בלאט 4 פון 5

Re: גרינטאטש כשר'ע טעכנאלאגיע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 12:30 pm
דורך סטעישאן וועעגן
ארי גרינפעלד האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 11:39 pm
וואוילער האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 10:57 pm @ארי גרינפעלד
דער עולם האט הנאה פון פיינע פיטשיוקעס אויף א פאון, אבער נישט דעיס איז וואס מאכט קויפן אדער נישט.
מיין עצה, הער זיך צו וואס דער עולם פארלאנגט און דעליווער עס, דו קענסט האבן די מארקעט.

עס קוקט אויס ווי מ'וויל (אדער מ'מוז) האבן א פאון וואס קוקט נישט אויס ווי א גרויסע סמארטפאון.
די גוטע נייעס איז אז יעצט איז די צייט ווען מען הערט אויס יעדעמס מיינונג.

מען האט אפי' געמאכט א ספעציעלע פלאץ פארדעם, אין מען ליינט אדורך די קאמענטס, אין פארשטייט זיך אז מען וועט טון וואס מען פילט פאר וויכטיג

https://greentouchstore.com/products/mi ... st-sign-up
האמיר זעך אויפגעסיינט אבער נישט געטראפן די פלאץ פאר די קאממענטס, ביטע לייג צו מיין סייז קאמענט צו Confirmation #5ZE5VENA5

Re: גרינטאטש כשר'ע טעכנאלאגיע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 4:12 pm
דורך בן מלך
פופציגער האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 10:10 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 10:06 pm איך האב עס היינט געזען ביי איינעם און קוקט היבש אויס ווי א סמארטפאון
יא, כבין געווען אנטוישט דערוועגן.

מיין קליינע מיידעלע האט מיר אריינגעגעבן א פארציע (עפעס וואס פאדערט א באזונדערן אפהאנדלונג, ווי חינוך איז פארטוישט געווארן מיט קאפריזן פון קראנקע מענטשן, שטאקיגע פערדן, און פארוואגלטע שפינען. אפשר וועט מען מאריך זיין אין א פארכמארעטן זונטאג ווען די מאטאר וועט ארבעין אויף שעלטן מאוד)
איך האב מיך ארומגעריסן מיט דיר אויף אייוועלט דערוועגן! איך פריי מיך אז דו האסט געכאפט צוויי געזונטע פעטש און זיך אויפגעוועקט צום צודרייטן רעאליטעט.

Re: גרינטאטש כשר'ע טעכנאלאגיע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 4:44 pm
דורך פופציגער
בן מלך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 4:12 pm
פופציגער האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 10:10 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 10:06 pm איך האב עס היינט געזען ביי איינעם און קוקט היבש אויס ווי א סמארטפאון
יא, כבין געווען אנטוישט דערוועגן.

מיין קליינע מיידעלע האט מיר אריינגעגעבן א פארציע (עפעס וואס פאדערט א באזונדערן אפהאנדלונג, ווי חינוך איז פארטוישט געווארן מיט קאפריזן פון קראנקע מענטשן, שטאקיגע פערדן, און פארוואגלטע שפינען. אפשר וועט מען מאריך זיין אין א פארכמארעטן זונטאג ווען די מאטאר וועט ארבעין אויף שעלטן מאוד)
איך האב מיך ארומגעריסן מיט דיר אויף אייוועלט דערוועגן! איך פריי מיך אז דו האסט געכאפט צוויי געזונטע פעטש און זיך אויפגעוועקט צום צודרייטן רעאליטעט.
אופס....!

קודם שיק א לינק, לאמיר גיין מודה זיין צו דיר...

Re: גרינטאטש כשר'ע טעכנאלאגיע

געפאוסט: מיטוואך מאי 15, 2024 7:26 pm
דורך ארי גרינפעלד
וויכטיגע עלערט!

ביטע נעם אראפ די זילבערנע סטיקער פון די בעק פון די פאון וואס שטייט די IMEI פון די פאון.

סארי, די סטיקער לאזט א שטיקעל קלעבאכץ אבער שטעלט זיך ארויס אז די סטיקער איז געמאכט פון עפעס מאטעריאל וואס האט אלומיניום אדער וואס, אין עס ליגט גלייך העכער די מעין אנטענע, אין עס קען אביסעל צופאטשקענען די סערוויס.

ארי

Re: גרינטאטש כשר'ע טעכנאלאגיע

געפאוסט: דינסטאג מאי 21, 2024 7:54 pm
דורך שמואל אליעזר ברילל
ארי גרינפעלד האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 11:39 pm
וואוילער האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 10:57 pm @ארי גרינפעלד
דער עולם האט הנאה פון פיינע פיטשיוקעס אויף א פאון, אבער נישט דעיס איז וואס מאכט קויפן אדער נישט.
מיין עצה, הער זיך צו וואס דער עולם פארלאנגט און דעליווער עס, דו קענסט האבן די מארקעט.

עס קוקט אויס ווי מ'וויל (אדער מ'מוז) האבן א פאון וואס קוקט נישט אויס ווי א גרויסע סמארטפאון.
די גוטע נייעס איז אז יעצט איז די צייט ווען מען הערט אויס יעדעמס מיינונג.

מען האט אפי' געמאכט א ספעציעלע פלאץ פארדעם, אין מען ליינט אדורך די קאמענטס, אין פארשטייט זיך אז מען וועט טון וואס מען פילט פאר וויכטיג

https://greentouchstore.com/products/mi ... st-sign-up
ORDER #2581
ר' @ארי גרינפעלד איך קוק ארויס אויף א פאון פון דיר מיט א וועד הקהילות הכשר.

Re: גרינטאטש כשר'ע טעכנאלאגיע

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 12:41 pm
דורך ארי גרינפעלד
יוש סארי פארן נישט דא זיין די לעצטע שטיק צייט זייער אקטיוו.

אבער ב"ה מען האלט דא MindOS 2.0 איז שוין ביים קארנער, לאמיר עס איבערשמועסן סאו ביטע ליין אדורך.

צום אלעם ערשטן וועט אי"ה קומען די G-Board וואס ברענגט מיט זיך ספיטש-טו-טעקסט, א פיטשער וואס עס איז שוין לאנג ריקוטעסטעד געווארן.
גלייד טייפינג.
געשמאקע יודישע פרעדיקטיוו טייפינג.
טרענסלעיט.

א פיקס פאר NPL לאקאציע ערער.

א פיקס פאר די באג וואס האט געמאכט די פאון פריזען אסאך מאל, מען זעט בעיקר ביי די ריסענט אופען טעסקס די חילוק ( עס איז מער ווי אמאל)

געלערי
יעצט קען מען סעטען א פיקטשער אלס א וואלפעיפער

טי-ניין קיבארד איז ענדליך דא ביי דיפאלט צו עס ניצען, ווען די אן סקרין קיבארד איז אפען דריק די אייקאן אויף די רעכטע זייט אינטען, וועט ארויפקומען צו סעלעקטן וועלכע קיבארד איר ווילט.

מיר האבן צוגעלייגט א גאר גוטע פיטשער צו טרענספערן מעסעדזשעס בילדער קאנטאקטס וכו' פון אייער אלטע (סמארטפאון) פאון אין וועט אי"ה גאר שטארק פארגרינגערן די קומען פון איין פאון צו די אנדערע, עס ברענגט אפילו אלעס אריבער פון אן אייפאון אוועק נעמענדיג א גרויסע שטער פון ביז יעצט.

פידבעק סעקשאן
האסט אייביג געוואלט לאזן פידבעק, רעפפארטען א פראבלעם?
יעצט האבן מיר עס געמאכט אפציעל, א נייע עפפ ווי עס ווערט גרינג צו שיקען פידבעק, וועל אויס א סאבזשעקט אין שרייב א קאמענט אין פארגעס נישט א סקרינשאט,
ווען איר שערט פידבעק קומט עס גלייך אריין צו די דעוועלאופמענט טיעם אין וועט עס נעמען פון דארט ווייטער אי"ה.
מיר ארבייטן אויף נאך עקסייטיינג פיטשערס אויף די עפפ, פאר מען פארגעסט איר קענט דארט טרעפן אונזער קאסטומער סערוויס נאמבער, אין גלייך רופן.

מיי-סטייעלס
מיינד-פעיפער אן ערשטמאליגע עקספיריענס ווי די קענסט טרעפן הערליכע פרישע וואל-פעיפערס פריש אפדעיטעט יעדע שטיק צייט, אינטער די מיינד-פעיפער סעקשאן, קען מען גלייך אויסוועלן צו עס סעטטן פאר א וואל-פעיפער, אזוי אויכעט האט מען צוגעלייגט אן אייקאן צו קענען אויסוועלן אייער אייגענע וואל-פעיפער פון די פייל מענעדזשער

מיינ-טאונס
ענדליך א פלאץ ווי מען קען זען פרישע רינגטונס וואס מען וועט כסדר אי"ה ארויפלייגען, אזוי אויכעט וועט מען עס אי"ה קענען עס סעטטן פאר וועלכע נאטיפיקעישאן איר ווילט.
מיר האפן עס בקרוב עס אויסצוברייטערן מיט פרישע געדאנקען.

מען האט גאר שטארק אויסגעברייטערט די וואל-פעיפער קאלעציע

אפדעיטער האט מען אביסל שענער געמאכט

איינע פון די גאר וויכטיגע זאכען וואס די אפדעיט טוט, עס ברענגט יעדעם ארויף צו די לעצטע סאפטווער אפדעיטס אין עפפ אפדעיטס.

די אפדעיט גייט אין"ה אונהייבן ארויסגיין קומענדיגע מיטוואך פאר די בעטע טעסטערס, אין אי"ה אין צוויי וואכן פאר אלע געווענליכע באניצער.

צו ווערן א בעטע טעסטער ביטע פיל אויס די אינפארמאציע דורך די לינק, אפי' אויב די האט שוין אמאל אויפגעסיינט, ביטע פיל אויס די לינק נאכאמאל.
https://form.jotform.com/greentouch/sof ... r-Mindos2o


קוקט ארויס עס קומט גאר גוטע צייטען פאר די מיינד פאון.

די מיינד פאונס ציל איז צו ברענגען א כשר'ע פאון וואס ברענגט א ערשטמאליגע עקספיריענס פון אן פאון, גרינג צו טעקסטן, גרינג צו ריפן, סעיווען א קאנטעקסטס, גיין פון איין עפפ צו אנדערן, זעין נאטיפיקעישאנס אנע דארפן עפענען די פליפ עס צו ליינען.

האטס א גוט שבת.
ארי גרינפעלד

Re: גרינטאטש כשר'ע טעכנאלאגיע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 11:24 pm
דורך ארי גרינפעלד
זייט נישט נאך א וועלוול וואס צאלט $333 פאר א שטארקע פליפ פאון וואס רוב מאל בלייב עס גאנץ, נאר פונק די תמים אין שלימזל ווען עס איז אראפגעפאלן האט זיך די שטארקע פליפ פאון צובראכן ביים שטארקע הינדזש וואס איז שוין געפיקסט אויפן נייע שיפמענט, אין עס וועט דיר נאר קאסטן בלויז $75 צו פיקסען.

קום איך געב דיר א ברענד נו מיינד פאון פאר א גאר גוטע ספעשילס.

ריפליי sign up פאר דיטעילס

Re: גרינטאטש כשר'ע טעכנאלאגיע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 11:31 pm
דורך וואוילער
ארי, כ'האב הנאה אז די אפערסט א גוטע שטארקע פאון.
כ'האלט אז די וועג פון זיך בויען איז נישט דורך אראפרייסן יענעם.

Re: גרינטאטש כשר'ע טעכנאלאגיע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 11:52 pm
דורך ארי גרינפעלד
קום אריבער צום מיינדפאון, טרעיד אריין א פליפ פאון אין באקום עס פאר א גוטע פרייז.

Re: גרינטאטש כשר'ע טעכנאלאגיע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2024 2:55 pm
דורך new news
מזל טוב @ארי גרינפעלד צום יונגעלע

Re: גרינטאטש כשר'ע טעכנאלאגיע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2024 3:06 pm
דורך ארי גרינפעלד
מזל טוב מזל טוב!

ב"ה מיר האבן זוכה געווען צו אראפברענגן נאך א יודישע קליינע יונגעל בעיבי אויף די וועלט!

מזל טוב מזל טוב, זאלן אונז דא קענען שעירן אסאך שמחות צוזאמען.
ארי גרינפעלד.

Re: גרינטאטש כשר'ע טעכנאלאגיע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2024 3:07 pm
דורך א טויב
@ארי גרינפעלד מזל טוב מזל טוב
שמחות ונחת בזה ובבא

Re: גרינטאטש כשר'ע טעכנאלאגיע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2024 3:21 pm
דורך אחת למעלה
ארי גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 10, 2024 3:06 pm מזל טוב מזל טוב!

ב"ה מיר האבן זוכה געווען צו אראפברענגן נאך א יודישע קליינע יונגעל בעיבי אויף די וועלט!

מזל טוב מזל טוב, זאלן אונז דא קענען שעירן אסאך שמחות צוזאמען.
ארי גרינפעלד.
מזל טוב! שמחה ונחת.

Re: גרינטאטש כשר'ע טעכנאלאגיע

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 13, 2024 12:36 pm
דורך פופציגער
מזל טוב @ארי גרינפעלד

Re: גרינטאטש כשר'ע טעכנאלאגיע

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 13, 2024 12:59 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
ארי גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 10, 2024 3:06 pm מזל טוב מזל טוב!

ב"ה מיר האבן זוכה געווען צו אראפברענגן נאך א יודישע קליינע יונגעל בעיבי אויף די וועלט!

מזל טוב מזל טוב, זאלן אונז דא קענען שעירן אסאך שמחות צוזאמען.
ארי גרינפעלד.
מזל טוב מזל טוב!!! א שמחה פאר כלל ישראל. כלל ישראל'ס צוקונפטיגע גרעסטע כשרע פראדוצירער אי"ה, מאכט א שמחה. זאלסטו זען אסאך נחת.

Re: גרינטאטש כשר'ע טעכנאלאגיע

געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 18, 2025 10:18 pm
דורך משה נייעס

Re: גרינטאטש כשר'ע טעכנאלאגיע

געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 18, 2025 10:20 pm
דורך שמח
משה נייעס האט געשריבן: מוצש"ק יאנואר 18, 2025 10:18 pm
זיי מסביר.

Re: גרינטאטש כשר'ע טעכנאלאגיע

געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 18, 2025 10:30 pm
דורך להגדיל הטראסק
ארי גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 10, 2024 3:06 pm מזל טוב מזל טוב!

ב"ה מיר האבן זוכה געווען צו אראפברענגן נאך א יודישע קליינע יונגעל בעיבי אויף די וועלט!

מזל טוב מזל טוב, זאלן אונז דא קענען שעירן אסאך שמחות צוזאמען.
ארי גרינפעלד.
מזל טוב!
הערשט יעצט באמערקט.

דער באשעפער זאל העלפן אז זאלסט זוכה זיין צו מגדל זיין דאס קינד לתורה ולחופה ולמעשים טובים, ער זאל אויסשטייגן אלס קעניג פון קלאס - צוליב זיינע גאלדענע מדות, אלס בחור א מתמיד עצום, אבער דאך אלס האבן צייט פאר א שמייכל און א גוט ווארט פאר א צווייטן איד, אלס בעל חסד און עסקן, נישט אויפן חשבון פון די אייגענע שטוב, אלס שטארקער פרומער, אבער נישט קיין עקסטרעמיסט, נאר מאכן א קידוש ה' מיט זיין גאנצע מהות, שטענדיג דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה ושלוה, און דער באשעפער זאל דיר געבן הצלחה וסייעתא דשמיא און קענען ווייטער פארזעצן מיט דיינע געבענטשטע פעולות ביז ווען מיר וועלן זוכה זיין זיך צו דרייען מיט אומגעפילטערטע טעלעפאונען ווען עס וועט שוין נישט זיין וואס צו פילטערן ווען עס וועט מקוים ווערן דעם ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ בביאת משיח צדקינו בב"א!

Re: גרינטאטש כשר'ע טעכנאלאגיע

געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 18, 2025 10:56 pm
דורך משה נייעס
@ארי גרינפעלד

Re: גרינטאטש כשר'ע טעכנאלאגיע

געפאוסט: זונטאג יאנואר 19, 2025 12:54 am
דורך ארי גרינפעלד
דיטעילס אי"ה בקרוב, עס קומט אי"ה א גוטע זאך.

Re: גרינטאטש כשר'ע טעכנאלאגיע

געפאוסט: זונטאג יאנואר 19, 2025 10:35 am
דורך יעקב פריינד
די בילד מאכט מיר טראכטן אז די מעסעדזשעס גייט ווערן געסינקט צו די קאמפיוטער אדער עני אנדערע דעווייס. וואס אויב דאס איז עס. גייט עס זיכער זיין א שטארקע שטופ פאראויס.

Re: גרינטאטש כשר'ע טעכנאלאגיע

געפאוסט: זונטאג יאנואר 19, 2025 10:59 am
דורך ארי גרינפעלד
נישט מעסעדזשעס.

מעסעדזשעס קומט אויכעט בקרוב אי"ה.

Re: גרינטאטש כשר'ע טעכנאלאגיע

געפאוסט: זונטאג יאנואר 19, 2025 12:06 pm
דורך אנדערער
יעקב פריינד האט געשריבן: זונטאג יאנואר 19, 2025 10:35 am די בילד מאכט מיר טראכטן אז די מעסעדזשעס גייט ווערן געסינקט צו די קאמפיוטער אדער עני אנדערע דעווייס. וואס אויב דאס איז עס. גייט עס זיכער זיין א שטארקע שטופ פאראויס.
די וואלקן מאכט טראכטן אז עס וועט יא ארבעטן מיט דעטע

Re: גרינטאטש כשר'ע טעכנאלאגיע

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 20, 2025 8:58 pm
דורך ארי גרינפעלד
1.20.25

די טאג איז נאכנישט פארביי.

נאך לאנג לאנג לאנג ארבייטן, אין מיט די מיטארבייט פון מיינע שותפים יודישע דעוועלאופערס איז געלונגען אהערצושטעלן א גאר געשמאקע נייע פיטשער מיינד סינק!

מיינד סינק איז א חידוש אין די וועלט פון כשר'ע טעכנאָלאָגיע!
פון היינט אן ווײטער קענסטו סינקען מיט דיין גאגעל עקאונט אנע דארפן אריינסיינען אין גאגעל אויפן פאון!

מיינד סינק וועט סינקען מיט דיין גאגעל עקאונט אין אריינברענגען דיין קאנטעקסט אין קאלענדער עווענטס אריין צום מיינד פאון, אין נעמען אלע דיינע פרישע קאנטאקטן אין קאלענדער עווענטס פון דיין מיינד פאון אין עס שערן מיט דיין גאגעל עקאונט.

עס ארבייט זייער פשוט, דאונלאוד די נייע מיינד סינק עפפ פונעם אפדעיטער.
קוק פאר דיין ID אויפן עפפ, לייג עס אריין אויפ'ן וועב זייטל וואס שטייט אויפן עפפ.
די וועב זייטעל וועט שיקען א נאטיפיקעישאן צו דיין פאון מיט די קאוד, לייג אריין די קאוד אויפ'ן וועב זייטעל, נאכדעם וועט דיר די זייטעל בעטן צו קאנעקטען דיין גוגעל עקאונט.

מזל טוב עס איז דא די שידוך צווישן דיין מיינד פאון אין דיין גאגעל עקאונט, נאכמער, דארפסט נישט מאכן קיין שום מיינד עקאונט, אין דארפסט נישט גיין צו א סטאר עס עקטיוועיטן!

כז'האב ענק געזאגט די מיינד פאון האט געטוישט די כשר'ע פאון איינמאל אין ב"ה מיר שפאנען פאראויס צו ברענגען די הילף פאר די וואס ווילן ניצן נאר כשר'ע טעכנאָלאָגיע זאלן עס קענען ניצן געשמאקע אין רואיג.

די עפפ איז נאך פריש (פובליק בעטע,) ביטע לאז פידבעק!

Re: גרינטאטש כשר'ע טעכנאלאגיע

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 20, 2025 9:37 pm
דורך google voice
ארי גרינפעלד האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 20, 2025 8:58 pm 1.20.25

די טאג איז נאכנישט פארביי.

נאך לאנג לאנג לאנג ארבייטן, אין מיט די מיטארבייט פון מיינע שותפים יודישע דעוועלאופערס איז געלונגען אהערצושטעלן א גאר געשמאקע נייע פיטשער מיינד סינק!

מיינד סינק איז א חידוש אין די וועלט פון כשר'ע טעכנאָלאָגיע!
פון היינט אן ווײטער קענסטו סינקען מיט דיין גאגעל עקאונט אנע דארפן אריינסיינען אין גאגעל אויפן פאון!

מיינד סינק וועט סינקען מיט דיין גאגעל עקאונט אין אריינברענגען דיין קאנטעקסט אין קאלענדער עווענטס אריין צום מיינד פאון, אין נעמען אלע דיינע פרישע קאנטאקטן אין קאלענדער עווענטס פון דיין מיינד פאון אין עס שערן מיט דיין גאגעל עקאונט.

עס ארבייט זייער פשוט, דאונלאוד די נייע מיינד סינק עפפ פונעם אפדעיטער.
קוק פאר דיין ID אויפן עפפ, לייג עס אריין אויפ'ן וועב זייטל וואס שטייט אויפן עפפ.
די וועב זייטעל וועט שיקען א נאטיפיקעישאן צו דיין פאון מיט די קאוד, לייג אריין די קאוד אויפ'ן וועב זייטעל, נאכדעם וועט דיר די זייטעל בעטן צו קאנעקטען דיין גוגעל עקאונט.

מזל טוב עס איז דא די שידוך צווישן דיין מיינד פאון אין דיין גאגעל עקאונט, נאכמער, דארפסט נישט מאכן קיין שום מיינד עקאונט, אין דארפסט נישט גיין צו א סטאר עס עקטיוועיטן!

כז'האב ענק געזאגט די מיינד פאון האט געטוישט די כשר'ע פאון איינמאל אין ב"ה מיר שפאנען פאראויס צו ברענגען די הילף פאר די וואס ווילן ניצן נאר כשר'ע טעכנאָלאָגיע זאלן עס קענען ניצן געשמאקע אין רואיג.

די עפפ איז נאך פריש (פובליק בעטע,) ביטע לאז פידבעק!
will it also work for messages?