סאטמאר מאנסי 
ביקור קודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א בקרב קהילתינו ומוסדותינו הק' יום א' חקת
ארום 2:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען באולם עטרת טשארנא ווי עס איז פארגעקומען די מעמד החומש סעודה פאר די קרוב צו הונדערט ילדי כיתה א' דמוסדותינו הק' און זיך באגריסט מיט די חשוב'ע רבנים אויפן אויבנאן,
די קינדער האבן פארגעזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד,
דערנאך זענען אלע קינדער אריבער און דער רבי האט פארטיילט א תהילים פאר יעדעם באזונדער,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע קינדער און זייערע עלטערן,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברי ברכה פאר די קינדער און ארויסגעברענגט די חשיבות פון לערנען תורה מיט פיאות און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע קינדער און פאר זייערע עלטערן און זיידעס.
דערנאך איז דער רבי אריין אין א זייטיגע צימער ווי עס זענען געווען פארזאמלט די צוועלעפטע קלאס תלמידות בית רחל פון מוסדותינו הק',
דער רבי האט משמיע געווען דברי הדרכה פאר די תלמידות און ארויסגעברענגט אז יעצט ווען פארלאזט די בית רחל נאך אזויפיל יארן דארף מען האלטן פאר די אויגן וואס מען פארלאנגט פון א תלמידה בית רחל און בפרט אז דאס איז די ערשטע יאר פון די יארגאנג ביי מוסדותינו הק' און ווען מען באטראכט די פירות פון בית רחל באטראכט מען זיי, און דאס פארלאנגט פון יעדעם א געוואלדיגע אחריות צו מאכן א קידוש השם, און דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הדרכה וויאזוי א אידישע שטוב דארף ווערן געפירט און מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 3:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צום בנין הת"ת 'בנין גאלדשטיין' אויף מאנסי בלווד.
דער רבי איז אריין אין ביהמ"ד ווי די תלמידי המוסדות האבן עוסק געווען בתורה,
דער רבי איז א לענגערע צייט אריבער צווישן די קינדער און בחורים און זיך מפלפל געווען אין די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח.
דערנאך איז דער רבי אריין אין א זייטיגע כתה ווי די תלמידי המוסדות וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע געלטער לטובת מוסדותינו הק' זענען אריבער און דער רבי האט פארטיילט מטבעות פאר אלע תלמידים און א סידור פאר די וואס האבן אריינגעברענגט גאר גרויסע סכומים.
דערנאך איז דער רבי אריבער צו ישיבה קטנה סניף קנין תורה בהנהלת הר"ר אשר אנטשיל גריסגאט שליט"א,
ביים אנקומען האט זיך דער רבי צום ערשט אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביים נייעם בנין הישיבה וועלכע ווערט געבויט דערנעבן און געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו - חבר הנהלת הישיבה, איבער די פלענער פונעם בנין,
דערנאך איז דער רבי אריין בהיכל הישיבה און דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און ארומגעגאנגען צווישן די טישן מיט א שטארקע הנאה און אנגעוואונטשן פאר די הנהלת הישיבה.
פון דארט איז דער רבי אריבער צו ישיבה קטנה סניף דרכי תורה בהנהלת הר"ר שאול יחזקאל פערלשטיין שליט"א,
דער רבי איז אריין בהיכל הישיבה און זיך ארומגעדרייט צווישן די טישן און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח און אנגעוואונטשן פאר די הנהלת הישיבה.
דערנאך ארום 4:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צו בית מדרשינו ברך משה אין בשכונת ספרינג וואלי,
דער רבי איז צום ערשט ארום אינעם גאנצן בנין הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אין די חדרי התפילה, מקוה, און עזרת נשים,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן ר' יואל שמואל גאטליעב הי"ו - מגבאי הביהמ"ד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, פאר הרה"ג ר' אהרן איזראעל שליט"א - מו"ץ, און פארן גאנצן ציבור, ובמיוחד פאר הרה"ח ר' משה יצחק לאנדא הי"ו - נדבן ופטרון הביהמ"ד,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די שטארקע הנאה פון די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו ומוסדותינו הק' בכמות ובאיכות און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור ובפרט פאר הרה"ח ר' משה יצחק הי"ו וועלכע האט מנדב געווען און אהערגעשטעלט אזא שיינע ביהמ"ד, און געזאגט אז די עיקר שיינקייט פון א ביהמ"ד איז ווען עס איז פיל מיט לומדי תורה, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום בנין הביהמ"ד החדש 'לב אהרן' בשכונת וועסט מעיפל וועלכע האלט אין די טיפע בוי פאזעס,
דער רבי איז אריין אינעם בנין און זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט אין אלע שטאקן אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו - נדבן ופטרון הביהמ"ד, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
ארום 4:40 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
קרעדיט: מערכת בצל הקודש