בלאט 34 פון 41
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: פרייטאג מאי 30, 2025 6:42 am
דורך מאירוואלף
טראמפ האט בדעה צו פארגרעסערן וואפן פארקויפונגען צו טייוואן צו 20 ביליאן דאלאר, מער ווי דאפעלט די ביידען אדמיניסטראציע כדי צו העלפן איר זיך קעגנשטעלן קעגן געפארן פון כינע.
טייוואן האט לעצטענס פארגרעסערט אירע מיליטערישע הוצאות צו מער ווי 3% פון איר דזשי די פי.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: פרייטאג מאי 30, 2025 6:43 am
דורך מאירוואלף
טראמפ'ס שליח צו אוקריינע קעלאג: טראמפ איז גרייט צו צוזאגן פאר פוטין נישט צו פארברייטערן נאטא מזרח, אויב דאס וועט ברענגן פאר אים צו ענדיגן די מלחמה.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: פרייטאג מאי 30, 2025 8:45 am
דורך מאירוואלף
טראמפ קעגן כינע:
איך בין געקומען צו זיי און געמאכט א שנעלע אפמאך פאר זיי כדי זייערע פאבריקן זאלן נישט צוזאמפאלן צוליב דאס ארויפלייגן פון טאריפן אויף זייערע סחורות, אבער זיי האבן צובראכן דעם אפמאך!
איך בין פארטיג מיט זיין מיסטער נייס גיי...
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: פרייטאג מאי 30, 2025 9:34 am
דורך מאירוואלף
דער "מאך אמעריקע געזונט נאכאמאל" (MAHA) באריכט, ארויסגעגעבן דעם 22סטן מאי דורך געזונטהייט סעקרעטאר ראבערט עף. קענעדי דזשוניער, האט געמוזט ווערן אפדעיטעד כדי צו אראפנעמען רעפערענצן צו נישט-עקזיסטירנדע שטודיעס נאכדעם וואס די מחברים און ארויסגעבער האבן באשטעטיגט אז לפחות פיר ציטירטע שטודיעס עקזיסטירן נישט. דער אריגינעלער באריכט האט אריינגענומען צובראכענע לינקס און געגעבן קרעדיט צו מחברים אויף פאפירן וואס זיי האבן נישט געשריבן, מיט פארשער פון קאלאמביע אוניווערסיטעט און ביילער קאלעדזש פון מעדיצין וואס האבן געלייקנט זייער באטייליגונג אין די שטודיעס. ווייסע הויז פרעסע סעקרעטארין קאראליין לעוויט האט אראפגעשפילט דעם ענין אלס "פארמאט פראבלעמען" און זיך געהאלטן ביי אירס אז די אינהאלט פונעם באריכט בלייבט גילטיג, און איז אונטערגעשטיצט דורך גוטע וויסנשאפט. די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמיטע האט קריטיקירט דעם באריכט אלס "פול מיט מיסאינפארמאציע," ארויסהייבנדיג קענעדי'ס געשיכטע פון פראפאגאנדירן וואקסין מיסאינפארמאציע און פון לייקענען וויסנשאפטליכע פאקטן.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: זונטאג יוני 01, 2025 12:27 am
דורך מאירוואלף
ען-בי-סי באריכט: די אמעריקאנער דירעקטארין פון נאציאנאלע שפיאנאזש טולסי גאבארד באטראכט פארשלאגן צו רעפארמירן פרעזידענט טראמפ'ס שפיאנאזש בריפינגס צו מאכן זיי מער אינטערעסאנט און ציענד, ווייל לויט איין מקור, "די פראבלעם מיט פרעזידענט טראמפ איז אז ער לייענט פשוט נישט."
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: זונטאג יוני 01, 2025 12:53 am
דורך מאירוואלף
דייטשע קאנצלער מערץ וועט זיך טרעפן מיט טראמפ אינעם ווייסן הויז יוני 5.
דייטשע בילד.

- 20250601_005246.jpg (42.47 KiB) געזען געווארן 664 מאל
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: זונטאג יוני 01, 2025 1:13 am
דורך מאירוואלף
'וויינעט': פרעמיער מיניסטער נתניהו איז זייער אנטוישט מיט מיניסטער ראן דערמער, לויט ווי ער האט זיך אויסגעדריקט אין די לעצטע טעג אין אינערליכע דיסקוסיעס. נתניהו באהויפטעט אז דערמער איז געווען אומריכטיג אין זיינע אפשאצונגען פון טראמפ'ס פאליסי. א הויכראנגיקער באאמטער וואס האט געהערט נתניהו זאגט: "דערמער האט נישט פארשטאנען דעם מצב, זיי האבן געארבעט אויף אים, ער איז געווען זיכער אז די יונייטעד סטעיטס וועט נישט גיין קעגן אונז, ער האט נישט פארגעזען די שינוי אין די יונייטעד סטעיטס.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: זונטאג יוני 01, 2025 2:09 am
דורך never say never
מאירוואלף האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 01, 2025 12:53 am
דייטשע קאנצלער מערץ וועט זיך טרעפן מיט טראמפ אינעם ווייסן הויז יוני 5.
דייטשע בילד.
20250601_005246.jpg
ס'קומט א זעלענסקי אדער סאט אפריקא פרעזידענט מיטונג?
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דאנערשטאג יוני 05, 2025 11:58 am
דורך ווער
פרעזידענט טראמפ האט אפגעהאלטן א טעלעפאנישע געשפרעך מיט'ן כינעזער פרעזידענט שי דזשינפינג
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דאנערשטאג יוני 05, 2025 11:59 am
דורך ווער
פרעזידענט טראמפ מעלדט טרעוול פארבאט אויף בירגער פון צוועלעף לענדער, זאגנדיג אז ס'איז פאר נאציאנאלע זיכערהייט
די לענדער נעמט אַריין אַפגאַניסטאַן, בורמאַ, טשעד, קאָנגאָ, גיני, איריטריע, הייטי, איראַן, ליביע, סאָמאַליע, סודאַן און תימן, און אויסער דעם וועלן זיין צוימונגען אויף באַזוכער פון אַנדערע לענדער, אריינגערעכנו קובאַ, טורקמעניסטאן און ווענעזועלע. דער פּרעזידענט זאָגט אַז די סיבה צו די טרעוול פאַרבאָט און די צוימונגען איז צו פאַרבעסערן באַשיצונג פון אַמעריקע'ס נאַציאָנאַלע זיכערהייט, און עס וועט אַריינגיין אין אַפעקט קומענדיגן מאָנטאָג.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:07 pm
דורך חלום חלמתי
די טראמפ מאסק ברודער קריג דארף א עקסטערע טעמע....
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דאנערשטאג יוני 05, 2025 2:03 pm
דורך דער תהלים איד
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:07 pm
די טראמפ מאסק ברודער קריג דארף א עקסטערע טעמע....
מעגליך אז דאס וועט זיין די טעמע פון "2028 פריימעריס"...
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דאנערשטאג יוני 05, 2025 3:58 pm
דורך ווער
די היציגע ווערטער געפעכט צווישן פרעזידענט טראמפ מיט אילאן מאסק איז שארפער געווארן
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דאנערשטאג יוני 05, 2025 3:58 pm
דורך ווער

- GssQp1lW0AAsJaZ_0_250605023719.png (270.55 KiB) געזען געווארן 430 מאל
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דאנערשטאג יוני 05, 2025 3:58 pm
דורך ווער

- IMG_8493.jpeg (56.8 KiB) געזען געווארן 428 מאל
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דאנערשטאג יוני 05, 2025 4:10 pm
דורך שינאווער
ווער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 3:58 pmIMG_8493.jpeg
טענקס. האלט אונז ווייטער אפדעיטעד.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דאנערשטאג יוני 05, 2025 4:27 pm
דורך פשוט און גראד
צ/ק
שאצט נישט אינטער די שעפערישקייט פון טראמפ, ווען ס‘קומט צו א פייט.
ס‘מיז נישט זיין ער וועט געווינען - ער האט אבסולוטלי נישט די קארדס, פארגעס נישט פןן די מיד טערמס.
‘אבער‘ שאץ נישט אינטער טראמפ‘ס מזל.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דאנערשטאג יוני 05, 2025 4:31 pm
דורך פשוט און גראד
מאסק זאגט אז די טראמפ טאריפס גייען ברענגן א ריסעשן ביי די צווייטע האלב פון די יאר
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דאנערשטאג יוני 05, 2025 4:32 pm
דורך צווייטער
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 4:31 pm
מאסק זאגט אז די טראמפ טאריפס גייען ברענגן א ריסעשן ביי די צווייטע האלב פון די יאר
סא פארוואס האט ער עס געשטיצט ביז היינט?
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דאנערשטאג יוני 05, 2025 4:41 pm
דורך שינאווער
דער עצם פייט צווישן די צוויי האט יעדער איינער פאראויס געזעהן, אבער דער אופן וויאזוי עס איז געשעהן דאס איז ממש שטוינענד.
דאס איז דאך א נושא אויף וואס ביידע זענען אויפן זעלבן פעידזש פון ווען זיי קענען זיך.
דער באשעפער פירט דער וועלט.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דאנערשטאג יוני 05, 2025 4:43 pm
דורך פשוט און גראד
צווייטער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 4:32 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 4:31 pm
מאסק זאגט אז די טראמפ טאריפס גייען ברענגן א ריסעשן ביי די צווייטע האלב פון די יאר
סא פארוואס האט ער עס געשטיצט ביז היינט?
1. כ‘געדענק נישט איהם עס שטיצען
2. יעצט איז זיין צייט צו שיסען, זיינע סטאקס זענען אראפ, ער וויל אריינכאפן ווי מער פארן טאג
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דאנערשטאג יוני 05, 2025 4:44 pm
דורך פשוט און גראד
שינאווער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 4:41 pm
דער עצם פייט צווישן די צוויי האט יעדער איינער פאראויס געזעהן, אבער דער אופן וויאזוי עס איז געשעהן דאס איז ממש שטוינענד.
דאס איז דאך א נושא אויף וואס ביידע זענען אויפן
זעלבן פעידזש פון ווען זיי קענען זיך.
דער באשעפער פירט דער וועלט.
בכלל נישט
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דאנערשטאג יוני 05, 2025 4:47 pm
דורך פשוט און גראד
מאסק צילט דא איין זאך, וואס איז די ביל.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דאנערשטאג יוני 05, 2025 4:49 pm
דורך שינאווער
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 4:47 pm
מאסק צילט דא איין זאך, וואס איז די ביל.
וואס איז שלעכט פאר אים מיט די ביל?
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דאנערשטאג יוני 05, 2025 4:52 pm
דורך פשוט און גראד
שינאווער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 4:49 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 4:47 pm
מאסק צילט דא איין זאך, וואס איז די ביל.
וואס איז שלעכט פאר אים מיט די ביל?
גאווערמענט ספענדינג - העכערט די חובות דא, וכו‘