בלאט 4 פון 8
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:14 am
דורך יום טוב שני
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 8:56 am
אטע דא איז דער דינער בענדל.
וויבאלד מען נעמט דאס אן ווי דו שרייבסט אז רבי נחמן וועט שוין משפיע זיין אויף די נשמה וכו', ווערט א נערעטיוו ביי די שרירית-לבי'ניקעס אז מ'דארף בלויז "פארן אויף אומאן" און גארנישט מער! די איבריגע וועט דער רבי טון! ליעוו איט פאר הים ענד לעט מי ליוו!
און אזוי זענען דא הונדערטער וואס טוען כל עבירות שבתורה רח"ל, און גייען אן מיט דעם פארדראגטן לעבן ווייל "רבי נחמן גייט מיר שוין קעיר נעמען / מאכן תשובה טון / אנכאפן ביי די פיאות / וואטעווער".
אויב איז ער בשרירות ליבי אילך, און ער נישט פאר פאן, דעמאלט פארוואס פארט ער? אויב נישט ווייל ער האט מורא פונעם באשעפער ער גלייבט און שכר ועונש

דורך פרייליך
נקודת טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:09 am
פרייליך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:07 am
זאגסט ממש גאר שטארקע רייד
די פראגע איז וויאזוי אזא אפיציעלע בימה ווי די צענטראל סאטמארע ביהמ"ד פון קהילת מהר"א האט געגעבן א פלאטפארמע פאר אזא טעמע עס איז זייער א דרייסטע אקט
וואו האסטו געוואלט ער זאל רעדן, אויף וואצעפ?
ביזן גרויסן ביהמ"ד איז נישט דא ערגעצווי צו אויפטרעטן ?
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:18 am
דורך יום טוב שני
פרייליך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:13 am
יום טוב שני האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 8:49 am
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 8:14 am
כקען נישט פארשטיין פארוואס חסידי ברסלב זאלן נעמען זיינע ווערטער שלעכט.
ער הייבט אן זייער קלאר: "רבי נחמן ציט ארויס, אין שום יאוש, די אלע זאכן,
ס'האט א מקום, אבער ס'האט נישט קיין מקום.
ס'ווערט גענוצט אויף נישט גוטע פלעצער".
ס'דא אזא מציאות, ביג טיים, און נאר פון דעם רעדט ער, נאר איבער זיי רעדט ער. ער רעדט בכלל נישט איבער די טויזנטער ברסלב'ע חסידים וואס פארן פשוט דאווענען ערליך צום אויבערשטן. כזע נישט דא וואס צו דרעשן בכלל...
ווייל ער זאגט נישט אז דאס האט ר' נחמן נישט געמיינט, ער שטעלט זיך ארויס
ווי ער פרעגט אפ דעם געדאנק אז ר' נחמן קען עפעס אויפטהון,
ח"ו ער איז נישט איין רגע מערער חלילה אין די גרויסקייט פון דעם צדיק און פון זיינע הייליגע דיבורים
ער שטעלט נאר אוועק די יסודות האמונה וואס דאס איז זייער קלאר איידער מען גייט צו צו פארשטיין די דברי הצדיק, וואס חלילה אויב איינער איז אויף דעם מערער איז ער נישט אויסגעהאלטן אין די עיקרי אמונה
נאך וואס מען איז קלאר אין דעם קען מען צוגיין מסביר זיין וואס די צדיק האט געמיינט צו זאגן מיטן קומען אויף אומאן
די התעוררות וואס דארט קומט פאר ביי די סליחות ערב ראש השנה צופרי איז עפעס ממש העכער די נארמאלע מענטשליכע באגריף ווי גאר גאר שוואכע קענען עפענען זייערע הערצער מיט חרטה און געפיל צו וועלן זיך אומקערן צום ריכטיגן וועג, אויב ניצן עס די שוואכע זיך אנצוכאפן און צוריקומען מיט די ריכטיגע גדרי התשובה צום ריכטיגן וועג איז דען א ספק וואס די כח פינעם צדיק איז דארט?
און אויב איז ער נישט זוכה גלייך ריכטיג תשובה צו טון אינגאנצן אבער ער האט חרטה און ער וויינט אבער נאכדעם נעבעך איז עס ושבו בנים לגבולם למחצה לשליש ולרביע, קען מען דאס עפעס אוועקמאכן ?
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:20 am
דורך נקודות טובות
יום טוב שני האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:14 am
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 8:56 am
אטע דא איז דער דינער בענדל.
וויבאלד מען נעמט דאס אן ווי דו שרייבסט אז רבי נחמן וועט שוין משפיע זיין אויף די נשמה וכו', ווערט א נערעטיוו ביי די שרירית-לבי'ניקעס אז מ'דארף בלויז "פארן אויף אומאן" און גארנישט מער! די איבריגע וועט דער רבי טון! ליעוו איט פאר הים ענד לעט מי ליוו!
און אזוי זענען דא הונדערטער וואס טוען כל עבירות שבתורה רח"ל, און גייען אן מיט דעם פארדראגטן לעבן ווייל "רבי נחמן גייט מיר שוין קעיר נעמען / מאכן תשובה טון / אנכאפן ביי די פיאות / וואטעווער".
אויב איז ער בשרירות ליבי אילך, און ער נישט פאר פאן, דעמאלט פארוואס פארט ער? אויב נישט ווייל ער האט מורא פונעם באשעפער ער גלייבט און שכר ועונש
ווייל יעדער איינער האט א גילטי פילינג, דאס איז א זאך וואס קיין איין איד האט נאך נישט באוויזען אויסצורייסן.
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:22 am
דורך נקודות טובות
יום טוב שני האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:18 am

אויב גייט עס אריין אין כלל פון וְיָעִיד עָלָיו יוֹדֵעַ תַּעֲלוּמוֹת שֶׁלֹּא יָשׁוּב לְזֶה הַחֵטְא לְעוֹלָם. דאן ביסטו גערעכט.
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:25 am
דורך נקודות טובות
יום טוב שני האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 10:18 pm
פאר די בעש"ט, איז געווען זייער פאפולער מגידים מוסר זאגערס,
דער ת"ח פלעגט קומען אין דארף אדער שטאט און מעורר גיווען און פארגעהאלטן די שוואכערע פויערען, וואס איז גיווען און יענע צייט זייער אסאך, און מען האט זיי זייער צובראכען, זענען זיי געקומען דערנאך אז זיי ווילן תשובה טהון דאן האט מען זיי געגעבען שווערע תשובת וואס אפילו פאר א איד א עובד קען דאס נישט נאכקומען, דער אמת איז אז ווען מען קוקט אריין און ראשונים און אין זוהר ראשית חכמה איז דאס דער איינציגסטע וועג ארויס,
איז גקומען דער בעל שם טוב און אויסגילערנט א נייעם דרך, ווי מען קען זעהן און די ספרים איינס נאך איינס אז די שווערע תשובה איז נישט פאר הייטיגע צייטן, דער עיקר איז אז מען זאל דינען דעם באשעפער וויאזוי מען איז און אדרבה איינער וואס אן ע"ה האט מען מלמד זכות גיווען מחשב געווען זיין תמימות מען האט נאר מגלה ווי גרויס און חשוב עס איז יעדע מצווה און גוטע מחשבה מען האט מגלה אפילו פארן פשוט'ן וואס שטייט און זוהר וואס מען טהוט אויף מיט יעדע תנועה קלה און די מעלה פון א אידישע נשמה, פאר בעלי תשובה האט מען נאר פראבירט צו מאכן גרינגער און נענטער געברענגט די תשובה
אויך האבן צדיקים מגלה געווען א נייעם ענין וואס הייסט תיקני נשמת ישראל אז א צדיק האט א כח מתקן צו זיין נשמות דורך דעם וואס מען איז זיך מדבק און מען איז זיך מבטל פאר אים, עס א טיפער ענין אבער א חלק פון חסידות איז גיווען צו זיין דבוק צו א צדיק, אויסער וואס מען דארף א רב א דיין און א רבי
דאס וואס שטייט אין זוהר און אין ראשית חכמה, איז נישט דאס וואס שטייט אין די גמרא, רמב''ם, רבינו יונה.
קיינער האט דיר נישט געהייסען לערנען זאכן וואס זענען העכער ווי דיינע השגות, נאך דערצו אויב עס מאכט דיר צובראכען.
תשובה במשנת הראשונים איז א גרינגע זאך.
נעם א רמב''ם, און לערן הלכות תשובה. די חיזוק פון זיינע ווערטער איז נישטא אין קיין איין אנדערע ספר.
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:28 am
דורך צווייטער
@נקודת טובות איר גלייבט אז א צדיק האט עפעס א כח? ער קען מתקן זיין נשמות?
ביי אונז האט מען געוויסט אז ווער עס קומט צום הייליגן ר''ר אלימלך'ס ציון וועט נישט שטארבן אן תשובה. דארטן גלייבט איר עס יא? ווייל מיט דעם זענט איר אויפגעוואקסן.. דא ווייל ס'איז ר' נחמן ווערט איר אזא גרויסע מאמין אין די י''ג עיקרים. (כאילו ס'איז א סתירה בכלל)
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:30 am
דורך יום טוב שני
נקודת טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:22 am
יום טוב שני האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:18 am
פרייליך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:13 am
ח"ו ער איז נישט איין רגע מערער חלילה אין די גרויסקייט פון דעם צדיק און פון זיינע הייליגע דיבורים
ער שטעלט נאר אוועק די יסודות האמונה וואס דאס איז זייער קלאר איידער מען גייט צו צו פארשטיין די דברי הצדיק, וואס חלילה אויב איינער איז אויף דעם מערער איז ער נישט אויסגעהאלטן אין די עיקרי אמונה
נאך וואס מען איז קלאר אין דעם קען מען צוגיין מסביר זיין וואס די צדיק האט געמיינט צו זאגן מיטן קומען אויף אומאן
די התעוררות וואס דארט קומט פאר ביי די סליחות ערב ראש השנה צופרי איז עפעס ממש העכער די נארמאלע מענטשליכע באגריף ווי גאר גאר שוואכע קענען עפענען זייערע הערצער מיט חרטה און געפיל צו וועלן זיך אומקערן צום ריכטיגן וועג, אויב ניצן עס די שוואכע זיך אנצוכאפן און צוריקומען מיט די ריכטיגע גדרי התשובה צום ריכטיגן וועג איז דען א ספק וואס די כח פינעם צדיק איז דארט?
און אויב איז ער נישט זוכה גלייך ריכטיג תשובה צו טון אינגאנצן אבער ער האט חרטה און ער וויינט אבער נאכדעם נעבעך איז עס ושבו בנים לגבולם למחצה לשליש ולרביע, קען מען דאס עפעס אוועקמאכן ?
אויב גייט עס אריין אין כלל פון וְיָעִיד עָלָיו יוֹדֵעַ תַּעֲלוּמוֹת שֶׁלֹּא יָשׁוּב לְזֶה הַחֵטְא לְעוֹלָם. דאן ביסטו גערעכט.
אויב לערעסטו פשוט פשט און דעם, לא מצא ידינו ורגלינו, דארף מען הערשט פארן צו ר' נחמן
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:31 am
דורך דער תהלים איד
צווייטער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:28 am
ווייל ס'איז ר' נחמן ווערסטו אזא גרויסע מאמין אין די י''ג עיקרים. (כאילו ס'איז א סתירה בכלל)
ס'נישט "ווייל ס'איז רבי נחמן". חס ושלום.
ס'איז "ווייל ס'איז אביוזד ביי דראג עדיקטס און אנשי בשרירית".
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:32 am
דורך נקודות טובות
צווייטער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:28 am
@נקודת טובות דו גלייבסט בכלל אז א צדיק האט עפעס א כח? ער קען מתקן זיין נשמות?
ביי אונז האט מען געוויסט אז ווער עס קומט צום הייליגן ר''ר אלימלך'ס ציון וועט נישט שטארבן אן תשובה. דארטן גלייבסט עס יא? ווייל מיט דעם ביסטו אויפגעוואקסן? ווייל ס'איז ר' נחמן ווערסטו אזא גרויסע מאמין אין די י''ג עיקרים. (כאילו ס'איז א סתירה בכלל)
א צדיק האט א כוח מעורר צו זיין א מענטש, און מליץ טוב זיין פאר א מענטש.
אבער מוחל זיין עבירות קען נאר דער אויבערשטער.
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:32 am
דורך יום טוב שני
נקודת טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:20 am
יום טוב שני האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:14 am
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 8:56 am
אטע דא איז דער דינער בענדל.
וויבאלד מען נעמט דאס אן ווי דו שרייבסט אז רבי נחמן וועט שוין משפיע זיין אויף די נשמה וכו', ווערט א נערעטיוו ביי די שרירית-לבי'ניקעס אז מ'דארף בלויז "פארן אויף אומאן" און גארנישט מער! די איבריגע וועט דער רבי טון! ליעוו איט פאר הים ענד לעט מי ליוו!
און אזוי זענען דא הונדערטער וואס טוען כל עבירות שבתורה רח"ל, און גייען אן מיט דעם פארדראגטן לעבן ווייל "רבי נחמן גייט מיר שוין קעיר נעמען / מאכן תשובה טון / אנכאפן ביי די פיאות / וואטעווער".
אויב איז ער בשרירות ליבי אילך, און ער נישט פאר פאן, דעמאלט פארוואס פארט ער? אויב נישט ווייל ער האט מורא פונעם באשעפער ער גלייבט און שכר ועונש
ווייל יעדער איינער האט א גילטי פילינג, דאס איז א זאך וואס קיין איין איד האט נאך נישט באוויזען אויסצורייסן.
גלייבט ער דאך יא!! נו שוין, איז דאך שוין אלעס מסודר!!
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:33 am
דורך נקודות טובות
יום טוב שני האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:30 am
נקודת טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:22 am
יום טוב שני האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:18 am
און אויב איז ער נישט זוכה גלייך ריכטיג תשובה צו טון אינגאנצן אבער ער האט חרטה און ער וויינט אבער נאכדעם נעבעך איז עס ושבו בנים לגבולם למחצה לשליש ולרביע, קען מען דאס עפעס אוועקמאכן ?
אויב גייט עס אריין אין כלל פון וְיָעִיד עָלָיו יוֹדֵעַ תַּעֲלוּמוֹת שֶׁלֹּא יָשׁוּב לְזֶה הַחֵטְא לְעוֹלָם. דאן ביסטו גערעכט.
אויב לערעסטו פשוט פשט און דעם, לא מצא ידינו ורגלינו, דארף מען הערשט פארן צו ר' נחמן
איך לערן פשוט פשט.
די מפרשי הרמב''ם זאגן מיר אויפן פלאץ וואס פשוט פשט איז.
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:34 am
דורך צווייטער
נקודת טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:32 am
צווייטער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:28 am
@נקודת טובות דו גלייבסט בכלל אז א צדיק האט עפעס א כח? ער קען מתקן זיין נשמות?
ביי אונז האט מען געוויסט אז ווער עס קומט צום הייליגן ר''ר אלימלך'ס ציון וועט נישט שטארבן אן תשובה. דארטן גלייבסט עס יא? ווייל מיט דעם ביסטו אויפגעוואקסן? ווייל ס'איז ר' נחמן ווערסטו אזא גרויסע מאמין אין די י''ג עיקרים. (כאילו ס'איז א סתירה בכלל)
א צדיק האט א כוח מעורר צו זיין א מענטש, און מליץ טוב זיין פאר א מענטש.
אבער מוחל זיין עבירות קען נאר דער אויבערשטער.
זעמיר אויף איין פעידזש
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:35 am
דורך נקודות טובות
יום טוב שני האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:32 am
נקודת טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:20 am
יום טוב שני האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:14 am
אויב איז ער בשרירות ליבי אילך, און ער נישט פאר פאן, דעמאלט פארוואס פארט ער? אויב נישט ווייל ער האט מורא פונעם באשעפער ער גלייבט און שכר ועונש
ווייל יעדער איינער האט א גילטי פילינג, דאס איז א זאך וואס קיין איין איד האט נאך נישט באוויזען אויסצורייסן.
גלייבט ער דאך יא!! נו שוין, איז דאך שוין אלעס מסודר!!
וואס הייסט אלעס איז מסודר??
ער פארט אהין ווייל ער האט א גילטי פילינג, און ער גייט צו ר'נחמן כדי פטור צו ווערן פון דעם פילינג, און דערנאך אהיים פארן די זעלבע ווי ער איז געקומען.
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:36 am
דורך יום טוב שני
נקודת טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:32 am
צווייטער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:28 am
@נקודת טובות דו גלייבסט בכלל אז א צדיק האט עפעס א כח? ער קען מתקן זיין נשמות?
ביי אונז האט מען געוויסט אז ווער עס קומט צום הייליגן ר''ר אלימלך'ס ציון וועט נישט שטארבן אן תשובה. דארטן גלייבסט עס יא? ווייל מיט דעם ביסטו אויפגעוואקסן? ווייל ס'איז ר' נחמן ווערסטו אזא גרויסע מאמין אין די י''ג עיקרים. (כאילו ס'איז א סתירה בכלל)
א צדיק האט א כוח מעורר צו זיין א מענטש, און מליץ טוב זיין פאר א מענטש.
אבער מוחל זיין עבירות קען נאר דער אויבערשטער.
און מעורר זיין אז מען זאל דן זיין דעם מענטש מיט מדת הרחמים, און נאך טיפע ענינים וואס מ'ווייסמער נישט אלעס, אבער אזוי שטייט פון הייליגע צדיקים
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:37 am
דורך יום טוב שני
נקודת טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:35 am
יום טוב שני האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:32 am
נקודת טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:20 am
ווייל יעדער איינער האט א גילטי פילינג, דאס איז א זאך וואס קיין איין איד האט נאך נישט באוויזען אויסצורייסן.
גלייבט ער דאך יא!! נו שוין, איז דאך שוין אלעס מסודר!!
וואס הייסט אלעס איז מסודר??
ער פארט אהין ווייל ער האט א גילטי פילינג, און ער גייט צו ר'נחמן כדי פטור צו ווערן פון דעם פילינג, און דערנאך אהיים פארן די זעלבע ווי ער איז געקומען.
אחטא ואשיב ?
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:37 am
דורך נקודות טובות
יום טוב שני האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:36 am
נקודת טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:32 am
צווייטער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:28 am
@נקודת טובות דו גלייבסט בכלל אז א צדיק האט עפעס א כח? ער קען מתקן זיין נשמות?
ביי אונז האט מען געוויסט אז ווער עס קומט צום הייליגן ר''ר אלימלך'ס ציון וועט נישט שטארבן אן תשובה. דארטן גלייבסט עס יא? ווייל מיט דעם ביסטו אויפגעוואקסן? ווייל ס'איז ר' נחמן ווערסטו אזא גרויסע מאמין אין די י''ג עיקרים. (כאילו ס'איז א סתירה בכלל)
א צדיק האט א כוח מעורר צו זיין א מענטש, און מליץ טוב זיין פאר א מענטש.
אבער מוחל זיין עבירות קען נאר דער אויבערשטער.
און מעורר זיין אז מען זאל דן זיין דעם מענטש מיט מדת הרחמים, און נאך טיפע ענינים וואס מ'ווייסמער נישט אלעס, אבער אזוי שטייט פון הייליגע צדיקים
אבער מוחל זיין עבירות איז נאר ביד הקב''ה.
וכן לענין גן עדן וגהינם.
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:38 am
דורך נקודות טובות
יום טוב שני האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:37 am
נקודת טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:35 am
יום טוב שני האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:32 am
גלייבט ער דאך יא!! נו שוין, איז דאך שוין אלעס מסודר!!
וואס הייסט אלעס איז מסודר??
ער פארט אהין ווייל ער האט א גילטי פילינג, און ער גייט צו ר'נחמן כדי פטור צו ווערן פון דעם פילינג, און דערנאך אהיים פארן די זעלבע ווי ער איז געקומען.
אחטא ואשיב ?
ניין אפילו נישט אחטא ואשיב, סאך שוואכער ווי דעם.
ער טוט אפילו נישט תשובה. נאר ער חלומ'ט אז מיטן קומען נעמט ער ר'נחמן אלץ לויער, און ער וועט שוין קעיר נעמען.
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:44 am
דורך יום טוב שני
אזא איינער זאל טאקע קומען און מיטהאלטן ערב ר"ה זאגן תיקון כללי ביים קבר, אוי וועט ער זיך אויפוועקן ער וועט אזוי תשובה טהון ער וועט צריק קומען אן אנדערע מענטש
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:46 am
דורך יום טוב שני
נקודת טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:37 am
יום טוב שני האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:36 am
נקודת טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:32 am
א צדיק האט א כוח מעורר צו זיין א מענטש, און מליץ טוב זיין פאר א מענטש.
אבער מוחל זיין עבירות קען נאר דער אויבערשטער.
און מעורר זיין אז מען זאל דן זיין דעם מענטש מיט מדת הרחמים, און נאך טיפע ענינים וואס מ'ווייסמער נישט אלעס, אבער אזוי שטייט פון הייליגע צדיקים
אבער מוחל זיין עבירות איז נאר ביד הקב''ה.
וכן לענין גן עדן וגהינם.
לערען אביסל נועם אלימלך, ר' צדוק, ליקוטי מהר"ן, קדושת לוי
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:53 am
דורך נקודות טובות
יום טוב שני האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:46 am
נקודת טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:37 am
יום טוב שני האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:36 am
און מעורר זיין אז מען זאל דן זיין דעם מענטש מיט מדת הרחמים, און נאך טיפע ענינים וואס מ'ווייסמער נישט אלעס, אבער אזוי שטייט פון הייליגע צדיקים
אבער מוחל זיין עבירות איז נאר ביד הקב''ה.
וכן לענין גן עדן וגהינם.
לערען אביסל נועם אלימלך, ר' צדוק, ליקוטי מהר"ן, קדושת לוי
און דו טייטש מיר דעם פסוק כי עמך הסליחה למען תורא
און דעם פסוק אנכי אנכי הוא מוחה פשעיך.
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 10:00 am
דורך יום טוב שני
נקודת טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:53 am
יום טוב שני האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:46 am
נקודת טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:37 am
אבער מוחל זיין עבירות איז נאר ביד הקב''ה.
וכן לענין גן עדן וגהינם.
לערען אביסל נועם אלימלך, ר' צדוק, ליקוטי מהר"ן, קדושת לוי
און דו טייטש מיר דעם פסוק כי עמך הסליחה למען תורא
און דעם פסוק אנכי אנכי הוא מוחה פשעיך.
וואס מיינט, צדיק מושל ביראת אלוקים, הקב"ה גוזר וצדיק מבטל
און בכלל איך דארף נישט פארענטפערן צדיקים
דער זוהר האט שוין ממתיק געווען די תוכחה
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 10:11 am
דורך בן שמחה
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 8:56 am
אטע דא איז דער דינער בענדל.
וויבאלד מען נעמט דאס אן ווי דו שרייבסט אז רבי נחמן וועט שוין משפיע זיין אויף די נשמה וכו', ווערט א נערעטיוו ביי די שרירית-לבי'ניקעס אז מ'דארף בלויז "פארן אויף אומאן" און גארנישט מער! די איבריגע וועט דער רבי טון! ליעוו איט פאר הים ענד לעט מי ליוו!
און אזוי זענען דא הונדערטער וואס טוען כל עבירות שבתורה רח"ל, און גייען אן מיט דעם פארדראגטן לעבן ווייל "רבי נחמן גייט מיר שוין קעיר נעמען / מאכן תשובה טון / אנכאפן ביי די פיאות / וואטעווער".
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 8:14 am
כקען נישט פארשטיין פארוואס חסידי ברסלב זאלן נעמען זיינע ווערטער שלעכט.
ער הייבט אן זייער קלאר: "רבי נחמן ציט ארויס, אין שום יאוש, די אלע זאכן,
ס'האט א מקום, אבער ס'האט נישט קיין מקום.
ס'ווערט גענוצט אויף נישט גוטע פלעצער".
ס'דא אזא מציאות, ביג טיים, און נאר פון דעם רעדט ער, נאר איבער זיי רעדט ער. ער רעדט בכלל נישט איבער די טויזנטער ברסלב'ע חסידים וואס פארן פשוט דאווענען ערליך צום אויבערשטן. כזע נישט דא וואס צו דרעשן בכלל...
ערשט מאכט מען א הנחה וויפול מענטשן נעמען ר’ נחמן’ס ווערטער נישט גוט, און נאכדעם וואונדערט איר זיך פארוואס סבאדערט,
קיינער לייקענט נישט די פאקט אז אין אומאן דרייען זיך גאר אסאך צולאזטע יונגען און אסאך בעלי עבירה, די ברסלב’ע חסידים זעהען מיט זייער אויגן ווי די הייליגע ציון ציעט זיי ווי א מאגענעט און ווילן זיך ארויסזעהן פון זייער נעץ, און אודאי איז עס נאכנישט ימות המשיח ווען משיח וועט צוריקקערן די אלע אידן און זיי וועלן נישט האבן קיין יצה”ר בכלל, נאר ווי ר’ נחמן האט געזאגט בחייו אז ער נעמט נישט אוועק די בחירה ווי אנדערע צדיקים נאר ער גיבט עצות און כלים זיך צו שלאגן, יעדע ברסלב’ר קען אידן וואס זענען יא ממש נתהפך געווארן פון די נידריגסטע צו ערליכע אידן ממש, אבער ווילאנג סאיז נישט די תיקון השלם גייען זיין מענטשן וואס ווילן זיין ערליך און קומען תשובה טון, און אעפ”כ בלייבן פארפלאנטערט, און טאקע אפילו בשעת’ן קומען קיין אומאן וועלן זיי ווייטער נישט זיין ערליך,
קיין איין ברסלב’ע חסיד האט נישט קיין פראבלעם מיט דעם, זיי קוקן עס אן ווי א שפיטאל וואס וואשט אויס אידישע נשמות, און טאקע אין א שפיטאל דרייען זיך די מערסטע קראנקע מענטשן, נאריש איז דער וואס זאגט אז די שפיטאל מאכט זיי קראנק,
שטעלט מען זיך אויף מאכן הנחות פארוואס די אלע דראגיס פארן, (אודאי ווען סוואלט געווען אמת וואלט ער געווען גערעכט) און לאמיר נישט פארגעסן ווי די אלע בעלי עבירה זענען נתחנך געווארן, וואו האבן זיי אנגעהויבן נעמען דראגס, נישט אין אומאן! נישט אין ברסלב’ע ישיבה! זיי זענען נישט אויפגעוואקסן מיט ברסלב’ע ”יסודות החיים”....
ברסלב’ע קינדער ווייסן פון חצות און התבודדות, די אינגעלייט זענען אפגעפאלענע פירות פון אנדערע ביימער וואס ברסלב לאזט זיי אריין און גיבט זיי א פלאץ....
קיין איין ברסלב’ע וועט נישט מצדיק זיין היפקרות און זלזול אינעם יום הדין, און גיבן אכטונג אויף זייער קינדער מיט זיבן אויגן אויף ראש השנה, אבער זיי פארשטייען אז די אלע אידן זענען געקומען זיך היילן און מדארף רחמנות האבן אויף זיי און פרוביר צוהעלפן תשובה טון.
(עס איז דא נאך א נקודה, מען רעדט דא לשיטתו פון נידריגע אידן וואס זענען מופקרים און זיי האבן גאר א פראבלעם מיט זייער עבירות! מיט גיהנום! טראכטס נאר בעין האמת וויפול אידן אין אייער ביהמ”ד וואלטן געווען גרייט אראפצולייגן אפאר אלפים און פארן אזא שווערע נסיעה בלויז צו פטור ווערן פון זיין לאסט פון עוונות.... נישט וויינען אביסל פאר פרנסה און קינדער... דאס איז אלעס לשיטתו...)
און לסיכום וואס באדערט די מערסטע פאר ברסלב’ע, (דאס האט נישט דוקא מיט די דרשה נאר בכלליות מיט די שמועס) איז אז עס איז פשוט אז וואס רעגט די מערסטע אויף די אלע וואס שרייען אויף פארן קיין אומאן איז נישט די בעלי עבירה וואס פארן אהין, נאר טאקע די רוב מנין ובנין וואס פארן די ערליכע אידן, מסלתה ומשמנה פון די עובדי השם, און וואס זיי נוצן אלץ א שטעקן איז די אלע פארלוירענע נשמות,
ווי איינע פון די מנהיגים שליט”א וואס רעדט אנטקעגן פארן האט אפן געזאגט פאר א ברסלב’ע משפיע אז די שוואכע עולם פריידט ער זיך אז ער נעמט קיין אומאן, אבער וואס באדערט אים איז זיינע שענסטע איגעלייט...
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 10:25 am
דורך world champion
יעדער נפש ישראלי וואס קומט קיין אומאן ראש השנה האט א חלק אין די גאולה נישט קיין חילוק צו ער קומט פאר פאן אדער נישט!
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:19 pm
דורך Yankel
world champion האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 10:25 am
יעדער נפש ישראלי וואס קומט קיין אומאן ראש השנה האט א חלק אין די גאולה נישט קיין חילוק צו ער קומט פאר פאן אדער נישט!
איך בין נייגעריג צו איר האלט אז דער הייליגער ישמח משה זי״ע האט נישט קיין חלק און די גאולה ווייל ער איז נישט געווען אין אומאן ראש השנה…..