 2:07 am שכויח ר' אוריאל יוסף פארן מסדר זיין דעם חכם!
מ'זעט אז דאס האט אים צושאקלט..
דהיינו?
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 780
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3157

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

תורה ויראה האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 10:09 am
סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 1:32 am היינטיגע רעקארדירונג פון נחמן העלבראנץ אין תפיסה, ווי ער טוהט ווידערהאלן זיין קלארע הוראה פאר די פארבליבענע לב טהור חבורה (?) אז זייערע אומשולדיגע קינדערלעך זאלן ענדערש פארבלייבן שמאכטן אינעם שעלטער טראץ די שרעקליכע געפארן וואס זיי שטייען אויס ברוחניות ובגשמיות, ווי איידער ארויסקומען צו די היימישע אידנטום אין אמעריקע אדער אנדערע לענדער, וויבאלד דאס גאנצע אידישע געמיינדע אין אמעריקע און איבער די וועלט איז גענצליך אפגע'שמד'ט און עס עקזיסטירט נישט דא קיין שום אידישקייט, דעריבער איז ענדערש צו פארבלייבן אפשמאכטן אין שעלטער מיט אלע אירע סכנות, אבי נישט צו קומען קיין אמעריקע און זיך אויסמישן מיט די אפגע'שמד'טע ערב רב.

ווי פארשטענדליך טוען די נאך געציילטע פארבליבענע אידן אין לב טהור זיך נישט רעכענען מיט די דאזיגע עקסטרעמע לעכעריגע פסק פונעם חכם, נאר גייען ווייטער פאראויס מיט די לעצטע פלענער און פארענדיגן די פראצעדור פון ארויסנעמען די קינדער פונעם שעלטער און ארויספארן קיין אמעריקע/קאנאדע/א"י, און זיך איינקוואטירן און באזעצן צווישן היימישע פרומע אידן.

https://www.dropbox.com/scl/fi/6macgyuh ... cha7b&dl=0
איז דא א אודיא דערפון?
דאס איז אוידיא
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
תורה ויראה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 396
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 615

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך תורה ויראה »

גרינטליך האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 10:12 am
תורה ויראה האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 10:09 am
סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 1:32 am היינטיגע רעקארדירונג פון נחמן העלבראנץ אין תפיסה, ווי ער טוהט ווידערהאלן זיין קלארע הוראה פאר די פארבליבענע לב טהור חבורה (?) אז זייערע אומשולדיגע קינדערלעך זאלן ענדערש פארבלייבן שמאכטן אינעם שעלטער טראץ די שרעקליכע געפארן וואס זיי שטייען אויס ברוחניות ובגשמיות, ווי איידער ארויסקומען צו די היימישע אידנטום אין אמעריקע אדער אנדערע לענדער, וויבאלד דאס גאנצע אידישע געמיינדע אין אמעריקע און איבער די וועלט איז גענצליך אפגע'שמד'ט און עס עקזיסטירט נישט דא קיין שום אידישקייט, דעריבער איז ענדערש צו פארבלייבן אפשמאכטן אין שעלטער מיט אלע אירע סכנות, אבי נישט צו קומען קיין אמעריקע און זיך אויסמישן מיט די אפגע'שמד'טע ערב רב.

ווי פארשטענדליך טוען די נאך געציילטע פארבליבענע אידן אין לב טהור זיך נישט רעכענען מיט די דאזיגע עקסטרעמע לעכעריגע פסק פונעם חכם, נאר גייען ווייטער פאראויס מיט די לעצטע פלענער און פארענדיגן די פראצעדור פון ארויסנעמען די קינדער פונעם שעלטער און ארויספארן קיין אמעריקע/קאנאדע/א"י, און זיך איינקוואטירן און באזעצן צווישן היימישע פרומע אידן.

https://www.dropbox.com/scl/fi/6macgyuh ... cha7b&dl=0
איז דא א אודיא דערפון?
דאס איז אוידיא
שכח
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 780
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3157

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 1:32 am היינטיגע רעקארדירונג פון נחמן העלבראנץ אין תפיסה, ווי ער טוהט ווידערהאלן זיין קלארע הוראה פאר די פארבליבענע לב טהור חבורה (?) אז זייערע אומשולדיגע קינדערלעך זאלן ענדערש פארבלייבן שמאכטן אינעם שעלטער טראץ די שרעקליכע געפארן וואס זיי שטייען אויס ברוחניות ובגשמיות, ווי איידער ארויסקומען צו די היימישע אידנטום אין אמעריקע אדער אנדערע לענדער, וויבאלד דאס גאנצע אידישע געמיינדע אין אמעריקע און איבער די וועלט איז גענצליך אפגע'שמד'ט און עס עקזיסטירט נישט דא קיין שום אידישקייט, דעריבער איז ענדערש צו פארבלייבן אפשמאכטן אין שעלטער מיט אלע אירע סכנות, אבי נישט צו קומען קיין אמעריקע און זיך אויסמישן מיט די אפגע'שמד'טע ערב רב.

ווי פארשטענדליך טוען די נאך געציילטע פארבליבענע אידן אין לב טהור זיך נישט רעכענען מיט די דאזיגע עקסטרעמע לעכעריגע פסק פונעם חכם, נאר גייען ווייטער פאראויס מיט די לעצטע פלענער און פארענדיגן די פראצעדור פון ארויסנעמען די קינדער פונעם שעלטער און ארויספארן קיין אמעריקע/קאנאדע/א"י, און זיך איינקוואטירן און באזעצן צווישן היימישע פרומע אידן.

https://www.dropbox.com/scl/fi/6macgyuh ... cha7b&dl=0
א חולה נפש

חוץ פון די גאונות אין שגעון

זאגט ער אין אידיש:

קנעכט מיינע, איך האב מסירות נפש, ענק זאלען בלייבען מיינע קנעכט.

פארליר ענקער קינדער, בלייבען וואוינען ווי א הונט, צי נאך ערגער אומשטענדען, ווייל איך האב געזאגט.

דערמאנט א מעשה, פון נאך די באפרייעינג פון לאגער איז נאך געווען א פאלקס דויטש, וואס איז געווען צי געוואוינט צי ניצען זיין אידעליך, נאך ערגער ווי עבדים.
האט געווילט אנטלויפען פון לאגער מיט א וואגען פיהל מיט באגנבט צירינג, גאלד, און זילבער פון יודען.
האט ער געהייסען אידישער העפלינגען, לאד מיר אן שלעפ מיר די וואגען, האב זיי עם געזאגט אזוי?!

זיי האבען עם אנגעכאפט און ציגעבינדען, און עם מסדר געוען און די לאך פון די בית כסא אופפאל
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
Yakov
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 04, 2025 11:46 am
x 10

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Yakov »

בערל דער פייפער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 10:09 am
על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 2:07 am שכויח ר' אוריאל יוסף פארן מסדר זיין דעם חכם!
מ'זעט אז דאס האט אים צושאקלט..
דהיינו?
די דרשה איז אדרעסירט צו אים בפרט
אוועיטער
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: קרית בבל החריבה
x 1729

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

גרינטליך האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 9:57 am
► Show Spoiler
די עולם קען שרייבען ווייטער בריוו צי זיינע קינדער אין שעלטער, נעכטן זענען נישט געווען נייע בריי פאר די בחורים\אברכים און שעלטער
בלאט נומ. 4 ביי די בריוון טעמע איז פארמאכט אויף נטפרי
ממילא קען איך נישט שרייבן
און איך גלייב אז נאך אסאך אנדערע
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
אוועיטער
שעפעריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 108
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:01 am
Location: Monsey
x 925

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שעפעריש »

סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 1:32 am היינטיגע רעקארדירונג פון נחמן העלבראנץ אין תפיסה, ווי ער טוהט ווידערהאלן זיין קלארע הוראה פאר די פארבליבענע לב טהור חבורה (?)

https://www.dropbox.com/scl/fi/6macgyuh ... cha7b&dl=0
יעצט אויסגעהערט דעם חכם....
ס'קוקט אויס ווי דער האלט נישט מיט די נייעס, סא אויב @גדליה קען אים אריינשיקן די ליסטע וואלט געווען א גוטע זאך
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2003
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 6923

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

נישט צום גלויבן. אן אזוי גערופענע חכם שלא קרא ולא שנא. סתם אבי איינער. ווער מיינט ער איז ער? ווער האט אים געגעבן די רשיון די לייסענס זיך צו רופן א רב בישראל און הייסן פארריקטע זאכן???? דו רעדסט געבראטענע שטותים, חלומות און דמיונות. ער האקט זיך אפ פון כלל ישראל און שרייט אז מען מוז אים פאלגן... זאג נאר! איך קען דיר פארהערן???? וואס האסטו שוין אין דיין לעבן געלערנט???? שרייסט אז מיר די אמעריקאנער זענען נישט קיין בני מעשים טובים (שקר ווי לב טהור!!!!) זאג נאר, דו אזוי גערופענער חכם, מיט וואס ביסטו א בעל מעשים טובים? אז דו האסט געהארגעט דיין שוועסטער???? וואס מאכט דיר הייליג אז דו זאלסט קענען רעדן צו כלל ישראל???? ביסט א גארנישט בן גארנישט!!! זיי שטיל! פארמאך דיין מויל!!! אינטער דיין זייגער איז פארגעקומען אן אוישוויץ!!! ביסט א סכנה בגשמיות און נאך אסאך מער ברוחניות!!!!

דער רעדט ווי כאילו ער איז א נביא און ווייסט פונקטליך וואס די רצון השם איז און די זמן הגלות וגאולה און אז אדום אמעריקע גייט דורכגיין גפרית ומלח שריפה וכו’ וכו’ ער א מבין אויף די קליפות און וואו א איד גייט יא אדער נישט קענען וואוינען. הער נאר גוט נחמן! דו ווייסט נישט וואס פליעט דא!!!! דו דארפסט נעמען א תהילים און זיך אריינזעצן אין סיי וועלכע אידישע קהילה ביים מעריב וואנט און אייננעמען א שטיל שווייגעניש!!! דו ביסט אן עם הארץ א גארנישט!!! זאלסט אויפהערן רודפן ערליכע אידן און דמיונען אין זיך אליינס!!! גענוג געווען מיט די דמיונות! גענוג געווען מיט די רשעות!!! עס איז צייט זיך צו פירן אידיש אזויווי אלע אידן!!! עס איז צייט צו ענדיגן די שפיכת דמים און דאס מפקיר זיין אידישע נשמות!!!!

דו גארנישט בן גארנישט משתלט על הציבור פוסע על ראשי עם קודש!!!! פאק איין און גיי אין דיין לעכל וואו דו באלאנגסט! דו ביסט קיין חכם!!! עס מאכט נישט אויס וואס וויינגארטן אדער ווער האט דיר איינגערעדט! דו ווייסט גארנישט! דו ביסט גארנישט! האלט דיינע דמיונות ביי דיר אין בויך. הער אויף טרינקען אידיש בלוט מיט דיינע דמיונות און חזיונות! ביסט נישט געזונט אין קאפ און עס איז קיינעמס שולד.

הצלחה מרובה.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
בוכהאלטער
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 3:13 pm
Location: Monroe
x 74

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בוכהאלטער »

די תפיסה באהערדע טיילן נישט די פילן לעצטענס?
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 510
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5706

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

חסדי ד' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!

גאר דראמאטישע מינוטן האט זיך נארוואס אפגעשפילט, ווען די פאמיליע פון ר' אוריאל יוסף גאלדמאן מיט אלע קינדער זענען אנגעקומען היינט אינדערפרי פון גואטעמאלא אויף וואשינגטאן סטעיט, צו נעמען פון דארטן א קאנעקטינג פלייט אויף ניו יארק. ווען די קינדער זענען אדורכגעגאנגען פאספארט קאנטראל, האט אלעס אויסגעזעהן צו גיין כשורה, ווען די לופטפעלד באאמטע האבן אריבערגעלאזט אלע קינדער איינס ביי איינס. אבער ווען עס איז געקומען צום עלטסטן טאכטער, אשת האברך ר' ישראל הורוויץ, וואס האט אויך געהאט מיט זיך איר פיצל קינד פון בלויז עטליכע וואכן אלט, האבן די לופטפעלד אויטאריטעטן אנגעהויבן מאכן פראבלעמען, און נישט געוואלט אריבערלאזן סיי די מאמע און סיי איר פיצל קינד. אלע בקשות און געבעטן אז מ'זאל איר אריבערלאזן צוזאמען מיט די גאנצע פאמיליע צו קענען גיין אויף ניו יארק איז געפאלן אויף טויבע אויערן, און די קאלטע לופטפעלד באאמטע האבן קלארגעשטעלט אז זיי וועלן איר נישט ערלויבן אריבערצוגיין די בארדער, און זיי וועלן איר צוריקשיקן אויף גואטעמאלא צוזאמען מיט איר קינד, אין די צייט וואס די גאנצע פאמיליע וועט ווייטער פארן אויף ניו יארק.

עס איז איבריג צו שילדערן די כאאס און פאניק וואס האט ארומגענומען די גאנצע משפחה, הערנדיג די שוידערליכע נייעס אז די יונגע מאמע וואס איז נאך א מיינער, צוזאמען מיט איר פיצל קינד, וועלן חלילה דארפן צוריקפארן אויף גואטעמאלא אינגאנצן אליינס אן קיינעם פון די משפחה וועלכע וועלן אלע פארן קיין ניו יארק.

אין די פארלוירענע מינוטן ווען עס האט אויסגעזעהן אז די באאמטע וועלן ליידער מקיים פסק זיין און צוריקשיקן זיין עלטסטע טאכטער, האט די טאטע ר' אוריאל יוסף שנעל אנגערופן העסקן הנמרץ ר' יואל יהושע העשיל בלום, און אים פארציילט די געשיכטע וואס שפילט זיך אצינד אפ אין עירפארט. ווי נאר ר' יואל יהושע העשיל האט געהערט די שוידערליכע געשיכטע, האט ער זיך תיכף אריינגעווארפן אין די קעיס, און זיך גלייך פארבינדן מיט די סאמע גרעסטע עסקן אין כלל ישראל וואס ספעציאליזירט זיך אין די סארט קעיסעס און פארמאגט גאר הויכע קשרים מיט די רעגירונגס באאמטע. דער עסקן האט זיך תיכף פארבינדן מיט זיינע קשרים אין די הויכע פענסטער אין די סטעיט דעפארטמענט, און פרובירט פארהאנדלען מיט זיי אויסצוארבעטן אז מ'זאל פריי לאזן די יונגע מאמע מיט איר קליין קינד און זיי נישט צוריקשיקן קיין גואטעמאלא.

בסייעתא דשמיא, נאך גאנצע דריי שעה פון ווען די געשיכטע האט זיך אנגעהויבן אויסשפילן, און נאך לענגערע פארהאנדלונגען אהין און צוריק מיט דעם עסקן, ר' יואל יהושע העשיל, און ר' אוריאל יוסף, איז געקומען די גאר פרייליכע בשורה, אז די סטעיט דעפארטמענט האט געגעבן איר ענדגילטיגע ערלויבעניש פריי צו לאזן דעם מאמע מיטן קינד, און זיי אריבערלאזן די גרעניץ צו פארן ווייטער קיין ניו יארק אינאיינעם מיט די גאנצע פאמיליע!

הודו לד' כי טוב כי לעולם חסדו!
שווערמער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 318
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 6:44 pm
x 571

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שווערמער »

ווער איז דער דאזיגער עסקן הדגול?
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 510
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5706

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

שווערמער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 11:37 am ווער איז דער דאזיגער עסקן הדגול?
אויף די מינוט איז נישט שייך מפרסם צו זיין.
שרייב פאוסט