בלאט 4 פון 12

Re: נייע אויסגאבע 'שופר' שעל ידי 'קהל יטב לב דסאטמאר' (מהרי"י)

געפאוסט: זונטאג מאי 12, 2024 8:47 pm
דורך דער תהלים איד
וואלף האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 8:35 pm ס'איז א רעדע פון צוויי אנדערע פלעצער ביי איינס איז טאקע זיכער דא קברים
ביי איינס איז זיכער 'געווען' א מכשול בושגג (עטליכע יאר צוריק).

Re: נייע אויסגאבע 'שופר' שעל ידי 'קהל יטב לב דסאטמאר' (מהרי"י)

געפאוסט: זונטאג מאי 12, 2024 9:46 pm
דורך צווייזייטיג
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 4:31 pm דא איז 2 דוגמאות, ויש עוד.

קיין איין פון די נושאים זענען לכאורה נישט פאר דאהי צו אויסשמועסן, נאר די נקודה איז אז ס'איז זייער שווער צו האלטן אויפאמאל צוויי ליניעס, איינס פאר ניו יארק און איינס פאר אר"י. ס'איז מאדנע און ס'קלעבט נישט.
וואו אין נ"י האט מען געטוישט די סטאטוס פון א 100% ביה"ח צו לאזן אויסגראבן?
פאר וועלכע רב אין ניו יארק דארף מען שווערן געטריישאפט, צו באקומען א פערמיט צו גיין נאך געלט?

רעד צו מיר וועגן ליניעס וואס קלעבן נישט.

Re: נייע אויסגאבע 'שופר' שעל ידי 'קהל יטב לב דסאטמאר' (מהרי"י)

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 10:05 am
דורך world champion
פ. לאקס האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 7:13 pm פארוואס דערציילט קיינער נישט פארוואס טאקע האבן די אוקריינער באשלאסן צו דערקלערן די מקום אויס בית החיים? ווער האט זיי געבעטן אריין צו שיקן ארכעאלאגן?
הנוגע לענינינו?? ווי קומט אריין פאליטיק ווען מען גראבט רח"ל אויף קדושי ארץ??

אלעס איז פאליטיק? ווי נידעריג קען מען גיין?

Re: נייע אויסגאבע 'שופר' שעל ידי 'קהל יטב לב דסאטמאר' (מהרי"י)

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 10:11 am
דורך פ. לאקס
world champion האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 10:05 am
פ. לאקס האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 7:13 pm פארוואס דערציילט קיינער נישט פארוואס טאקע האבן די אוקריינער באשלאסן צו דערקלערן די מקום אויס בית החיים? ווער האט זיי געבעטן אריין צו שיקן ארכעאלאגן?
הנוגע לענינינו?? ווי קומט אריין פאליטיק ווען מען גראבט רח"ל אויף קדושי ארץ??

אלעס איז פאליטיק? ווי נידעריג קען מען גיין?
יא יא, פאר פאליטיק האט מען געבעטן צו אויסברייטערן די בית החיים גבולים, און די שטאטראט האט עס גאר פארקלענערט. אבער פארוואס רעדט מען נישט פון די פארראט אז די וואס פארפירן יעצט מיט זודיגע טרערן איבער די בית החיים זענען גאר די וואס האבן אריין געמישט די רעגירונגס ארכעאלאגן אין בילד...

Re: נייע אויסגאבע 'שופר' שעל ידי 'קהל יטב לב דסאטמאר' (מהרי"י)

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 10:16 am
דורך world champion
פ. לאקס האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 10:11 am

רעד געזונטערהייט. (איך קען ניטאמאל די פאליטיק און אינטערעסירט מיר נישט)

האסט אבער נישט פארענטפערט מיין הארבע פראגע ווי אזוי פאר נארישע פאליטיק קען מען אפעציעל שטיצען און מחזק א וואנזיניגער חופר קברים? נאך וואס אלע און יא אלע האבן אים אפגעזאגט. דאס איז דאך שרעקלעך.

Re: נייע אויסגאבע 'שופר' שעל ידי 'קהל יטב לב דסאטמאר' (מהרי"י)

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 12:35 pm
דורך דער תהלים איד
@צווייזייטיג דו פארשטייסט זייער גוט וואס איך זאג. אן אריינגיין אין די נושאים, דו ווייסט אויך אז "די זעלבע" וואס ארבעטן אין א"י אז אידן תמימים זאלן בלייבן אין טורמע לטובת המערכה, אדער אז אידן וואס וואוינען וואו דו ווילסט נישט זאלן ערליכע מוסדות נישט נעמען זייערע קינדער, אא"וו ואכמ"ל, אט די זעלבע האלטן אז אין אמעריקע שמדט מען אויס די קינדער מיט קאמאן קאר, מפיהם ומפי כתבם, וכו' וגו', בלא בלא בלא.

סוי אז מען איז מחנך א דור צו זיין א פתי יאמין לכל דבר, און צו נאכגיין אלע עקסטרעמיסטן ווען ס'איז נוגע ירושלים, קען מען נישט האבן קיין טענות ווען דער עולם נעמט עס ווייטער און גלייבט זיי אויך ווען עס קומט צו ענינים פון ניו יארק.

@world champion ווען דו באשליסט אז איינער איז א וואנזיניגער, אדער א חופר קברים, איז עס נישט מחייב קיינעם. כאפסט?

Re: נייע אויסגאבע 'שופר' שעל ידי 'קהל יטב לב דסאטמאר' (מהרי"י)

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 12:38 pm
דורך world champion
איך האב באשלאסן? אזוי גאר?!

פאליטיק העכער אלעם... בושה בושה בושה.

Re: נייע אויסגאבע 'שופר' שעל ידי 'קהל יטב לב דסאטמאר' (מהרי"י)

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 12:47 pm
דורך שטייפע קוגל
world champion האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 10:16 am
פ. לאקס האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 10:11 am
world champion האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 10:05 am

הנוגע לענינינו?? ווי קומט אריין פאליטיק ווען מען גראבט רח"ל אויף קדושי ארץ??

אלעס איז פאליטיק? ווי נידעריג קען מען גיין?
יא יא, פאר פאליטיק האט מען געבעטן צו אויסברייטערן די בית החיים גבולים, און די שטאטראט האט עס גאר פארקלענערט. אבער פארוואס רעדט מען נישט פון די פארראט אז די וואס פארפירן יעצט מיט זודיגע טרערן איבער די בית החיים זענען גאר די וואס האבן אריין געמישט די רעגירונגס ארכעאלאגן אין בילד...
רעד געזונטערהייט. (איך קען ניטאמאל די פאליטיק און אינטערעסירט מיר נישט)

האסט אבער נישט פארענטפערט מיין הארבע פראגע ווי אזוי פאר נארישע פאליטיק קען מען אפעציעל שטיצען און מחזק א וואנזיניגער חופר קברים? נאך וואס אלע און יא אלע האבן אים אפגעזאגט. דאס איז דאך שרעקלעך.
איך קען אויך נישט די פאליטיק און ס'אינטערעסירט מיך צוויי מאל נישט. אבער דו קענסט די מעשה פון יענער וואס האט געשריגן וואלף וואלף?

Re: נייע אויסגאבע 'שופר' שעל ידי 'קהל יטב לב דסאטמאר' (מהרי"י)

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 12:48 pm
דורך world champion
אגב האט הגה"צ ר' געציל בערקאוויטש שליט"א אויך אונטערגעשריבן אז מען טאר נישט דארט גראבן.

Re: נייע אויסגאבע 'שופר' שעל ידי 'קהל יטב לב דסאטמאר' (מהרי"י)

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 12:49 pm
דורך world champion
שטייפע קוגל האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 12:47 pm
world champion האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 10:16 am
פ. לאקס האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 10:11 am
יא יא, פאר פאליטיק האט מען געבעטן צו אויסברייטערן די בית החיים גבולים, און די שטאטראט האט עס גאר פארקלענערט. אבער פארוואס רעדט מען נישט פון די פארראט אז די וואס פארפירן יעצט מיט זודיגע טרערן איבער די בית החיים זענען גאר די וואס האבן אריין געמישט די רעגירונגס ארכעאלאגן אין בילד...
רעד געזונטערהייט. (איך קען ניטאמאל די פאליטיק און אינטערעסירט מיר נישט)

האסט אבער נישט פארענטפערט מיין הארבע פראגע ווי אזוי קען מען אפעציעל שטיצען און מחזק א וואנזיניגער חופר קברים? נאך וואס אלע און יא אלע האבן אים אפגעזאגט. דאס איז דאך שרעקלעך.
איך קען אויך נישט די פאליטיק און ס'אינטערעסירט מיך צוויי מאל נישט. אבער דו קענסט די מעשה פון יענער וואס האט געשריגן וואלף וואלף?
קומט נישט אהער. ווען מען גראבט אויף קדושים דארף עס באדערן ווער רעדט נאך פון מחזיק זיין די חופרים?? פאר נארישע פאליטיק?

Re: נייע אויסגאבע 'שופר' שעל ידי 'קהל יטב לב דסאטמאר' (מהרי"י)

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 12:53 pm
דורך דעת קדשי
world champion האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 12:48 pm אגב האט הגה"צ ר' געציל בערקאוויטש שליט"א אויך אונטערגעשריבן אז מען טאר נישט דארט גראבן.
סתם נייגעריג וויאזוי שרייבן רבנים פון אמעריקא להיתר או לאיסור ווען זיי האבן קיינמאל נישט בודק געווען די פלאץ?

Re: נייע אויסגאבע 'שופר' שעל ידי 'קהל יטב לב דסאטמאר' (מהרי"י)

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 12:54 pm
דורך world champion
דעת קדשי האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 12:53 pm
world champion האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 12:48 pm אגב האט הגה"צ ר' געציל בערקאוויטש שליט"א אויך אונטערגעשריבן אז מען טאר נישט דארט גראבן.
סתם נייגעריג וויאזוי שרייבן רבנים פון אמעריקא להיתר או לאיסור ווען זיי האבן קיינמאל נישט בודק געווען די פלאץ?
קבלת עדות.

Re: נייע אויסגאבע 'שופר' שעל ידי 'קהל יטב לב דסאטמאר' (מהרי"י)

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 1:16 pm
דורך דער תהלים איד
world champion האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 12:48 pm אגב האט הגה"צ ר' געציל בערקאוויטש שליט"א אויך אונטערגעשריבן אז מען טאר נישט דארט גראבן.
ער האט נישט. להד"ם.

Re: נייע אויסגאבע 'שופר' שעל ידי 'קהל יטב לב דסאטמאר' (מהרי"י)

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 1:17 pm
דורך דער תהלים איד
world champion האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 12:54 pm
דעת קדשי האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 12:53 pm
world champion האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 12:48 pm אגב האט הגה"צ ר' געציל בערקאוויטש שליט"א אויך אונטערגעשריבן אז מען טאר נישט דארט גראבן.
סתם נייגעריג וויאזוי שרייבן רבנים פון אמעריקא להיתר או לאיסור ווען זיי האבן קיינמאל נישט בודק געווען די פלאץ?
קבלת עדות.

עד שבאו עדי זוממים.

וחוזק חלילה.

Re: נייע אויסגאבע 'שופר' שעל ידי 'קהל יטב לב דסאטמאר' (מהרי"י)

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 1:19 pm
דורך world champion
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:16 pm
world champion האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 12:48 pm אגב האט הגה"צ ר' געציל בערקאוויטש שליט"א אויך אונטערגעשריבן אז מען טאר נישט דארט גראבן.
ער האט נישט. להד"ם.
זעקת-התורה.jpg
זעקת-התורה.jpg (439.76 KiB) געזען געווארן 850 מאל

Re: נייע אויסגאבע 'שופר' שעל ידי 'קהל יטב לב דסאטמאר' (מהרי"י)

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 1:20 pm
דורך world champion
הבהרה-וגילוי-דעת-1.jpg
הבהרה-וגילוי-דעת-1.jpg (247.93 KiB) געזען געווארן 843 מאל

Re: נייע אויסגאבע 'שופר' שעל ידי 'קהל יטב לב דסאטמאר' (מהרי"י)

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 1:21 pm
דורך דער תהלים איד
world champion האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:19 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:16 pm
world champion האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 12:48 pm אגב האט הגה"צ ר' געציל בערקאוויטש שליט"א אויך אונטערגעשריבן אז מען טאר נישט דארט גראבן.
ער האט נישט. להד"ם.
זעקת-התורה.jpg
דאס איז א אלטע בריוו.

דא רעדט מען פון א צווייטן שטח. נישט פון דעם וועמען דו רעדסט. א צמישעניש.

Re: נייע אויסגאבע 'שופר' שעל ידי 'קהל יטב לב דסאטמאר' (מהרי"י)

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 1:23 pm
דורך world champion
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:21 pm
world champion האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:19 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:16 pm

ער האט נישט. להד"ם.
זעקת-התורה.jpg
דאס איז א אלטע בריוו.

דא רעדט מען פון א צווייטן שטח. נישט פון דעם וועמען דו רעדסט. א צמישעניש.
פארדריי נישט קיין קאפ "תש"פ".

מען רעדט פון די שטח.

Re: נייע אויסגאבע 'שופר' שעל ידי 'קהל יטב לב דסאטמאר' (מהרי"י)

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 1:24 pm
דורך world champion
חוות-דעת-מרבי-דוד-מיכאל-שמידל-scaled.jpg
חוות-דעת-מרבי-דוד-מיכאל-שמידל-scaled.jpg (284.26 KiB) געזען געווארן 861 מאל

Re: נייע אויסגאבע 'שופר' שעל ידי 'קהל יטב לב דסאטמאר' (מהרי"י)

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 1:25 pm
דורך world champion
מכתב-רבני-ארהב.jpg
מכתב-רבני-ארהב.jpg (377.05 KiB) געזען געווארן 862 מאל

Re: נייע אויסגאבע 'שופר' שעל ידי 'קהל יטב לב דסאטמאר' (מהרי"י)

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 1:26 pm
דורך world champion
הלכה-ברורה-ממנהיגי-הקהילות.jpg
הלכה-ברורה-ממנהיגי-הקהילות.jpg (478.01 KiB) געזען געווארן 865 מאל

Re: נייע אויסגאבע 'שופר' שעל ידי 'קהל יטב לב דסאטמאר' (מהרי"י)

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 1:27 pm
דורך דער תהלים איד
world champion האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:23 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:21 pm
world champion האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:19 pm

זעקת-התורה.jpg
דאס איז א אלטע בריוו.

דא רעדט מען פון א צווייטן שטח. נישט פון דעם וועמען דו רעדסט. א צמישעניש.
פארדריי נישט קיין קאפ "תש"פ".

מען רעדט פון די שטח.

איך בין לגמרי נישט אויסגעקאכט אין די נושא, אבער איך פארשטיי אז דארט רעדט מען פון א האטעל, און יעצט רעדט מען פון א מקוה. און פאר די יעצטיגע שטח האט שוין רבי געציל געהאט געשריבן א הסכמה אז מ'זאל יא בויען! און זיכער נישט געשריבן אז מ'טאר נישט.

אלנפאלס, עס אינטערסירט באמת קיינעם נישט די גאנצע נ ושא, ווייל יעדער ווייסט וויפיל נאמנות די זאכן האבן, און וויפיל ווערד די קול קורא'ס האבן, ודי בזה.

Re: נייע אויסגאבע 'שופר' שעל ידי 'קהל יטב לב דסאטמאר' (מהרי"י)

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 1:34 pm
דורך שטייפע קוגל
world champion האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 12:49 pm
שטייפע קוגל האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 12:47 pm
world champion האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 10:16 am
רעד געזונטערהייט. (איך קען ניטאמאל די פאליטיק און אינטערעסירט מיר נישט)

האסט אבער נישט פארענטפערט מיין הארבע פראגע ווי אזוי קען מען אפעציעל שטיצען און מחזק א וואנזיניגער חופר קברים? נאך וואס אלע און יא אלע האבן אים אפגעזאגט. דאס איז דאך שרעקלעך.
איך קען אויך נישט די פאליטיק און ס'אינטערעסירט מיך צוויי מאל נישט. אבער דו קענסט די מעשה פון יענער וואס האט געשריגן וואלף וואלף?
קומט נישט אהער. ווען מען גראבט אויף קדושים דארף עס באדערן ווער רעדט נאך פון מחזיק זיין די חופרים?? פאר נארישע פאליטיק?
קוקט אויס די קענסט נישט די מעשה...

Re: נייע אויסגאבע 'שופר' שעל ידי 'קהל יטב לב דסאטמאר' (מהרי"י)

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 1:35 pm
דורך world champion
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:27 pm
world champion האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:23 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:21 pm

דאס איז א אלטע בריוו.

דא רעדט מען פון א צווייטן שטח. נישט פון דעם וועמען דו רעדסט. א צמישעניש.
פארדריי נישט קיין קאפ "תש"פ".

מען רעדט פון די שטח.

איך בין לגמרי נישט אויסגעקאכט אין די נושא, אבער איך פארשטיי אז דארט רעדט מען פון א האטעל, און יעצט רעדט מען פון א מקוה. און פאר די יעצטיגע שטח האט שוין רבי געציל געהאט געשריבן א הסכמה אז מ'זאל יא בויען! און זיכער נישט געשריבן אז מ'טאר נישט.

אלנפאלס, עס אינטערסירט באמת קיינעם נישט די גאנצע נ ושא, ווייל יעדער ווייסט וויפיל נאמנות די זאכן האבן, און וויפיל ווערד די קול קורא'ס האבן, ודי בזה.
ניין מען רעדט פון די מקוה!

איך זעה אז דו ווייסט נישט און ניטאמאל אינטערעסירט עס דיר אז מען גראבט אויף קדושים, נאר נארישע פאליטיק איז דיר נוגע, לאן הגענו!

דו פרופסט נאכאמאל די ביטערע פאקט.

ביטע שטעל א בריוו פון ר' געציל שליט"א אז מען מעג דארט גראבן.

Re: נייע אויסגאבע 'שופר' שעל ידי 'קהל יטב לב דסאטמאר' (מהרי"י)

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 1:42 pm
דורך דער תהלים איד
world champion האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:35 pm ניטאמאל אינטערעסירט עס דיר אז מען גראבט אויף קדושים, נאר נארישע פאליטיק איז דיר נוגע, לאן הגענו!
דיר גייט נישט אן אז מען לערנט כפירה מיט טויזנטער קינדערלעך שוין 5 יאר אין א צי??!!! לאן הגיענו!

בארואיגט אייך... דא אויף אידטיש איז נישט געמאכט פאר פאשקעווילן. אויב ווילסט דא אויסקלארן א נושא, רעד נאר "צום ענין".

די אלע געשרייען זענען 'נניח' אז יענער חתימות-זאמלער און עדות זאגער איז באגלייבט. ווייל אויב נישט, קען גאר זיין (שטעלט אייך פאר) אז ער קען נעמען א מצוה און עס פארבן ווי אן עבירה, חמורות שבחמורות.