בלאט 314 פון 509

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 12:44 pm
דורך ווער
מדינת ישראל האט באשטעטיגט אז חיזבאלא האט נעכטן באוויזן צו אטאקירן א סענסיטיווע מיליטערישע צענטער אין די גליל ראיאן מיט אן אויפרייס דראון

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 12:45 pm
דורך ווער
עגיפטן'ס פרעזידענט באשולדיגט אז מדינת ישראל טוט בייזוויליג זיך ארויס דרייען פון אלע פייעראפשטעל פארזיכן נאר וויל אנגיין מיט אירע אפאראציעס

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 12:51 pm
דורך Spa 42
רואה חשבונות האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 7:42 am לויט ווי ס'ווערט יעצט באריכטעט איז דער שווערער אינצידענט דא דערמאנט, געשעהן אין דזשאבליל ווי ליידער זענען 5 אומגעקומען און 8 פארוואונדעט.

נאך זאגן די באריכטן אז ס'געקומען פון פריינטליך פייער, ווען א טאנק האט בטעות געשאסן אויף א בנין וואס מדנ"י סאלדאטן זענען געווען דערין.
די פינף גע'הרג'עטע זענען צוויי דערפון 22 יאר, איינער 21, און צוויי 20.

הי"ד.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 2:23 pm
דורך דער תהלים איד
Spa 42 האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 12:51 pm הי"ד.
ליידער געשען דורך אידן.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:19 pm
דורך Spa 42
איין מדנ"י רעזאוויסט איז נפטר געווארן, און 4 אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן ווען מדנ"י אמונאציע האט בטעות אויפגעריסן.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:21 pm
דורך Spa 42
גאלאנט:

מ' גייט אויסברייטערן די אפעראציעס אין רפיח, און אריינשיקן נאך אסאך טרופן.

מיר האבן שוין געטראפן און חרוב געמאכט עטליכע טונעלן, מיר גייען טרעפן נאך און זיי חרוב מאכן.

כאמאס איז נישט ארגענאזירט, זיי האבן נישט קיין טרופן און נישט קיין סופליי, און ראזולטאט וועלן זיי אינטערגיין.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:27 pm
דורך Spa 42
Spa 42 האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 12:51 pm
רואה חשבונות האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 7:42 am לויט ווי ס'ווערט יעצט באריכטעט איז דער שווערער אינצידענט דא דערמאנט, געשעהן אין דזשאבליל ווי ליידער זענען 5 אומגעקומען און 8 פארוואונדעט.

נאך זאגן די באריכטן אז ס'געקומען פון פריינטליך פייער, ווען א טאנק האט בטעות געשאסן אויף א בנין וואס מדנ"י סאלדאטן זענען געווען דערין.
די פינף גע'הרג'עטע זענען צוויי דערפון 22 יאר, איינער 21, און צוויי 20.

הי"ד.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:44 pm
דורך פרייליך
ווער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 12:45 pm עגיפטן'ס פרעזידענט באשולדיגט אז מדינת ישראל טוט בייזוויליג זיך ארויס דרייען פון אלע פייעראפשטעל פארזיכן נאר וויל אנגיין מיט אירע אפאראציעס
ווי דער איד פאריגע וואך אינעם העדליין...

viewtopic.php?t=1679

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 7:48 pm
דורך פרייליך
נעבן שכם איז ל"ע פארגעקומען א טעראר אטאקע ר''ל

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 2:48 am
דורך ווינטעלע
פרייליך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 7:48 pm נעבן שכם איז ל"ע פארגעקומען א טעראר אטאקע ר''ל
די טעראריסט איז א 14 יעריג קינד.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 11:45 am
דורך את פתח לו
כ'זעה אז קיינער האט נאכנישט געברענגט די נייעס…

מדנ״י מיליטער האט געטראפן 3 גופים פון משכונת נעכטען נאכט אין רפיח, ווי זיי זענען געברענגט געווארן קיין ארץ ישראל ווי זיי וועלן קומען לקבורה. הי״ד

שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 3:28 pm
דורך שרגא
חיזבאלא איז היינט אינדערפרי געוועהן גאר צעלאזט און אריינגעשאסן זייער אסאך ראקעטען אויף ארץ ישראל.
צוליב דעים האט צה''ל באמבעדירט עטליכע צילן אין די צידון געגענט אין לבנון, פון וואס לויט באריכטן איז א הויעכראנגיגע חיזבאלא טעראריסט געהארגעט געווארען.
נאך די באמבעדירונג אין צידון האט חיזבאלא אריינגעשאסן נאך א באראדזש פון 75 ראקעטען, צענדליגע פון זיי זענען אראפגעשאסן געווארן, 2 עלטערע איינוואוינער זענען פארוואונדעט געווארן און זענען אריינגעפירט געווארען אין שפיטאל.
32932.jpeg
32932.jpeg (75.79 KiB) געזען געווארן 734 מאל

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 3:30 pm
דורך שרגא
א מד'י פליגער האט בטעות אראפגעלאזט א 500 פונטיגער באמבע אויף די יתד שטעטל אין דרום.
די באמבע האט נישט אויפגעריסן, און קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 4:30 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שרגא האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 3:30 pm א מד'י פליגער האט בטעות אראפגעלאזט א 500 פונטיגער באמבע אויף די יתד שטעטל אין דרום.
די באמבע האט נישט אויפגעריסן, און קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן.
די שלימזל לויפט זיי נאך...אנפאנג וואך מיט די געהארגעטע סאלדאטן אין עזה, יעצט מיט א באמבע...

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 5:15 pm
דורך פרייליך
עס גייט מיטן פיטום אראפ פאר די ציאניסטן,
ליידער געקאסט א פרישער קרבן פארן מזבח
בן אבישי (20) פון נהריה

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 6:12 pm
דורך פרייליך
א סכנה הערשט בארה''ק:
אין דזשענין רופן די אראבער אויף אויספירן טעראר אטאקעס מארגן אלץ נקמה אויף די היינטיגע שאהיד.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 6:52 pm
דורך Spa 42
פרייליך האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 6:12 pm א סכנה הערשט בארה''ק:
אין דזשענין רופן די אראבער אויף אויספירן טעראר אטאקעס מארגן אלץ נקמה אויף די היינטיגע שאהיד.
דאס איז א טעגליכע רוף.... בבחינת ראָבּאָ קאָל...

הערשט נישט קיין שום סכנה.

הנה לא ינום ולא ישן שומר ישראל.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מוצש"ק מאי 18, 2024 9:59 pm
דורך Spa 42
א גוטע וואך.

עס איז געפונען געווארן אין עזה א פערטע גוף פון איינע פון די משכונות.

הי"ד

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מוצש"ק מאי 18, 2024 10:32 pm
דורך Spa 42
די צה"ל האט געטראפן א גרויסע סכום טונעלן אין רפיח, אסאך דערפון פירן קיין עגיפטן.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מוצש"ק מאי 18, 2024 10:41 pm
דורך Spa 42
שווערע געשלעגן האבן אויסגעבראכן צווישן פאליציי און פרא חאמאס פראטעסטירער אין ברוקלין, היינט שבת.

צווישן די פרא כאמאס פראטעסטירער, זעהט מען דארטן עטליכע אידן מיט שטריימעל און בעקיטשע.
גיכ (1).png
גיכ (1).png (792.05 KiB) געזען געווארן 626 מאל

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מוצש"ק מאי 18, 2024 11:11 pm
דורך שרגא
איינס פון 50 טונעלן, גענוג גרויס פאר קארס צו דורכפארן וועלכע זענען געווארן אנטדעקט אין רפיח, פארבינדנדיג עזה קיין עגיפטן.
33045.jpeg
33045.jpeg (134.95 KiB) געזען געווארן 601 מאל

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מוצש"ק מאי 18, 2024 11:48 pm
דורך ס'קען זיין אז..
כיזבאללא פארשטארקערט צאל ראקעטן און דראון אטאקעס אויף צפון ארץ ישראל אין לויף פון שבת‎

SmartSelect_20240518_234406_Yiddish24.jpg
SmartSelect_20240518_234406_Yiddish24.jpg (65.28 KiB) געזען געווארן 583 מאל
זייט שבת אינדערפרי האט די טעראר גרופע געשאסן פילע דראונס און ראקעטן אין פופצן באזונדערע אטאקעס, אבער קיין איינס פון די אטאקעס האט נישט געברענגט קיין געשעדיגטע, און די מדינת ישראל מיליטער האט רעאגירט מיט באמבארדירונגען. לויט סירישע און לבנון מידיא, האט איין מדינת ישראל באמבארדירונג געצילט א כיזבאללא קאמאנדיר ביי די לבנון-סיריע גרענעץ, און די ארטיגע מידיא האט באריכטעט שאדנס און געשעדיגטע אין די שטאט אייטא שאב, וואס איז א כיזבאללא צענטער.

קרעדיט: אידיש 24

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מוצש"ק מאי 18, 2024 11:50 pm
דורך Spa 42
צוויי 20 יעריגע סאלדאטן זענען ליידער גע'הרג'עט געווארן דעם שבת אין עזה, אינדערצייט וואס פיר זענען פארוואונדערט געווארן.

282 סאלדאטן זענען שוין געהרגעט געווארן אין עזה זייט אנהייב פון די מלחמה, און 630 סאלדאטן זייט שמחת תורה.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מוצש"ק מאי 18, 2024 11:53 pm
דורך שרגא
Spa 42 האט געשריבן: מוצש"ק מאי 18, 2024 11:50 pm צוויי 20 יעריגע סאלדאטן זענען ליידער גע'הרג'עט געווארן דעם שבת אין עזה, אינדערצייט וואס פיר זענען פארוואונדערט געווארן.

282 סאלדאטן זענען שוין געהרגעט געווארן אין עזה זייט אנהייב פון די מלחמה, און 630 סאלדאטן זייט שמחת תורה.
IMG_20240518_235139_768.JPG
IMG_20240518_235139_768.JPG (63.93 KiB) געזען געווארן 570 מאל

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 12:50 am
דורך ס'קען זיין אז..
מדינת ישראל מיליטער מעלדט אז זיי האבן אפגעפונען און צוריקגעקערט גוף פון משכון רן בנימין הי"ד‎

די פרישע גוף איז געטראפן געווארן פונעם משכון רן בנימין הי"ד, וועלכער איז דערמארדעט געווארן דורך כאמאס בשעת ער איז געווען אויפן וועג אהיים צו זיין הויז אין קיבוץ מפלסים נעבן די עזה גרעניץ, און כאמאס האט פארכאפט זיין קערפער קיין עזה. די מיליטער זאגט אז זיין גוף איז געטראפן געווארן ביי א ספעציעלע אפעראציע איבערנאכט און מען האט דאס געטראפן נישט ווייט פון וואו מען האט געטראפן די אנדערע דריי משכונות א טאג בעפאר דעם אין רפיח.

קרעדיט: אידיש 24