בלאט 34 פון 34

Re: דרך הלימוד מיט תשב''ר

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 18, 2024 1:34 pm
דורך dev
נישט קיין בהלה האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 9:18 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 8:02 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 6:49 pm טא, לדבריך, פארוואס גייען נישט די כולל אינגעלייט אריין אין כיתה ג'?
פאר ר' מרדכי'לע נאדבורנער זי"ע איז שוין שווער געווען דיין קושיא.

כידוע ווי ער האט געזאגט פאר רביה"ק "מרדכי'לע האט געקאנט גרויסע אידן וואס האבן נישט געוואוסט וואו דער אויבערשטער שטייט איין, ווייל זיי האבן נישט געלערנט חו"ר".

ס'איז קלאר אז לימוד חו"ר דארף א גרויסער תיקון ביי מערערע פון אונז.
גערעכט. האב איך געהערט אז געוויסע אין ארץ ישראל פון די סארט לייגן בעיקר א דגוש אויף חומש און נישט אזוי ווייט אויף רש"י.

דא לייגט מען א דגוש אויף "חומש רש"י", אדער בעיקר אויף חמשה חומשי תורה?
"חומש רש"י".

די סדר ארבעט בערך אזוי,
כיתה ג' ד' ה' לערנט מען אדורך חמשה חומשי תורה על פי פירוש רש''י (נישט די רש''י'ס בפנים, אויסער אויף די וואכעדיגע סדרה אזוי ווי אלע חדרים)

כיתה ו' ז' ח' ט' ווי מ'לערנט איבער יעדע וואך די גאנצע סדרה לערנט מען געהעריג די רש''י'ס בפנים

Re: דרך הלימוד מיט תשב''ר

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 18, 2024 2:20 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
יא, דער רבי ז"ל דער מייסד המוסדות האט שוין געלייגט א שטארקע דגוש אויף חומש רש"י. כאטש ער האט עס נישט געמאכט פאר'ן עיקור לימוד. ער האט אבער אוועקגעשטעלט אז די קינדער זאלן אין די עלטערע כיתות לערנען די גאנצע.
בדרך אגב האב איך געהערט פון איינעם וואס האט געהאט קינדער אין קרית יואל פאר אפאר חדשים, אז אין קרית יואל מוסדות האט זיין אינגל געלערנט אסאך מער חומש ווי אין וויליאמסבורג.

Re: דרך הלימוד מיט תשב''ר

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 22, 2025 1:50 pm
דורך שבת קודש
אין בארא פארק גייט מען יעצט עפענען אזא חדר, יעצט איז שוין דא אזאנס אין מאנסי ב''פ ק''י נאר אין וומ''ס נאכנישט

Re: דרך הלימוד מיט תשב''ר

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 22, 2025 5:03 pm
דורך פשוט און גראד
סתם צו פארשטיין.. וואס איז די שכלי פון די מהלך..

איינער?

Re: דרך הלימוד מיט תשב''ר

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 22, 2025 6:55 pm
דורך הדסים
פשוט און גראד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 5:03 pm סתם צו פארשטיין.. וואס איז די שכלי פון די מהלך..

איינער?
דער שכל זאגט אז א קינד דארף ארויסקומען פון חדר מיט דאס מערסטע שייך און זיי קומען אן סאך מער ווי אנדערע חדרים.