בלאט 31 פון 32

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 27, 2024 5:28 pm
דורך ווער
רוסלאנד ווארענט אז די לאנד איז גרייט אוועק צו שטעלן מיסעלס אין אזיע אין פאל אמעריקא טוט אהין ברענגן מיסל סיסטעמס

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2024 1:58 am
דורך ניקל
די סירישע רעבעלן האבן געעפנט א אפענסיווע אויף די אומשטעט פון אלעפא קעגן די אסאד טרופן.
זיי האבן פארכאפט איין מיליטערישע באזע און אראפגעשאסן א העליקאפטער.

דאס איז די גרעסטע אויף פלאקערונג אין די לעצטע פיר יאר אין די ארטיגע ציווילע קריג.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2024 1:15 pm
דורך ווער
אויסטראליע'ס פארלאמענט האט באשטעטיגט א סאושל מידיא פארבאט קעגן קינדער אונטער 16 יאר אלט.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 30, 2024 6:44 pm
דורך פליט
ניקל האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2024 1:58 am די סירישע רעבעלן האבן געעפנט א אפענסיווע אויף די אומשטעט פון אלעפא קעגן די אסאד טרופן.
זיי האבן פארכאפט איין מיליטערישע באזע און אראפגעשאסן א העליקאפטער.

דאס איז די גרעסטע אויף פלאקערונג אין די לעצטע פיר יאר אין די ארטיגע ציווילע קריג.
כ'מיין מ'קען עפענען אן עקסטערן טעמע.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 11:59 am
דורך פופציגער
וואס גייט פאר אין דרום קארעא?

איך כאפ נישט וואס טוט זיך דארט.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 12:21 pm
דורך אויך מיר א מבין
דער פרעזידענט פון דרום קארעא האט מורא געהאט אז די אפעזיציע פון די רעגירונג וועט דורכפירן א פוטש אויף אים, ממילא האט ער גערופן דאס לאנד צו נישט שטיצן די געזעצגעבער וואס ווילן פירן דאס לאנד צוזאמען מיט די קאמעניסטישע צפון קארעא און באשולדיגט די אפעזיציע מיט די שריט וואס ער ’מוז’ נעמען. און דער פרעזידענט האט גערופן די מארשאל לאו, אז די מיליטער זאל אכטונג געבן אויף די גאסן וואוסענדיג וואס עס קומט.
אזאנס האט שוין נישט פאסירט אין לאנד זינט 1979 למס’, אז דער פרעזידענט זאל גיין קעגן געזעץ. און דער פאלק וויל למעשה א אנדערע סארט פירערשאפט, האט זיך אנגעהויבן ריזיגע פראטעסטן אויף די דרום קארעא גאסן. און די געזעצגעבער האבן געוואלט אריינקומען אין פארלאמענט דורכפירן א געזעץ, האבן די פאליציי זיי פארשיקט פון דארט. און פארנט פון די פארלעמענט האבן זיך פארזאמלט טויזענטער פראטעסטירער צו צייגן שטיצע פאר די אפעזיציע.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 12:29 pm
דורך קליין געלט
אויך מיר א מבין האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 12:21 pm דער פרעזידענט פון דרום קארעא האט מורא געהאט אז די אפעזיציע פון די רעגירונג וועט דורכפירן א פוטש אויף אים, ממילא האט ער גערופן דאס לאנד צו נישט שטיצן די געזעצגעבער וואס ווילן פירן דאס לאנד צוזאמען מיט די קאמעניסטישע צפון קארעא און באשולדיגט די אפעזיציע מיט די שריט וואס ער ’מוז’ נעמען. און דער פרעזידענט האט גערופן די מארשאל לאו, אז די מיליטער זאל אכטונג געבן אויף די גאסן וואוסענדיג וואס עס קומט.
אזאנס האט שוין נישט פאסירט אין לאנד זינט 1979 למס’, אז דער פרעזידענט זאל גיין קעגן געזעץ. און דער פאלק וויל למעשה א אנדערע סארט פירערשאפט, האט זיך אנגעהויבן ריזיגע פראטעסטן אויף די דרום קארעא גאסן. און די געזעצגעבער האבן געוואלט אריינקומען אין פארלאמענט דורכפירן א געזעץ, האבן די פאליציי זיי פארשיקט פון דארט. און פארנט פון די פארלעמענט האבן זיך פארזאמלט טויזענטער פראטעסטירער צו צייגן שטיצע פאר די אפעזיציע.
איינער מיט מער פרטים?

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 12:45 pm
דורך מסתמא
ער האט געמאכט מארשאל לאו אינמיטן די נאכט און געפלאנט צו ארעסטירן די אפזיציע און אפשטעלן די פארלאמענט סעסיעס. מיט ניסים זענען זיי זיך שנעל צאמגעקומען און געוואוט 190 קעגן 0 אפצושטעלן די מארשאל לאו. ווען עס גייט ווען אריבער אפילו עטליכע מינוטן איז שוין האלב פארלאמענט ארעסטירט און די מארשאל לאו בלייבט לעולם דוד און סאיז אויס מיט די פרייע קארעא... סאיז געווען דא ניסים לויט מיין פארשטאנד.

דער פרעזידענט איז א רעכטער און די פארלאמענט מאיאריטעט איז לינק.

יעצט וויל די מאיאריטעט פירער אים מאכן אויס פרעזידענט פאר זיינע שריט. די מיליטער און פאליציי זענען זיך צוגאנגען אבער עס הויערן מיליטערישע העליקאפטער העכער די פארלאמענט.

סאיז נאכנישט אווער די דראמא

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 3:52 pm
דורך ווער
דרום קארעא'ס פרעזידענט יון סאָק יעאָל האט צוריק געדרייט פון די 'אויסנאמס צושטאנד' דעקלעראציע וואס ער האט איינגעשטעלט

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 4:26 pm
דורך שאינו יודע לשאול
פראטעסטירער שלאגן זיך מיט די מיליטער, בלאקירנדיג א טרעקל.
3c390b33-8152-43a8-bdee-9b31e99d.jpg
3c390b33-8152-43a8-bdee-9b31e99d.jpg (88.32 KiB) געזען געווארן 665 מאל

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 04, 2024 10:58 am
דורך שאינו יודע לשאול
געזעצגעבער אין דרום קארעא האבן אנגעהויבן אימפיטשמענט פראצעדורן קעגן דער ארטיגער פרעזידענט נאכפאלגנדיג זיין מארשאל לאו דעקלעראציע נעכטן וואס האט געפירט צו כאאטישע פראטעסטן און צוזאמשטויסן מיט די מיליטער.
AA1vcIgj.img.jpg
AA1vcIgj.img.jpg (179.09 KiB) געזען געווארן 613 מאל

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 04, 2024 11:30 am
דורך נקודות טובות
מסתמא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 12:45 pm ער האט געמאכט מארשאל לאו אינמיטן די נאכט און געפלאנט צו ארעסטירן די אפזיציע און אפשטעלן די פארלאמענט סעסיעס. מיט ניסים זענען זיי זיך שנעל צאמגעקומען און געוואוט 190 קעגן 0 אפצושטעלן די מארשאל לאו. ווען עס גייט ווען אריבער אפילו עטליכע מינוטן איז שוין האלב פארלאמענט ארעסטירט און די מארשאל לאו בלייבט לעולם דוד און סאיז אויס מיט די פרייע קארעא... סאיז געווען דא ניסים לויט מיין פארשטאנד.

דער פרעזידענט איז א רעכטער און די פארלאמענט מאיאריטעט איז לינק.

יעצט וויל די מאיאריטעט פירער אים מאכן אויס פרעזידענט פאר זיינע שריט. די מיליטער און פאליציי זענען זיך צוגאנגען אבער עס הויערן מיליטערישע העליקאפטער העכער די פארלאמענט.

סאיז נאכנישט אווער די דראמא
ממש אזוי? זיין פלאן איז געווען צו פארכאפן דאס לאנד ביז זיין טויט? ווי אזוי ארבעט מארשעל לאו, דאס עקספייערט נישט? יעדע פרעזידענט קען ווערן א דיקטאטור יעדע מינוט? נו פארוואס האט דאס ביידן (נאך) נישט געטוהן? ער קען פארארדענען מארשעל לאו און העריס בלייבט פרעזידענט די נעקסטע פופציג יאר.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2024 2:26 am
דורך קליין געלט
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 04, 2024 11:30 am
מסתמא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 12:45 pm ער האט געמאכט מארשאל לאו אינמיטן די נאכט און געפלאנט צו ארעסטירן די אפזיציע און אפשטעלן די פארלאמענט סעסיעס. מיט ניסים זענען זיי זיך שנעל צאמגעקומען און געוואוט 190 קעגן 0 אפצושטעלן די מארשאל לאו. ווען עס גייט ווען אריבער אפילו עטליכע מינוטן איז שוין האלב פארלאמענט ארעסטירט און די מארשאל לאו בלייבט לעולם דוד און סאיז אויס מיט די פרייע קארעא... סאיז געווען דא ניסים לויט מיין פארשטאנד.

דער פרעזידענט איז א רעכטער און די פארלאמענט מאיאריטעט איז לינק.

יעצט וויל די מאיאריטעט פירער אים מאכן אויס פרעזידענט פאר זיינע שריט. די מיליטער און פאליציי זענען זיך צוגאנגען אבער עס הויערן מיליטערישע העליקאפטער העכער די פארלאמענט.

סאיז נאכנישט אווער די דראמא
ממש אזוי? זיין פלאן איז געווען צו פארכאפן דאס לאנד ביז זיין טויט? ווי אזוי ארבעט מארשעל לאו, דאס עקספייערט נישט? יעדע פרעזידענט קען ווערן א דיקטאטור יעדע ליאדע מינוט? נו פארוואס האט דאס ביידן (נאך) נישט געטוהן? ער קען פארארדענען מארשעל לאו און העריס בלייבט פרעזידענט די נעקסטע פופציג יאר.
גראדע, האלט איך אז טראמפ וועט עס טון ווען עס וועט קומען די סוף פון זיין טערמין אין 2028, ער וועט נישט אזוי שנעל אויפגעבען אויף זיין ווייסע האזקע (איים סארי, גארנישט געזאגט).
תכלית, וואס איז געווען די פלאן פונם דרום פירער?!

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2024 2:26 pm
דורך א טויב
קליין געלט האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2024 2:26 am
► Show Spoiler
גראדע, האלט איך אז טראמפ וועט עס טון ווען עס וועט קומען די סוף פון זיין טערמין אין 2028, ער וועט נישט אזוי שנעל אויפגעבען אויף זיין ווייסע האזקע (איים סארי, גארנישט געזאגט).
תכלית, וואס איז געווען די פלאן פונם דרום פירער?!
אינטערעסאנט פארוואס ער האט עס נישט געניצט 2020 ווען מען האט עם עס גע'גנב'ט לשטתו?! (איים סארי, גארנישט געזאגט).
תכלית, וואס איז געווען די פלאן פונם דרום פירער?!

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2024 3:43 pm
דורך ווער
סירישע רעבעלן האבן אפגעהאלטן א פרישע באדייטענדע זיג, ווען זיי האבן ארויס געשטויסן פרא-רעגירונג קרעפטן פון די שטאט חאַמאַ

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 06, 2024 12:20 am
דורך שאינו יודע לשאול
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 04, 2024 10:58 am געזעצגעבער אין דרום קארעא האבן אנגעהויבן אימפיטשמענט פראצעדורן קעגן דער ארטיגער פרעזידענט נאכפאלגנדיג זיין מארשאל לאו דעקלעראציע נעכטן וואס האט געפירט צו כאאטישע פראטעסטן און צוזאמשטויסן מיט די מיליטער.AA1vcIgj.img.jpg
די פירנדע פארטיי אין לאנד האט געמאלדן זייער שטיצע צו אימפיטשן דער פרעזידענט פון זייער אייגענע פארטיי.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 06, 2024 4:02 am
דורך קליין געלט
עס איז דא פארדאכטן, איבער א מעגליכע צווייטער מארשאל-לאו ארדער אין דרום קארעא, טאקע בלויז פארדאכטן, דערווייל אבער נויטיגע מאסנאמען זענען גענומען געווארן.

דעמאקראטישע פארטיי זאגט אז אלע אירע מיטגלידער זענען אנגעזאגט געווארן דערוועגן. זיי וועלן אפהאלטן אן עמוירדזשענסי זיצונג גלייך אינדערפרי

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 10:26 am
דורך פעיק ניוז
אין א פרישן פראסק פאר די טרודאו ליבעראלן, האט די פארטיי נעכטן פארלוירן א זיץ אין פארלאמענט אין דעם בריטיש-קאלאמביע פראווינץ, וואס טוט אפצייכענען די ליבעראלן'ס דריטע פארלוסט צו די קאנסערוואטיוון דעם יאר.

דאס קומט אין א צייט ווען די דרוק אויף טרודאו צו רעזיגנירן פון אמט און פאררופן אן עלעקשאן, איז שטארקע געוואקסן נעכטן נאך וואס זיין דעפיוטי פריים מיניסטער פרוי פרילענד האט רעזיגנירט פון זיין קאבינעט צוליב מיינונגס פארשידנהייטן מיט'ן פריים מיניסטער איבער די טראמפ טאריפס און די רעגירונג בודזשעט.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 06, 2025 10:27 am
דורך ווער
קאנאדער פרעמיער מיניסטער טרודא וועט רעזיגנירן אלץ פירער פון די אמטירנדער ליבעראלע פארטיי און וועט בלייבן מיטן פרעמיער מיניסטער פאזיציע ביז א נייע פרעמיער ווערט ערוועלט.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 06, 2025 2:17 pm
דורך פעיק ניוז
ווער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 06, 2025 10:27 am קאנאדער פרעמיער מיניסטער טרודא וועט רעזיגנירן אלץ פירער פון די אמטירנדער ליבעראלע פארטיי און וועט בלייבן מיטן פרעמיער מיניסטער פאזיציע ביז א נייע פרעמיער ווערט ערוועלט.
ער וועט רעזיגנירן אלס פירער פון דער פארטיי נאך וואס א נייער פארטיי פירער ווערט אויפגענומען. ער קען נישט זיין פריים מיניסטער אויב איז ער נישט דער פירער פון די פארטיי אין פאוער.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 06, 2025 2:47 pm
דורך שינאווער
פעיק ניוז האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 06, 2025 2:17 pm
ווער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 06, 2025 10:27 am קאנאדער פרעמיער מיניסטער טרודא וועט רעזיגנירן אלץ פירער פון די אמטירנדער ליבעראלע פארטיי און וועט בלייבן מיטן פרעמיער מיניסטער פאזיציע ביז א נייע פרעמיער ווערט ערוועלט.
ער וועט רעזיגנירן אלס פירער פון דער פארטיי נאך וואס א נייער פארטיי פירער ווערט אויפגענומען. ער קען נישט זיין פריים מיניסטער אויב איז ער נישט דער פירער פון די פארטיי אין פאוער.
און אין דער זעלבע צייט... טראמפ געבט נישט אויף.
unnamed (26).jpg
unnamed (26).jpg (42.64 KiB) געזען געווארן 222 מאל

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 06, 2025 3:33 pm
דורך פעיק ניוז
שינאווער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 06, 2025 2:47 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 06, 2025 2:17 pm
ווער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 06, 2025 10:27 am קאנאדער פרעמיער מיניסטער טרודא וועט רעזיגנירן אלץ פירער פון די אמטירנדער ליבעראלע פארטיי און וועט בלייבן מיטן פרעמיער מיניסטער פאזיציע ביז א נייע פרעמיער ווערט ערוועלט.
ער וועט רעזיגנירן אלס פירער פון דער פארטיי נאך וואס א נייער פארטיי פירער ווערט אויפגענומען. ער קען נישט זיין פריים מיניסטער אויב איז ער נישט דער פירער פון די פארטיי אין פאוער.
און אין דער זעלבע צייט... טראמפ געבט נישט אויף.

unnamed (26).jpg
זיך פארגעשטעלט אז עפעס אזאנס וועט קומען.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 07, 2025 1:17 am
דורך ניקל
53 מענטשן זענען טויט אין נעפאל נאך א מאסיווע 7.1 ערדציטערניש געשאצט אויפן ריכטערס וואג.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 07, 2025 12:33 pm
דורך ניקל
ניקל האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 07, 2025 1:17 am 53 מענטשן זענען טויט אין נעפאל נאך א מאסיווע 7.1 ערדציטערניש געשאצט אויפן ריכטערס וואג.
צאל טויטע אין די שרעקליכע ערדציטערניש איז ארויף צו 150

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 08, 2025 10:26 am
דורך ניקל
צפון קארעע האט ארויסגעשטעלט א ווידיאו פון א נייע באליסטישע מיסיל טעסט