באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1024
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1511

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

🌴בצל הקודש🌴 סאטמאר מהר''א
=מיטוואך שופטים=

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל הרה"ח ר' שרגא פייש הערצאג הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אהרן ברי"י וויינשטאק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יצחק פארקאש הי"ו.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי,
ארום 12:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת יו"כ קטן,
בעל תפילה: הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א - ר"מ בישיבה,
דער רבי האט מאריך געווען מיט בכיות, בפרט ביי די ווידוי פון רבינו נסים, מען האט געענדיגט ארום 1:30.
עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 6:45 איז דער רבי אנגעקומען קיין מאנסי ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביים לויה און מלוה געווען די מטה פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא זצ"ל.

דערנאך איז דער רבי אנגעקומען צום בנין הת"ת החדש 'בנין גאלדשטיין' אויף מאנסי בלווד.
דער רבי איז ארומגעגאנגען איבער אלע שטאקן פונעם בנין אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו - מנהל המוסדות, און הרה"ח ר' יצחק גרובער הי"ו - בוי מייסטער פונעם בנין,
דערביי האט הרה"ח ר' שמואל זאנוויל הי"ו איבערגעגעבן א באריכט פון די פלענער צו באנייען דעם בנין אויף דעם אסרו חג הבעל"ט און דער רבי האט ווארעם געוואונטשן ברכת קדשו,
ארום 7:45 האט דער רבי פארלאזט די בנין און אהיימגעפארן קיין ק"י.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

ארום 9:20 איז דער רבי אנגעקומען צום מסיבה לטובת מוסד הק' רב טוב בבית הרבני הנכבד ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' אברהם יודא הי"ו און פארן גאנצן ציבור.

זמני כניסה איז געווען פון 9:40 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ, און הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב קעללנער הי"ו און הרה"ח ר' חיים נתן וויינשטאק הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40.

~🌴~
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
עדיטאריעל
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1499
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:46 am
x 5432

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך עדיטאריעל »

אדמו"ר מסערט וויזניץ אין בארא פארק
פיילס
1000054546 (1).jpg
1000054546 (1).jpg (208.72 KiB) געזען געווארן 1329 מאל
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
אוועיטער
סאטמארע נייעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 7:19 pm
x 153

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך סאטמארע נייעס »

דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 9:09 am כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א האט באזוכט נעכטן אין מאנסי, די אנגייענדע בוי ארבייט אין בנין הת"ת החדש 'בנין גאלדשטיין' בחצר ביהמ''ד הגדול.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
https://chat.whatsapp.com/IpFlOyC5SJ30eoFk1ggspC
פיילס
IMG-20230817-WA0015.jpg
IMG-20230817-WA0015.jpg (141.01 KiB) געזען געווארן 1295 מאל
IMG-20230817-WA0011.jpg
IMG-20230817-WA0011.jpg (178.77 KiB) געזען געווארן 1295 מאל
IMG-20230817-WA0017.jpg
IMG-20230817-WA0017.jpg (151.24 KiB) געזען געווארן 1295 מאל
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
וואטסעפפ טעלעגראם

צו באקומען''בחצרות סאטמאר אימעילס'' דריקט דא

פאר ''קרית יואל היימשטאט'' דרוקט דא
קטןודל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 438
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 8:48 am
x 737

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך קטןודל »

המשפיע הגה"צ רא"א בידערמאן ביים לאדענען האדמו"ר מבעלזא צו די חתונה פון בנו החתן יום ב' הבעל"ט
פיילס
בידרמן בעלזא.JPG
בידרמן בעלזא.JPG (76.67 KiB) געזען געווארן 1244 מאל
Satmar
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 12:21 am
x 23

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך Satmar »

🌴 סאטמארע נייעס - מהרי"י🌴
נעכטן אינדערפרי איז רבינו שליטא אריינגעקומען צי שחרית 8:55 אין ביהמד הגדול אין ק"י פארן דאווענען האט די רבי געלייגט תפילין פאר בן הרה"ג יצחק יואל לאנדא ר"מ בישיבה גדולה בן ר אליהו צבי גאלדבערגער פין וומ"ס ארום 11:30 איז די רבי אריינגעקומען אויסזאגן כל ספר תהלים ארום 1:40 האט מען אנגעהויבן יום כיפור קטן 2:10 איז דו רבי אהיים בבית אכסניא אין דו נאכמיטאג שעות איז געווען אויף א באזיך ביי רבינו שליט"א הגה"צ יצחק מרדכי מייזעלס אב"ד ראדאוויץ ר"י מהרי"ט עס האט זיך פארצויגען א שיינע שמועס די רבי האט געווינטשען לחיים נאכמיטאג איז די רבי אנגעקומען צי די מסע הלוי פין האדמו"ר מראחמיסטריווקא די רבי איז גלייך ציגעגאנגען צים בית החיים הר שלום די רבי איז דארט געווען ביי די הקפות אין קבורה ביים פארלאזען האט רבינו שליט"א אנגעווינטשן יוסף מארגארעטן קארדינעטער חברים דמאנסי אין די עסקנים אויפדערנאכט האט די רבי געזעגענט פין 9:00 ביז 12:45 אין דערנאך געדאווענט מערב
צי באקומען נייעס און באריכטען דורך טעקסט שיקט satmartime @ צי 81010
Satmar
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 12:21 am
x 23

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך Satmar »

Satmar האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 3:00 pm 🌴 סאטמארע מהריי נייעס🌴
נעכטן אינדערפרי איז רבינו שליטא אריינגעקומען צי שחרית 8:55 אין ביהמד הגדול אין ק"י פארן דאווענען האט די רבי געלייגט תפילין פאר בן הרה"ג יצחק יואל לאנדא ר"מ בישיבה גדולה בן ר אליהו צבי גאלדבערגער פין וומ"ס ארום 11:30 איז די רבי אריינגעקומען אויסזאגן כל ספר תהלים ארום 1:40 האט מען אנגעהויבן יום כיפור קטן 2:10 איז דו רבי אהיים בבית אכסניא אין דו נאכמיטאג שעות איז געווען אויף א באזיך ביי רבינו שליט"א הגה"צ יצחק מרדכי מייזעלס אב"ד ראדאוויץ ר"י מהרי"ט עס האט זיך פארצויגען א שיינע שמועס די רבי האט געווינטשען לחיים נאכמיטאג איז די רבי אנגעקומען צי די מסע הלוי פין האדמו"ר מראחמיסטריווקא די רבי איז גלייך ציגעגאנגען צים בית החיים הר שלום די רבי איז דארט געווען ביי די הקפות אין קבורה ביים פארלאזען האט רבינו שליט"א אנגעווינטשן יוסף מארגארעטן קארדינעטער חברים דמאנסי אין די עסקנים אויפדערנאכט האט די רבי געזעגענט פין 9:00 ביז 12:45 אין דערנאך געדאווענט מערב
צי באקומען נייעס און באריכטען דורך טעקסט שיקט satmartime @ צי 81010
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1024
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1511

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

🌴בצל הקודש🌴
רבינו שליט"א ביי תפילת שחרית ואמירת הלל אין ישיבה סניף ברך משה.
~🌴~
פיילס
5111957465855012078_121.jpg
5111957465855012078_121.jpg (121.08 KiB) געזען געווארן 1157 מאל
5111957465855012077_121.jpg
5111957465855012077_121.jpg (146.18 KiB) געזען געווארן 1157 מאל
5111957465855012080_121.jpg
5111957465855012080_121.jpg (138.21 KiB) געזען געווארן 1157 מאל
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1024
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1511

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

🌴בצל הקודש🌴
רבינו שליט"א ביים מעמד יציקת הבורות אין בית מדרשינו אויף די דועלק גאס בשכונת זרע קודש, און דערנאך ביים מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד.
~🌴~
פיילס
5111957465855012081_121.jpg
5111957465855012081_121.jpg (149.41 KiB) געזען געווארן 1156 מאל
5111957465855012083_121.jpg
5111957465855012083_121.jpg (132.21 KiB) געזען געווארן 1156 מאל
5111957465855012082_121.jpg
5111957465855012082_121.jpg (110.89 KiB) געזען געווארן 1156 מאל
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1024
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1511

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 3:29 pm 🌴בצל הקודש🌴
רבינו שליט"א ביים מעמד יציקת הבורות אין בית מדרשינו אויף די דועלק גאס בשכונת זרע קודש, און דערנאך ביים מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד.
~🌴~
פיילס
5111957465855012084_121.jpg
5111957465855012084_121.jpg (184.77 KiB) געזען געווארן 1155 מאל
5111957465855012086_121.jpg
5111957465855012086_121.jpg (130.44 KiB) געזען געווארן 1155 מאל
5111957465855012085_121.jpg
5111957465855012085_121.jpg (137.31 KiB) געזען געווארן 1155 מאל
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1024
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1511

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 3:29 pm 🌴בצל הקודש🌴
רבינו שליט"א ביים מעמד יציקת הבורות אין בית מדרשינו אויף די דועלק גאס בשכונת זרע קודש, און דערנאך ביים מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד.
~🌴~
פיילס
5111957465855012087_121.jpg
5111957465855012087_121.jpg (116.18 KiB) געזען געווארן 1152 מאל
5111957465855012089_121.jpg
5111957465855012089_121.jpg (140.44 KiB) געזען געווארן 1152 מאל
5111957465855012088_121.jpg
5111957465855012088_121.jpg (132.78 KiB) געזען געווארן 1152 מאל
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
בלעטל
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:08 pm
x 29

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך בלעטל »

הרבני הנגיד הטפסר המרומם המרבה פעלים לכל דבר שבקדושה הרה"ח ר' אברהם בראך שליט"א באזיכט ביי הרה"ג ר משה שטערנבוך שליט"א ראב"ד ירושלים ווי דער ראש בית דין האט זיך באדאנקט פאר די געוואלדיגע פעולות פין די לעצטע תקופה
פיילס
IMG_20230817_190704_576.jpg
IMG_20230817_190704_576.jpg (92.72 KiB) געזען געווארן 1067 מאל
IMG_20230817_190704_698.jpg
IMG_20230817_190704_698.jpg (94.34 KiB) געזען געווארן 1067 מאל
IMG_20230817_190705_106.jpg
IMG_20230817_190705_106.jpg (82.73 KiB) געזען געווארן 1067 מאל
Satmar
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 12:21 am
x 23

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך Satmar »

🌴 סאטמארע נייעס-מהריי🌴:
יעצט נאכמיטאג האט רבינו שליטא מנחם אבל געווען הרה"ח ר מאיר ראטה דערנאך אי די רבי אריינקומען צי תפילת מנחה באלום הגדול באכסניא אינאיינעם מיט די ישיבה קטנה ח"א בהנהלת הרה"ג יואל מארקאוויטש דערנאך האבן די בחורים אריבערגעגאנגען געבען קבלות בעיני טעכנאלאגיע
צי באקומען נייעס און באריכטען דורך טעקסט שיקט satmartime @ צי 81010
אוועיטער
משה רבינו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 514
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 573

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך משה רבינו »

דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 3:29 pm 🌴בצל הקודש🌴
רבינו שליט"א ביים מעמד יציקת הבורות אין בית מדרשינו אויף די דועלק גאס בשכונת זרע קודש, און דערנאך ביים מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד.
~🌴~
דערנאך איז דער רבי געווען אויף א באזיך אין בית שמואל אויף די ווירדשוניע גאס בשכונת דברי חיים
אוועיטער
סאטמארע נייעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 7:19 pm
x 153

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך סאטמארע נייעס »

כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א באזוכט די אנגייענדע בוי ארבייט ביים פארדאפלן דעם ביהמ''ד און מקוה בבית מדרשינו בית שמואל - 'שכונת דברי חיים' בקרית יואל יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
https://chat.whatsapp.com/IpFlOyC5SJ30eoFk1ggspC
פיילס
IMG_20230817_234140_380.jpg
IMG_20230817_234140_380.jpg (120.68 KiB) געזען געווארן 999 מאל
IMG_20230817_234140_560.jpg
IMG_20230817_234140_560.jpg (168.76 KiB) געזען געווארן 999 מאל
IMG_20230817_234141_146.jpg
IMG_20230817_234141_146.jpg (122.59 KiB) געזען געווארן 999 מאל
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
וואטסעפפ טעלעגראם

צו באקומען''בחצרות סאטמאר אימעילס'' דריקט דא

פאר ''קרית יואל היימשטאט'' דרוקט דא
אוועיטער
סאטמארע נייעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 7:19 pm
x 153

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך סאטמארע נייעס »

סאטמארע נייעס האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 11:42 pm כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א באזוכט די אנגייענדע בוי ארבייט ביים פארדאפלן דעם ביהמ''ד און מקוה בבית מדרשינו בית שמואל - 'שכונת דברי חיים' בקרית יואל יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
https://chat.whatsapp.com/IpFlOyC5SJ30eoFk1ggspC
פיילס
IMG_20230817_234140_617.jpg
IMG_20230817_234140_617.jpg (138.72 KiB) געזען געווארן 999 מאל
IMG_20230817_234140_658.jpg
IMG_20230817_234140_658.jpg (247.37 KiB) געזען געווארן 999 מאל
IMG_20230817_234141_399.jpg
IMG_20230817_234141_399.jpg (188.64 KiB) געזען געווארן 999 מאל
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
וואטסעפפ טעלעגראם

צו באקומען''בחצרות סאטמאר אימעילס'' דריקט דא

פאר ''קרית יואל היימשטאט'' דרוקט דא
אוועיטער
סאטמארע נייעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 7:19 pm
x 153

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך סאטמארע נייעס »

כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי די סעודת ראש חודש אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה גדולה סניף עצי חיים שיעור ג', בהיכל הישיבה בביהמ''ד ראדאשיץ אויף די פרילענד גאס אין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
https://chat.whatsapp.com/IpFlOyC5SJ30eoFk1ggspC
פיילס
IMG_20230817_234244_730.jpg
IMG_20230817_234244_730.jpg (167.55 KiB) געזען געווארן 998 מאל
IMG_20230817_234245_298.jpg
IMG_20230817_234245_298.jpg (123.9 KiB) געזען געווארן 998 מאל
IMG_20230817_234245_363.jpg
IMG_20230817_234245_363.jpg (134.34 KiB) געזען געווארן 998 מאל
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
וואטסעפפ טעלעגראם

צו באקומען''בחצרות סאטמאר אימעילס'' דריקט דא

פאר ''קרית יואל היימשטאט'' דרוקט דא
אוועיטער
בצל התומר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:32 am
x 239

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך בצל התומר »

🌴בצל התומר🌴 סאטמאר מהרי"י

דאנערשטאג שופטים א' דר"ח אלול



8:00 אזייגער איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין היכל ביהמ"ד ברך משה אינעם בנין הת"ת בנין גאלדבערגער אויף לארקון דרייוו אינאיינעם מיט די העכער 500 תלמידי כתות ז' ח' ט' פון קרית יואל בליעה"ר.
די רבי האט געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה בן הרה"ג ר ישראל מאיר ראזענבערג שליט"א מנהל רוחני בת"ת כתות ה' ו'.
דערנאך האט רבינו שליט"א געלייגט טלית ותפילין אין ביהמ"ד און פארגעזאגט ברכות
בעל תפילה איז געווען הבה"ח יושע ב"ר מרדכי יודא פאללמאן ני"ו
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און פארגעדאווענט בהתעוררות רב
ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן
פתיחה: הרה"ג ר' ישראל מאיר ראזענבערג שליט"א מנהל כתות ה' ו'
כהן: הרה"ג ר' שמעון שמואל שווארטץ שליט"א מנהל כתות ז' ח' ט'
לוי: הר"ר אברהם שמואל ווייס שליט"א מרביץ תורה במוסדותינו הק'.
שלישי: הבחור הבר מצוה שלמה יעקב ראזענבערג ני"ו
רביעי: רבינו שליט"א.
הגבהה: הר"ר מאיר לויפער שליט"א סגן מנהל כתה ט'
גלילה: הבה"ח אשר דוד ב"ר שמחה בונם שווארטץ פון מאנטרעאל

מוסף: הר"ר מענדל וואלף האלצער שליט"א מרביץ תורה במוסדותינו הק'.

תיכף נאך מוסף איז רבינו שליט"א ארויף אויפן בימת הכבוד צום מסיבת לחיים
די קינדער האבן געזינגען ווארימע ניגונים.
עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הרה"ג ר' שמעון שמואל שווארטץ שליט"א מקבל פנים געווען דעם רבין דערנאך געגעבן א גריס פארן רבין איבער די התעלות פון די תלמידים וואס שטייגן בתורה ויראת שמים
דאן האט דער מנהל ר' שמעון שמואל שליט"א און א דאראמאטישע שריט איבערגעגבן פאר רבינו שליט"א אז די יונגע תלמידים פון רבינ'ס מוסדות וואס ברענט אין זיי דער אש קודש וואס רבינו הקדוש זי"ע האט איינגעפלאנצט און זיינע תלמידים צו שטיצן די ערליכע אידן בארה"ק האבן געוואלט מאכן א נחת רוח פאר רבינו שליט"א און האבן דעם פארגאנגענעם זונטאג ביומא דהילולא קדישא צוזאמגעשטעלט די פאנטאסטישע סומע פון $10,000 פארן מפעל הקדוש 'שקל הטהור' און דער מנהל האט דאס איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א, וואס דער רבי האט איבערגענומען מיט א קענטיגע קורת רוח און התרגשות.
דערנאך האבן די קינדער געזינגען הערליכע גראמען.

און דאן האט מען געהאט די זכי' צו הערן גאר שטארקע דברות קודש ודברי הדרכה ומוסר פון רבינו שליט"א
דער רבי ארומגערעדט פאר די תלמידים איבערן מימרא פון רביה"ק זי"ע ביים חנוכת הבית פונעם מחנה רב טוב אז עתידים בתי כנסיות ובתי מדרשות שבחו"ל לקבוע בא"י און אז מען פירט זיך ווי מען דארף בלייבט מען מיטן צלם אלקים און אזוי וועט מען מקבל זיין פני משיח צדקינו און אז אויף יעדן קינד דארף מען זעהן אז ער איז א תלמיד פון די הייליגע מוסדות פון רבי'ן זי"ע, מ'זאל זעהן אויף די צורה און אויפן לבוש און אזוי אויך אויפן התנהגות ווען מ'גייט ארויס אויף די גאס, צו האבן שמירת עינים און עס זאל זיין שם שמים מתאהב על ידו אז מ'זאל זאגן אשרי אביו ורבו שלמדו תורה.
דער רבי האט אויסגעפירט מיט ווארימע ברכת הקודש פאר די מנהלים מרביצי תורה און פאר אלע תלמידים.
דאן האט רבינו שליט"א געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען פארן מנהל דערנאך זענען אלע מלמדים אריבער נעמען שיריים פון רבי'ן און מקבל זיין ברכת הקודש.
דערנאך זענען אלע תלמידים אריבער איינציגווייז נעמען א מטבע קודש לשמירה פון רבינו שליט"א.
מ'האט פארענדיגט ארום 11:30

ביים פארלאזן די בנין הת"ת האט דער רבי זיך אפגעשטעלט ביי די חדר פון הר"ר אליעזר יודא ווייס שליט"א - כתה ג', ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, און געוואונטשען ברכת קדשו
דערנאך האט דער ראש המנהלים הרה"ג ר' יקותיאל הערש יאקאבאוויטש שליט"א צוגעוויזן פארן רבי'ן די מאסיווע בוי ארבעט וואס האט זיך שוין אנגעהויבן נעכטן מיטן פולסטן טעמפא, ביים נייעם בנין הת"ת בנין ישראל דוב.
דערנאך האט זיך די רבי צוריקגעקערט לבית האכסניא

"אבן מאסו הבונים היתה לראש פינה"
ארום 1:00 איז רבינו שליט"א צוריקגעקומען צום שטח האדיר אויף לארקין דרייוו ווי מ'האט אנגעהויבן שוין נעכטן צו בויען דעם גרויסן פראכטפולן בנין הת"ת בנין ישראל דוב, ווי עס איז פארגעקומען די מעמד הנחת אבן הפינה אינאיינעם מיט טויזענטער קינדער בליעה"ר פון די כתות ב' ג' און ד', און ז' ח' ט' עס האט זיך אויך אנגעזעהן די נדבן הבנין הרבני הנגיד ר' ישראל גאלדבערגער הי"ו נדיבים בעם און די חברי הקהילה והמוסדות
צים ערשט האבן די קינדער געזינגען ווארימע ניגונים
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי עס האט אויפגעטרעטן די מנכ"ל ר' משה אלי דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען קורצע דברות קודש און אנגעווינטשען ברכת קדשו פאר די נדיבים בעם ביים סיום דברות קודש האט די רבי אויסגעדריקט רגשי הכרת הטוב פאר די תלמידים וואס האבן זיך משתתף געווען מיט די מנחת ביכורים וואס די תלמידים האבן געשאנקען זאגענדיג דאס איז א בחינה פון אתא הך ודחה עשרת אלפים ככר כסף דידי אז דאס איז אקעגן די עשרת אלפים ככר כסף פון המן הרשע און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פאר די נדיבים בעם מרביצי תורה און תלמידים
א לענגערע באריכט פונעם דערהויבענעם מעמד וועט בעז"ה נאכפאלגען.
ארום 3 אזייגער האט זיך רבינו שליט"א צירוקגעקערט לבית האכסניא
און די נאכמיטאג שעות איז די רבי אנגעקומען פאר ניחום אבילום און שטוב פון הרה"ח ר' מאיר הכהן ראטה הי"ו וואס זיצט שבעה ע"פ אחיו הרה"ח שמואל ז"ל חבר הנהלת העדה החרדית

אום 6 אזייגער איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אינעם אולם הגדול שע"י בית האכסניא צו תפילת מנחה
ווי עס האט מיטגעדאווענט די הונדערטער בחורים תלמידי ישיבה קטנה ח"א בהנהלת הרה"ג ר' יואל מארקאוויטש שליט"א
בעל תפילה איז געווען הבה"ח קלמן ב"ר יוסף שווימער ני"ו
נאך מנחה זענען די בחורים אריבער ביי רבינו שליט"א מיט קבלה צעטלעך בעניני טעכנעלאגיע און דערנאך האט די מנהל איבערגעגעבן א כוללות קוויטל פון די תלמידים וואס האבן זיך אינטערגענומען קבלת בעניני תפילה כפי בקשת רבינו ביים באזוך און ישיבה פארגאנגענעם כ"ג תמוז יארצייט פון אמה של מלכות הרבנית הצדיקת ע"ה
און די רבי האט אנגעווינטשען ברכת קדשו
דערנאך האט די רבי אנגעהויבן געזעגענען אנשי שלומינו תושבי קרית יואל לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון
בין הנכנסים איז אריין די הנהלת כולל שומרי החומות בראש פון הגה"צ אב"ד טאלטשווע שליט"א און די מנהל הרה"ח ר' שלמה מיכאל מאיער הי"ו און הרה"ח ר' משה שמילאוויטש הי"ו יו"ר הגבאים כולל שומרי החומת און קרית ייטב לב ווי זיי האבן אייגעלאדענט רבינו שליט"א צום יערליכען דינער וואס וועט פארקומען קומענדיגן וואך און קרית ייטב לב און דערביי איבערגעגעבן פארן רבין אז די היי יעריגן דינער וועט זיין מוקדש לטובת נשמת דעם אומפארגעסליכען ר' יודל וויינשטאק ז"ל מנאמני ביתו פון יבלחט"א רבינו שליט"א און לאנגיעריגען גבאי שומרי החומת

אזוי אויך איז אריין די בחורים פון ישיבה קטנה ח"ב בהנהלת הרה"ג ר' חיים הערש שפירא שליט"א וואס האבן די וואך מאנטאג איבערגעגעבן פארן רבין די מנחת ביכורים פון 30,000 דאללער לטובת מפעל הקדוש 'שקל הטהור' ווי ברייט באריכטעט
די בחורים זענען אדורך איינציגווייז און די רבי האט געגעבן א מטבע לשמירה און א סליחות במתנה און אנגעווינטשען ברכת קדשו
ארום 11 אזייגער איז די רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הבה"ח יוסף ב"ר יואל קרויס ני"ו
דערנאך האט מען ווייטער געזעגענט ביז 1:05
1:15 האט רבינו שליט"א פארלאזט דעם אכסניא אויפן וועג אהיים קיין מחנה דברי יואל.

מארגן ב' דר"ח אלול וועט רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין היכל הישיבה און קעמפ 8:45
אוועיטער
כרוספדין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 301
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:44 pm
x 315

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך כרוספדין »

שיחת קודש פון כ”ק מרן אדמו"ר מדושינסקי שליט"א און הגאון הצדיק רבי חיים צבי מייזליש שליט"א ראש ישיבת סאטמאר בני ברק חברי נשיאות ”בית היתומים דיסקין” ירושלים עיה"ק, ביים ארויסקומען פון די יערליכע אסיפה וואס איז אפגעהאלטן דורך די הנהלת בית היתומים,
IMG-20230818-WA0012.jpg
IMG-20230818-WA0012.jpg (57.15 KiB) געזען געווארן 905 מאל
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 11:25 pm 1) וואס איז וואכענשריפט / היימשטאט / UJC?
ווער וויל צוברעכן קרית יואל / וויל עס אויפבויען / האט געבויעט א נייע שוהל וואס מען דארף נישט / פארדינגט הייזער פאר גוים?
אוועיטער
עדיטאריעל
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1499
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:46 am
x 5432

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך עדיטאריעל »

האדמו"ר מטשאקעווע שכונת רמות אברהם - בית שמש באזוכט ביי מרן גאב"ד ירושלים שליט"א
פיילס
__ר_מטשקאקווא_בית_שמש_רמת_אברהם (1).jpg
__ר_מטשקאקווא_בית_שמש_רמת_אברהם (1).jpg (201.5 KiB) געזען געווארן 860 מאל
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
אוועיטער
סאטמארע נייעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 7:19 pm
x 153

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך סאטמארע נייעס »

סאטמאר מהר"א

*פִּתְחוּ שְׁעָרִים וְיָבֹא גוֹי צַדִּיק, פִּתְחוּ לִי שַׁעֲרֵי צֶדֶק*

*ואומרים פעמיים באהבה*

*ערש''ק לסדר ואם ירחיב ה' את גבולך!*

היסטאריש פרייד געפילן נעמט ארום אנ''ש תלמידי וחסידי כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בארץ ובגולה, ווען עס קומט אריין בשעטו''מ די גינגסטיגע נייעס פון ארה"ק, אז אנ''ש חברי קהלתינו הק' פון ביידע קהילות אין ירושלים עיה''ק און אין בני ברק וועלן בעז"ה דעם שבת זיך אריבערציען און באנייען א מקום רחבת ידים אלס צענטראלע ביהמ"ד הגדול פאר די ארטיגע קהילות.

*ירושלים עיה''ק*

נאכדעם וואס די קהילה איז ליידער געווען נע ונד די לעצטע פאהר חדשים זינט די גרויסע שריפה ה''י, איז די וואך פארענדיגט געווארן דער פראוויזארישע בית המדרש הגדול אינעם בנין פון ישיבת חברון אינמיטן די שטאט.

הנהלת קהלתינו הק' בירושלים האט אהער געשטעלט דעם מקום לשם ולתפארת אז דאס זאל זיין באקוועם פאר די נעקסטע פאהר יאהר, ביז מ'וועט זיך אי''ה אריבער ציהען אינעם נייעם בנין המפואר תל תלפיות, וואס מ'האט שוין בחסדי ה' באקומען די נויטיגע פערמיטן און אנגעהויבן די גראב ארבייט, אויף רחוב יונה.

*בני ברק*

נאך א לענגערע צייט וואס בית מדרשינו הגדול דקהלתינו איז געווען סטאנציאנירט אויף די הויכע שטאקן פונעם בנין התלמוד תורה און המקום היה צר מהכיל דעם גרויסן ציבור בליעה’’ר, איז די וואך אויסגעפירט געווארן בשעטו’’מ די מאסיווע ארבייט אויף די הינטערשטע שטאק וואס איז אנגעגאנגען מיט א שנעלקייט די לעצטע 10 טאג בס''ד.

הנהלת קהלתינו הק' האט צוגעשטעלט שוין אויף דעם שב’’ק א הערליכע הויכע און לעכטיגע היכל גדול ומפואר וואס וועט דינען אלס בית המדרש הגדול לשם ולתפארת צו קענען אקאמאדירן דעם בליענדע ציבור אין בני ברק בליעה''ר כן ירבו.

די הנהלה וועט אי''ה ווייטער משפץ זיין דעם בית המדרש פון אינעווייניג נאך שבת ביז די ימים טובים הבעל"ט.

ברכות צדיק כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א וועט אי"ה באגלייטן אז לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשו און די ארבייט זאל קענען פארענדיגט ווערן בס"ד לשם ולתפארת.

*הרחיבו מקום אהליך, ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ*

▫️ סאטמאר'ע נייעס ▫️
https://chat.whatsapp.com/IpFlOyC5SJ30eoFk1ggspC
פיילס
IMG-20230818-WA0100.jpg
IMG-20230818-WA0100.jpg (119.03 KiB) געזען געווארן 844 מאל
IMG-20230818-WA0000.jpg
IMG-20230818-WA0000.jpg (207.82 KiB) געזען געווארן 844 מאל
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
וואטסעפפ טעלעגראם

צו באקומען''בחצרות סאטמאר אימעילס'' דריקט דא

פאר ''קרית יואל היימשטאט'' דרוקט דא
אוועיטער
עדיטאריעל
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1499
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:46 am
x 5432

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך עדיטאריעל »

בנו הגדול פון האדמו"ר מבוהוש שליט"א באזוכט ביי מרן גאב"ד ירושלים
פיילס
_הגדול_של_כ__ק_האדמו__ר_מבהושו_1 (1).jpg
_הגדול_של_כ__ק_האדמו__ר_מבהושו_1 (1).jpg (161.37 KiB) געזען געווארן 832 מאל
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
אוועיטער
בצל התומר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:32 am
x 239

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך בצל התומר »

🌴בצל התומר🌴
סאטמאר מהר"יי

פרייטאג פרשת שופטים ב' דר"ח אלול
פארן דאווענען האט די רבי געלייגט תפילין פאר בן הרב יואל שפיטץ שליט"א פון ב"פ
די רבי איז אריינגעקומען צו שחרית ארום 8:40 בהיכל הבית מדרש און קעמפ און פארגעזאגט ברכות
בעל תפילה החתן דוד שמואל ב"ר מרדכי טענענבוים ני"ו
די רבי איז צוגעגאנגען צו הלל
ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן
פתיחה: הרב יואל שפיטץ שליט"א
כהן הבה"ח יעקב ב"ר אברהם כהנא שליט"א
לוי: הבה"ח יושע יוחנן ב"ר צבי ארי פלאמם ני"ו
שלישי: הבחור הבר מצוה יקתואל יודא ב"ר יואל שפיטץ ני"ו
רביעי: רבינו שליט"א
הגבה: מו"ה וואלף ראטה הי"ו
גלילה: הבה"ח יעקב מאיר ב"ר יודא הערש מאנדעל הי"ו

נאכן ליינען האט די רבי געלייגט תפילין דרבינו תם און בית מדרש
מוסף: הבה"ח יואל ישראל ב"ר יודא עפשטיין ני"ו
נאך מוסף האט די רבי געבלאזן שופר און געזאגט 10 קאפיטלעך תהילים כנהוג בחודש אלול
נאכן דאווענען איז אריין אל הקודש פנימה די בר מצוה בחור און רבינו שליט"א האט אנגעווינטשען ברכת קדשו

ארום 5 אזייגער נאכן מקוה האט רבינו שליט"א געמאכט די זיכו הפת פונעם עירוב די שליח איז געווען הבה"ח יעקב ב"ר אשר ישעי קליין ני"ו

שב"ק שופטים במחנה דברי יואל

ארום 8:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו מנחה בבית מדרש הגדול און קעמפ מעותף בטליתו און צוגעגאנגען צום עמוד

קבלת שבת און מערבית איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יששכר גוטמאן הי"ו ראש המשוררים בחצרות קדשינו
נאכן דאווענען זענען די תלמידים אדורך 'גיט שבת' זאגן און די געסט האבן שלום גענומען
דערנאך איז די רבי אריין בחדרו המיוחד און געזאגט דעם זוהר
נאך א קורצע הפסקה איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום טיש מעותף בטילותו בהיכל הגדול 'אוהל אלטע פיגא' אינאיינעם מיט די אריבער טויזענט תלמידי הישיבה און די רמ"י הישיבה
די רבי האט אנגעהויבן שלום עליכם
מיט אשת חיל איז נתכבד געווארן הבה"ח נטע בן הגה"צ אבד"ק ירושלים שליט"א נכד רבינו
הגבהת הכוס צו קידוש הרה"ח ר' שמואל טייטלבוים הי"ו משב"ק
נאך די פיש האט די רבי פארטיילט י"ב חלה פאר די משוררי הישיבה
מיט די זמירות האט די רבי מכבד געווען די משוררים
ביי די תורה האט די רבי זיך געשטעלט אויף די פוסקי הפרשה און ארימגערעדט אז ווען די אויבערשטער האט געגעבן ארץ ישראל האט עס פארמאגט די רוחניות'דיגן כח אוירה דא"י מחכים און די גשמיות'דיגן מתנות ארץ זבת חלב ודבש און דורכ'ן מינו הדיינים הכשרים איז נתעורר געווארן אז מען זאל אויסניצן די רוחניות'דיגן כוח כדבעי
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די זמירות די רבי האט געהייסן זינגען מה ידידות

מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געווען הגה"צ ר' נתן נפתלי הוראוויץ שליט"א אב"ד אור יחזקאל ור"מ בישיבה
אז ביום: הרב אליעזר זוסיא פארטוגאל שליט"א בן כ"כ אדמו"ר מ'סקולען מאנסי שליט"א די רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן אויפן פלאץ
מ'האט פארענדיגט די טיש ארום 2:30
דערנאך האט מען אהיים באגלייט דעם רבין לביתו נאוה קודש אויפן וועג אהיים האט די רבי איבערגעשמועסט די תורה.

יום שבת קודש

רבינו שליט"א איז אריין געקומען צו תפילת שחרית 9:50 אין פארגעזאגט ברכות
פסיקו דזמרה: החתן משה ב"ר יהוסף שווארטץ ני"ו
שחרית: רבינו שליט"א
ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן
פתיחה: האברך ר' יואל לעפקאוויטש הי"ו פון ב"פ
אלס בעל קורה האט געדינט הרה"ג ר' סנדר פרענקל ר"מ בישיבה
כהן: הרה"ח ר' בנציון שלמה פאללאק הי"ו משב"ק
לוי: הרה"ג ר' יהושע הערש פריעדמאן ר"מ בישיבה
שלישי: הרה"ג ר' שלום שטערן ר"מ בישיבה ומזכיר הבד"ץ דקהלתינו
רביעי: הרה"ג ר' משה אביעזר ווייס ר"מ בישיבה
חמישי: הרה"ג ר' ירוחם דייטש ר"מ בישיבה
שישי: רבינו שליט"א
הוספות: החתן אלעזר ב"ר אברהם יושע בינער-ק"י החתן שלום ב"ר יושע שטיינמעטץ-וומ"ס החתן יואל שמעון ב"ר בערל קויפמאן-וומ"ס החתן יודא לייב ב"ר יואל פישער
שביעי: הרה"ח ר' אהרן דוד רייך מנהל גשמי
אחרון: הרה"ח ר' אברהם שמואל ווייס פון וומ"ס
מפטיר: האברך ר' משה הלל קאהן פון וומ"ס
הגבה: האברך ר' מרדכי גראס פון וומ"ס
גלילה: הבה"ח שמעון ב"ר אלימלך וואגשהאל
די רבי האט יורד געווען לפני התיבה צו מוסף לקראת יומא דהילולא קדישא פון זקינו בעל ייטב לב זי"ע

פתיחה לאנעים זמירות: הבה"ח לוי יצחק ב"ר עזריאל פעקעטע

מ'האט פארענדיגט ארום 12:30
רבינו שליט"א איז אהיים לבית אכסניא
נאך א קורצע הפסקה איז די רבי אריינגעקומען צו די בייטאג טיש בחדר הגדול שע"י ביתו נאוה קודש און געפראוועט אינאיינעם מיט די בני המשפחה

שלש סעודת
רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צו מנחה 8:15
בעל תפילה איז געווען הרה"ג ר' ירוחם דייטש מנהל בישיבה
ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן
פתיחה: הבה"ח צבי אביגדור ב"ר עזריאל פעקעטע גבאי הישיבה
כהן: החתן שמעי לייב ב"ר יואל כהן ני"ו
לוי: החתן יונה ב"ר שמואל דוד אונגאר ני"ו
שלישי החתן יעקב אהרן ב"ר שמשון פישער ני"ו
הגבה: רבינו שליט"א
גלילה: החתן ישעי ב"ר הערשל קויפמאן ני"ו

דערנאך האט זיך די רבי געוואשן צו של"ס און פארגעזינגען די זמירות
אודה: הרה"ח ר' לייבל פריעדמאן הי"ו סגן ראה"ק ד'קהלתינו ב"פ
שיר המעלות: הרה"ח ר' וואלף לעפקאוויטש פון ק"י
ביי די תורה האט די רבי ארימגערעדט דברי הכנה והתעוררות לקראת די ימי הרחמים והרצון
ידיד נפש: הרה"ג ר' נחמן שטויבער מנהל בישיבה
רבינו שליט"א האט געבענטשט על הכוס
נאך א קורצע הפסקה איז די רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב און צוגעגאנגען צום עמוד לקראת הידה"ל קדישא פון זקינו בעל ייטב לב זי"ע

דערנאך האט דער רבי געמאכט הבדלה און געזאגט ויתן לך
עס האט געהאלטן די הבדלה הבה"ח מרדכי אהרן ב"ר יואל אייזדארפער
דערנאך איז די ציבור א דורך זאגן א גיטע וואך פאר א לענגערע צייט
מ'האט פארענדיגט 10:30 און אהיים באגלייט דעם רבין לביתו נאוה קודש

מוצאי שב"ק

ארום 12:15 איז רבינו שליט"א אנגעקומען און פילבאבס קאנטרי און שטוב פון העסקן ר' משה נתן בראווער הי"ו ווי עס פארגעקומען די מסיבה לטובת די כולל תו"י און וומ"ס עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט הרה"ג ר' משה ארי ליבערמאן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בניני יאקאבאוויטש ודומ"ץ המחנה
דערנאך האט די רבי משמיע געווען דברות קודש
דערנאך געטרינקען לחיים פארטיילט שריים און אנגעווינטשען ברכת קדשו פאר ר' משה נתן און די נדיבים בעם.
קטןודל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 438
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 8:48 am
x 737

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך קטןודל »

עדיטאריעל האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 12:15 pm בנו הגדול פון האדמו"ר מבוהוש שליט"א באזוכט ביי מרן גאב"ד ירושלים
לקראת די שמחת החתונה בבית בוהוש-תולדות אברהם יצחק
קטןודל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 438
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 8:48 am
x 737

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך קטןודל »

ווידעא - הגה"צ המשפיע רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ביים שמחת הפארשפיל בבית המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א נעכטן מוצ"ש

https://www.bechatzros.com/post/456789654098676
קטןודל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 438
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 8:48 am
x 737

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך קטןודל »

הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ביים שמחת הפארשפיל בבית הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א
פיילס
f50a57_23d1f547dd124bb1a67bf53da996d741-mv2.jpg
f50a57_23d1f547dd124bb1a67bf53da996d741-mv2.jpg (128.62 KiB) געזען געווארן 1291 מאל
שרייב פאוסט