היסטארישע און ירושה חפצים

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
לינדען תושב
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 4:07 pm
Location: Linden
x 76

Re: היסטארישע און ירושה חפצים

פאוסט דורך לינדען תושב »

זוכער האט געשריבן: מאנטאג מערץ 30, 2026 5:56 pm כ׳הער אז ס׳איז שוין דא א גע׳חתמ׳טע מודעה / צעטל, פון אלע יורשים.

נישט געזעהן דעם תופס.
סאטמאר?
אנשי שלומינו
פרישער באניצער
פאוסטס: 75
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 12, 2026 11:37 am
x 177

Re: היסטארישע און ירושה חפצים

פאוסט דורך אנשי שלומינו »

*וזאת הברכה אשר בר״ך מש״ה!*

מיט גרויס עקסטאז ווערט אויפגענומען די בשורה מרנינה ביי חסידי סאטמאר אלוועלטליך, *אַז לקראת דער צוואָנציגסטער יומא דהילולא קדישא פון רבינו הגה״ק בעל ברך משה זי״ע*, איז מען געקומען ב״ה לעמק השוה צו צעטיילן די ירושה, מורשת צדיק, פון רבי׳ן זצ״ל, בסדר יפה אף נעים, צווישן די בני משפּחת המלוכה.

די ירושת הצדיק נעמט אריין אין זיך פילע *צענדליגער גאָר טייערע חפצי קודש, כתבי קודש, און ספרי קודש, פון די שלשלת הקודש צדיקי בית סיגוט וסאטמאר אַרויף ביז צום ראש השושילתא קדישא מרן הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע*, און איז אריבערגעגאנגען דור אחר דור ביז רבינו הברך משה זי”ע.

די צעטיילונג פון די ירושה קומט צושטאַנד *תחת פּיקוחו — און נאך די אומערמידליכע כוחות — פונעם לעגענדאַרן סאטמארער משב״ק, איש אמונו וסודו פון רבי׳ן הברך משה זי״ע, הרבני החסיד המרומם רבי משה פריעדמאן שליט״א*, וועלכער איז אָנפאַרטרויעט געוואָרן דורכ׳ן רבי׳ן בכבודו ובעצמו זיך אפּצוגעבן בעזבונו לאחר אריכות ימיו ושנותיו, אינאיינעם מיט החסיד המרומם רבי *אליעזר קעסטענבוים* שליט״א, רב ונשיא ״דמשק אליעזר״.

די ירושה, וואָס ווערט געשאצט אין די ווערד פון פילע מיליאנען, *ווערט געהאלטן בקדושה יתירה שוין אזויפיל דורות, ביי רבותינו הצדיקים הקדושים דור אחר דור, און אונטער די אויפזיכט פונעם משב״ק רבי משה שליט״א* האָבן חשוב׳ע מבינים און ת"ח דאס מסדר געווען דבר דבר על אופנו, לויט׳ן רצון פון רבי׳ן און עפ"י דת תוה"ק והיושר.

אין די זעלבע צייט איז ארויסגעקומען א *היסטאָרישער מכתב "בקשה ואזהרה" אונטערגעשריבן דורך אלע קינדער און איידעמער פון רבינו הברך משה זי״ע*, ובראשם כ״ק מרן רבינו שליט״א, אנבאלאנגט די ירושה!

אין דעם מכתב ווערט אַרויסגעברענגט, אַז היות במשך פון די יארן איז פארלוירן געווארן פארשידענע טייערע חפצים און ספרים פון די ירושה, וואס מען ווייסט נישט וואו זיי געפינען זיך, על כן *ליגט א פליכט מדין תורה דאס צוריק צוגעבן פאר די יורשי דאורייתא*, און נישט נכשל צו ווערן באיסור גזל ח"ו.

דער מכתב טוט אונטערשטרייכן אַז כמובן א חפץ וואס מען האלט בגניבה האט נישט קיין שום חשיבות, אדרבא דאס איז א צער פאר די צדיקים אז מען האלט אפ פון צעטיילן זייער ירושה.

זיי ברענגען אויך צו די ווערטער וואס מרן הברך משה זצ"ל האט געשריבן נאך די פטירה פון זיין גרויסן פעטער מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע - אלס איינציגסטער יורש דאורייתא - ווי ער איז מגלה דעת אז על כתבי ידות און חפצים וכדו' וואס געפינט זיך ברשות אחרים, איז ער נישט מוותר דערויף, און געפינט זיך "ברשות המחזיק בתורת גזל”.

די יורשים זענען דא אויך מגלה דעת, אז *אפילו אויב איינער האט אין פלאן דאס צוריקגעבן פריוואט נאר פאר איינע פון די יורשים*, וועלן זיי דאס נישט מקבל זיין נאר באופן אז *דאס ווערט צעטיילט צווישן אלע יורשים צוגלייך!*

אינעם מכתב ווערט אָנגעגעבן אַז דער זמן צוריקצוברענגן די חפצים איז *ביז קומענדיגן 'ל"ג בעומר*', כדי מען זאל קענען תיכף דערנאך מסדר זיין די חלוקת הירושה על צד היותר טוב!

מטעם די יורשים זענען געשטעלט געווארן שלוחים נכבדים, פאר וועם מען קען צוריקברענגן די אלע חפצים, ספרים וכו' - ה"ה די משמשים בקודש, *הרה"ח ר' משה פריעדמאן נ"י, הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן נ"י, והרה"ח ר' חיים שלמה פישער נ"י* - מיט א פארזיכערונג אז דאס בלייבט אנאנים, קיין נברא בעולם וועט נישט וויסן דערפון, און עס וועט נישט געפרעגט ווערן קיין שום שאלות.

די יורשים זענען מגלה דעת אז *ווער עס וועט צוריקברענגן די חפצים ביזן קומענדיגן ל"ג בעומר*, זענען זיי מוחל במחילה גמורה על העבר.

די פריידיגע נייעס איבער די חלוקת הירושה וואס וועט פארקומען אין די גאר נאנטע טעג בעז"ה, איז *נארוואס צושפרייט געווארן ברוב שמחה וחדוה ביי אלע חסידי סאטמאר*, און איז אוודאי א נחת רוח און א כבוד לנשמת רביה"ק און נשמת אבותיו הק' שלשלת עצי התמרים נבג״מ.
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1026
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1525

Re: היסטארישע און ירושה חפצים

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

IMG_20260330_204157_900.jpg
IMG_20260330_204157_900.jpg (145.16 KiB) געזען געווארן 1252 מאל
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1044
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1259

Re: היסטארישע און ירושה חפצים

פאוסט דורך איד »

הדסים האט געשריבן: מאנטאג מערץ 30, 2026 5:18 pm
זלמעלע האט געשריבן: מאנטאג מערץ 30, 2026 3:08 pm און אמר"ש, וייסט איינער ויזוי איז צוטיילט געווארן ירושת הרה"ק מהר"ש מבאבוב?
מיינסט מהרנ"ץ? ס'איז דאך געווען די באקאנטע די"ת.
זלמעלע האט געשריבן: מאנטאג מערץ 30, 2026 5:28 pm

איך מיין די ירושה חפצים פון מהר"ש. דין די"ת האט נישט געהאט מיט דעם

די דין תורה איז געווען אויף די קהילה,

די פראווייטע ירושה חפצים און אנדערע פראווייטע ירושה ווי הייזער וכדומה, האט מען קיינמאל נישט צעטיילט,
נישט פון ר' שלמה
און נישט פון ר' נפתלי צבי
ראובן
פרישער באניצער
פאוסטס: 51
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 2:27 am
x 107

Re: היסטארישע און ירושה חפצים

פאוסט דורך ראובן »

איד האט געשריבן: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:05 pm

געדענק איך פון דעמאלטס אז די דין תורה איז יא געווען אויף די פריוואטע חפצים (ר' שלמה כמובן) אבער זיי האבן נישט געפאסקנט אויף דעם. לכאורה איז עס נאך נישט צעטיילט. אגב, איז דא נאך וואס זענען נישט צעטיילט
אוועיטער
איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1044
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1259

Re: היסטארישע און ירושה חפצים

פאוסט דורך איד »

ראובן האט געשריבן: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:49 pm

גערעכט

די דין תורה איז למעשה געווען נאר אויף די קהילה,
און מ'האט געדארפט צוריק גיין אויף די ירושה (כ'מיין אז די בית החיים איז נאך אויך נישט געווען אין די פסק)
למעשה איז מען קיינמאל נישט צוריק געגאנגען..
זלמעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 218
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 805

Re: היסטארישע און ירושה חפצים

פאוסט דורך זלמעלע »

איד האט געשריבן: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:50 pm

ווי ליגט עס? ווער נוצט עס?
זלמעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 218
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 805

Re: היסטארישע און ירושה חפצים

פאוסט דורך זלמעלע »

ראובן האט געשריבן: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:49 pm איז דא נאך וואס זענען נישט צעטיילט
כ'בין זיכער אז דא איז די פלאץ צו פארברייטערן איבער דעם, ביסט מחולק מיט מיר?...
זלמעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 218
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 805

Re: היסטארישע און ירושה חפצים

פאוסט דורך זלמעלע »

איד האט געשריבן: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:05 pm און נישט פון ר' נפתלי צבי
פארוואס טאקע נישט? איז דאך באקאנט אז די שוואגערס שליט"א האלטן זיך זייער גוט צוזאמען
און במקום שיש בנות אין האחים יורשים...
ראובן
פרישער באניצער
פאוסטס: 51
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 2:27 am
x 107

Re: היסטארישע און ירושה חפצים

פאוסט דורך ראובן »

זלמעלע האט געשריבן: דינסטאג מערץ 31, 2026 11:47 am
איד האט געשריבן: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:50 pm
ראובן האט געשריבן: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:49 pm

געדענק איך פון דעמאלטס אז די דין תורה איז יא געווען אויף די פריוואטע חפצים (ר' שלמה כמובן) אבער זיי האבן נישט געפאסקנט אויף דעם. לכאורה איז עס נאך נישט צעטיילט. אגב, איז דא נאך וואס זענען נישט צעטיילט
גערעכט

די דין תורה איז למעשה געווען נאר אויף די קהילה,
און מ'האט געדארפט צוריק גיין אויף די ירושה (כ'מיין אז די בית החיים איז נאך אויך נישט געווען אין די פסק)
למעשה איז מען קיינמאל נישט צוריק געגאנגען..
ווי ליגט עס? ווער נוצט עס?
איך מיין קיינער
אוועיטער
איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1044
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1259

Re: היסטארישע און ירושה חפצים

פאוסט דורך איד »

זלמעלע האט געשריבן: דינסטאג מערץ 31, 2026 12:03 pm
איד האט געשריבן: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:05 pm און נישט פון ר' נפתלי צבי
פארוואס טאקע נישט? איז דאך באקאנט אז די שוואגערס שליט"א האלטן זיך זייער גוט צוזאמען
און במקום שיש בנות אין האחים יורשים...
האלטן זיך טאקע גוט צוזאמען,
אבער די ירושה האט מען נאך נישט צעטיילט.
veltsman
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:25 am
x 32

Re: היסטארישע און ירושה חפצים

פאוסט דורך veltsman »

איד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 31, 2026 3:20 pm
זלמעלע האט געשריבן: דינסטאג מערץ 31, 2026 12:03 pm
איד האט געשריבן: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:05 pm און נישט פון ר' נפתלי צבי
פארוואס טאקע נישט? איז דאך באקאנט אז די שוואגערס שליט"א האלטן זיך זייער גוט צוזאמען
און במקום שיש בנות אין האחים יורשים...
האלטן זיך טאקע גוט צוזאמען,
אבער די ירושה האט מען נאך נישט צעטיילט.
מעגליך אז מ׳וויל נישט צוטיילן ווילאנג די ריכטיגע סחורה איז נאך נישט דא, דהיינו ירושת מהר״ש ולמעלה בקודש,
זלמעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 218
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 805

Re: היסטארישע און ירושה חפצים

פאוסט דורך זלמעלע »

veltsman האט געשריבן: מיטוואך אפריל 01, 2026 11:48 am
איד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 31, 2026 3:20 pm
זלמעלע האט געשריבן: דינסטאג מערץ 31, 2026 12:03 pm

פארוואס טאקע נישט? איז דאך באקאנט אז די שוואגערס שליט"א האלטן זיך זייער גוט צוזאמען
און במקום שיש בנות אין האחים יורשים...
האלטן זיך טאקע גוט צוזאמען,
אבער די ירושה האט מען נאך נישט צעטיילט.
מעגליך אז מ׳וויל נישט צוטיילן ווילאנג די ריכטיגע סחורה איז נאך נישט דא, דהיינו ירושת מהר״ש ולמעלה בקודש,
זיי האבן עפעס א חלום צו עס באקומען? אפשר ע"י שם קדוש...
ראובן
פרישער באניצער
פאוסטס: 51
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 2:27 am
x 107

Re: היסטארישע און ירושה חפצים

פאוסט דורך ראובן »

זלמעלע האט געשריבן: מוצש"ק אפריל 04, 2026 4:50 pm
veltsman האט געשריבן: מיטוואך אפריל 01, 2026 11:48 am
איד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 31, 2026 3:20 pm

האלטן זיך טאקע גוט צוזאמען,
אבער די ירושה האט מען נאך נישט צעטיילט.
מעגליך אז מ׳וויל נישט צוטיילן ווילאנג די ריכטיגע סחורה איז נאך נישט דא, דהיינו ירושת מהר״ש ולמעלה בקודש,
זיי האבן עפעס א חלום צו עס באקומען? אפשר ע"י שם קדוש...
אפילו טאמער יא זעה איך נישט קיין פשט אין נישט צוטיילען די שווערס ירושה. וואס איז די שייכות? טאמער און ווען יענץ וועט קומען קען מען צוטיילען
זוכער
פרישער באניצער
פאוסטס: 57
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 28, 2025 2:32 pm
Location: China
x 138

Re: היסטארישע און ירושה חפצים

פאוסט דורך זוכער »

כפי ידיעתי איז די ירושה פון ספינקא אויך נישט ציטיילט געווארן כדת וכדין.

שוין כמעט 30 פון זיין פטירה.
זלמעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 218
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 805

Re: היסטארישע און ירושה חפצים

פאוסט דורך זלמעלע »

נו, כ'מיין אז מ'דארף נוצו די געוואלדיגע שריט אין סאטמער צו שאפן עפעס אמובמענט אין די חסידישע וועלט מ'זאל ציטעיילן די ירושות הקודש איין מאל פאר אלע מאל.... יונתן שווארץ מוז אריין טאן אין די זאך
שרייב פאוסט