שמואל פוקס האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 22, 2025 2:03 pm
איך וויל נישט אריינרעדן אין די נושא פון ארץ-ישראל, בפרט ווען עס קומט צו עניני השקפה, אבער וויסנדיג אז דא ליינען אסאך מענטשן פון לב-טהור, וויל איך שרייבן עטליכע ווערטער דערוועגן.
צווישן די מענטשן אין לב-טהור, פעלט פארשידענע ידיעות און פאקטן בענין ארץ-ישראל, און עס איז מעגליך אז טאמער וואלט מען געהאט דעם גאנצן בילד, וואלט מען אנדערש געטראכט.
א. אין רוחניות איז ארץ-ישראל אסאך העכער אין עבודת-השם, ביקוש האמת, לעבן העכער און ווייניגער גשמיות. אמעריקע איז אויך מלא יראים ושלימים, אבער דאס לעבן אין ארץ-ישראל איז אויף אסאך א העכערע לעוול אין רוחניות. איך גיי נישט אריין בעניני השקפה בענין מדינה הציונות וכו', וואס אויף דעם זאלן אנדערע קומען און שרייבן. אבער אין עבודת-השם און לעבן נאנטער צום אויבערשטן און א העכערע סארט לעבן, איז ארץ-ישראל אסאך שטערקער און טיפער. קענסט דארט טרעפן צענדליגע מניני שחרית, וואו דאס דאווענען נעמט צוויי-און-א-האלב שעה א וואכנדיגע טאג, אדער אפילו לענגער. אריינגייענדיג אהין וועסטו טרעפן א ציבור שטייען און דאווענען ביגיעה מיט קולות. גיי אויף מאה-שערים אליין און איבערצייגט אייך איבער. טויזנטע אידן זענען פארהאן, וואס זענען מקפיד אויף כשרות און עסן נישט קיין זאך וואס איז נישט געקאכט געווארן ביי זיך אין שטוב און זיי גייען נאך יעדע קלייניגקייט צו עס איז הונדערט פראצענט כשר. נישט אז אין אמעריקע איז דאס נישטא, אבער אין ארץ-ישראל איז דאס פיל מער בכמות און באיכות.
ב. א באזונדערע סעיף דארף מען שרייבן בעניני צניעות. איך האב שטארק געקלערט און שוקל געווען צי איך זאל שרייבן דעם דאזיגן סעיף, וויבאלד מאנכע וועלן האלטן אז מען זאל דאס נישט שרייבן. אבער איך וועל נישט באהאלטן פון אייך און אייך אויסזאגן דעם אמת (אויב עסקנים וועלן פארלאנגען אז איך זאל דאס אראפנעמען, וועל איך עס אראפנעמען): איך פארשטיי אז אסאך צווישן אייך האבן א גרויסן פראבלעם אינעם ענין פון לבוש הנשים, אדער אפילו מיטן לבוש האנשים. אין ארץ-ישראל איז דער פראבלעם פיל קלענער, וויבאלד עס איז פארהאן א פרומער לאגער פון מענטשן, וואס גייען גאר פרום אנגעטון, אויף אלע דרגות אין צניעות, אפילו אויפן דרגא פון לב-טהור אדער אפילו מער פון דעם. דארט וועט איר זיך נישט שפירן אזוי פרעמד מיטן לבוש, און אפילו ביי די לבוש פון די מענער, איז אויך פארהאן אלע סארט מענטשן, וועלכע גייען מיט אלע סארט קליידונג, עס איז נישט אזוי פרעמד. און ווידער אויב דארף מען יא מאכן געוויסע פשרות, דאן איז דאס אויך פיל גרינגער ווי אין אמעריקע, וויבאלד אייער קאפטן איז שטארק גאנבאר אין ירושלים און אין אנדערע פלעצער אין ארץ-ישראל, עס איז נישט אזוי פרעמד. איר וועט זיך שפירן דארט פיל באקוועמער דערמיט.
ג. אפילו בעניני ציונות. אין ארץ-ישראל לעבן טויזנטע ריינע קנאים, אזעלכע וואס זענען אויסגעטון פון ציונות און פארמאגן נישט קיין שום שייכות דערמיט. עס זענען פארהאן אידן וואס לאזן זיך שחט'ן דארט פארן אויבערשטן און זענען לוחם מלחמתה של תורה למען כבוד שמו יתברך. עס זענען פארהאן הונדערטע רבנים וועלכע געהערן צום קנאי'שן לאגער, ערליכע בעלי מסירת-נפש, מיט וועמען מען קען זיך דורכרעדן על כל צעד ושעל.
ד. בענין פרנסה, געלט, חיות דקדושה וכו': לעת עתה איז ארץ-ישראל די באקוועמסטע פלאץ צו גיין בענין פרנסה. קודם-כל, איז פארהאן דארט דערווייל ווייניג יוצאי לב-טהור, און דער עולם איז מוכן צו העלפן. דעריבער קען מען כאפן דארט דערווייל גענוג פונעם ציבור... והשנית, די מדינה של גהינום, שטייען נעבעך מיט א פולע קאסע געלט, מיליאנען וואס זיי האבן דעזיגנירט פאר יוצאי לב-טהור זיי צו העלפן. ס'איז א קידוש השם צו זען, ווי אזוי די ציונים חלומ'ען אז זיי זענען די אפטורופסים פון כלל-ישראל, און לב-טהור איז זייער פראבלעם. זיי שטייען גרייט מיט גאלדענע טאצן און ווילן העלפן די מענטשן, אבער לב-טהור גיבט זיי א שטויס אין פנים, זאגנדיג קלאר, "מיר דארפן נישט אייער געלט, איר קענט זיך האלטן דערמיט..." - עס איז נאך אזא קידוש השם נישט געווען. אינטערעסאנט אז מען רעדט ווייניג דערפון, דאס וואלט געדארפט אויסגעשפילט ווערן אין די גאנצע מידיע.
ה. עס איז פארהאן א טעות אין לב-טהור, מיינענדיג אז די ציונים ווילן אפ'שמד'ן לב-טהור פאר יעדן פרייז. ס'איז שוין לאנג נישט די צייטן. זאכן האבן זיך גערוקט אין די וועלט, זיי קוקן זיך שוין אן א צעוויליזירטע מדינה און פארמאגן זייערע דאגות. עס גייט זיי בכלל נישט אן אז א צובראכענע לב-טהור אידל בלייבט ערליך און פרום. פונקט ווי זיי פארשטייען אז מען קען נישט טוישן דעם מאה-שערים'דיגע איד, און אז ער וועט שוין בלייבן שטענדיג אן ערליכער איד, פונקט אזוי פארשטייען זיי אז זיי גייען נישט טוישן א לב-טהור, אים צו מאכן א ציוני. דאס וואס איז געשען מיט ישראל מאיר, איז דאס געווען קודם כל, ווייל ישראל מאיר אליין האט עס געוואלט, און נאך זייענדיג אין לב-טהור האט ער שוין געוואלט ווערן פריי, כידוע ליודעים, און עס איז נישט געווען קיין סוד אין לב-טהור. ועוד, דארט האט די משפחה אים אריינגענומען און אים געוואלט זען פריי, ס'איז אינגאנצן נישט גלייך צו א געווענליכע פאל.
ו. נאך א וויכטיגע טעות וואס מען מיינט אין לב-טהור: מען שמועסט אלעמאל אז די ציונים האבן א גרויסן פראבלעם מיט לב-טהור, און זיי זענען די וואס שטייען אונטער די רדיפות אויף לב-טהור, אנגעהויבן פון פרשת שי פימא, גייענדיג ווייטער צו קאנאדע, שפעטער אין גואטאמאלא אלע רדיפות ביז אהער צו פרשת הריש-סידרא וכו' וכו'. יעדע העליקאפטער און פליגער וואס פארט דארט דורך, שטייען אלע קינדער אינדרויסן און שפעקולירן אז די ציונים זענען געקומען שפיאנרן אויף זיי.
די סברה וואס מען זאגט איז, וויבאלד עס איז נאכנישט געווען אזא זאך בתולדות המדינה, אז א מענטש וואס איז געקומען פון אינדערווייניג, וואס איז געווען פריי און געהערט צו א ציוניסטישע משפחה, זאל זיך אויפהייבן און מיטשלעפן מיט זיך א גאנצע מחנה ציונים און זיי איבערמאכן אויף פארברענטע קנאים. אפילו מרן הרה"ק מסאטמאר זיע"א, האט פארמאגט זיין השפעה בלויז אויף זיין קרייז אונגארישע חסידי'שע אידן, אבער פון דארט ביזן איבערקערן פארברענטע ציונים אויף פארברענטע קנאים, איז געווען איינער און בלויז איינער וואס האט דאס געטון, דער רבי זיע"א. און דאס איז א זאך וואס ברענט זיי און רעגט זיי אויף, אז זיי קענען נישט צו זיך קומען דערפון. און דערפאר ווילן זיי אונטערברענגען לב-טהור פאר יעדן פרייז אין די וועלט. די ציונים וועלן טון וואס אימער זיי קענען נאר, בלויז אז לב-טהור זאל נישט עקזיסטירן. זיי שטייען ווי א דארן אין אויג פאר די ציונים.
דאס איז די השקפה אין לב-טהור.
אבער איר לעבט אין גאר אנדערע צייטן, עס איז ווייט נישט אזוי די מציאות היינטיגע טעג צווישן די ציונים, זיי זענען שוין היינט אינגאנצן נישט אזא אידיאליסטישע גרופע ווי איר קוקט זיי אן. איך האב מורא אז איר זענט גרעסערע ציונים ווי זיי אליין זענען... זיי גלויבן שוין היינט נישט אזוי ווייט דערין, ווי זיי קוקן זיך אן אלס א לאנד, א פירערשאפט. די נושא איז נישט אזוי ווייט די אידיאלאגיע ווי דער "ככל הגוים בית ישראל" רח"ל.
דער מציאות איז, אז די ציונים האבן זיך קיינמאל נישט צוקראצט אויף לב-טהור, עס איז זיי נישט אנגעגאנגען קיין כי הוא זה, וואס די גרופע פאנאטישע אידעלעך טוען דארט אין גואטאמאלא, אדער אפילו אין קאנאדע. פרעגט נאר אורית כהן, וויפיל זי האט געדארפט שפייען בלוט, ביז איינער אין די מדינה האט איר בכלל אויסגעהערט. איך האב גערעדט מיט עסקנים וואס פראבירן יעצט צו העלפן די פאר יוצאי לב-טהור אין ארץ-ישראל. איך רעד פון אזעלכע מענטשן וואס האבן א ווארט אין די מדינה, חברי כנסת און הויכע בעאמטע. לכתחילה איז קיינעם דארט נישט אנגעגאנגען וואס ער טוט זיך אפ, קיינער איז נישט געווען אינטערעסירט אריינצולייגן א פינגער אין קאלט וואסער, נישט אויף אויפצולעזן לב-טהור און נישט אויף צו העלפן די פאר אידעלעך וואס זענען יא אהין אנגעקומען במשך די יארן פון לב-טהור. קיינער האט קיין בלינק מיט די אויגן נישט געגעבן דערויף. מען האט געדארפט אסאך האקן און בראקן, ביז עטליכע הויכע בעאמטע אין די מדינה האבן געעפנט זייערע פארשלאפענע אויגן, און אנגעהויבן טון עפעס דערוועגן.
בקיצור, קיינער אין מדינת ישראל קוקט אייך נישט נאך, און קיינער איז נישט אינטערעסירט אין אייער שלעכטס.
ח. די צופרידנהייט ראטע פון די יוצאים אין ארץ-שראל:
לעת עתה זענען פארהאן דריי וואס זענען אנגעקומען קיין ארץ-ישראל. 1. א גרויסע משפחה. 2. א זעכצן יעריגער יונגערמאן. 3. א יונגערמאן פון 18-20 יאר בערך.
1. ער האט באקומען אסאך הילף, טעכניש איז ער מסודר מיט זיינע קינדער אין מוסדות התורה וכו' וכו'. למעשה איז ער נישט צופרידן דארט. מען קען אבער נישט בויען קיין ראיה דערפון, וויבאלד די סברה זאגט שטארק אז ער וואלט נישט געווען צופרידן אין אמעריקע אויך נישט. מען קען דעריבער נישט צופיל בויען.
2. א יונגערמאן פון זעכצן יאר, וואס זיין שטוב און קינד איז פארליבן אין ניו-יארק. ער כשלעצמו איז גאר שטארק צופרידן אין ארץ-ישראל, און ער שעפט דארט חיות יעדן טאג, זייענדיג עוסק בתורה ובעבודה. ער פארמאגט א טעכנישע פראבלעם בנוגע זיין וויזע און זיין שטוב וואס געפינט זיך אין די מרחקים. עסקנים ארבעטן ביטער שווער דאס צו מסדר זיין, אבער דאס זאגט גארנישט אויף זיין קלארע צופרידנהייט אין ארץ-ישראל. אדרבה, ער איז גאר שטארק צופרידן דארט.
3. איז לעצטנס אנגעקומען אהין, צוליב פארשידענע טעכנישע סיבות, און דערווייל איז ער גאר שטארק צופרידן דארט.
לעניננו:
פיל מענטשן אין לב-טהור, פארמאגן א פתח הצלה דורך ארץ-ישראל. באמת גערעדט איז דאס פיל נאנטער אין השקפה און אין קולטור צו לב-טהור, ווי דער אמעריקאנער קולטור. עס וואלט געווען זייער ראטזאם פאר מענטשן אהינצוגיין און אנהויבן בויען דאס לעבן דארט. עס איז זיכער כדאי זיך צו געבן א טראכט איבער און קלערן דערפון.
נ.ב. איך ארבעט נישט פאר די סוכנות און איך באקום נישט קיין געלט פון זיי... וד"ל.