נייעס און שמועסן פון מאנסי און דער אומגעגנט

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6158
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13813

Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אגב, איז נישט דא אין מאנסי קיין מאסן טראנזיט? א שטייגער ווי די ווילעדזש באס אין ק"י?

אויב נישט, פארוואס טאקע? קען מען עס מאכן?
בורר
פרישער באניצער
פאוסטס: 68
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 6:29 pm
x 46

Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט

פאוסט דורך בורר »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 8:43 pm איך כאפ נישט. אדער גוי'אישע טעקסיס, אדער דרייוון?

און איך מיין אז א חסידישע דיין וואס קוקט אן דאס דרייוון ביי פרויען ווי עפעס א אומפארשטענדליכע גזירת הכתוב פון 'פריערדיגע', איז נישט פון אונזער גזע... און שוין.
ער איז א היימישע רב ער פארשטייט די פראבלעם פון דרייוון אבער די פראבלעמען פון טעקסיס לדעתו איז מער,
אבער מתיר זיין עפעס וואס די אוסרים זענען אונזערע גרעסטע און זיי לעבן מער נישט זיי אנצופרעגן, איז נישט אויף זיין אחריות
בורר
פרישער באניצער
פאוסטס: 68
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 6:29 pm
x 46

Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט

פאוסט דורך בורר »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 8:44 pm אגב, איז נישט דא אין מאנסי קיין מאסן טראנזיט? א שטייגער ווי די ווילעדזש באס אין ק"י?

אויב נישט, פארוואס טאקע? קען מען עס מאכן?
עס איז יא דא TOR און KESER אבער ווייט פון גענוג.
קוקט אויס אז דו קענסט נישט מאנסי, פאר יעדע קלייניקייט דארף מען א קאר.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6158
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13813

Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אין קרית יואל איז אויך געווען א שווערע מצב ביז ממש לעצטנס. אבער די נייע ווילעדזש באסעס זענען ממש א רעוואלוציע. איך האב אן אקאונט ביי ליבערמאן'ס מיט א ק"ק אן פייל, ס'קומט א ביל יעדע אנהייב חודש, און די לעצטע שטיק צייט איז עס בערך $0...

איך בין נישט באקאנט ווער עס דארף עס צושטעלן, אבער אפשר קען מען עס פאדערן.
בורר
פרישער באניצער
פאוסטס: 68
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 6:29 pm
x 46

Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט

פאוסט דורך בורר »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 8:51 pm אין קרית יואל איז אויך געווען א שווערע מצב ביז ממש לעצטנס. אבער די נייע ווילעדזש באסעס זענען ממש א רעוואלוציע. איך האב אן אקאונט ביי ליבערמאן'ס מיט א ק"ק אן פייל, ס'קומט א ביל יעדע אנהייב חודש, און די לעצטע שטיק צייט איז עס בערך $0...

איך בין נישט באקאנט ווער עס דארף עס צושטעלן, אבער אפשר קען מען עס פאדערן.
איך קען מיר נישט אויס אין ק"י,
אין ק"י דארף מען א טעקסי צו גיין צו די ארבעט, גראסערי, שמחות, וכדו,?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6158
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13813

Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אודאי
בורר
פרישער באניצער
פאוסטס: 68
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 6:29 pm
x 46

Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט

פאוסט דורך בורר »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 9:31 pm אודאי
שוין דארף מען זען אז די ק"י ווילידזש זאל אנעקסירן מאנסי...
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3602
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5812

Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט

פאוסט דורך וואוילער »

ס'דא אידישע טעקסיס אויכעט.
אבער מ'דארף וויסן וועם צו נוצן, ווייל נישט מיט איעדעם מעג א פרוי אליינס פארן.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3602
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5812

Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט

פאוסט דורך וואוילער »

די כתר ווילעדז באסעס העלפן גאר אסאך ארויס לעצטענס

[יעצט שרייבנדיג הער איך די באס אדורך פארן...]
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3602
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5812

Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט

פאוסט דורך וואוילער »

מאנסי האט עפעס וואס ק״י האט מן הסתם נישט, פרויען טעקסיס.
סיי די קאמפעניס און סיי פריוואטע.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
בורר
פרישער באניצער
פאוסטס: 68
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 6:29 pm
x 46

Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט

פאוסט דורך בורר »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 11:38 pm מאנסי האט עפעס וואס ק״י האט מן הסתם נישט, פרויען טעקסיס.
סיי די קאמפעניס און סיי פריוואטע.
אמת, אבער נישט אייביג איז אוועליבעל,
מיין ווייב איז מקפיד דערויף.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6158
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13813

Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

קרית יואל האט גויטע דרייווער (מאטיס)
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 756
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 716

Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט

פאוסט דורך טראפקעלע »

טראפקעלע האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 2:23 am קומט א גרויסע חלוקה אין מאנסי (אזוי ווי געווען אין ווב"ס) פאר 5000 משפחות!!

נתנדב דורך נדבנים פון מאנסי.

פרטים יבואו
גערעד היינט מיט יענעם עסקן, זאגט ער אז למעשה איז נישט צאמגעשטעלט געווארן די נויטיגע סומעס.

אפשר א צווייטע מאל.

מיט אנטשולדיגונג.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3602
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5812

Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט

פאוסט דורך וואוילער »

די פעדערשעין גיבט נאר פאר וומס״ב? :lol:
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
Programming
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 237
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 1:26 am
x 326

Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט

פאוסט דורך Programming »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 8:43 pm איך כאפ נישט. אדער גוי'אישע טעקסיס, אדער דרייוון?

און איך מיין אז א חסידישע דיין וואס קוקט אן דאס דרייוון ביי פרויען ווי עפעס א אומפארשטענדליכע גזירת הכתוב פון 'פריערדיגע', איז נישט פון אונזער גזע... און שוין.
דער מציאות אמאל און דער מציאות היינט ארום פרויען דרייוון איז א חילוק פון הימל און ערד, און דערפאר איז גאר פארשטענדליך אז קיינער אריינגערעכנט פון 'אונזער גזע' זעהט נישט קיין עכטער פראבלעם מיט פרויען דרייוון, נאר דאס אז די גדולים פונעם פריערדיגן דור האבן עס גע'אסר'ט. ווי שוין ערווענט באריכות אין א אנדערע פאוסט - וואס דו האסט שוין דעמאלט 'דיסלייקט', אבער פאקט בלייבט פאקט - אז די ענינים פון צניעות און היפך הצניעות (וואס זענען נישט קיין הלכות אין שו"ע) ווענדט זיך זייער שטארק אין די ארומיגע אומשטענדן וואס שאפן דעם בילד צי א געוויסער לבוש אדער התנהגות איז איידל אדער נישט, און כהיום איז נישט שייך און נישט דער מציאות לגבי דרייוון דאס וואס עס איז געווען פאר 100 און 50 יאר צוריק.

(פארשטייט זיך דאס איז נאר אביעקטיוו גערעדט, ווייל למעשה אז איינער איז צוגעוואוינט און אויפגעוואקסן אין א שטאט וואס נאר גויטעס דרייוון האט ער אפשר אויך אזא סארט - ארטיפישעלי פראדוצירטער - בילד אז דרייוון פאר פרויען איז פריצות, טאקע פאר די זעלבע סיבה אז עס איז א אומדערהערטע זאך ביי אים. משא"כ א חסידישע דיין וואס וואוינט אין מאנסי).
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1422
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 4468

Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט

פאוסט דורך מסתמא »

בורר האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 8:37 pm
מסתמא האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 5:44 pm די וועלכע ווילן זייער שטארק אז די נשים זאלן דרייוון דרייען יעצט איבער געפערליך. אין קרית יואל רופט מען זיי היינט די מחנה מ’.

למען האמת, דער וויענער רב הרב לעבאוויטש ז”ל איז געווען שטארק אין שטיצע פון פרויען דרייוון, כגלויב צוליב אזאלעכע סארט חששות אבער רוב היימישע רבנים זענען געווען דערקעגן צוליב אנדערע חששות און עס בכלל אנגעקוקט אין אלגעמיין ווי אין קעגנזאץ צו כל כבודה. מקען אפשר זאגן אז די מציאות טוישט זיך ווייל היינט וואוינט מען אזוי צישפרייט, אבער אזא נושא באלאנגט פאר די רבנים צו דן זיין כמובן.

אויף הלכה למעשה ליגט אויף יעדע יחיד צו פרובירן זיין ווי מער אוועילעבל פאר די משפחה צו טראגן און ברענגען און פרובירן אויסמיידן טעקסיס און עס האלטן צו א מינימום שבמינימום מיט ערנסטע באווארענונגען. סאיז נישט קיין געלעכטער.
פאר דו זאגסט מגושמים, איך האב היינט גערעדט צו אן עלטערע דיין אין מאנסי האט ער מיר געזאגט אז עס וואלט געווען אן עצה אז פרויען זאלן אנפאנגען דרייוון אבער ער וויל נישט נעמען אחריות ווען פריערדיגע האבן עס גע'אסר'ט בפרט אז עס גייט נישט לעזן די פראבלעם אינגאנצן.
ניין ניין! מיין דעת עם הארץ זאגט אויכעט אזוי, אבער כקוק נאר ווער ספארפירט
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1422
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 4468

Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט

פאוסט דורך מסתמא »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 11:35 pm ס'דא אידישע טעקסיס אויכעט.
אבער מ'דארף וויסן וועם צו נוצן, ווייל נישט מיט איעדעם מעג א פרוי אליינס פארן.
כווייס בבירור אז סאיז פעסט פראבלעמאטיש ביי די אידישע טעקסיס אין קרית יואל אויכעט הגם סאיז אסאאאך אסאאך מער געצוימט ווי ביי די גויאישע טעקסיס און די קהילות קענען עס עטוואס מער מסדר זיין
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 2000

Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט

פאוסט דורך יום טוב »

מסתמא האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 11:39 am
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 11:35 pm ס'דא אידישע טעקסיס אויכעט.
אבער מ'דארף וויסן וועם צו נוצן, ווייל נישט מיט איעדעם מעג א פרוי אליינס פארן.
כווייס בבירור אז סאיז פעסט פראבלעמאטיש ביי די אידישע טעקסיס אין קרית יואל אויכעט הגם סאיז אסאאאך אסאאך מער געצוימט ווי ביי די גויאישע טעקסיס און די קהילות קענען עס עטוואס מער מסדר זיין
ווייסט בבירור ? לכאורה היבש אביסל איבערגעטריבן גביית עדות? אבער למיחש מיבעי
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1422
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 4468

Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט

פאוסט דורך מסתמא »

יום טוב האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 11:51 am
מסתמא האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 11:39 am
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 11:35 pm ס'דא אידישע טעקסיס אויכעט.
אבער מ'דארף וויסן וועם צו נוצן, ווייל נישט מיט איעדעם מעג א פרוי אליינס פארן.
כווייס בבירור אז סאיז פעסט פראבלעמאטיש ביי די אידישע טעקסיס אין קרית יואל אויכעט הגם סאיז אסאאאך אסאאך מער געצוימט ווי ביי די גויאישע טעקסיס און די קהילות קענען עס עטוואס מער מסדר זיין
ווייסט בבירור ? לכאורה היבש אביסל איבערגעטריבן גביית עדות? אבער למיחש מיבעי
יא בבירור, מיט ערשטהאנטיגע מעשיות פון אן עסקן וועלכע האנדלט מיט פראבלעמאטישע בחורים און יונגעלייט וועלכע זענען טעקסי דרייווערס. סזענען דא זייער זייער ווייניג וואס ווילן טון בכלל די טעקסי ארבעט און די קאמפעניס קענען זיך נישט עכט וועלן קיין דרייווערס. דער אמת דארף געזאגט ווערן.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6158
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13813

Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

Programming האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 10:19 am קיינער אריינגערעכנט פון 'אונזער גזע' זעהט נישט קיין עכטער פראבלעם מיט פרויען דרייוון
סוי איך בין שלא מן המנין... "קיינער" און פארטיג...

למעשה האט "יעדער" ערליכער חסידישער איד א פארשטאנד אז דאס איז נוגד דעם כל כבודה בת מלך פנימה. יא, אסאך פונעם כל כבודה איז שוין א פארגאנגענהייט, אבער כאטש וואס ס'איז נאך יא דא זאל בלייבן.

אגב, ס'איז בכלל נישט קיין טובה בגשמיות, ואכמ"ל.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3602
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5812

Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט

פאוסט דורך וואוילער »

באקאנט די ווארט ״והסר שטן מלפנינו ומאחרינו״
שט״ן איז ר״ת ש'ווארצע נ'שים ט'עקסיס, זיי זאלן ביטע נישט דרייוון אין פארענט אדער אונטער מיר...

בנוגע איידלקייט, די פאקט אז א פרוי זיצט אויפן ראוד און ״פירט״ דעם רעדל איז בניגוד צו די קאנצעפט פון צניעות, זי דארף זיצן פארמאכט און באשיידן.

און אויך די מציאות אז זי דארף זיין די מאמע פאר די שטוב, און נישט געבן ארום פליען מיט די קאר אזויווי די מענער...
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2310

Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט

פאוסט דורך מירון »

וואוילער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 1:28 pm און אויך די מציאות אז זי דארף זיין די מאמע פאר די שטוב, און נישט געבן ארום פליען מיט די קאר אזויווי די מענער...
אויך איז די ציפעדיגע מציאות אז 'וואדבערי קאמען' און אסאך אנדערע מאללס זענען פול מיט היימישע ווייבלעך. ס'האט זיך היינט טאטעלי געביטן פרויען קומען אן איבעראל אן דרייווען א קאר.
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2301
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 5405

Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט

פאוסט דורך ווער »

fghf.JPG
fghf.JPG (55.77 KiB) געזען געווארן 885 מאל
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 202
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 257

Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט

פאוסט דורך איך ווייס »

בורר האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 8:47 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 8:43 pm איך כאפ נישט. אדער גוי'אישע טעקסיס, אדער דרייוון?

און איך מיין אז א חסידישע דיין וואס קוקט אן דאס דרייוון ביי פרויען ווי עפעס א אומפארשטענדליכע גזירת הכתוב פון 'פריערדיגע', איז נישט פון אונזער גזע... און שוין.
ער איז א היימישע רב ער פארשטייט די פראבלעם פון דרייוון אבער די פראבלעמען פון טעקסיס לדעתו איז מער,
אבער מתיר זיין עפעס וואס די אוסרים זענען אונזערע גרעסטע און זיי לעבן מער נישט זיי אנצופרעגן, איז נישט אויף זיין אחריות
גראדע געהערט פון א גאר חסידישע דיין וואס האט מתיר געווען איינעם ספעציפיש צו דרייווען.

אויך געהערט אז איינער וואס האט געפרעגט א פריערדיגע, טאקע פון די אוסרים, און יענער האט עם מתיר געווען צוליב וואס דער שואל האט געוואוינט אין מאנסי (דער שואל איז שוין א בן שמונים, און זיין ווייב האט אלע יארן געדרייווט, דער נשאל איז שוין אין גן עדן העכער 20 יאר, און איז געקומען קיין אמעריקע נאכ'ן קריג און איז געווען פון די אריגענעלע אוסרים)

בקיצור, די צדיקים פון אמאל האבן דאס נישט אנגענומען אלץ אן איסור מוחלטת, און האבן געקענט מתיר זיין בשעת הדחק.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6158
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13813

Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איך קלער אזוי אריין... סאטמאר רב זצ"ל און די אנדערע חסידישע רבנים האבן געהאט ווייטע אויגן!

טראכט נאר א רגע! זעענדיג היינט די טרענדס ביי די חסידישע נשים, לדוגמא ביי די BUGABOO קערידזשעס, וואס יעדער מוז דאס האבן, און יעדע 6 חדשים טוישט זיך סטייל פון די טאפ (ROOF...), וויאזוי וואלט אויסגעזען ווען אונזערע נשים וואלטן געדרייווט קאר'ס?!... ס'וואלט געווען עפעס אזא מין פארמעסט, ס'וואלט געקאסט עפעס אזעלכע ממון ודמים, אז מ'וואלט געשטארבן פון הונגער...

כמיין... דאס וואלט געווען די טרענד פון 6 חדשים צוריק וואס איז שוין יעצט 'יאנטשי' און אויט אוו סטייל:
פיילס
Screenshot 2023-09-27 154307.jpg
שרייב פאוסט