בלאט 32 פון 35
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מאנטאג מאי 19, 2025 7:31 pm
דורך never say never
מאירוואלף האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 19, 2025 12:48 pm
וואשינגטאן פאוסט: די טראמפ טיעם האט געסטראשעט נתניהו צו פארלאזן מדנ"י, און אפשטעלן מיליטערישע און עקנאמישע שטיצע אויב מען פארענדיגט נישט דעם קריג אין עזה.
ווייסע הויז לייקענט עס.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מאנטאג מאי 19, 2025 9:50 pm
דורך פשוט און גראד
סענאט האט באשטעטיגט מיט 52-46 טשארלס קושנער, די טאטע פון דזשערעד אלץ אמעריקאנע אמבאסאדאר צו פראנקרייך
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מאנטאג מאי 19, 2025 10:30 pm
דורך הדסים
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 19, 2025 9:50 pm
סענאט האט באשטעטיגט מיט 52-46 טשארלס קושנער, די טאטע פון דזשערעד אלץ אמעריקאנע אמבאסאדאר צו פראנקרייך
יעדער אמבאסאדאר דארף ווערן עקסטער באשטעטיגט??
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מאנטאג מאי 19, 2025 10:39 pm
דורך פשוט און גראד
הדסים האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 19, 2025 10:30 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 19, 2025 9:50 pm
סענאט האט באשטעטיגט מיט 52-46 טשארלס קושנער, די טאטע פון דזשערעד אלץ אמעריקאנע אמבאסאדאר צו פראנקרייך
יעדער אמבאסאדאר דארף ווערן עקסטער באשטעטיגט??
קארעקט
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג מאי 20, 2025 9:49 am
דורך מאירוואלף
פרעזידענט טראמפ און פארטיידיגונגס סעקרעטאר פּיט העסגעט וועלן אויפטרעטן פאר די פרעסע אום 3 אזייגער מיטאג פון די אוועל אפיס.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג מאי 20, 2025 3:22 pm
דורך ווער
אילאן מאסק האט געמאלדן אז ער פלאנט צוריק צו טרעטן פון אויסגעבן גרעסערע געלטער פאר פאליטישע קאמפיינס
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג מאי 20, 2025 3:24 pm
דורך ווער
דער אמבעסאדאר פון די פאראייניגטע שטאטן קיין מדינת ישראל לייקנט די באריכטן אז די טראמפ אדמיניסטראציע וועט פארלאזן מדינת ישראל אויב שטעלט זי נישט אפ די קריג קעגן כאמאס אין עזה.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג מאי 20, 2025 10:33 pm
דורך שינאווער
מאירוואלף האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 20, 2025 9:49 am
פרעזידענט טראמפ און פארטיידיגונגס סעקרעטאר פּיט העסגעט וועלן אויפטרעטן פאר די פרעסע אום 3 אזייגער מיטאג פון די אוועל אפיס.
וואס האבן זיי גערעדט?
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג מאי 20, 2025 10:46 pm
דורך פשוט און גראד
שינאווער האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 20, 2025 10:33 pm
מאירוואלף האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 20, 2025 9:49 am
פרעזידענט טראמפ און פארטיידיגונגס סעקרעטאר פּיט העסגעט וועלן אויפטרעטן פאר די פרעסע אום 3 אזייגער מיטאג פון די אוועל אפיס.
וואס האבן זיי גערעדט?
גאלדען דאום סיסטעם
בעסיקלי, א פארטיידונג סיסטעם כמו מדינת ישראל - אין אלע סטעיטס.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מיטוואך מאי 21, 2025 7:05 am
דורך מאירוואלף
כינע'ס אויסערן מיניסטעריום האט געפאדערט פין די יונייטעד סטעיטס צו פארלאזן איר "גאלדן דאום" ראקעט פארטיידיגונג פראיעקט (וואס פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געמאלדן), — לויט ווי גלאבאלע טיימס באריכטעט.
בעידזשינג גלויבט אז די איניציאטיוו פירט צו א באדייטנדע פארברייטערונג פון די אמעריקאנער מיליטערישע מעגליכקייטן אין ספעיס, און טראגט א "קלארע אפענסיווע פאטענציאל," און פארלעצט דעם פרינציפ פון פרידליכער באנוץ פון ספעיס ווי עס איז אויסגעשריבן אין דעם ספעיס אפמאך.
לויט דער כינעזער זייט, פארגרעסערט דאס דעם ריזיקע פון ספעיס מיליטיריזאציע און וועט אנצינדן א נייע וואפן-געיעג.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מיטוואך מאי 21, 2025 7:22 am
דורך מאירוואלף
די יונייטעד סטעיטס וועט נישט אנטיילנעמען אין די G20 זיצונג אין דרום אפריקע צוליב שפאנונגען מיט די לאנד'ס אויטאריטעטן, לויט סענאטאר מארקא רוביא.
אזוי אויך האט רוביא געזאגט אז וואשינגטאן שליסט נישט אויס די מעגליכקייט אז סיריע'ס צייטווייליגע רעגירונג זאל צוזאמפאלן "אין די קומענדיגע וואכן" — א מציאות וואס קען אריינווארפן דאס לאנד אין א מאסשטאבליכן בירגער קריג.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מיטוואך מאי 21, 2025 10:21 am
דורך ווער
פארטיידיגונגס מיניסטער פיעט העגסעט האט געעפנט א ברייטע אויספארשונג אין די קאטאסטראפישע אמעריקאנער אויסציאונג פון אפגאניסטאן אין יאר 2021.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מיטוואך מאי 21, 2025 12:41 pm
דורך מאירוואלף
די פינפטע רונדע פון געשפרעכן צווישן איראן און די יונייטעד סטעיטס וועט פארקומען אין רוים פרייטאג, לויט דער מעלדונג פון אמאן'ס אויסערן מיניסטער.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מיטוואך מאי 21, 2025 12:46 pm
דורך מאירוואלף
ניו יארק טיימס: די יונייטעד סטעיטס האט אפיציעל אנגענומען דעם לוקסעריעזען דזשעט אלס א מתנה פון קאטאר וואס וועט ווערן די נייע עיר פארס וואן.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מיטוואך מאי 21, 2025 1:03 pm
דורך ווער
פרעזידענט טראמפ נעמט אויף סאוט אפריקע פרעזידענט אין ווייסן הויז
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מיטוואך מאי 21, 2025 5:14 pm
דורך הדסים
ווער האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 21, 2025 1:03 pm
פרעזידענט טראמפ נעמט אויף סאוט אפריקע פרעזידענט אין ווייסן הויז
געגאנגען ערנסטע קלעפ דארט, נאכנישט קלאר צו ס'איז ווייל ער איז געקומען אן א רעקל אדער ווייל ער האט פארגעסן צו זאגן טענק יו
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מיטוואך מאי 21, 2025 7:20 pm
דורך הדסים
הדסים האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 21, 2025 5:14 pm
ווער האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 21, 2025 1:03 pm
פרעזידענט טראמפ נעמט אויף סאוט אפריקע פרעזידענט אין ווייסן הויז
געגאנגען ערנסטע קלעפ דארט, נאכנישט קלאר צו ס'איז ווייל ער איז געקומען אן א רעקל אדער ווייל ער האט פארגעסן צו זאגן טענק יו
טראמפ האט אים אויסגעשייגעצט פאר די שחיטות וואס קומט פאר ביי אים אין לאנד און אים געוויזן אויסצוגן פון צייטונגען וואס באריכטן הריגות פון ווייסע און רעקארדירונגען פון פארלאמענט מיטגלידער וואס רופן פאר די טויט פון די ווייסע,
שטייעדיגע און פארעדיגע בילדער פון טראמפ מיט א געזיכט רויטער פון זיין האר צירקולירן אויף סאשעל מידיע.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מיטוואך מאי 21, 2025 8:05 pm
דורך בודקע
הדסים האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 21, 2025 7:20 pm
הדסים האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 21, 2025 5:14 pm
ווער האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 21, 2025 1:03 pm
פרעזידענט טראמפ נעמט אויף סאוט אפריקע פרעזידענט אין ווייסן הויז
געגאנגען ערנסטע קלעפ דארט, נאכנישט קלאר צו ס'איז ווייל ער איז געקומען אן א רעקל אדער ווייל ער האט פארגעסן צו זאגן טענק יו
טראמפ האט אים אויסגעשייגעצט פאר די שחיטות וואס קומט פאר ביי אים אין לאנד און אים געוויזן א צייטונג וואס רופט פאר די טויט פון די ווייסע,
שטייעדיגע און פארעדיגע בילדער פון טראמפ מיט א געזיכט רויטער פון זיין האר צירקולירן אויף סאשעל מידיע.
אפשר שיקסטו אריין טייל פון די שטייעדיגע און פארעדיגע בילדער?
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מיטוואך מאי 21, 2025 10:12 pm
דורך הדסים
בודקע האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 21, 2025 8:05 pm
הדסים האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 21, 2025 7:20 pm
הדסים האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 21, 2025 5:14 pm
געגאנגען ערנסטע קלעפ דארט, נאכנישט קלאר צו ס'איז ווייל ער איז געקומען אן א רעקל אדער ווייל ער האט פארגעסן צו זאגן טענק יו
טראמפ האט אים אויסגעשייגעצט פאר די שחיטות וואס קומט פאר ביי אים אין לאנד און אים געוויזן א צייטונג וואס רופט פאר די טויט פון די ווייסע,
שטייעדיגע און פארעדיגע בילדער פון טראמפ מיט א געזיכט רויטער פון זיין האר צירקולירן אויף סאשעל מידיע.
אפשר שיקסטו אריין טייל פון די שטייעדיגע און פארעדיגע בילדער?
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מיטוואך מאי 21, 2025 10:51 pm
דורך בודקע
הדסים האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 21, 2025 10:12 pm
בודקע האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 21, 2025 8:05 pm
הדסים האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 21, 2025 7:20 pm
טראמפ האט אים אויסגעשייגעצט פאר די שחיטות וואס קומט פאר ביי אים אין לאנד און אים געוויזן א צייטונג וואס רופט פאר די טויט פון די ווייסע,
שטייעדיגע און פארעדיגע בילדער פון טראמפ מיט א געזיכט רויטער פון זיין האר צירקולירן אויף סאשעל מידיע.
אפשר שיקסטו אריין טייל פון די שטייעדיגע און פארעדיגע בילדער?
נישט דא עפעס לענגער?
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 22, 2025 12:32 am
דורך מאירוואלף
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 22, 2025 6:58 am
דורך מאירוואלף
ניו יארק טיימס אויספארשונג: די ווידעא וואס טראמפ האט געוויזן אין אוועל אפיס פארן דרום אפריקאנער פרעזידענט סיריל ראמאפאסא, באהויפטענדיג אז דאס איז געווען א "קבורה ארט פאר טויזנט ווייסע פארמערס וואס זענען דערמארדעט געווארן אין דעם פעלקערמארד אין דרום אפריקע" - איז א פאלשע זאך וואס קומט פון עלאן מאסק'ס X אקאונט.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:17 am
דורך ווער
די טרעזשארי דיפארטמענט האט געמאלדן פאקטישע פלענער צו ענדיגן די באנוץ פון די פעני
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 22, 2025 1:55 pm
דורך ווער
פרעזידענט טראמפ'ס פארשטייער סטיוו וויטקאף גייט לויט באריכטן אפרייזן דעם פרייטאג קיין רוים פאר א פרישע רונדע געשפרעכן מיט איראן
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 22, 2025 2:41 pm
דורך ווער
מענטשען ארום דעם מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער שפירן אז נתניהו האט פארלוירן זיין איינפלוס ביים אמעריקאנער פרעזידענט