בלאט 34 פון 41
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 12, 2025 2:37 pm
דורך שאינו יודע לשאול
קרעמלין ווארטזאגער פעסקאוו באשטעטיגט אז א טעלעפאנישע געשפרעך איז פארגעקומען צווישן פוטין און טראמפ, און זאגט אז פוטין האט איינגעלאדנט טראמפ פאר א באזוך אין מאסקווע.
טראמפ האט באצייכנט די קאל אלס א "לענגערע געשפרעך" וואס איז געווען "שטארק פראדוקטיוו".

- פוטין.jpg (88.15 KiB) געזען געווארן 814 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 12, 2025 4:26 pm
דורך שינאווער
נעכטן אינמיטן טאג האט פרעזידענט טראמפ אפגעהאלטן א פרעסע קאנפרענץ אינעם אוועל אפיס אינאיינעם מיט אילאן מאסק.
וואו אילאן מאסק האט געענטפערט פראגעס פון רעפארטערס איבער אלעס ארום דעם דאודזש קאמיסיע און אירע אקטיוויטעטן, און ער דערציילט האר אויפשטעלנדע ביישפילן וואו זיין קאמיסיע האט געטראפן ביליאנען דאלארן וואס ווערן פארשווענדעט שוין פאר יארן לאנג, און קיינער ווייסט נישט און זאגט נישט גארנישט.
און אזוי אויך האט דארט טראמפ אראפ געריסן די ריכטער און קאנגרעסלייט וואס פרובירן צו שטערן די ארבעט.
און ווי זיין שטייגער האט ער דארטן געהאט מיט זיך זיין קליינע אינגעלע, וואס איז אים ארומגעטאנצן אויפן קאפ אגאנצן צייט דורכאויסן פרעסע קאנפרענץ.
סא ציניקער האבן געכאפט א חלק פונעם פרעסע קאנפרענץ ווי מען זעהט מאסק'ס קינד זאגט עפעס אריין פארן פרעזידענט...

- נאסקק.PNG (849.13 KiB) געזען געווארן 784 מאל
The attachment נאסקק.PNG is no longer available

- מאסק.PNG (856.04 KiB) געזען געווארן 784 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 12, 2025 4:29 pm
דורך שינאווער
שינאווער האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 12, 2025 4:26 pm
נעכטן אינמיטן טאג האט פרעזידענט טראמפ אפגעהאלטן א פרעסע קאנפרענץ אינעם אוועל אפיס אינאיינעם מיט אילאן מאסק.
וואו אילאן מאסק האט געענטפערט פראגעס פון רעפארטערס איבער אלעס ארום דעם דאודזש קאמיסיע און אירע אקטיוויטעטן, און ער דערציילט האר אויפשטעלנדע ביישפילן וואו זיין קאמיסיע האט געטראפן ביליאנען דאלארן וואס ווערן פארשווענדעט שוין פאר יארן לאנג, און קיינער ווייסט נישט און זאגט נישט גארנישט.
און אזוי אויך האט דארט טראמפ אראפ געריסן די ריכטער און קאנגרעסלייט וואס פרובירן צו שטערן די ארבעט.
און ווי זיין שטייגער האט ער דארטן געהאט מיט זיך זיין קליינע אינגעלג, וואס איז אים ארומגעטאנצן אויפן קאפ אגאנצן צייט דורכאויסן פרעסע קאנפרענץ.
סא ציניקער האבן געכאפט א חלק פונעם פרעסע קאנפרענת ווי מען זעהט מאסק'ס קינד זאגט עפעס אריין פארן פרעזידענט...
מאסק.PNGנאסקק.PNGמאסקקק.PNG

- שיינננ.PNG (741.02 KiB) געזען געווארן 780 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 4:22 pm
דורך שינאווער
די פאראייניגטע שטאטן האט ארויפגעלייגט סאנקציעס אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער געריכט פראקוראר קארים קהאן פאר'ן ארויסלייגן ארעסט ווארענטס קעגן פירער פון מדינת ישראל.

- Y8R4pQ.jpeg (54.89 KiB) געזען געווארן 702 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 4:23 pm
דורך שינאווער
די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן זאגט אז זי שטיצט פולקאם די וויזיע פון טראמפּ צו פלאצירן די פאלעסטינער פון עזה, צו לענדער ווי עגיפטן און ירדן. "ליידער איז דאס דער איינציגסטער וועג."

- PbiLIS.jpeg (271.39 KiB) געזען געווארן 702 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 6:03 pm
דורך שינאווער
אין דער נאנטער צוקונפט איז ערווארטעט צו אריינגיין אין באנוץ א פרישער "עריע קאוד" אין די ניו יארק סיטי געגנט,
אין צוגאב צו די יעצטיגע 718, 347, 929, 917, וועט צוקומען 465.
תושבי ניו יארק סיטי, ווארט מיט שפאנונג.

- NYCAreaCodes1_0_250213054954.gif (35.99 KiB) געזען געווארן 665 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 7:17 pm
דורך שינאווער
דער רוסישער פרעזידענט פוטין האט איינגעלאדנט כינע'ס פרעזידענט שי דזשינפּינג און אמעריקאנער פרעזידענט דאנעלד טראמפּ זיך צו קומען באטייליגן ביי די יערליכע מאי-9 פאראדעס צו פייערן זיג קעגן נאצי דייטשלאנד.

- OBfvYQ.jpeg (56.1 KiB) געזען געווארן 656 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 7:18 pm
דורך שינאווער
מעקסיקא האט געסטראשעט אז זי וועט קלאגן גוגל מאפּעס פארן טוישן די נאמען פון די גאלף אוו מעקסיקא צו די גאלף אוו אמעריקא.

- v6sRSk.jpeg (121.19 KiB) געזען געווארן 656 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 10:08 pm
דורך שינאווער
נאך א זיצונג מיט פרעזידענט טראמפ'ס גרעניץ צאר טאם האומען, האט מעיאר עריק עדעמס געמאלדן אז ער גייט צוריק עפענען אן ICE אפיס ביי רייקערס.
מעיאר עדעמס זאגט אז ער וויל ארויס געבן אן עקזעקוטיוו ארדער צוריק אוועק צו שטעלן א פעדעראלע אימיגראציע אנוועזענהייט ביי די טורמע קאמפלעקס.
ער זאגט אז די מאנדאט וועט זיין פאר די סיטי צו ארבייטן מיט ICE ווען עס קומט אויסצופארשן אימיגראנטן קרימינאלן און מיטגלידער אין פארברעכן באנדעס.

- imageprovidedofficenewyork95248310_0_250213081427.jpg (108.87 KiB) געזען געווארן 624 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 10:14 pm
דורך פעינטיג
שכח שינאווער
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 10:58 pm
דורך שינאווער
פרעזידענט טראמפ האט נארוואס געמאלדן אז ס'וועט פארקומען "מארגן" געשפרעכן צווישן אמעריקאנע און רוסישע באאמטע, און ער זאגט אז ער האט אויך געלאדנט צו די געשפרעכן פארשטייער פון אוקריינע, אבער ס'איז נישט זיכער אויב זיי וועלן זיך באטייליגן, אזוי צו אזוי, וועט דער באגעגעניש פארקומען מארגן, אין מינכען דייטשלאנד.
דאס קומט נאכדעם וואס טראמפ האט נעכטן מיטוואך אפגעהאלטן לענגערע פאון געשפרעכן מיט פוטין און זאלענסקי.

- RUSSIA UKRAINE WHITE HOUSE 1.PNG (643.79 KiB) געזען געווארן 602 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג פעברואר 14, 2025 1:02 pm
דורך שינאווער
אין זיין ערשטע אינטערנאציאנאלע באזוך, האט וויצע פרעזידענט דזשעי-די ווענס באזוכט די דאכאו קאנצענטראציע לאגער נעבן מינכען און זיך געטראפן מיט א מלחמה איבערלעבער.
ווענס איז פאטאגראפירט געווארן פארנט פון א שילד וואס שטייט "קיינמאל מער."

- pcTHmc.jpeg (54.66 KiB) געזען געווארן 533 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג פעברואר 14, 2025 1:13 pm
דורך שינאווער
גרעניץ צאר טאם האומען איז ארויס געקומען מיט שארפע ווערטער אקעגן גאווערנער האוקול פון ניו יארק.
האומען זאגט אז גאווערנער האוקול איז א שאנדע פאר ניו יארק און עס איז געקומען די צייט איר ארינטער צו זעצן פון אמט.
האומען ברויזט אויף א ניו יארק סטעיט געזעץ וואס געט דרייווערס לייסענס פאר אומלעגאלע אימיגראנטן און טוט פארבאטן די מאטאר וויעקעל דיפארטמענט פון ארויס געבן פאר די פעדעראלע רעגירונג די אימיגראציע אינפארמאציע וואס די דיפארטמענט פארמאגט.
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג פעברואר 16, 2025 12:57 am
דורך never say never

א שיסעריי אטעקא איז פארגעקומען היינט און מאנסי.
איין טויטע עטלעכע פארוואנדערטער ב"ה גארנישט קיין אידן ס'איז געוועהן נעבן הצלחה און דו געגנט פון דו טרעין טרעקס.
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 17, 2025 3:48 pm
דורך שינאווער
דער העכסטער אמעריקאנער דיפלאמאט, סעקרעטערי אוו סטעיט מארקא רוביא, האט גערייזט צו סאודיע אראביע וואו עס וועט פארקומען געשפרעכן מיט א רוסישער דעלעגאציע איבער א שלום אפמאך מיט אוקראינע.
צווישן אנדערע איז ערווארטעט אז דער אמעריקאנער מיטל מזרח שליח סטיוו וויטקאף און דער נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער וואלץ וועלן אויך רייזן צו סאודיע אראביע זיך צו באטייליגן ביים פארהאנדלונגען.
רוביא האט אין אן אינטערוויאו מיט סי-בי-עס געמאלדן אז די קומענדיגע טעג ווען עס וועט אנגיין פארהאנדלונגען וועט קלארשטעלן אויב רוסלאנד איז פאקטיש אינטערסירט פאר שלום מיט אוקראינע.
קיין שום אייראפעאישער לאנד איז נישט געלאדנט געווארן צו אנטיילנעמען ביים פארהאנדלונגס טישל, אבער רוביא זאגט אז טאמער די פארהאנדלונגען וועלן זעהן פארשריט, דאן וועלן אייראפעאישער לענדער ווערן אינפארמירט, און זיי וועלן ווערן אריינגערעכנט אין די פארהאנדלונגען.

- unnamed (59).jpg (115.37 KiB) געזען געווארן 381 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 17, 2025 3:51 pm
דורך שינאווער
דער איראנער פרעזידענט מוסעוד פעזיסקיאן האט ארויסגעשטעלט א ווארענונג אין רעאקציע צו א וואל סטריט דזשורנאל באריכט אז מדנ"י וועט מעגליך אדורכפירן א מאסיווע אטאקע אויף די איראנער נוקלעארע איינריכטונגען אין פורדו און אין נאטאנז אין די קומענדיגע צייט.
פעזיסקיאן ווארענט אז אויב מדנ"י וועט אטאקירן דער איראנער נוקלעארע פראגראם, דאן וועט איראן איבערבויען די פראגראם טויזנטער מאל גרעסער. "מדנ"י קען אטאקירן איראנער געביידעס, אבער מדנ"י קען נישט צילן די וועלכע שטייען אונטער די פראגראם" ווארענט פעזיסקיאן.

- unnamed (60).jpg (174.01 KiB) געזען געווארן 375 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 17, 2025 3:52 pm
דורך שינאווער
נעכטן זונטאג איז פארגעקומען א קאר פארמעסט אין דעיטאנע ביעטש, פלארידע, וואו עס האבן זיך באטייליגט הונדערטע טויזנטער מענטשן מיטצוהאלטן די ספארטס שפיל.
אין א דראמאטישע ערשיינונג איז פרעזידענט טראמפ אנגעקומען צום פארמעסט, און גערייזט מיטן פרעזידענטליכע קאר אויף די ראוד וואו די פארמעסט איז פארגעקומען קורצליך דערנאך.

- unnamed (61).jpg (109.14 KiB) געזען געווארן 374 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 17, 2025 3:55 pm
דורך שינאווער
אגענטן פון די אמעריקאנער סי-בי-פי אגענטור וועלן מער נישט טראגן מיט זיך קערפער-קעמאראס דורכאויס רוטינע אפעראציעס, נאכפאלגענדיג מעסעדזשעס פובליצירט אויף סאוציאלע מידיע וואס לערנט אויס וויאזוי צו אידענטיפיצירן די אגענטן דורך זיך באנוצן מיט 'בלוטוט' וואס פארבינדט זיך מיט זייערע קעמאראס.

- unnamed (62).jpg (178.24 KiB) געזען געווארן 371 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 17, 2025 4:06 pm
דורך שינאווער
כאטש 9 מענטשן זענען אומגעקומען אין די לעצטיגע טעג אין קענטאקי אין רעזולטאט פון מאסיווע פארפלייצונגען וואס האט איבערגעלאזט אין אסאך געגנטער ביז 6 אינטשעס רעגן, און האט אויסגעשאלטערט די עלעקטריציטעט פון ארום 40,000 הייזער.
פרעזידענט טראמט האט באשטעטיגט 'פימא' הילף, לויט א באריכט דורך די קענטאקי גאווערנאר ענדי באשאר.

- unnamed (63).jpg (187.84 KiB) געזען געווארן 347 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 17, 2025 4:07 pm
דורך שינאווער
היינט מאנטאג איז דער סטאק מארקעט פארמאכט אין עהרע פון די נאציאנאלע פרעזידענטס טאג.

- unnamed (64).jpg (405.96 KiB) געזען געווארן 342 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 17, 2025 4:12 pm
דורך שינאווער
א פארשוין פון יוטא, לואיס ראמיראוו, 23, וואס האט געדראעט צו אדורכפירן טעראר אויף שולן אין ניו יארק סיטי, איז בחסדי שמים ארעסטירט געווארן אין א דראמאטישע פאליציי אפעראציע, קוים געציילטע מינוטן בעפאר ער איז אריינגעפארן אין מאנהעטן.
ראמיראוו איז ארעסטירט געווארן דורך פארט אויטאריטי פאליציי אפיצירן אין ניו דזשערסי, הארט נעבן די לינקאלן טונעל. צווישן זיינע סטראשונקעס האט ער דירעקט געווארענט אז ער וועט צילן די 'צענטראל שול' אין מאנהעטן, א פראמינענטע שול אויף לעקסינגטאן עוועניו אין מידטאון מאנהעטן.

- unnamed (67).jpg (58.37 KiB) געזען געווארן 332 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 17, 2025 8:10 pm
דורך שינאווער
אמעריקאנער סעקרעטארי אוו סטעיט מארקא רוביא האט געלאנדעט אין ריאד, סאודי אראביע נאכ'ן פארלאזן מדינת ישראל.
רוביא האט זיך געטראפן מיט קרוין פרינץ מוכאמעד בין סאלמאן און אנדערע רעגירונג מיניסטארן אין די הויפטשטאט.

- VteydA.jpeg (288.79 KiB) געזען געווארן 259 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 17, 2025 8:11 pm
דורך שינאווער
אילאן מאסק'ס עקס עי-איי פירמע וועט היינט ארויסשטעלן איר גראק-3 טשעט באט. מאסק זאגט אז דאס איז די קלוגסטע עי-איי אויפ'ן פלאנעט.

- 4U939U.jpeg (15.11 KiB) געזען געווארן 257 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 17, 2025 8:11 pm
דורך שינאווער
די רעגירונג פון דרום קארעא האט בלאקירט דאס באנוץ פון די כינעזע דיעפּ-סיעק עי-איי מאדעל אין לאנד, צוליב זארגן אז די כינעזע וועלן זאמלען דאטא און נוצן פאר שפיאנאזש.

- M5KSPq.jpeg (21.91 KiB) געזען געווארן 257 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 17, 2025 8:13 pm
דורך שינאווער
נייעס באריכטער: אייער פרייזן האבן דערגרייכט א רעקארד הייעך.
פרעזידענט טראמפּ: "איך בין דא פאר בלויז דריי וואכן, דאס איז געשען צוליב ביידען, נישט מיר."

- Screenshot 2025-02-17 201228.png (571.84 KiB) געזען געווארן 256 מאל