בלאט 332 פון 620

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 3:32 pm
דורך גרינטליך
העלפן א איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 10:09 pm
יענץ מבין האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 10:42 am
נישט אינטערעסירט האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 10:24 am

מען זאל ביטע צושרייבן די ניק אין די מעמא.
די שאלה איז ווער גייט זעהן די מעמאס?
איך זעה די טרענזעקשאנס מיט די מעמאס


איך ישוב זיך צו מ'זאל ארויפלייגן אלע נדבות אדער נאר מיט די ניקס אין די מעמא

וואס זאגט דער עולם
אלע נדבות

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 3:41 pm
דורך חלא בר חמרא
גרינטליך האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2025 3:32 pm
העלפן א איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 10:09 pm
יענץ מבין האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 10:42 am
די שאלה איז ווער גייט זעהן די מעמאס?
איך זעה די טרענזעקשאנס מיט די מעמאס


איך ישוב זיך צו מ'זאל ארויפלייגן אלע נדבות אדער נאר מיט די ניקס אין די מעמא

וואס זאגט דער עולם
אלע נדבות
ס'אויך דא פון אנדערע פלאטפארמעס

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 3:41 pm
דורך וועלווא
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2025 2:09 pm
מכבי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2025 12:07 am
על פי תורה האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 11:33 pm

נישט אויף דעם פארנעם
האסט א טעות
קרעטשמע איז אויפגעכאפט ווייל זיי לייגן ארויף "אלע" אינטערסאנטע זאכן
"אויך" פון לב טהור

און אז די וועסט עפענען א נייע האטליין וועלן זיי קאפיען פון דארט
קרעטשמע איז אויפגעכאפט ווייל זיי לייגן ארויף "אלע" זאכן וואס קיינער וואלט נישט געלייגט אויסער וואטסעפפ פאוסטער
סאיז זיכער אז ער האט צובאקומען פון די גאנצע פרשה אזוי ווי אידטיש

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 3:42 pm
דורך וועלווא
אברהם היהודי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2025 1:42 pm ברוך ה' יעצט האט די געריכט באשטעטיגט אז משפחת ר' אוריאל גאלדמאן קען היינט ארויס גיין מיט זיין 9 קינדערלאך קיין אמעריקע מיט די הילף פון הרב כיירא און מיט די הילף פון זיין זוהן יואליש גאלדמאן
וויפיל קינדער האט ער?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 4:45 pm
דורך לעבער אייער
משיח משיח האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2025 4:28 pm @אין כל חדש נישט גערעכט ווי אזוי די האסט בארעדט דא ר' @אברהם היהודי, נישט וועגן ער האט געפרעגט א שאלה מעגסטו פירן דא א מערכה אקעגן אים,
ענק ביידע זענען צדיקים במילא וואס פעלט דאס אויס,
ר' @אברהם היהודי א צדיק פון א יוד!
ביידע זענען שוין נישט דא

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 4:59 pm
דורך גרינטליך
על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2025 12:15 pm
מענדי קעניג האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2025 12:12 pm
בערל דער פייפער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2025 11:45 am

וויפל זענען ארויסגעקומען וואס זענען געווען אין כנישתא חדא?
וויפל פון די וואס זענען ארויס זענען אריין צו די ערב רב?
וויפל זענען געבליבן מיט די בגדים וכו’?

ווי אויך זענען דא פון די וואס זענען ארויסגעקומען נאך די הוראה פון חכם / חיים צבי וואס האבן זיך געטוישט בגדים?
מיין שוואגער אהרן גולדמן מיט זיין וויב וואוינען היינט אין מאנטריאל האבן ב"ה זיך גיטוישט די קליידער א וואך נאכן ארויס קומען.
מיין שוועסטער שמואל מאירס ווייב און אירע קינדער זיך גיטוישט לעצטע וואך.
יוחנן לאווער און זיינע קינדער
מרדכי צמח לוי
קען זיין נאך...
מענדי הצדיק! א נחת דיר צו האבן דא מיט אונז!
מענדי, חוץ זיין עסקנות איז ער סתם אזוי א געשמאקע יונגערמאן צו פארברענגן, מ'גייט זיך מחי' זיין מיט אים.
מענדי ליין ביטע אלע הספדים מיר שרייבען שוין אפ אויף דיר שוין א לאנגע וויילע
בעט @על פי תורה דיך תי פארווידען אלע אישי לשבח אויף דיר

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 5:02 pm
דורך לעבער אייער
הודו לה'

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 5:09 pm
דורך פשוט און גראד
יויש מ'קען וויינען קוקענדיג די בילדער אין צו די זעלבע צייט דאנקען דעם רבש"ע אז מ'האלט שוין דא..

טאטע! נעם זיי אלע ארויס הלוואי שוין יעצט.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 5:14 pm
דורך לעבער אייער
לעבער אייער האט געשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 11:26 pm רבותי טייערע אידן רחמים בני רחמנים
ראטעוועט
ר' שניאור זלמן מוז מען זען אינדרויסן פון לאגער/תפיסה פאר איעדע פרייז !!!
געלט טאר נישט זיין קיין אפהאלט
ר' יוחנן לאווער זיין שטיף טאטע וועלכע באד זיך אין גרויסע חובות ארבעט ארום דעם זייגער אים ארויסצוזען ער איז יעצט אראפגעפארן אהין צו אויפטוען לטובת שניאור זלמן
די אפהאלט איז געלט
לייגט אייער נדבה מיט הארץ
https://www.paypal.com/donate/?hosted_b ... KYWRMLG44Y
פאר די אלע וואס פרעגן
יא מען קען נאך געבן
די שעות וואס מיר זענען אפען זענען ווי פאלגענד
פון 12:45 am ביז 12:45 am א יעדע נאכמיטאג

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 5:22 pm
דורך לעבער אייער
עס איז שוין אריינגעקומען איבער טויזנט דאלער פון די פלאטפארמע די לעצטע צוויי טעג
ווער וואלט זיך געגלייבט
שטעלט זיך די שאלה וויאזוי?
די ענטפער איז דורך "דיין" פופציגער
איי די האסט נאך נישט געגעבן דעמאלסט סקראל צוריק ארויף און דריק אויף די לינק און לייג אריין אפאר נאמבערס
איך וויל נישט זאגן ליגענט ח'ו

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 6:37 pm
דורך גרינטליך
לעבער אייער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2025 5:14 pm
לעבער אייער האט געשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 11:26 pm רבותי טייערע אידן רחמים בני רחמנים
ראטעוועט
ר' שניאור זלמן מוז מען זען אינדרויסן פון לאגער/תפיסה פאר איעדע פרייז !!!
געלט טאר נישט זיין קיין אפהאלט
ר' יוחנן לאווער זיין שטיף טאטע וועלכע באד זיך אין גרויסע חובות ארבעט ארום דעם זייגער אים ארויסצוזען ער איז יעצט אראפגעפארן אהין צו אויפטוען לטובת שניאור זלמן
די אפהאלט איז געלט
לייגט אייער נדבה מיט הארץ
https://www.paypal.com/donate/?hosted_b ... KYWRMLG44Y
פאר די אלע וואס פרעגן
יא מען קען נאך געבן
די שעות וואס מיר זענען אפען זענען ווי פאלגענד
פון 12:45 am ביז 12:45 am א יעדע נאכמיטאג
:lol: :D :lol: :D :lol: :D

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 9:24 pm
דורך גרינטליך
לעבער אייער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2025 5:02 pm הודו לה'
ווער איז דאס?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 9:43 pm
דורך קרני פרה
גרינטליך האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2025 9:24 pm
לעבער אייער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2025 5:02 pm הודו לה'
ווער איז דאס?
משפחת ר’ אוריאל יוסף גאלדמאן

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 9:43 pm
דורך לעבער אייער
גרינטליך האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2025 9:24 pm
לעבער אייער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2025 5:02 pm הודו לה'
ווער איז דאס?
משפחות ר’ אוריאל גאלדמאן

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 10:13 pm
דורך גרינטליך
לעבער אייער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2025 9:43 pm
גרינטליך האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2025 9:24 pm
לעבער אייער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2025 5:02 pm הודו לה'
ווער איז דאס?
משפחות ר’ אוריאל גאלדמאן
ברוך השם ר’ אוריאל איז א צדיק פון א איד, בימים ההם פאר לב טהור האט אויף געהערט עסען אלעס, האט ער קעגענט ארויף קומען צי מיר עסען א מאל א סאפיר, ווען איך האב עם געטראפען.
מ'פלעגט שמועסען על דא ועל הא, חסידישע מעשיות, דברי תורה.

איך האב א כלל אז א איד קומט ארויף עסען ביי מיר, פרעג איך אפילו נישט זיין משפחה נאמען, די ערשטע נאמען נאר פון מאל צי מאל.

קיין מאל נישט געהערט קיין איין קרימע ווארט אויף קיינעם, ממש נתפעל צי ווערען!!!

א איד משכמו ומעלה.

ס'א שמחה אז ער וועט אוועק שטעלען זיין לעבען דא מיט אונז אין ניו יארק.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 11:13 pm
דורך לעבער אייער
איך קען מיך נישט אנהאלטן נאך דערצו אז איך דארף עס פאר איינעם זאגן ר' שמעון יואל מיללער און הרב כאירה זענען קדושים וטהורים איך בין מקנא זייער עולם הבא
איך האב יעצט מיטגעהאלטן א מעשה עס איז נישט צום גלייבן וואס די מענטשן טון אלץ

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 12:02 am
דורך על פי תורה
מודעה מטעם העסקנים

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 12:14 am
דורך העלפן א איד
לעבער אייער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2025 5:22 pm עס איז שוין אריינגעקומען איבער טויזנט דאלער פון די פלאטפארמע די לעצטע צוויי טעג
ווער וואלט זיך געגלייבט
שטעלט זיך די שאלה וויאזוי?
די ענטפער איז דורך "דיין" פופציגער
איי די האסט נאך נישט געגעבן דעמאלסט סקראל צוריק ארויף און דריק אויף די לינק און לייג אריין אפאר נאמבערס
איך וויל נישט זאגן ליגענט ח'ו
האסט טאקע נישט געזאגט קיין ליגענט.

ס'איז אריינגעקומען קרוב צו 2 אלפים ב"ה

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 12:40 am
דורך לעבער אייער
עס האט זיך יעצט גענדיגט די הערליכע בר מצוה מיר וועלן ווארטן אז די באריכטער זאלן באריכטן

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 12:47 am
דורך על פי תורה
לעבער אייער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2025 11:13 pm איך קען מיך נישט אנהאלטן נאך דערצו אז איך דארף עס פאר איינעם זאגן ר' שמעון יואל מיללער און הרב כאירה זענען קדושים וטהורים איך בין מקנא זייער עולם הבא
איך האב יעצט מיטגעהאלטן א מעשה עס איז נישט צום גלייבן וואס די מענטשן טון אלץ
100 פראצענט!
אמת'ע יודישע הערצער! מיט מסי''נ!
אגב ער הייסט ר' שמואל יואל מילער הי''ו

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 1:31 am
דורך שמואל פוקס
ווער לייגט ארויף די נייע רעקארדינג פונעם חכם?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 1:32 am
דורך סענס אף יומער
היינטיגע רעקארדירונג פון נחמן העלבראנץ אין תפיסה, ווי ער טוהט ווידערהאלן זיין קלארע הוראה פאר די פארבליבענע לב טהור חבורה (?) אז זייערע אומשולדיגע קינדערלעך זאלן ענדערש פארבלייבן שמאכטן אינעם שעלטער טראץ די שרעקליכע געפארן וואס זיי שטייען אויס ברוחניות ובגשמיות, ווי איידער ארויסקומען צו די היימישע אידנטום אין אמעריקע אדער אנדערע לענדער, וויבאלד דאס גאנצע אידישע געמיינדע אין אמעריקע און איבער די וועלט איז גענצליך אפגע'שמד'ט און עס עקזיסטירט נישט דא קיין שום אידישקייט, דעריבער איז ענדערש צו פארבלייבן אפשמאכטן אין שעלטער מיט אלע אירע סכנות, אבי נישט צו קומען קיין אמעריקע און זיך אויסמישן מיט די אפגע'שמד'טע ערב רב.

ווי פארשטענדליך טוען די נאך געציילטע פארבליבענע אידן אין לב טהור זיך נישט רעכענען מיט די דאזיגע עקסטרעמע לעכעריגע פסק פונעם חכם, נאר גייען ווייטער פאראויס מיט די לעצטע פלענער און פארענדיגן די פראצעדור פון ארויסנעמען די קינדער פונעם שעלטער און ארויספארן קיין אמעריקע/קאנאדע/א"י, און זיך איינקוואטירן און באזעצן צווישן היימישע פרומע אידן.

https://www.dropbox.com/scl/fi/6macgyuh ... cha7b&dl=0

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 1:55 am
דורך גראדער מעכל
צוזאם ווארפן אזויפיל שטותים און הבלים, שקרים וכזבים, מאכן אזא פארקנייפטע קיגל, WOW!
יעצט פארשטיי איך פארוואס די מח ווערט דארט אזוי פארקניפט נאכן הערן אזא קיגל, ס'בלייבט שוין נישט קיין פלאץ צו טראכטן אליינס

ווער איז דער וואס כאפט עס אפ?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 2:02 am
דורך על פי תורה
טראץ וואס דער חכם שטעלט קלאר אז ער האלט אלעס מיט און ער ווייסט אלעס, איז אבער די מציאות אז ער איז אין שעלטער קיינמאל געווען, און נאכנישט גערעדט מיט קיין איין קינד וואס געפינט זיך אין שעלטער.

הוי.. זיינע ציבראכענע קינדערלעך לעכצן און וויינען אז זיי טראגן שוין פשוט נישט איבער די אויסטערלישע יסורים פון זיין אין שעלטער. טייערע לב טהור ליינער, אויב קענט איר האבן אן השפעה אויף מרת העלבראנץ, גייט און וויינט צו איר זי זאל רחמנות האבן אויף אירע אייגענע אומשולדיגע שוין יעצט גופים בלא נשמות, און זיי באפרייען פון תפיסה. זי קען דאס טון אין איין מינוט.

וויאזוי קען א יודיש הארץ לאזן א קינד אין שעלטער אפילו נאר פאר איין רגע?

אין אמעריקע איז שמד?

און וואס טוט זיך אין שעלטער ווייסט איר?

איר ווייסט אז אייערע 2 יונגעלעך געפינען זיך מיט 100 גוים שוין 8 חדשים? זיי זענען בעסער פון די ערב רב אין אמעריקע? די תורה פון 'באונס' 'ברצון' פאסט טאקע זייער גוט צו זאגן פאר איינער וואס איז אין שעלטער קיינמאל געווען.

כ'וואלט געשריבן שארפער, אבער איך שרייב פון ווייטאג, און נישט פון כעס.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 2:03 am
דורך לעבער אייער
סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 1:32 am היינטיגע רעקארדירונג פון נחמן העלבראנץ אין תפיסה, ווי ער טוהט ווידערהאלן זיין קלארע הוראה פאר די פארבליבענע לב טהור חבורה (?) אז זייערע אומשולדיגע קינדערלעך זאלן ענדערש פארבלייבן שמאכטן אינעם שעלטער טראץ די שרעקליכע געפארן וואס זיי שטייען אויס ברוחניות ובגשמיות, ווי איידער ארויסקומען צו די היימישע אידנטום אין אמעריקע אדער אנדערע לענדער, וויבאלד דאס גאנצע אידישע געמיינדע אין אמעריקע און איבער די וועלט איז גענצליך אפגע'שמד'ט און עס עקזיסטירט נישט דא קיין שום אידישקייט, דעריבער איז ענדערש צו פארבלייבן אפשמאכטן אין שעלטער מיט אלע אירע סכנות, אבי נישט צו קומען קיין אמעריקע און זיך אויסמישן מיט די אפגע'שמד'טע ערב רב.

ווי פארשטענדליך טוען די נאך געציילטע פארבליבענע אידן אין לב טהור זיך נישט רעכענען מיט די דאזיגע עקסטרעמע לעכעריגע פסק פונעם חכם, נאר גייען ווייטער פאראויס מיט די לעצטע פלענער און פארענדיגן די פראצעדור פון ארויסנעמען די קינדער פונעם שעלטער און ארויספארן קיין אמעריקע/קאנאדע/א"י, און זיך איינקוואטירן און באזעצן צווישן היימישע פרומע אידן.

https://www.dropbox.com/scl/fi/6macgyuh ... cha7b&dl=0
שר''י