שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 4:05 pm
@נקודות טובות
די שמועס דא איז נישט צו די מדנ''י סטראטעיגע צו הרגנ'ן די פירער איז ריכטיג אדער נישט
די רעדע דא איז בכלליות אויב כלל ישראל איז יעצט געווארן אין א מער פארזיכערטע מצב מיט דעם אז מען האט געהרג'ט זייער פירער אז איך זאל יעצט אפאטעמען און ווערן מורדי'ג פרייליך, איך מיין אז כו''ע מודי אז כלל ישראל איז יעצט געווארן אין אסאך מער מצב סכנה ה''י ווי פאר דעם, ממילא בין איך ענדערשט געווארן מער באזאגט ווי איידער פרייליך.
ווי @דער תהלים איד האט שוין שיין מסביר געווען אז דא איז אינגאנצען אנדערשט ווי אלע אנדערע מלחמות, איבעראל איז די שונא איין מענטש עס שטייט אויף איין צורידעטע פירער ווי היטלער ימ''ש אדער פוטין וכו' וואס באשליסט צו גיין אין מלחמה ממילא דעמאלטס אויב הרג'סטו דעם פירער האסטו ערלעדיגט דעם שונא און די זאך איז געענדיגט,
משא''כ דא איז נישט די פירער די שונא נאר די שונא זענען מילאנען מענטשען וואס ווילן דיך אייביג אונטערברענגען און טערעריזסן זיי זענען צוטיילט אין צענדליגע גרופעס אין מערערע לענדער און זיי נעמען פשוט אויף א פירער וואס זאל אנצופירן זייער טעראר, דא גייסטו גארנישט אויפטועהן אז דו הרגס'ט די פירער ווייל א מינוט שפעטער גייען זיי אויפנעמען א פרישע טערער פירער, דו איינציגסטע זאך וואס דו קענסט טועהן איז פשוט אינגאנצען איבעצונעמען זייער מקום אזווי מען טוט יעצט אין עזה און עס קאנטלירען, די פראבלעם איז נאר אז זיי געפונען זיך איבעראל אין לבנון תימן איראן וכו' וכו' ממילא איז די מלחמה א שטענדיגע וואס קען זיך בדרך הטבע נישט ענדיגן נאר דורך די גאולה שלימה במהרה.
שוין דורך באלד דריי חדשים זייט דאס עלעמינירונג פון דעם שחיק טמיא, נו לאמיר כאפן א בליק ווי מען האלט דא?
קודם לאמיר רעדן לגבי די חלק הסכנה. האסט מורא געהאט אז די עלימענירונג פון הנייה לייגט אריין כלל ישראל אין א גרעסערע סכנה ווי ביז דאן. וכלשונך,
איך מיין אז כו''ע מודי אז כלל ישראל איז יעצט געווארן אין אסאך מער מצב סכנה ה''י ווי פאר דעם. קודם כל וויל איך פארשטיין פארוואס א גרעסער סכנה? אפילו נניח אז מיט'ן הרג'ענען די פירער טוט מען גארנישט אויף, פארוואס ווערט אבער די סכנה גרעסער? אויב ארבעט מען בשעת מעשה אויך צו אפשוואכן די גאנצע גרופע בכלליות, ווערט דאך די סכנה ממילא שוואכער. די מדובר איז נישט פון א טעראר גרופע וואס שטייט ברום המעלה, און בסך הכל הרג'עט מען זייער פירער, וואס דאס ברויזט אויף די גאנצע גרופע. די צה"ל ארבעט דאך שוין א יאר און א ציה צו אוועקנעמען יעדע סארט מעגליכקייט פון זיי, און עס איז זיי געלונגען אפצושוואכן חאמאס כמעט ביז 0. סא איך פארשטיי נישט פונקטלעך פארוואס די סכנה ווערט גרעסער.
און יעצט למעשה. לעבן טאקע אחינו בני ישראל יושבי ארץ הקודש היינט דעם דריטן טאג חול המועד פסח אין מער פחד ווי פאר א האלב יאר צירוק, ווען דער מערדער האט נאך געלעבט? איז די סכנה טאקע גרעסער געווארן? איז נישט די וועלט היינט א בעסערע וועלט מיט דעם וואס דער מערדער קען נישט וועבן קיין פרישע פלענער, און אז די גאנצע טעראר גרופע בכלליות האט פארלוירען דאס קאפ זייערע, און האבן נישט ווער עס זאל זיי פירן. בפרט יעצט נאכדעם וואס סינוואר איז שוין אויך א פארגאנגענהייט? און א רגע, האט איינער בכלל נקמה גענומען פאר זיין טויט? האט מדינת ישראל בכלל געצאלט א פרייז פאר דעם? זיי גייען ווייטער אן מיט זייער ארבעט און אפילו א קראץ האט חאמאס נישט געקענט געבן. איינצעלנע ראקעטן געשאסן אקט' 7 צו אפצייכענען די יארטאג, וזה הוא.
לויט די פאקטען וואס איך זעה מיט די אויגן, און לויט ווי אזוי איך קלער לאגיש. איז היינט מדינת ישראל אסאך מער פארזיכערט קעגן סיי וועלכע אטאקע פון חאמאס ווי פאר 6 חדשים צוריק. די וואס האבן געוועבט די פלענער פון די אקט' 7 אטאקע זענען שוין א שטיק היסטאריע. די גאנצע גרופע בכלליות איז אזוי אפגעפאטשט, נאך אסאך אסאך מער אפגעשוואכט ווי די אייסיס טעראר גרופע נאך וואס טראמפ האט זיי אויסגעריסן. און לעת עתה האבן זיי נישט די מעגליכקייט פאר סיי וועלכע סכנה פאר מדינת ישראל. פון די שווערע טויזענטער ראקעטן וואס זיי פלעגן שיסן, איז זיי נישט פארבליבען מער ווי עטליכע צענליגע. רוב, ורובא דרובא פון זייערע הויפט קעפ זענען נישטא מער, און עס איז ניטאמאל דא ווער עס זאל זיי צוריק בויען.
להבדיל אלף אלפי הבדלות, האט סאטמאר געהאט איינער וואס זאל אנפילן דעם חלל אין יאר תשל"ט? א ודאי אז נישט, ווייל אויב יא דאן פארוואס האט דער עולם געוויינט ביים לויה? דאס מיינט אבער נישט אז אויף צום גיין ווייטער דארף מען זיך נישט מסדר זיין. ווייל אויב וויל מען ערגעץ אנקומען דארף מען קוקן אויפן עתיד און טוהן די בעסטע וואס איז שייך, אבער דאס מיינט נישט אז דער חלל איז אנגעפילט. סאטמאר שטייט נישט היינט די זעלבע ווי פאר תשכ"ח. עס זענען טאקע דא צוויי ערליכע רבי'ס יראים ושלמים, צדיקים חסידים ואנשי מעשה, אבער דער חלל איז קיינמאל נישט געווארן אנגעפילט. נישט נאסראללא, און נישט סינוואר והנייה קענען ערזעצט ווערן. איינער וואס האט אויפגעבויעט א זאך מיט הארץ און לעבן איז זייער שווער צו ערזעצן. אודאי גייען זיי אויפנעמען איינער וואס זאל פראבירן ווייטער צו פירן, אבער אנצופילן דעם חלל איז כמעט נישט מעגליך. און יא, מיט'ן פטור ווערן פון די דריי רשעים ימח שמם, איז די כח פון די טעראריסטן אפגעשוואכט לעולמי עד.
די מציאות איז אז אן א פירער קען זיך גארנישט פירן. חאמאס קען זיין ווי אנטשלאסן זיי ווילן נאר, א פירער מוזן זיי אבער האבן. פון וואו ווייס איך? פון זיי אליינס. איך זעה אז די אלע גרופעס נאכדעם וואס זייערע פירער ווערן גע'הרג'עט פראבירן זיי תיכף צו אויפנעמען א פרישע פירער. און בכדי צו זיין א פירער דארף מען זיין ראוי, און דאס גייט נישט פון איין מינוט אויפן אנדערען. עס נעמט אסאך צייט דאס צו עררייכן, אויב מען קען בכלל. און מיין ראיה צו דעם איז על-קאידה מיט אייסיס. די סיבה פארוואס זיי זענען נישטא ווייל זייערע פירער זענען אפגעווישט. וואלט אמעריקע נישט געזוכט צו פטור ווערן פון זייערע פירער, גייענדיג מיט די מיינונג פון
@דער תהלים איד וואלט על-קאידה נאך געשטאנען פעלזן פעסט, און אייסיס וואלט קאנטראלירט א האלבע וועלט. נישט בין לאדין, און נישט באגדאדי זענען געווען צודרייטע פירער ווי היטלער, זיי האבן מער ג'ענדעלט אין סינוואר מיט נאסראללא, און דאך האט אמעריקע באזיגט די גאנצע גרופע, און טאקע נאר דורכ'ן הרג'ענען זייערע פירער. נאר אזוי באזיגט מען א פיינט. עס איז נישט קיין ספק אז מען דארף פטור ווערן פון די הויפט, און אזוי אויך פון די צווייטע דריטע און פערד העכסטע פירער. דעם רבי'ן, רב, דיין, ראש הקהל, און אפילו דעם הויז בחור. דאס פאלערזירט אלעס. ווען אמעריקע זאל פארלירן איר פרעזידענט, וויצע פרעזידענט, קאנגרעס ספיקער, סענאט לידער און 15 העכסטע גענעראלן, און צוגאב צו 250,000 זעלנער, וואלט דאס לאנד געווען פארלעזירט. דאס איז די מציאות.
די מציאות איז אז פאר די מלחמה איז חאמאס געווען א סכנה פאר די מדינה, און יעצט איז דאס נישט. וואס די מעשה וועט זיין אין 5 יאר פון יעצט ווייסט נאר איין באשעפער, אבער באשר הוא שם איז קלאר אז לאגיש גערעדט איז די באלדיגע סכנה נישט דא. איר האט אן אנדערע מהלך ווי אזוי דאס וואלט געקענט פאסירן? אודאי נאר דורך מלחמה. עס איז נישט קיין שאלה. נו, וואס איז אייער ספק צו דאס ברענגט א סכנה? די מציאות איז אז דורכ'ן זיי נישט באקעמפן איז די סכנה אסאך גרעסער. לאמיר זאגן אז נאך די אקט' 7 אטאקע זאל מדינת ישראל פארהאנדלען איבער די משכונות, און נישט אריינגיין אין קריג מיט חאמאס. וואלט נישט חאמאס געווען יעצט א פיל גרעסערע סכנה ווי א יאר צוריק? אמת אז טעראר איז נישט מעגליך צו גענצליך באזיגן, ובפרט אין יענע חלק וועלט. אבער זיצן מיט פארלייגטע הענט איז זיכער נישט די מהלך. וואס יא? מען דארף שלאגן און שלאגן אן אויפהער. פונקט ווי אמעריקע טיילט שוין מכות אין די מיטל מזרח די לעצטע צענליגע יארן. יעדע פאר יאר צוליב א פרישע גרופע. פארפאלן, דאס איז די מיטל מזרח.
איך רעד פארשטייט זיך נישט כלפי די אידישע חלק. איך באציה מיך דוקה צום לאגישן חלק כאשר עינינו רואות לגבי די טענה וואס דו שטעלסט. אומברענגען פירער איז פון די הויפט געווינסען אין א קריג.