בלאט 31 פון 101
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:44 pm
דורך פופציגער
בלומען האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:35 pm
פופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:28 pm
וואו איך האב געוואוינט אלץ קינד איז געווען א גרויסע פארק ממש נעבן אונזער הויז.
מיר זענען כמעט קיינמאל געגאנגען אין פארק! הגם מיר האבן געהאט ווייניגער וואו צו שפילן ווי די קרית יואלע קינדער! ווייל סגעווען גוים דארט.
קודאס צו ענק
גויאישע פארקס זענען פול מיט אידן. במציאות.
יא יא, מרעדט דאך דא פון די סארט אידן ווי מיינע עלטערן און שכנים וועלכע ווילן נישט שיקן קינדער אין אזכ פארק, און ווען דער פארק ווערט אנאנסיכט אין א היימישן אידיש און די אידישע באערדע שטופט עס קענען זיי נכשל ווערן.
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:44 pm
דורך פופציגער
מהאט נישט גע’אסר’ט צו גיין מייניך, נאר מעורר געווען.
אין וויליאמסבורג איז מען אויך כסדר מעורר.
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:49 pm
דורך לקדש שם שמים
פופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:28 pm
לקדש שם שמים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 7:41 pm
בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 6:38 pm
אין אנדערע שטעט פלעגן נישט פרימע אידן גיין ווען עס איז געווען גוים, און זיכער נישט זימער.
ha?
וואו איך האב געוואוינט אלץ קינד איז געווען א גרויסע פארק ממש נעבן אונזער הויז.
מיר זענען כמעט קיינמאל געגאנגען אין פארק! הגם מיר האבן געהאט ווייניגער וואו צו שפילן ווי די קרית יואלע קינדער! ווייל סגעווען גוים דארט.
When i was a kid was a big park near my house and i was there a lot
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:58 pm
דורך משה רבינו
לעצטע מאל איך האב געטשעקט איז לא תתורו אחרי עניכם נאך געשטאנען אין די תורה
ואס מיינט ביסט געגאנגען, ביסט א שגץ אדער יענע פארק זענען נישט געווען קיין גיום אזוי וי בשעתן שווימען
אויב איז נישט געווען איז דאך דא אנדערש, און אויב איז יא געווען האף איך אז דיין תשובה איז נתקבל געווארן
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:11 pm
דורך שמויגער 3.0
איך פארשטיי נישט ווי א געיט קומט דא אריין,
די האלטס טאקע אז אין א 90 דיגרי וועטער וועלן די אויסגעלאסענע נשים נכרוית זיך אנטיען א ברייטע וואלענע טלית קטן פאר זיי קומען אריין צי וויזיטען אונזערע טייערע תינוקות של בית רבן,
אויב די ווייסט נאכנישט,
וויל איך די לאזן וויסען אז עס איז לעגאל צי גיין מיט שווים קליידער (בעדינג סאד בלע''ז) אין אפילו ערגער ווי דעם אין א פארק.
אָבער דער עיקר פוינט איז בכלל נישט די pool
דאס איז נאר 1 פון אלע פיקטשערס.
די עיקר זענען די אויסגעלאסענע חברה וואס זיצן דארט,
אום יום טוב בין איך אַליין דארט געווען און אויך געהערט פון אנדערע וואס האבן געווייטאגט אויף די ראיות אסורות אין אן אפיציעל אידישע היימישע פארק אין א אידישע שטאט
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:27 pm
דורך פופציגער
לקדש שם שמים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:03 pm
משה רבינו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:58 pm
לעצטע מאל איך האב געטשעקט איז לא תתורו אחרי עניכם נאך געשטאנען אין די תורה
ואס מיינט ביסט געגאנגען, ביסט א שגץ אדער יענע פארק זענען נישט געווען קיין גיום אזוי וי בשעתן שווימען
אויב איז נישט געווען איז דאך דא אנדערש, און אויב איז יא געווען האף איך אז דיין תשובה איז נתקבל געווארן
...I guess its part of the mindset that only kj people are the real jews
ניין, לא תתורו שטייט נישט נאר אין קרית יואל.
איך קום פון וויליאמסבורג, און ווי געשריבן פריער.
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:32 pm
דורך דבוק אין צדיק
איינער ווייסט אויב קהל האט זיך פארדעם אראפ געזעצט מיט UJC? (איך גלייב אז יא), און וואס זייער ריספאנד איז געווען?
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:35 pm
דורך פופציגער
דבוק אין צדיק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:32 pm
איינער ווייסט אויב קהל האט זיך פארדעם אראפ געזעצט מיט UJC? (איך גלייב אז יא), און וואס זייער ריספאנד איז געווען?
וואס האט עס מיט זיי?
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:36 pm
דורך דבוק אין צדיק
פופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:35 pm
דבוק אין צדיק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:32 pm
איינער ווייסט אויב קהל האט זיך פארדעם אראפ געזעצט מיט UJC? (איך גלייב אז יא), און וואס זייער ריספאנד איז געווען?
וואס האט עס מיט זיי?
וואס סהאט מיט קהל פרעגסטו? זיי זענען חומת העיר
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:01 pm
דורך עטרת חיים
ס'איז דא געוויסע וואס ווילן פראבירן צו ארויסברענגען אז ס'איז אייביג געווען אזוי אז מ'שפילט און גוישע פארקס, מה כל הרעש?
די ענטפער צו דעם איז ניין! עס איז אסור על פי תורתינו הקדושה צו גיין צו א פלאץ ווי ס'איז דא א חשש פון ראיות אסורות, די גמרא שרייבט אי איכא דרכא אחרינא מיקרא רשע! דאס איז נישט קיין חומרא אדער א מנהג דאס איז דעת תורתינו הקדושה אן קיין שום חולק בדבר!!! גיין צו דעם פארק וואס איז ארומגענומען מיט גוישע פראדזשעקס פאר אויספלוג און פארברענגען גייט קלאר אריין און גדר פון איכא דרכא אחרינא!! ומקרא רשע!
אידישע קינדער סיי ווי און די וועלט האבן נאך קיינמאל און היסטאריע נישט געשפילט און א "
אידישע פארק" וואס איז מלא תועבה ופריצות! (אפשר גאר יא? אפשר און מדינת ישראל)
צו דעם קען מען זאגן אשריך קרית יואל!!!
רבינו הקדוש זי"ע האט בדם לבבו בשארית כוחותיו אויפגשטעלט א שטאט וואס זאל זיין אנדערש ווי די גאנצע וועלט!
נישט אומזיסט האט זיך רבינו הק' זי"ע אויסגעדרוקט
"ווען נישט קרית יואל האב איך גארנישט אויפגעטוען אויף די וועלט"
אלץ א קרית יואלע תושב מנעורי האבן מיינע עלטערן מיך קיינמאל נישט געטראגן צו קיין אויסגעלאסענע גוישע פארקס, קרית יואלע קינדער האבן קיינמאל זיך נישט צוגעוואוינט צו שפילן און א פארק צוזאמען מיט גוים וגויות!
אשריך קרית יואל!!!
יה"ר שילמדו תועים בינה! די וואס ווילן ח"ו אוועקפירן דעם געגנט פון די סטאנדארטן פון די הייליגע שטאט קרית יואל זאלן שוין איינזעהן און וואספארא סכנה זיי לייגן אריין זייערע און אונזערע קינדערלעך!
ווי שוין פריער ערווענט דא
viewtopic.php?p=84014#p84014
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:13 pm
דורך שמויגער 3.0
דבוק אין צדיק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:32 pm
איינער ווייסט אויב קהל האט זיך פארדעם אראפ געזעצט מיט UJC? (איך גלייב אז יא), און וואס זייער ריספאנד איז געווען?
ווי קומט דא אריין UJC, אויב עפעס דארף קהל זיך אראפזעצן מיט די געמיינע גוישע שכנים וואס וואוינען ארום פון אלע זייטן און פועלן ביי זיי צו קומען נאר צניעותדיג אין פארק זיי די גויים זענען די פראבלעם און אזו ווי דעס האט נישט קיין לעזונג, האט קהל געשריבן זייער א נארמאלע סולידע בריוו אז זיי זענען נאגעגאנגען די פאקטן און עס איז די עלטערן'ס אחריות צו זיין וואכזאם, שמירת עינים איז דאך פון די יסודות פון א איד. עפעס ראנג?
viewtopic.php?p=83982#p83982
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:32 pm
דורך דבוק אין צדיק
פופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:24 pm
פופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:35 pm
וואס האט עס מיט זיי?
וואס האט עס מיט UJC?
האט דאס נישט UJC געבויעט?
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:34 pm
דורך שמויגער 3.0
דבוק אין צדיק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:32 pm
פופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:24 pm
דבוק אין צדיק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:36 pm
וואס סהאט מיט קהל פרעגסטו? זיי זענען חומת העיר
וואס האט עס מיט UJC?
האט דאס נישט UJC געבויעט?
UJC האט געבויט און געברענגט אלע גוישע אפארטמענט הייזער מיט די פריצות'דיגע גוים?
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:42 pm
דורך דבוק אין צדיק
שמויגער 3.0 האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:34 pm
דבוק אין צדיק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:32 pm
פופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:24 pm
וואס האט עס מיט UJC?
האט דאס נישט UJC געבויעט?
UJC האט געבויט און געברענגט אלע גוישע אפארטמענט הייזער מיט די פריצות'דיגע גוים?
קודם כל מ’קען נישט וויסן היינט צו טאגס, קען זייער מעגליך זיין אז יא..... אבער איך רעד יעצט פון די פארק.
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:44 pm
דורך שמויגער 3.0
דבוק אין צדיק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:42 pm
שמויגער 3.0 האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:34 pm
דבוק אין צדיק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:32 pm
האט דאס נישט UJC געבויעט?
UJC האט געבויט און געברענגט אלע גוישע אפארטמענט הייזער מיט די פריצות'דיגע גוים?
קודם כל מ’קען נישט וויסן היינט צו טאגס, קען זייער מעגליך זיין אז יא..... אבער איך רעד יעצט פון די פארק.
חומות העיר רעדט פון די מקום פריצות צוליב געמיינע גוישע שכנים גארנישט איבער בויען דאס פארק
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:47 pm
דורך דבוק אין צדיק
שמויגער 3.0 האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:44 pm
דבוק אין צדיק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:42 pm
שמויגער 3.0 האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:34 pm
UJC האט געבויט און געברענגט אלע גוישע אפארטמענט הייזער מיט די פריצות'דיגע גוים?
קודם כל מ’קען נישט וויסן היינט צו טאגס, קען זייער מעגליך זיין אז יא..... אבער איך רעד יעצט פון די פארק.
חומות העיר רעדט פון די מקום פריצות צוליב געמיינע גוישע שכנים גארנישט איבער בויען דאס פארק
דאס האב איך געליינט אין די צעטיל, און פארשטייט זיך אז אידן דארפן אועק שטיין פון געמיינע פלעצער, כהאב אבער געפרעגט א טעכנישע שאלה, גארנישט מער פליז ענטפער מיר אויב דו ווייסט,
דבוק אין צדיק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:32 pm
איינער ווייסט אויב קהל האט זיך פארדעם אראפ געזעצט מיט UJC? (איך גלייב אז יא), און וואס זייער ריספאנד איז געווען?
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:48 pm
דורך רבותי מיר וועלן בענטשן
דבוק אין צדיק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:47 pm
שמויגער 3.0 האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:44 pm
דבוק אין צדיק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:42 pm
קודם כל מ’קען נישט וויסן היינט צו טאגס, קען זייער מעגליך זיין אז יא..... אבער איך רעד יעצט פון די פארק.
חומות העיר רעדט פון די מקום פריצות צוליב געמיינע גוישע שכנים גארנישט איבער בויען דאס פארק
דאס האב איך געליינט אין די צעטיל, און פארשטייט זיך אז אידן דארפן אועק שטיין פון געמיינע פלעצער, כהאב געפרעגט א טעכנישע שאלה, גארנישט מער פליז שריי נישט,
דבוק אין צדיק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:32 pm
איינער ווייסט אויב קהל האט זיך פארדעם אראפ געזעצט מיט UJC? (איך גלייב אז יא), און וואס זייער ריספאנד איז געווען?
איך זעה דא געשריבן שטילע שורות קיינער שרייט נישט דא.
בנוגע די עצם פארק, איז נישט אזא גרויסע נפק"מ, וואס ס'איז באמת א גרויסע טובה אז מען גיבט אכטונג אויף א געגנט ס'זאל בלייבן קרית יואל, דאס וועט אונז בעזהשי"ת און אוודאי בלויז מיט סייעתא דשמיא גאר שטארק באשיצן, מיר אלע ווילן פירן אונזער לעבן כפי הוראת המייסד זי"ע, געלויבט השי"ת אז מען העלפט אונז האלטן די געגנט און אזוי אויטאמאטיש גאנץ קרית יואל הייליג און ריין!
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:56 pm
דורך מחדש
פארוואס האט UJC געמוזט בויען די פארק?! וועמענס פאנדס איז געווען דערפאר? באישי איז אויך גוט.
טענקס
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:09 pm
דורך פרייליך
דבוק אין צדיק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:32 pm
איינער ווייסט אויב קהל האט זיך פארדעם אראפ געזעצט מיט UJC? (איך גלייב אז יא), און וואס זייער ריספאנד איז געווען?
לכאורה נישט
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:12 pm
דורך טיפע טאשן
מחדש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:56 pm
פארוואס האט UJC געמוזט בויען די פארק?! וועמענס פאנדס איז געווען דערפאר? באישי איז אויך גוט.
טענקס
די ווילידזש האט עס געבויעט, די בילדער’ס מיזן געבן געלט פאר אזעלכע זאכן ווי איך פארשטיי
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:18 pm
דורך דבוק אין צדיק
טיפע טאשן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:12 pm
מחדש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:56 pm
פארוואס האט UJC געמוזט בויען די פארק?! וועמענס פאנדס איז געווען דערפאר? באישי איז אויך גוט.
טענקס
די ווילידזש האט עס געבויעט, די בילדער’ס מיזן געבן געלט פאר אזעלכע זאכן ווי איך פארשטיי
א שטייגער ווי קיומינעטי רום’ס אין קרית יואל?
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:22 pm
דורך דבוק אין צדיק
פרייליך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:09 pm
דבוק אין צדיק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:32 pm
איינער ווייסט אויב קהל האט זיך פארדעם אראפ געזעצט מיט UJC? (איך גלייב אז יא), און וואס זייער ריספאנד איז געווען?
לכאורה נישט
כפרעג אויב איינער ווייסט , נישט לכאורה.
@פישפיקלאדיין
נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:24 pm
דורך מחדש
*
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:49 pm
דורך טיפע טאשן
דבוק אין צדיק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:18 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:12 pm
מחדש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:56 pm
פארוואס האט UJC געמוזט בויען די פארק?! וועמענס פאנדס איז געווען דערפאר? באישי איז אויך גוט.
טענקס
די ווילידזש האט עס געבויעט, די בילדער’ס מיזן געבן געלט פאר אזעלכע זאכן ווי איך פארשטיי
א שטייגער ווי קיומינעטי רום’ס אין קרית יואל?
אזוי פארשטיי איך, לדוגמה איינער דארט האט געגעבען א פייער טראק
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:52 pm
דורך פרייליך
עטרת חיים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:01 pm
ס'איז דא געוויסע וואס ווילן פראבירן צו ארויסברענגען אז ס'איז אייביג געווען אזוי אז מ'שפילט און גוישע פארקס, מה כל הרעש?
די ענטפער צו דעם איז ניין! עס איז אסור על פי תורתינו הקדושה צו גיין צו א פלאץ ווי ס'איז דא א חשש פון ראיות אסורות, די גמרא שרייבט אי איכא דרכא אחרינא מיקרא רשע! דאס איז נישט קיין חומרא אדער א מנהג דאס איז דעת תורתינו הקדושה אן קיין שום חולק בדבר!!! גיין צו דעם פארק וואס איז ארומגענומען מיט גוישע פראדזשעקס פאר אויספלוג און פארברענגען גייט קלאר אריין און גדר פון איכא דרכא אחרינא!! ומקרא רשע!
אינטערסאנט אז עס ברענט אזוי ראיות אסורות ווי זענען זיי די לעצטע פאר יאר ווען זיי טיען זילטש, עפעס מאכט נישט קיין סענס דא