בלאט 31 פון 35

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: זונטאג פעברואר 02, 2025 12:50 am
דורך אנדערער
► Show Spoiler
חדשים וואס איך ליין נישט די טעמע ווייל איך וויל נישט סקיפן דעי פאוסט

דו זאגסט שטארקע @נקודות טובות אבער איין נקודה האסטו פארפאסט. ווען איינער ברענגט אריין קאלטקייט צו אידישקייט דארף מען אים אפשטעלן. אפילו אויב ער נוצט היתרדיגע אופנים. די נידריגע וועג פון מוזיק שעדיגט אידישקייט

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: זונטאג פעברואר 02, 2025 5:30 am
דורך העכסטער
פארוואס איז נישט דא צענזור אויף דעם ?
viewtopic.php?p=149486#p149486

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: זונטאג פעברואר 02, 2025 1:10 pm
דורך הכל ריוח
העכסטער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 02, 2025 5:30 am פארוואס איז נישט דא צענזור אויף דעם ?
viewtopic.php?p=149486#p149486
פליז!
איין צוויי מעסעדזעס מיט דיין הערה איז גענוג, פארוואס איבערדרייען?

Re: שאלות צו די הנהלה

געפאוסט: זונטאג פעברואר 02, 2025 3:03 pm
דורך שינאווער
פארוואס האט מען געמעקט אינעם לב טהור טעמע?

זאל זיך דער יעניגער מסביר זיין און לאמיר זעהן אויב עס איז געווען א גערעכטע אויסברוך,
זאגט מיר אויב איך בין גערעכט ביטע.

Re: שאלות צו די הנהלה

געפאוסט: זונטאג פעברואר 02, 2025 3:05 pm
דורך פעיק ניוז
שינאווער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 02, 2025 3:03 pm פארוואס האט מען געמעקט אינעם לב טהור טעמע?

פארוואס זאל מען טאלערירן קינדישע בולי שפראך? אויב איינער וויל עפעס זאגן איז דא א שפראך וויאזוי מען רעדט צווישן מענטשן. אידטיש איז לכתחילה געבויעט געווארן פאר אזאנע וואס ווייסן לכתחילה וויאזוי מען רעדט און נישט וואס מען דארף צואווייזן אויף טריט און שריט די בעיסיקס פון מענטשליכע דיאלאג.

פעיק ניוז האט געשריבן: זונטאג פעברואר 02, 2025 3:05 pm
שינאווער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 02, 2025 3:03 pm פארוואס האט מען געמעקט אינעם לב טהור טעמע?

זאל זיך דער יעניגער מסביר זיין און לאמיר זעהן אויב עס איז געווען א גערעכטע אויסברוך,
זאגט מיר אויב איך בין גערעכט ביטע.
פארוואס זאל מען טאלערירן קינדישע בולי שפראך? אויב איינער וויל עפעס זאגן איז דא א שפראך וויאזוי מען רעדט צווישן מענטשן. אידטיש איז לכתחילה געבויעט געווארן פאר אזאנע וואס ווייסן לכתחילה וויאזוי מען רעדט און נישט וואס מען דארף צואווייזן אויף טריט און שריט די בעיסיקס פון מענטשליכע דיאלאג.
#איך בין נישט קיין מנהל

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: זונטאג פעברואר 02, 2025 3:31 pm
דורך העכסטער
כהאב נישט געוויסט דעס הייסט שוין איבערדרייען

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 12:19 pm
דורך נקודות טובות
אנדערער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 02, 2025 12:50 am
► Show Spoiler
חדשים וואס איך ליין נישט די טעמע ווייל איך וויל נישט סקיפן דעי פאוסט

דו זאגסט שטארקע @נקודות טובות אבער איין נקודה האסטו פארפאסט. ווען איינער ברענגט אריין קאלטקייט צו אידישקייט דארף מען אים אפשטעלן. אפילו אויב ער נוצט היתרדיגע אופנים. די נידריגע וועג פון מוזיק שעדיגט אידישקייט
איך האב נישט קיין נערווען איבעצוליינען מיינע אלטע פאוסטס, סא וועסטו מיר מוחל זיין אז איך קען נישט געהעריג ראגירן צו וואס דו שרייבסט. אבער דאס איז זיכער אז איינער וואס ברענגט אריין א קאלטקייט אין אידישקייט דארף ווערן אפגעשטעלט. די שאלה איז נאר וואו, ווי אזוי, דורך וועם, וכו' וכו' וכו'.

אין יעדן פאל איז מיר א גוטע געפיל אז דו האלטסט דיך אפ פון ליינען דא נאר כדי נישט צו פארפאסן מיין פאוסט. ס'איז מיר באמת א חשובות, און איך נעם דאס אלץ א שטארקע קאמפלימענט! שכח! ובפרט אז דאס מאל האסטו מיר געגעבן א לייק אפילו ווען דו ביסט אפשר נישט איינשטימיג מיט יעדעס ווארט...

Re: שאלות צו די הנהלה

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 12:30 pm
דורך נקודות טובות
העכסטער האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 31, 2025 3:23 pm פארוואס לאזט מען דא צו ווערטער פון שבח אויף די צה׳׳׳ל
viewtopic.php?p=149349#p149349
איך מעג דיר עפעס זאגן? ביסט היבש אינטערעסאנט.

@פעינטיג האט געפאוסט א בילד פונעם געשריבענעם בלעטעל, האט @העכסטער געשפירט פאר וויכטיג צו דערמאנען אז די לעצטע שורה פעלט. אויף דעם איז @שינאווער געווארן זייער נייגעריג צו וויסן פון וואס מען רעדט, האט @גרינגראז ברוב רחמיו וחסדיו צוגעברענגט די גאנצע צעטל אין ספוילער. איינער האט דיר געהייסן דערמאנען אז עס פעלט א שורה? אז דו דערמאנסט עס ווערט דער עולם נייגעריג, ומה יעשה הבן שלא יחטא? און דו ביסט גאר דער וואס שרייט?

#מדרש פליאה

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: זונטאג פעברואר 16, 2025 11:53 am
דורך ווערווייס
בינעך נייגעריג וואס כ'האב געשריבן ראונג אין מיין תגובה פון ב"ג ווי ס'איז דא א שמועס איבער די וויזניצע ישוב, אז מ'האט דאס פלעין פארמעקט

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: זונטאג פעברואר 16, 2025 2:08 pm
דורך אסמכתא בעלמא
ווערווייס האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 11:53 am בינעך נייגעריג וואס כ'האב געשריבן ראונג אין מיין תגובה פון ב"ג ווי ס'איז דא א שמועס איבער די וויזניצע ישוב, אז מ'האט דאס פלעין פארמעקט
ווייל אידטיש לאזט נישט שרייבן פאליטיק. און מען גיבט נישט קיין איבריגע שאנסן. אבער צומאל מעקט מען די תגובה אנשטאט די שרייבער מיט'ן לימוד זכות אז עס איז געווען א שווערע מינוט פון נישט פארשטיין א הבדל פון א אויסשמועס אין מציאות ביז פאליטיק.

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: זונטאג פעברואר 16, 2025 3:30 pm
דורך ווערווייס
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 2:08 pm
ווערווייס האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 11:53 am בינעך נייגעריג וואס כ'האב געשריבן ראונג אין מיין תגובה פון ב"ג ווי ס'איז דא א שמועס איבער די וויזניצע ישוב, אז מ'האט דאס פלעין פארמעקט
ווייל אידטיש לאזט נישט שרייבן פאליטיק. און מען גיבט נישט קיין איבריגע שאנסן. אבער צומאל מעקט מען די תגובה אנשטאט די שרייבער מיט'ן לימוד זכות אז עס איז געווען א שווערע מינוט פון נישט פארשטיין א הבדל פון א אויסשמועס אין מציאות ביז פאליטיק.
אינטערעסאנט צו הערן די גדרים וואס מיינט פאליטיק און וואס נישט?
אויב רעדט מען פון היינטיגע נייעס איז עס נישט פאליטיק, אויב דערמאנט מען נייעס פון 40 יאר צוריק איז עס יא פאליטיק?
איך ליין יענעם אשכול, איך זע נישט קיין חילוק אינעם געשרייבעכץ צווישן וואס איך האב געשריבן און צו וואס מען שרייבט דארט פון ביידע צדדים, חוץ אז איך האב ארויסגעברענגט א פאראדאקס וואס קען זיין ס'האט אפשר געשטאכן איינעם דא
איך האב איינעם באשמוצט? איך האב ס"ה געשריבן מציאות'ער וואס איז דברים ידועים, גארנישט אויפגעדעקט

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: זונטאג פעברואר 16, 2025 3:35 pm
דורך אסמכתא בעלמא
ווערווייס האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 3:30 pm

מחלוקות איבער רבנות און הכתרות און התנגדיות באלאנגען נישט דא, ס'איז עכטע פאליטיק. קען זיין דיין רעיון איז זייער אויסגעהאלטן, און קענסט עס זאגן אין ביהמ"ד אדער אין א אימעיל פאר חברים.

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 17, 2025 2:20 pm
דורך שאינו יודע לשאול
וואס איז פארגעגאנגען אין די לב טהור טעמע? כהאב באקומען נאטיפיקאציעס, אבער ס'איז געמעקט.

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 17, 2025 2:54 pm
דורך חכם עתיק
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 2:08 pm
ווערווייס האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 11:53 am בינעך נייגעריג וואס כ'האב געשריבן ראונג אין מיין תגובה פון ב"ג ווי ס'איז דא א שמועס איבער די וויזניצע ישוב, אז מ'האט דאס פלעין פארמעקט
ווייל אידטיש לאזט נישט שרייבן פאליטיק. און מען גיבט נישט קיין איבריגע שאנסן. אבער צומאל מעקט מען די תגובה אנשטאט די שרייבער מיט'ן לימוד זכות אז עס איז געווען א שווערע מינוט פון נישט פארשטיין א הבדל פון א אויסשמועס אין מציאות ביז פאליטיק.
דעיס איז נישט פאליטיק?
viewtopic.php?p=152383#p152383

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 17, 2025 3:07 pm
דורך הכל ריוח
חכם עתיק האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 2:54 pm
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 2:08 pm
ווערווייס האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 11:53 am בינעך נייגעריג וואס כ'האב געשריבן ראונג אין מיין תגובה פון ב"ג ווי ס'איז דא א שמועס איבער די וויזניצע ישוב, אז מ'האט דאס פלעין פארמעקט
ווייל אידטיש לאזט נישט שרייבן פאליטיק. און מען גיבט נישט קיין איבריגע שאנסן. אבער צומאל מעקט מען די תגובה אנשטאט די שרייבער מיט'ן לימוד זכות אז עס איז געווען א שווערע מינוט פון נישט פארשטיין א הבדל פון א אויסשמועס אין מציאות ביז פאליטיק.
דעיס איז נישט פאליטיק?
viewtopic.php?p=152383#p152383
יישר כח פאר'ן באריכטן (נישט דא, נאר דורך די באריכט קנעפל), די אחראים וועלן אריינקוקן דערין.

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 18, 2025 3:23 pm
דורך חכם עתיק
פארוואס האט מען געמעקט מיין סקרינשאט גענומען פון דבר יום ביומו פארגאנגענעם ערש''ק פון UTA בנוגע אנעמען קינדער פון אנדערע מוסדות??

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 18, 2025 3:37 pm
דורך צייטווייליג
חכם עתיק האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 18, 2025 3:23 pm פארוואס האט מען געמעקט מיין סקרינשאט גענומען פון דבר יום ביומו פארגאנגענעם ערש''ק פון UTA בנוגע אנעמען קינדער פון אנדערע מוסדות??
עס האט נישט מיט יענע טעמע, קוק דעם קעפל

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 18, 2025 11:33 pm
דורך אנדערער
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 12:19 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 02, 2025 12:50 am
► Show Spoiler
חדשים וואס איך ליין נישט די טעמע ווייל איך וויל נישט סקיפן דעי פאוסט

דו זאגסט שטארקע @נקודות טובות אבער איין נקודה האסטו פארפאסט. ווען איינער ברענגט אריין קאלטקייט צו אידישקייט דארף מען אים אפשטעלן. אפילו אויב ער נוצט היתרדיגע אופנים. די נידריגע וועג פון מוזיק שעדיגט אידישקייט
איך האב נישט קיין נערווען איבעצוליינען מיינע אלטע פאוסטס, סא וועסטו מיר מוחל זיין אז איך קען נישט געהעריג ראגירן צו וואס דו שרייבסט. אבער דאס איז זיכער אז איינער וואס ברענגט אריין א קאלטקייט אין אידישקייט דארף ווערן אפגעשטעלט. די שאלה איז נאר וואו, ווי אזוי, דורך וועם, וכו' וכו' וכו'.

אין יעדן פאל איז מיר א גוטע געפיל אז דו האלטסט דיך אפ פון ליינען דא נאר כדי נישט צו פארפאסן מיין פאוסט. ס'איז מיר באמת א חשובות, און איך נעם דאס אלץ א שטארקע קאמפלימענט! שכח! ובפרט אז דאס מאל האסטו מיר געגעבן א לייק אפילו ווען דו ביסט אפשר נישט איינשטימיג מיט יעדעס ווארט...
די פרישע פאוסט האב איך אויך געהאלטן פריש ווייל איך האב געוואלט צוריקגיין עס ליינען און צוריק עפענען דעם שמועס אבער איך קום נישט אן. וועט מען מוזן ווייטער גיין אין לעבן

איך גיב א לייק פאר יעדע פאוסט וואס איך האב די מינדעסטע הנאה. אויב יענער זאגט א גוטע נקודה וואס פרעגט מיך אינגאנצן אפ געב איך א לייק

דו האסט געשריבן גוטע נקודות און דיזערווסט א לייק

יעצט נאך די קאמפלימענט וויל איז פארלייגן מיינע טענות אויף דיר אז דו מאכסט מיך טראכטן צופיל. איך בין צו מיד. דו קענסט עס נישט טון צו מיר...

Re: שאלות צו די הנהלה

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 22, 2025 9:55 pm
דורך מאיר שלום
שלום לכבוד ההנהלה.

איך בין ניי דא, און איך בין אהער געקומען דא נאכן מיינען אז דא קען מען אויסשמועסן נושאים ווי ערוואקסענע מענטשן. פארשטייט זיך אויסגעהאלטן, און מיט רעספעקט צו מענטשן וואס האבן אנדערע מיינוגען ווי דיר.

למעשה נאך די צוויי מחיקות וואס איך האב באקומען אין די שמועס איבער די רבי’ס כוונה מיטן שטעטל קר’’י קען איך זאגן אז איך בין טאטעלי דיסעפאוינטעט, און מיט איין פיס צוריק צו אייוועלט.

ס’באדערט מיר איבערהויבט נישט די מחיקות, נאר אויב דא איז דא די זעלבע איבערגעטריבענע צענזור דאן מאי אהני לן רבנן, וואס ברענגט עטס צום טיש.

הצלחה.

Re: שאלות צו די הנהלה

געפאוסט: זונטאג פעברואר 23, 2025 2:23 pm
דורך אסמכתא בעלמא
מאיר שלום האט געשריבן: מוצש"ק פעברואר 22, 2025 9:55 pm שלום לכבוד ההנהלה.

איך בין ניי דא, און איך בין אהער געקומען דא נאכן מיינען אז דא קען מען אויסשמועסן נושאים ווי ערוואקסענע מענטשן. פארשטייט זיך אויסגעהאלטן, און מיט רעספעקט צו מענטשן וואס האבן אנדערע מיינוגען ווי דיר.

למעשה נאך די צוויי מחיקות וואס איך האב באקומען אין די שמועס איבער די רבי’ס כוונה מיטן שטעטל קר’’י קען איך זאגן אז איך בין טאטעלי דיסעפאוינטעט, און מיט איין פיס צוריק צו אייוועלט.

ס’באדערט מיר איבערהויבט נישט די מחיקות, נאר אויב דא איז דא די זעלבע איבערגעטריבענע צענזור דאן מאי אהני לן רבנן, וואס ברענגט עטס צום טיש.

הצלחה.

אייער תגובה איז געווען זייער שיין. אבער עס איז געווען בעפאר א בקשה פון אן אחראי מ'זאל נישט רעדן פון די נושא מער.

ולידיעה, די הנהלה איז דן איבער דעם, מ'וועט אפשר יא לאזן רעדן די פראקטישע שמועסן אָן צורירן פאליטיק. אבער נאך א בקשה פון אן אחראי נישט צו שרייבן, דארפן ערוואקסענע שרייבער ווי אייך עס אננעמען און שרייבן נאר פריוואט פאר'ן אחראי אדער הנהלה.

Re: שאלות צו די הנהלה

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 25, 2025 1:07 am
דורך איד
לכבוד די חשובע הנהלה שיחי'

איז אויסגעהאלטן דא צו עפענען א טעמע איבער רב קוק?
(און ארויס ברענגן פון ביידע זייטן וואס מ'האט געהאלטן אויף אים און פארוואס)

Re: שאלות צו די הנהלה

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 25, 2025 5:02 pm
דורך צייטווייליג
איד האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 1:07 am לכבוד די חשובע הנהלה שיחי'

איז אויסגעהאלטן דא צו עפענען א טעמע איבער רב קוק?
(און ארויס ברענגן פון ביידע זייטן וואס מ'האט געהאלטן אויף אים און פארוואס)
די באשלוס איז געבליבן אז נישט. און א ייש”כ פארן עס אויסשמועסן מתחילה.

Re: שאלות צו די הנהלה

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 25, 2025 6:45 pm
דורך איד
צייטווייליג האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 5:02 pm
איד האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 1:07 am לכבוד די חשובע הנהלה שיחי'

איז אויסגעהאלטן דא צו עפענען א טעמע איבער רב קוק?
(און ארויס ברענגן פון ביידע זייטן וואס מ'האט געהאלטן אויף אים און פארוואס)
די באשלוס איז געבליבן אז נישט. און א ייש”כ פארן עס אויסשמועסן מתחילה.
כל הכבוד!

ש'כח פארן ענטפערן

Re: שאלות צו די הנהלה

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 26, 2025 1:40 am
דורך פעינטיג
איד האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 1:07 am לכבוד די חשובע הנהלה שיחי'

איז אויסגעהאלטן דא צו עפענען א טעמע איבער רב קוק?
(און ארויס ברענגן פון ביידע זייטן וואס מ'האט געהאלטן אויף אים און פארוואס)
סטמיר אביסל אנגערייצט… נו שוין…