בלאט 329 פון 620
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך יולי 30, 2025 1:59 pm
דורך סענס אף יומער
ברוך מתיר אסורים!!!
אין די יעצטיגע מינוטן קומט אריין די גאר ברעכנדע פרייליכע נייעס, אז ניסן יושע יודא מלכא, וועלכע איז לאנגע חדשים געווען פארוויקלט אין פארשידענע קלאגעס איבער זיין ראלע אין לב טהור, איז אצינד פולקאם באפרייט און ריינגעוואשן געווארן פון אלע זיינע קלאגעס, נאך די אומגעהויערע כוחות און צענדליגע טויזנטער דאלארן וואס די עסקנים האבן אריינגעגאסן אין זיין קעיס צו פארזיכערן זיין גענצליכע באפרייאונג!
פאלגענד איז די רעקארדירונג פון די רירנדע מאמענט ווען די טרעקינג ברעיסלעט איז ענדגילטיג אראפגענומען געווארן פון ר' ניסן יושע יודא, מיט די באטייליגונג פון די שר העסקנים ר' אברהם גרינהוט הי''ו וואס האט אזויפיל געשתדל'ט פאר די באפרייאונג.

- Picture2.png (949.92 KiB) געזען געווארן 1156 מאל
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך יולי 30, 2025 2:20 pm
דורך סענס אף יומער
אן ערהאבן בילד פון ר' ניסן יושע יודא מלכא נאכן ענדגילטיגן באפרייאונג, צוזאמען מיט העסקן הדגול ר' אברהם גרינהוט הי''ו און העסקן הנמרץ ר' יואל גרינבוים הי''ו, וועלכע טוהט זיך גאר שטארק אוועקגעבן מיט מסירות נפש פאר די הייליגע פעולות למען הצלת ילדי לב טהור.

- WhatsApp Image 2025-07-31.jpg (228.89 KiB) געזען געווארן 1071 מאל
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך יולי 30, 2025 2:35 pm
דורך בערל דער פייפער
@מנחם גאלד איז אראפגעפארן קיין בבל
viewtopic.php?p=194453#p194453
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך יולי 30, 2025 2:37 pm
דורך כבוד מלכים
גרינטליך האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 29, 2025 2:20 pm
על פי תורה האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 28, 2025 8:41 pm
וואף האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 28, 2025 8:32 pm
די בעבי איז נישט געווען געזונט?
געהאט א לונגען אצינדונג
און אריין אין די פאבליק גווטאמאלע שפיטאל
איר קענט אייך שוין פארשטעלן ווי פראפעשענאל די דאקטוירים דארט זענען
הרה''ג ר' עזרא משה כאירה שליט''א האט היינט געמאלדן די נייעס פאר שניאור זלמן, זיי האבן צוזאמען געוויינט פאר א לאנגע צייט
מ'גייט אים לייגן אין ביה''ח אין אור חדש
הרה''ג ר' עזרא משה כאירה שליט''א ארבעט אויף רשות פון א שופט צו קענען גיין מנחם אבל זיין
נעבעך די גאר יונגער טאטע און מאמע קענען אפילו נישט מתאבל זיין ציזאמען אויף זייער בכור.
הייליגע באשעפער וויפיהל איז די גבול, ווי אזוי קען זיין אז די גלעזל איז נאך נישט פיהל.
א בשורה בעתו אין די 9 טעג
ס'איז נישט כדאי, און נישט אויסגעהאלטן - אויך צוליב אל תפתח פה לשטן - זיך צו באנוצען מיט די לשונות פון אבל/ ניחום אבלים/ המקום ינחם/ במקום ווי מען איז נישט מתאבל מצד הדין כמבואר בשו"ע.
וואס יא? הויפענס חיזוק, ווארימע ווערטער, מיטגעפיל און הילף, אזויווי אידישע ברודער.
זאל מער נישט וויסן מער פון קיין צער.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך יולי 30, 2025 2:38 pm
דורך חיי
השאלה פאר די עסקנים
איז געקומען אדער קומט אויך יוצאים קיין ארץ ישראל
איך וואלט ביישטאנען צי לערנען מיט זיי אויב עס פעלט אויס
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך יולי 30, 2025 2:48 pm
דורך גרינטליך
.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך יולי 30, 2025 2:53 pm
דורך עסקן נמרץ
זייער א קורצע קלארע באריכט, באגלייט מיט א אפיעל פאר אידן וואס האלטן מיט די נייעס אז זיי זאלן צולייגן א פלייצע.
אויב עס וועט זיין רשות וועט מען עס ארויפלייגן בעז"ה
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך יולי 30, 2025 2:54 pm
דורך לאקאלער רב
עסקן נמרץ האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 30, 2025 2:53 pm
זייער א קורצע קלארע באריכט, באגלייט מיט א אפיעל פאר אידן וואס האלטן מיט די נייעס אז זיי זאלן צולייגן א פלייצע.
אויב עס וועט זיין רשות וועט מען עס ארויפלייגן בעז"ה
@חיים אייזיק שווארטץ
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך יולי 30, 2025 2:55 pm
דורך כבוד מלכים
גרינטליך האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 30, 2025 2:48 pm
כבוד מלכים האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 30, 2025 2:37 pm
גרינטליך האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 29, 2025 2:20 pm
נעבעך די גאר יונגער טאטע און מאמע קענען אפילו נישט מתאבל זיין ציזאמען אויף זייער בכור.
הייליגע באשעפער וויפיהל איז די גבול, ווי אזוי קען זיין אז די גלעזל איז נאך נישט פיהל.
א בשורה בעתו אין די 9 טעג
ס'איז נישט כדאי, און נישט אויסגעהאלטן - אויך צוליב אל תפתח פה לשטן - זיך צו באנוצען מיט די לשונות פון אבל/ ניחום אבלים/ המקום ינחם/ במקום ווי מען איז נישט מתאבל מצד הדין כמבואר בשו"ע.
וואס יא? הויפענס חיזוק, ווארימע ווערטער, מיטגעפיל און הילף, אזויווי אידישע ברודער.
זאל מער נישט וויסן מער פון קיין צער.
דאס קינד איז א נפל?
ניין ס' לינגען עצינדינג
ער איז געווען א בר קיימא
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך יולי 30, 2025 2:56 pm
דורך תינוק הבורח

דאס מיינט א נפל.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך יולי 30, 2025 2:57 pm
דורך עסקן נמרץ
לאקאלער רב האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 30, 2025 2:54 pm
עסקן נמרץ האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 30, 2025 2:53 pm
זייער א קורצע קלארע באריכט, באגלייט מיט א אפיעל פאר אידן וואס האלטן מיט די נייעס אז זיי זאלן צולייגן א פלייצע.
אויב עס וועט זיין רשות וועט מען עס ארויפלייגן בעז"ה
@חיים אייזיק שווארטץ
שוין געשיקט פרעגן.
גיימיר זעהן וואס די תשובה גייט זיין.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך יולי 30, 2025 2:59 pm
דורך גרינטליך
כבוד מלכים האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 30, 2025 2:55 pm
גרינטליך האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 30, 2025 2:48 pm
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך יולי 30, 2025 3:01 pm
דורך גרינטליך
תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 30, 2025 2:56 pm
גרינטליך האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 30, 2025 2:48 pm
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך יולי 30, 2025 3:02 pm
דורך כבוד מלכים
גרינטליך האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 30, 2025 2:59 pm
כבוד מלכים האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 30, 2025 2:55 pm
גרינטליך האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 30, 2025 2:48 pm
דאס קינד איז א נפל?
ניין ס' לינגען עצינדינג
ער איז געווען א בר קיימא
האט נישט צו טוהן, אינטער 30 טעג איז אזוי די הלכה.
די עיקר שאלות איז ביי א קינד מער ווי דרייסיג, וואס איז לכתחילה נישט געווען געזונט. אבער אינטער 30 איז זיכער א נפל
אויב איז לכתחילה געווען געזונט איבער 30 טעג, איז זעכער נישט קיין נפל.
איך האב יעצט געפרעגט א גרויסע מורה הוראה, אין ער האט מיר געזאגט, אז אויב די קינד איז געווען געבוירען געזונט, מעג מען יא מנחם זיין
א חיוב שבעה איז נישט דא, אבער מנחם זיין מעג מען, אין אפילו ביי א נפל איז דא א מצוה אויף די עלטערן זיך אליין מתנחם זיין.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך יולי 30, 2025 3:04 pm
דורך כבוד מלכים
גרינטליך האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 30, 2025 3:01 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 30, 2025 2:56 pm
גרינטליך האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 30, 2025 2:48 pm
דאס קינד איז א נפל?
ניין ס' לינגען עצינדינג
ער איז געווען א בר קיימא
דאס מיינט א נפל.
קיימא ביה דכלו בי'ה חדשיו הייסט נישט קיין נפל.
וויבאלט אמאל איז געווען שווערער צי וויסען האט מען אלעמאל גערופן בתוך 30 יום א נפל.
אבער דאס איז נישט קיין נפל, די וועלט האט זיך געפירט ביז א יאר אלט האט מען נישט געגאנגען באזוכען די קבר קיין מאל
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך יולי 30, 2025 3:12 pm
דורך בערל דער פייפער
חיי האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 30, 2025 2:38 pm
השאלה פאר די עסקנים
איז געקומען אדער קומט אויך יוצאים קיין ארץ ישראל
איך וואלט ביישטאנען צי לערנען מיט זיי אויב עס פעלט אויס
משפחת לעווי אי''ה
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך יולי 30, 2025 3:22 pm
דורך כבוד מלכים
גרינטליך האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 30, 2025 3:11 pm
כבוד מלכים האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 30, 2025 3:02 pm
גרינטליך האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 30, 2025 2:59 pm
אויב איז לכתחילה געווען געזונט איבער 30 טעג, איז זעכער נישט קיין נפל.
איך האב יעצט געפרעגט א גרויסע מורה הוראה, אין ער האט מיר געזאגט, אז אויב די קינד איז געווען געבוירען געזונט, מעג מען יא מנחם זיין
א חיוב שבעה איז נישט דא, אבער מנחם זיין מעג מען, אין אפילו ביי א נפל איז דא א מצוה אויף די עלטערן זיך אליין מתנחם זיין.
אויף דעם טוט זיך שוין צו מעג מען, אדער דווקא טאר מען נישט.
אבער 'מחזק' זיין, און ארויס העלפן דארף מען זיכער...
פריער האסטו געזאגט א מ'טאר נישט, יעצט טוהט זיך שוין וועגען דעם.
איך פאלגען די הוראה וואס מיין דיין האט מיר גע'פסק'נט און די ווי דיין דיין.
ושלום על ישראל
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך יולי 30, 2025 4:31 pm
דורך על פי תורה
איך וויל נאר דערמאנען.... וד''ל
viewtopic.php?p=193950#p193950
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך יולי 30, 2025 5:51 pm
דורך לוסטיג זיין
חיי האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 30, 2025 2:38 pm
השאלה פאר די עסקנים
איז געקומען אדער קומט אויך יוצאים קיין ארץ ישראל
איך וואלט ביישטאנען צי לערנען מיט זיי אויב עס פעלט אויס
גם אני מצטרף,
איך לערן שוין מיט קינדער/בחורים פינעף יאר.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך יולי 30, 2025 8:33 pm
דורך סענס אף יומער
אין די יעצטיגע מינוטן האט זיך געהויבן די פליגער פון גואטעמאלא וואו עס געפינען זיך די קינדער פון ר' יואל מארקוס, וועלכע פארן ארויס קיין ניו יארק אינאיינעם מיט זייער מאמע, בת ר' אוריאל גאלדמאן, און די פעטער ר' אשר אנשיל מארקוס הי"ו, וועלכע איז געקומען צו פארן קיין גואטעמאלא אהיימצונעמען זיינע פלומעניקעס.
די דאזיגע פרייליכע מאמענט קומט נאך לאנגע חדשים פון גרויסע שתדלנות וואס די געטרייע עסקנים האבן אריינגעלייגט, ארבעטנדיג אויף אלע פראנטן צו געווינען די באפרייאונג פון די אומשולדיגע קינדער. אריינגערעכנט באצאלן די לויערס, טיקעטס, וכו' וכו', אלעס וואס האט אויסגעפעלט צושטאנד צוברענגען די לאנג ערווארטעטע באפרייאונג.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך יולי 30, 2025 8:45 pm
דורך ישראל בער
עס איז נתפעל צו ווערן דאס געטריישאפט פון די עסקנים.
בשעת מיר זיצן דא, זיצן זיי וואך נאך וואך, און שתדל'ן פאר יעדן איינציגן יחיד דארט, אפגעזעהן וואס דאס קאסט אלץ אפ, סיי די צייט און סיי די געלט.
עס איז פשוט אז זיי מאכן היסטאריע, און זייערע נעמען ווערן פארצייכנט דערין מיט גאלדענע אותיות.
אשרי להם ואשרי חלקם!
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך יולי 30, 2025 8:52 pm
דורך אברהם היהודי
ברוך השם היינט אין קורט האט די שופט גע'פסק'נט אז נאך א משפחה מיט צוויי די קינדער ארויס גיין פון שעלטער
אלטער נסים בן אריאל גאלדמאן.
בעזרת השם בקרוב קומען זיי קיין אמריקה נאר ענדיגן א קליינקייט מיט זייער פאפירן
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך יולי 30, 2025 10:07 pm
דורך סענס אף יומער
איין זאך קען איך אייך זאגן, די בארדיטשוב'ער וואלט זיך געטשאטשקעט מיט אזעלכע צדיקים וואס דרייען זיך אין אונזער דור ווי פשוט'ע אידן.
אזא מעביר על מידותיו ווי ר' יואל יהושע העשיל בלום וואס געבט אוועק זיין לייב און לעבן במלוא מובן המילה פאר פרעמדע אידן אן באקומען עפעס אויף צוריק, און אזא מסירות נפש עסקן ווי ר' יצחק טייכמאן וואס גייט ארויס פון זיין וועג און טוהט איבערקערן וועלטן פאר אידישע קינדער שלא על מנת לקבל פרס, דאס איז פשוט אומגלויבליך אז א בשר ודם קען דאס באווייזן. מי כעמך ישראל!
פארוואס זאג איך עס יעצט? ווייל וויפיל כ'האב שוין געוויסט ביז יעצט, בין איך היינט נאכאמאל ערשטוינט געווארן פון וועלכע טייערע אידן מ'רעדט דא, מיטהאלטנדיג צום וויפילטן מאל זייערע מסירות נפש פעולות פון די נאנט.
(נישט חלילה אויסצושליסן אנדערע מסירות נפש עסקנים וואס געבן זיך פונקט אזוי אוועק למען הצלת ילדי לב טהור, נאר היינט האב איך מיטגעהאלטן ספעציפיש ביי די צוויי חשוב'ע עסקנים זייערע אויסערארנטליכע חסד אקטיוויטעטן בלויז לשם שמים.)
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך יולי 30, 2025 10:09 pm
דורך העלפן א איד
יענץ מבין האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 30, 2025 10:42 am
נישט אינטערעסירט האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 30, 2025 10:24 am
לעבער אייער האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 30, 2025 12:39 am
מען ארבעט אויף דעם בס''ד עס איז אביסל קאמפלאצירט
מען זאל ביטע צושרייבן די ניק אין די מעמא.
די שאלה איז ווער גייט זעהן די מעמאס?
איך זעה די טרענזעקשאנס מיט די מעמאס
איך ישוב זיך צו מ'זאל ארויפלייגן אלע נדבות אדער נאר מיט די ניקס אין די מעמא
וואס זאגט דער עולם
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך יולי 30, 2025 10:16 pm
דורך על פי תורה
מצוה לפרסם
ביטע ארומשיקן