בלאט 32 פון 32

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 13, 2025 3:01 pm
דורך מיילעך פריילעך
די אינדיאנע רופי וואלוטע איז גאר שטארק געפאלן אין די לעצטע שטיק צייט, ס'האלט יעצט ביי זיבן און אכציג רופיס פאר א דאלער.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 13, 2025 3:03 pm
דורך מיילעך פריילעך
כינע האלט אין איין איבערראשן די וועלט מיט זייערע טעכנאלאגישע מעגליכקייטן, יעצט בויען זיי א דזשעט וואס וועט קענען פליען פון בעידזשינג קיין ניו יארק אין בלויז צוויי שעה, לויט זייער פלאן וועט די דזשעט זיין פארטיג אין 2027.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 13, 2025 3:03 pm
דורך מיילעך פריילעך
אין פאקיסטאן האט מען געטראפן מאסיווע גאלד מינעס אין ווערד פון ביליאנען דאלארן.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 13, 2025 3:42 pm
דורך מיילעך פריילעך
קוועטא, פאקיסטאן
פאקיסטאנער זיכערהייט קרעפטן זענען היינט מאנטאג איבערגעפאלן א מיליטאנטן באהעלטעניש, אומברענגענדיג 27 אויפשטענדלער, האט דאס מיליטער געזאגט,
די אפעראציע אין דרום-מערב פאקיסטאן איז אדורכגעפירט געווארן אין קאטשי, א דיסטריקט אין די באלאטשיסטאן פראווינץ, האט די מיליטער געזאגט אין א דערקלערונג.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 13, 2025 3:57 pm
דורך מיילעך פריילעך
א צונאמי אלערט איז ארויסגעלייגט געווארן פאר טיילן פון דרום מזרח יאפאן נאך וואס א ערדציטערניש פון 6.8 אויפן ריכטער וואג האט באטראפען קיושו און שיקאקו.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 13, 2025 3:57 pm
דורך מיילעך פריילעך
כינעזער אימפארט און עקספארט איז געוואקסן ענדע 2024, ווען פירמעס גרייטן זיך פאר שוועריגקייטן אונטער די אריינקומענדע טראמפ אדמיניסטראציע.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 13, 2025 7:29 pm
דורך מיילעך פריילעך
דער איראנער פרעזידענט מאסוד פאזעשקיאן פלאנט אפצורייזן קיין רוסלאנד פאר א אפיציעלע באזוך, ווי ער וועט אפהאלטן געשפרעכן מיט דער ארטיגער פירער וולאדימיר פוטין.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 05, 2025 11:18 am
דורך ווער
ארגענטינא האט געמאלדן אז די לאנד גייט זיך ארויס ציען פון די וועלט געזונטהייט אגענטור, גייענדיג דערמיט אין די פיסטריט פון אמעריקא

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג מערץ 10, 2025 1:09 pm
דורך ווער
מארק קאַרני וועט ווערן קאנאדע'ס קומענדיגער פריים מיניסטער, איבערנעמענדיג דזשוסטין טרודאו.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג מערץ 10, 2025 1:10 pm
דורך ווער
די נעוויס פון איראן, רוסלאנד און כינע וועלן דורכפירן מיליטערישע טרענירונגען ביי די ים ברעגעס פון איראן די וואך, מיט'ן ציל צו פארמערן די קאאפעראציע צווישן די לענדער.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג מערץ 10, 2025 1:11 pm
דורך ווער
רוסלאנד מעלדט אז זי וועט ארויסווארפן צוויי בריטישע דיפלאמאטן אויף פארדאכטן אז זיי האבן דורכגעפירט שפיאנאזש אקטיוויטעטן.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג מערץ 17, 2025 5:11 pm
דורך ווער
צענדליגער טויזנטער זענען ארויס געקומען צו ראליס דורך די האוטי רעבעלן לענגאויס תימן צו פראטעסטירן אקעגן די אמעריקאנער לופט באמבארדירונגן

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג מערץ 17, 2025 5:52 pm
דורך קרית יואל'ער איד
איינער קען ברענגען קליפס פון די אמעריקאנע אקציעס און תימן ??
שכח פון פאראויס...

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 3:22 pm
דורך ווער
קאנאדא'ס פרעמיער מיניסטער מארק קארני איז ערווארטעט צו פאררופן פרישע וואלן אויף קומענדיגע אפריל 28 למס'

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 4:59 pm
דורך ווער
אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן ווארענען אז כינע מאכט אנגייענדע פארשריט צו קענען איינעמען טייוואן, און אז כינע איז אצינד די גרעסטע מיליטערישע און סייבער געפאר פאר אמעריקא.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג אפריל 07, 2025 10:56 am
דורך ווער
סיריע'ס פרעזידענט אכמאד אל שארא וועט באזוכן טערקיי און די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן קומענדיגע וואך.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 11:58 am
דורך מאירוואלף
די באואינג 777 עראפלאן ווערט איינגעשפאנט ארויסצוהעלפן אפקילן די פלאנעט...

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דינסטאג מאי 13, 2025 9:44 am
דורך ווער
דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין וועט באזוכן טעהראן, איראן וואו ער איז ערווארטעט זיך צו טרעפן מיט פרעזידענט מאסוד פאזעשקען און דער גייסטישער פירער אייאטאלא כומעני.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דינסטאג מאי 13, 2025 9:59 pm
דורך never say never
פריער איז געוועהן א ערד ציטערנישן און ארץ ישראל!