בלאט 4 פון 4
Re: בונים!!! ביהמ"ד החדש דקהל צמח דוד סקווירא
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2024 11:45 am
דורך מיילעך פריילעך
- IMG_20240927_114356_527.jpg (111.03 KiB) געזען געווארן 826 מאל
Re: בונים!!! ביהמ"ד החדש דקהל צמח דוד סקווירא
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2024 2:01 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
ק/פ
איך האב יעצט גערעדט מיט איינע פון די חברה דארט און ער האט מיר דערציילט די מעשה מיט די פייער.
איינער פון די ארבעטער האט געוועלדעד אויפן צווייטן שטאק העכער די מקוה וואס איז שוין און באנוץ פאר די לעצטע יאר און עס איז אראפגעפאלן פונקען פייער אריין אין די האנטיכער סטארידזש און עס האט אנגעהויבן צו ברענען.
יעצט איז די בילדינג פארמאכט די פייער דעפארטמענט מאכט זיכער אז די פייער איז אנדער קאנטראל.
די גאנצע שוהל איז פול מיט שטויב און רויך און עס איז נאך נישט דא קיין קלארע פּלאן פאר א' סליחות.
Re: בונים!!! ביהמ"ד החדש דקהל צמח דוד סקווירא
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 3:28 pm
דורך אנדערער
געווען אפן סליחות?
Re: בונים!!! ביהמ"ד החדש דקהל צמח דוד סקווירא
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 4:05 pm
דורך בערל דער פייפער
אנדערער האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 3:28 pm
געווען אפן סליחות?
יא
Re: בונים!!! ביהמ"ד החדש דקהל צמח דוד סקווירא
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 4:20 pm
דורך נאו לעיבל
בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 4:05 pm
אנדערער האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 3:28 pm
געווען אפן סליחות?
יא
Re: בונים!!! ביהמ"ד החדש דקהל צמח דוד סקווירא
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 1:48 pm
דורך שבת קודש
שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 24, 2024 12:08 pm
זעה איך אז מען האט ארויסגעלייגט א מאפע פון די זיצן פאר היי יאר
אינעם היכל זעלבסט אן די גאלעריען איז דא 2700 זיצן פלאס א קינדער באנק אקעגן יעדע טיש, דאס מיינט אז מיט די קינדער בענק איז דא אריבער 5000 זיצן אינעם היכל
אויף די בילדער זעהט מען נישט קיין בענק אקעגן איבער, נישט דא?
Re: בונים!!! ביהמ"ד החדש דקהל צמח דוד סקווירא
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 1:53 pm
דורך א יוני אין שוויץ
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 1:48 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 24, 2024 12:08 pm
זעה איך אז מען האט ארויסגעלייגט א מאפע פון די זיצן פאר היי יאר
אינעם היכל זעלבסט אן די גאלעריען איז דא 2700 זיצן פלאס א קינדער באנק אקעגן יעדע טיש, דאס מיינט אז מיט די קינדער בענק איז דא אריבער 5000 זיצן אינעם היכל
אויף די בילדער זעהט מען נישט קיין בענק אקעגן איבער, נישט דא?
נאר די אלטע פלעצער האבן בענק, די צוגעלייגטע שירות נישט, קוק מער אינמיטן פונעם היכל.
Re: בונים!!! ביהמ"ד החדש דקהל צמח דוד סקווירא
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 3:37 pm
דורך א יוני אין שוויץ
גרייט צום דאווענען.
Re: בונים!!! ביהמ"ד החדש דקהל צמח דוד סקווירא
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 3:55 pm
דורך שבת קודש
וואס גייט מען טועהן מיטן היכל א גאנץ יאר? מער צושפרייטן די טישן
וויפיל תושבים וואווינען אין שיכון?
Re: בונים!!! ביהמ"ד החדש דקהל צמח דוד סקווירא
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 4:01 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
Re: בונים!!! ביהמ"ד החדש דקהל צמח דוד סקווירא
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 4:54 pm
דורך אויגעלעך
אַשְׁרֵי תִּבְחַר וּתְקָרֵב יִשְׁכֹּן חֲצֵרֶיךָ
נִשְׂבְּעָה בְּטוּב בֵּיתֶךָ קְדוֹשׁ הֵיכָלֶךָ
לאור דער אומבאשרייבליכער שמחה הגדולה והעצומה ווען מען האט ברוך ה' פארענדיגט דעם גאנצן אונטערשטן שטאק פונעם בית מדרשנו ותפארתנו בשלימות הפאר ובתכלית היופי און במיוחד ווען מען באנייט שוין ברוב חסדי שמים די זיבן גרויסע דאוונען שטיבער וואס וועלן אי"ה דינען אלס פראכטפולע בתים שמגדלים בהם תפילה בהרחבת הדעת פאר אונז און אונזערע קומענדיגע דורות
וועט קהל עדת אנשי שלומינו זיך צונויפזאמלען דעם קומענדיגן
היינט מאנטאג האזינו ביינאכט
צו א ספעציעלע פייערליכע "מסיבת לקח ולחיים" ברגשי שמחה והודאה לרגל
חגיגת חנוכת היכלי התפילה
בראשות הרה"צ בני כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א
ובהשתתפות משפחות הנדיבים החשובים שרי הצדקה מקימי שבעת היכלי התפילה הע"י
בקומה הראשונה בבנין בית מדרשנו ותפארתנו
= די מסיבת לחיים וועט זיך אנהייבן בשעה 9:00 =
***
מיטן היינטיגן מסיבה של שמחה, ווערט אפגעצייכנט דעם אנהייב פון א נייע עפאכע אין סקווירא, ווען אונזער וואכנדיגע עבודת התפילה באקומט א פרישע באדייט, מיט אזעלכע הרחבה'דיגע לעכטיגע דאוון שטיבער לשמחת כל הקהל.
היינט נאכט וועלן מיר אלע דאנקען דעם אייבערשטן אויף דער היסטארישער דערגרייכונג, אז מ'איז ענדליך זוכה צו באנייען די זיבן גרויסע, פראכטפולע דאוון שטיבער - און ווי דער רבי שליט"א האט עס גערופן, די זיבן "וואכנדיגע בתי מדרשים".
אויך וועט די מסיבת לחיים זיין א פאסיגע געלעגנהייט פארן עולם צו כאפן א שפאציר איבערן גאנצן אונטערשטן שטאק, און זיך באקענען פונדערנאנט מיט די פילע פראקטישע און הערליכע איינריכטונגען וואס זענען יעצט פארענדיגט געווארן ברוב פאר והדר.
***
אין דער זעלבער צייט וויל מען מעלדן בשמחה רבה אז נאכן אריינלייגן געוואלדיגע כוחות, האט מען ברוך ה' מצליח געווען צוריק צו עפענען די נייע מקווה, און די נייע מקווה וועט שוין זיין אי"ה גרייט אין באנוץ היינט נאכט פאר סליחות.
מזל טוב חסידי סקווירא! מזל טוב תושבי שיכון סקווירא!
- unnamed (2).jpg (233.28 KiB) געזען געווארן 277 מאל