בלאט 4 פון 6

Re: נייעס פון בארא פארק

געפאוסט: זונטאג מערץ 31, 2024 8:55 pm
דורך אנדערער
פאריגע וואך איז געווען א רויבעריי אויף 17 ביי 43 איינער מיט מער אינפארמאציע?

Re: נייעס פון בארא פארק

געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:42 pm
דורך פייל און בויגן
Spa 42 האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 7:33 pm שומרים און פאליציי האבן געכאפט און ארעסטירט (און ארויסגעלאזט) א פארברעכער מיט עטליכע גרויסע מעסערס און א אָנגעלאדענט'ע ביקס, אויף 13 ביי 54.

א פחד.

Re: נייעס פון בארא פארק

געפאוסט: פרייטאג אפריל 12, 2024 5:05 pm
דורך Spa 42
א פארשוין וואס איז שוין געווארן געזוכט א שטיק צייט פארן גנבנ'ן פּאָסט, איז געזען געווארן רויט האנטיג דורך א שומרים מעמבער אין צענטער פון בארא פארק, דער פארשוין האט געכאפט אז איינער זעהט, האט ער אנגעהויבן צו אנטלויפן, אבער איז געכאפט געווארן עטליכע מינוט שפעטער דורך שומרים און פאליציי וואס זענען גלייך אריינגערופן געווארן.

מ' האט געטראפן אינעם גנב'ס ווען אסאך פעקלעך פּאָסט, און א אָנגעלאדענט'ע ביקס, ה"י.
WhatsApp-Image-2024-04-11-at-3.44.45-PM-1-1536x1152.jpeg
WhatsApp-Image-2024-04-11-at-3.44.45-PM-1-1536x1152.jpeg (232.96 KiB) געזען געווארן 1173 מאל
WhatsApp-Image-2024-04-11-at-3.43.29-PM-768x597.jpeg
WhatsApp-Image-2024-04-11-at-3.43.29-PM-768x597.jpeg (63.6 KiB) געזען געווארן 1173 מאל
WhatsApp-Image-2024-04-11-at-3.43.30-PM-768x552.jpeg
WhatsApp-Image-2024-04-11-at-3.43.30-PM-768x552.jpeg (52.42 KiB) געזען געווארן 1173 מאל

Re: נייעס פון בארא פארק

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 12:06 am
דורך אלטערנעסייד פארקינג
נו וואס זאגן די תושבי בארא פארק אויף די סטעטן איילענד ארטיקל אין די קול ברמה דעם יו"ט?
די עולם גייט מיר קומען קיפען קאמפעני אין מיין שטעטל? מ'מופט אריבער אהער?

Re: נייעס פון בארא פארק

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 1:55 pm
דורך מהודר
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 12:06 am נו וואס זאגן די תושבי בארא פארק אויף די סטעטן איילענד ארטיקל אין די קול ברמה דעם יו"ט?
די עולם גייט מיר קומען קיפען קאמפעני אין מיין שטעטל? מ'מופט אריבער אהער?
גאר גוט צאמגענומען די זאך, אזוי ווי זיי טוען שוין די לעצטע שטיק צייט אין די יו"ט אויסגאבעס, חזקה על קול סטעטן איילענד שאינו מוצא מתחת ידו דבר שאינו מתוקן!

איך האלט אינמיטן ווערן קאנווינסט...

Re: נייעס פון בארא פארק

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 5:41 pm
דורך אלטערנעסייד פארקינג
מהודר האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 1:55 pm
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 12:06 am נו וואס זאגן די תושבי בארא פארק אויף די סטעטן איילענד ארטיקל אין די קול ברמה דעם יו"ט?
די עולם גייט מיר קומען קיפען קאמפעני אין מיין שטעטל? מ'מופט אריבער אהער?
גאר גוט צאמגענומען די זאך, אזוי ווי זיי טוען שוין די לעצטע שטיק צייט אין די יו"ט אויסגאבעס, חזקה על קול סטעטן איילענד שאינו מוצא מתחת ידו דבר שאינו מתוקן!

איך האלט אינמיטן ווערן קאנווינסט...
איז לאמיק וויסן ווען דו ווערסט קאנווינסט...

Re: נייעס פון בארא פארק

געפאוסט: מאנטאג מאי 20, 2024 10:38 am
דורך א געזונטער
איינער ווייסט ווען און ווי לעלוב ניקלשבורג רבי גייט אויפנעמען און בארא פארק?

Re: נייעס פון בארא פארק

געפאוסט: דינסטאג מאי 21, 2024 4:50 pm
דורך Spa 42
א הויז פלאקערט אויף 46 ביי 14

Re: נייעס פון בארא פארק

געפאוסט: דינסטאג מאי 21, 2024 5:08 pm
דורך Spa 42
Spa 42 האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 4:50 pm א הויז פלאקערט אויף 46 ביי 14

Re: נייעס פון בארא פארק

געפאוסט: דינסטאג מאי 21, 2024 5:09 pm
דורך Spa 42

Re: נייעס פון בארא פארק

געפאוסט: דינסטאג מאי 21, 2024 5:12 pm
דורך דער תהלים איד
א פחד א שרעק.

א אידישע בנין?

Re: נייעס פון בארא פארק

געפאוסט: דינסטאג מאי 21, 2024 5:12 pm
דורך Spa 42
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 5:12 pm א פחד א שרעק.

א אידישע בנין?
יא ליידער

Re: נייעס פון בארא פארק

געפאוסט: פרייטאג יוני 07, 2024 12:11 am
דורך Spa 42
א קאר וואס איז גע'גנב'ט געווארן היינט צופרי, איז נאכמיטאג געטראפן געווארן דורך חברה שומרים וואס האט גלייך אלאמירט די פאליציי, וואס האט אפגעשטעלט די קאר, און מחזיר געווען לבעליו.

Re: נייעס פון בארא פארק

געפאוסט: מאנטאג יוני 10, 2024 10:56 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א שאקירנדע אינצידענט האט זיך אפגעשפילט נעכטן זונטאג צופרי אין בארא פארק, ווען א היימישער פאמיליע האט צו זייער שטוינונג געטראפן א גוי'אישער שכן שלאפן געמיטליך אין א בעט אין זייער קינדער שלאף צימער.

עס האט פאסירט אין א באוואוינטע געביידע אויף די צוויי און זעכציגסטע סטריט, די איינוואוינער האבן באלד גערופן פאליציי און שומרים וואס האבן אוועקגעפירט דעם גוי פאר אויספארשונגען. ווי עס שטעלט זיך ארויס איז דער שכן געווען שיכור אינמיטן נאכט, און בטעות אריין אין א דערנעבענדיגע אפארטמענט און זיך געלייגט שלאפן.

Re: נייעס פון בארא פארק

געפאוסט: דינסטאג יוני 18, 2024 5:47 pm
דורך שאינו יודע לשאול
JDN
א שווערע עקסידענט האט פאסירט נעכטן האלב נאך צען ביינאכט אין צענטער פון די היימישע געגנט אין בארא פארק, ביים ווינקל פון די פיר און פופציגסטע סטריט און די פופצנטע עוועניו, וואו א נישט אידישע קאר האט אראפגעקלאפט א עלטערע איד און אפגעיאגט פון שטח.

דער איד וועלכער האט שפאצירט נעבן די גאס איז געווארן אראפגעקלאפט דורך א קאר, ער איז אוועקגעפאלן אין א שווערע צושטאנד, און הצלה האט אים אפגעפירט אין שפיטאל וואו זיין געזונט צושטאנד האט זיך ב"ה סטאביליזירט, אין די זעלבע צייט האבן שומרים מעמבערס נאכגעיאגט דעם אנטלויפנדן קאר, און אים באוויזן אפצושטעלן עטליכע גאסן ווייטער וואו די פאליציי האט אים געקייטלט און ארעסטירט.

Re: נייעס פון בארא פארק

געפאוסט: דינסטאג יוני 18, 2024 6:06 pm
דורך אלטערנעסייד פארקינג
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 5:47 pm JDN
א שווערע עקסידענט האט פאסירט נעכטן האלב נאך צען ביינאכט אין צענטער פון די היימישע געגנט אין בארא פארק, ביים ווינקל פון די פיר און פופציגסטע סטריט און די פופצנטע עוועניו, וואו א נישט אידישע קאר האט אראפגעקלאפט א עלטערע איד און אפגעיאגט פון שטח.

דער איד וועלכער האט שפאצירט נעבן די גאס איז געווארן אראפגעקלאפט דורך א קאר, ער איז אוועקגעפאלן אין א שווערע צושטאנד, און הצלה האט אים אפגעפירט אין שפיטאל וואו זיין געזונט צושטאנד האט זיך ב"ה סטאביליזירט, אין די זעלבע צייט האבן שומרים מעמבערס נאכגעיאגט דעם אנטלויפנדן קאר, און אים באוויזן אפצושטעלן עטליכע גאסן ווייטער וואו די פאליציי האט אים געקייטלט און ארעסטירט.
א נאמען צו מתפלל זיין?

Re: נייעס פון בארא פארק

געפאוסט: זונטאג יוני 23, 2024 6:53 pm
דורך שאינו יודע לשאול
JDN
דעם שבת האט א צוועלף יעריגער פארברעכער זיך אונטערגעגעבן פאר די ניו יארק סיטי פאליציי, נאך וואס ער איז באשולדיגט געווארן מיטן דורכפירן אטאקעס אויף אידן פארלאפענעם שבת פרשת נשא, ווען ער האט אראפגעווארפן הוטן און שטריימלעך פון אידן אויף די גאס אין בארא פארק.

די שומרים ארגענעזאציע האט פארשפרייט בילדער פון דעם יונגן פארברעכער, בעטנדיג הילף פון די מאסן צו קומען אויף זיינע שפורן. די עלטערן זיינע וואס האבן מורא געהאט אז פאליציי וועט קומען נאך אים, האבן באשלאסן אים אריינצוטראגן אין די פאליציי הויפטקוואטיר אין מאנהעטן, און דארט אים איבערגעגעבן פאר די פאליציי וועלכע האבן אים אנגעקלאגט מיט האס פארברעכן קלאגעס.

Re: נייעס פון בארא פארק

געפאוסט: זונטאג יוני 23, 2024 7:09 pm
דורך פשוט און גראד
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 6:06 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 5:47 pm JDN
א שווערע עקסידענט האט פאסירט נעכטן האלב נאך צען ביינאכט אין צענטער פון די היימישע געגנט אין בארא פארק, ביים ווינקל פון די פיר און פופציגסטע סטריט און די פופצנטע עוועניו, וואו א נישט אידישע קאר האט אראפגעקלאפט א עלטערע איד און אפגעיאגט פון שטח.

דער איד וועלכער האט שפאצירט נעבן די גאס איז געווארן אראפגעקלאפט דורך א קאר, ער איז אוועקגעפאלן אין א שווערע צושטאנד, און הצלה האט אים אפגעפירט אין שפיטאל וואו זיין געזונט צושטאנד האט זיך ב"ה סטאביליזירט, אין די זעלבע צייט האבן שומרים מעמבערס נאכגעיאגט דעם אנטלויפנדן קאר, און אים באוויזן אפצושטעלן עטליכע גאסן ווייטער וואו די פאליציי האט אים געקייטלט און ארעסטירט.
א נאמען צו מתפלל זיין?
איך מיין אז יענער האט ליידער נישט איבערגעלעבט בדה

Re: נייעס פון בארא פארק

געפאוסט: דינסטאג יולי 02, 2024 12:04 pm
דורך שאינו יודע לשאול
אסיפת הרבנים אפגעהאלטן אין בארא פארק דורך אירגון בוני עולם.
unnamed - 2024-07-02T115931.043.jpg
unnamed - 2024-07-02T115931.043.jpg (77.47 KiB) געזען געווארן 602 מאל
unnamed - 2024-07-02T115933.111.jpg
unnamed - 2024-07-02T115933.111.jpg (39.81 KiB) געזען געווארן 602 מאל
הר"ר שלמה באכנער מייסד ומנהל טרעט אויף.
unnamed - 2024-07-02T115929.166.jpg
unnamed - 2024-07-02T115929.166.jpg (49.53 KiB) געזען געווארן 602 מאל

Re: נייעס פון בארא פארק

געפאוסט: מיטוואך יולי 03, 2024 8:32 pm
דורך מיילעך פריילעך
א פארברעכער האט פרובירט זיך איינצוברעכן די נאכט אין א באנק אין בארא פארק, געציילטע מינוטן איידער ער איז געכאפט און ארעסטירט געווארן.

עס האט פאסירט ביי די סיטי באנק לאקאציע אויף די דרייצנטע עוועניו נעבן נוא יוטרעקט, דער פארברעכער האט געשאסן די גלאז אין א פרואוו זיך איינצוברעכן אינעווייניג, אבער דאס גאנצע וואס ער האט באוויזן איז צו שעדיגן די גלאז, אן עס דורכברעכן אינגאנצן. ער האט נאכדעם פרובירט צו אנטלויפן, און איז געכאפט געווארן דורך די שומרים וואלאונטירן וועלכע האבן אים איבערגעגעבן פאר די פאליציי אין ארעסט.

Re: נייעס פון בארא פארק

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 18, 2024 6:54 pm
דורך שאינו יודע לשאול
מעיאר עדעמס באזוכט נעכטן אין בארא פארק.
Screenshot (55).png
Screenshot (55).png (997.04 KiB) געזען געווארן 512 מאל
Screenshot (56).png
Screenshot (56).png (1.03 MiB) געזען געווארן 512 מאל

Re: נייעס פון בארא פארק

געפאוסט: פרייטאג יולי 19, 2024 12:45 pm
דורך אלס ווייסער
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 6:54 pm מעיאר עדעמס באזוכט נעכטן אין בארא פארק.Screenshot (55).pngScreenshot (56).png
אין א קאמישע מאמענט, ווען עטליכע (נישט משלנו) פרויען זענען צוגעקומען זיך בילדער'ן און שאקלן הענט מיטן מעיאר, האט ער זיך אנגערופן אז געווענליך ווען ער קומט קיין בארא פארק ווייסט ער אז ער געבט נישט קיין הענט פאר נשים...

Re: נייעס פון בארא פארק

געפאוסט: פרייטאג יולי 19, 2024 1:12 pm
דורך שאינו יודע לשאול
אלס ווייסער האט געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2024 12:45 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 6:54 pm מעיאר עדעמס באזוכט נעכטן אין בארא פארק.Screenshot (55).pngScreenshot (56).png
אין א קאמישע מאמענט, ווען עטליכע (נישט משלנו) פרויען זענען צוגעקומען זיך בילדער'ן און שאקלן הענט מיטן מעיאר, האט ער זיך אנגערופן אז געווענליך ווען ער קומט קיין בארא פארק ווייסט ער אז ער געבט נישט קיין הענט פאר נשים...
גוט גוט… :oops:

Re: נייעס פון בארא פארק

געפאוסט: זונטאג יולי 21, 2024 11:42 pm
דורך אלס ווייסער
געבט אכט ביים ארויספארן פון בארא פארק אויף 36 סטריט, מען גרייט דארט צו איבערמאכן די ראוד, מילא האט מען אראפגעקראצט א דיקע שיכט פון פעיוומענט און עס פארוואנדעלט אין א ראלער קאוסטער.
טוטס ענק אן די סיעטבעלט, האלט אן שטארק די קאפל, און יאלא

Re: נייעס פון בארא פארק

געפאוסט: מאנטאג יולי 22, 2024 11:50 am
דורך שאינו יודע לשאול
אלס ווייסער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 11:42 pm געבט אכט ביים ארויספארן פון בארא פארק אויף 36 סטריט, מען גרייט דארט צו איבערמאכן די ראוד, מילא האט מען אראפגעקראצט א דיקע שיכט פון פעיוומענט און עס פארוואנדעלט אין א ראלער קאוסטער.
טוטס ענק אן די סיעטבעלט, האלט אן שטארק די קאפל, און יאלא
unnamed (29).png
unnamed (29).png (465.95 KiB) געזען געווארן 417 מאל