בלאט 4 פון 62
Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 7:21 pm
דורך דער תהלים איד
די הארדווער זעט מיר אויס גאר גוט.
כהאב נישט קיין מושג וואס ביי דיר מיינט גוט, און וויאזוי עס צו טעסטן. אדרבה זאג.
Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 7:23 pm
דורך Media
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 7:21 pm
די הארדווער זעט מיר אויס גאר גוט.
כהאב נישט קיין מושג וואס ביי דיר מיינט גוט, און וויאזוי עס צו טעסטן. אדרבה זאג.
אז אויב ס'פאלט אראפ אויפן שטיינערנעם פלאר און מקוה וכו' זאל ער נאך אטעמען...
איך גיי דיך נישט בעטן עס איינצוטינקען און א גלעזל וואסער אזוי ווי איך האב געטוהן מיטן קאנסטראקשען פאון...
Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 7:35 pm
דורך דער תהלים איד
אקעי דו ווילסט א קאנטראקשן פאון... איך וויל ס"ה ס'זאל נישט זיין א דזשאנק ווי מיין רביצין'ס עטליכע כשר'ע טעלעפאנען וואס מ'האט שוין איינגעקויפט איינס נאכעס אנדערע...
ס'זאל זיין - לאמיר זאגן - שטארק ווי א געהעריגע עפל פאון. כדארף נישט מער.
Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:41 pm
דורך צפרא טבא
Media האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 7:23 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 7:21 pm
די הארדווער זעט מיר אויס גאר גוט.
כהאב נישט קיין מושג וואס ביי דיר מיינט גוט, און וויאזוי עס צו טעסטן. אדרבה זאג.
אז אויב ס'פאלט אראפ אויפן שטיינערנעם פלאר און מקוה וכו' זאל ער נאך אטעמען...
איך גיי דיך נישט בעטן עס איינצוטינקען און א גלעזל וואסער אזוי ווי איך האב געטוהן מיטן קאנסטראקשען פאון...
רוב מענטשן זוכן נישט קיין גרויסע פאון אזוי ווי די קייסערע
מענטשן ווילן א פאון אזוי ווי די VN220 אפילו מען קען עס נישט כשר'ן און טובלן
ווי אזוי איך פארשטיי גייט די פאון זיין די הארדווער אזוי ווי די VN220 מיט א ברעקינג סאפטווער
איין חסרון האט נאר די VN220 וואס איך האף אז די פאם האט נישט, די VN220 מיט איעדע בייג ווערט די פאון צוטיילט אין צוויי גרייט פאר יחץ,
איך האף אז די פאם גייט נישט האבן די פראבלעם
Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:36 pm
דורך יונה טויב
זאל נאר איין קאמפאני ארויסקומען מיט א פאון פאר 100/200 דאלער און אונטערברענגען די כשר'ע פליפ פאון מארקעט, מאכט בכלל נישט קיין סענס די פרייזן.
Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 1:48 am
דורך שמח
יונה טויב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:36 pm
זאל נאר איין קאמפאני ארויסקומען מיט א פאון פאר 100/200 דאלער און אונטערברענגען די כשר'ע פליפ פאון מארקעט, מאכט בכלל נישט קיין סענס די פרייזן.
גייט לכוארה נישט זיין, א גוי'שע קאמפעני וואס פארקויפט א פערטל מיליאן פאון'ס (לכוארה מער!) קען פארקויפן פאר ביליג, א אידישע קאמפעני וואס איז בכלל נישט אין אזא מצב, איז שווער צו מאכן צו ביליג.
דאס איז מיין בליק אויף די ענין (איך שפיל זיך אביסל ארום מיט פאונס, ROMs און עפפס, עס ליגט אסאך ארבעט) איך וויל אויך נישט צאלן די פרייזן, אבער איך מײן מ'קען 'אביסל' פארשטיין פארוואס מ'בעט די פרייזן ַ
Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 2:48 am
דורך צווייזייטיג
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 30, 2023 3:57 pm
ווידער די זמנים עפפ, זעה איך שוין אז ס'דא צוויי עקסטערע עפפס.
איינס איז וואס כהאב נעכטן געוויזן, יענס ווייזט (אויף אידיש) אלע היינטיגע זמנים. (קענסט אנשטעלן בכלליות צו ס'זאל גיין מיט רבינו תם אדער גר"א)
די צווייטע איז א עפפ וואס הייסט Halachic Times, וואס האט גאר מעידזשאר פעיטשערס. יעדע זמן קענסטו עקסטער אנשטעלן לויט וועלכע שיטה ס'זאל גיין, און קענסט אנשטעלן א "רעמיינדער אלארם", וויפיל מינוט בעפאר די זמן דו ווילסט. למשל, 15 מינוט פאר זמן קר"ש...
קענסט דארט אויך אנשטעלן וועלכע טעג פון די וואך ס'זאל גיין די רעמיינדער.
Screenshot 2023-08-30 150500.jpg
די פיור-עפעס... פילטערס וואס די פילטערס לייגן ארויף האט אויך די זמנים עפפ
Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 4:04 am
דורך שמח
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 2:48 am
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 30, 2023 3:57 pm
ווידער די זמנים עפפ, זעה איך שוין אז ס'דא צוויי עקסטערע עפפס.
איינס איז וואס כהאב נעכטן געוויזן, יענס ווייזט (אויף אידיש) אלע היינטיגע זמנים. (קענסט אנשטעלן בכלליות צו ס'זאל גיין מיט רבינו תם אדער גר"א)
די צווייטע איז א עפפ וואס הייסט Halachic Times, וואס האט גאר מעידזשאר פעיטשערס. יעדע זמן קענסטו עקסטער אנשטעלן לויט וועלכע שיטה ס'זאל גיין, און קענסט אנשטעלן א "רעמיינדער אלארם", וויפיל מינוט בעפאר די זמן דו ווילסט. למשל, 15 מינוט פאר זמן קר"ש...
קענסט דארט אויך אנשטעלן וועלכע טעג פון די וואך ס'זאל גיין די רעמיינדער.
Screenshot 2023-08-30 150500.jpg
די פיור-עפעס... פילטערס וואס די פילטערס לייגן ארויף האט אויך די זמנים עפפ
דארט קען מען זייער שווער אנשטעלן די ריכטיג לאקאציע. (וויבאלד עס איז נישט טאטש)
Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 8:21 am
דורך דער תהלים איד
יונה טויב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:36 pm
זאל נאר איין קאמפאני ארויסקומען מיט א פאון פאר 100/200 דאלער און אונטערברענגען די כשר'ע פליפ פאון מארקעט, מאכט בכלל נישט קיין סענס די פרייזן.
ערשטנס, דוכט זיך אז די גוי'אישע קייסערא קאסט $350 +. ווער גייט 'זיי' אונטערברענגען?...
צווייטנס, דארפסט נישט אונטערברענגען קיינעם, ס'איז שוין לאנג אונטערגעברענגט. און דערפאר איז נישטא קיין גוטע פליפ פאונס צו באקומען. די אידישע געשעפטן נאגן ארויס אלע לעפטאויווערס פון אלע אלטע מאדעלס און אלע נייע שטיקלעך פון אלע נייע קאמפאניס מיט שמאטע מאדעלס, און די אידישע קאמפאני'ס קענען זיך נישט ערלויבן צו מאכן עפעס מער ווי ביליגע שמאנצעס, ווייל ס'איז א קליינע קלייענטעל.
די אינגעלייט וואס האבן זיך אריינגעלייגט אין POM ווילן דאס טוישן, זייער טענה איז אז ווען מ'גיט ארויס א "גוטע פראדוקט" אן קיין געלט שפארונגען, און כשר לויט אלע קהילות, וועט מען זען אז די מארק'עט איז ריזיג און מ'קען יא מצליח זיין.
דריטנס, צו די פרייזן מאכן סענס דארפסטו האבן כאטש א ברעקל שייכות מיט די אינדאסטרי. פרעגט אייך נאך בעפאר איר שרייבט. (להוי ידוע, די אינגעלייט פלאנען ארויסצוגיין מיט א מיינוס פון די ערשטע שיפמענט, און די ריוח אויף זייער טאג-און-נאכט הארעוואניע פון איבער א יאר צייט וועט אי"ה נאכקומען הערשט אין עטליכע יאר).
Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 9:56 am
דורך היסטאריקער
איך קען עדות זאגן אויף די נאכגעלאזטקייט אין די פעלד פון פליפ פאונ'ס.
פאר א גוישע קאמפעני לוינט זיך בכלל נישט צו אינוועסטירן אין אזא פראדוקט עס איז נישטא קיין מארקעט פארדעם אין די גוישע וועלט בכלל, חוץ שומער קויפט שוין קיינער נישט אזא פאון.
סמארטפאונ'ס זענען פילפאכיג ביליגער ווי פליפ פאונס, דאס איז א פאקט, מען קען קויפן דויערהאפטיגע סמארטפאונ'ס פאר א דריטל די פרייז וואס מיר צאלן פאר א נארישע שוואכע פליפ פאון.
די LG VN220 קאסט אין די וועלט אריין ווען מיט איין שפיי איז עס ארויס פון באניץ.
די בלויע קאסערע קאסט שווערע געלטער אבער טויגט א מכה מען ברויט עס איבערטוישן יעדע יאר.
די קאסערע קאנסטרוקציע איז גיגאנטיש אזש פרויען וועלן ניטאמאל טראכטן פון עס נעמען, עס גייט דאך נישט אריין אין זייער האנט באגאזש מענער וועלן עס מער נעמען פשוט ווייל עס איז נישטא בעסערס.
אויב קומט ארויס א פליפ פאון מיט גוטע סאפטווער און הארדווער וועט עס זיין א ישועה פאר כלל ישראל.
אשריכם עסקנים!
איך קען זיך מיט איינע פון די טעסטערס ער זאגט אז עס קומט א פיינע דויערהאפטיגע פראדוקט.
Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 10:09 am
דורך יונה טויב
בעטן די פרייזן פאר די אלטע גוי'שע פליפ פאונס איז אומגלויבליך, איך פארשטיי אבער עס איז סופליי און דימענד.
אבער די נייע כשר'ע ברענדס וואס מיינען משום איזה סיבה אז יעדע שטיקעלע סאפטוועיר דארף מען אליין בויען און דאס קאסט טאקע הון תועפות, בעת מ'קען נעמען אזא קווין פאון פאר $100 און מאכן אליין כולו כשר, איז וואס וואונדערט מיר, פארוואס בויען יעדע עפפ אליין??
Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 10:11 am
דורך היסטאריקער
יונה טויב האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 10:09 am
בעטן די פרייזן פאר די אלטע גוי'שע פליפ פאונס איז אומגלויבליך, איך פארשטיי אבער עס איז סופליי און דימענד.
אבער די נייע כשר'ע ברענדס וואס מיינען משום איזה סיבה אז יעדע שטיקעלע סאפטוועיר דארף מען אליין בויען און דאס קאסט טאקע הון תועפות, בעת מ'קען נעמען אזא קווין פאון פאר $100 און מאכן אליין כולו כשר, איז וואס וואונדערט מיר, פארוואס בויען יעדע עפפ אליין??
בויען זיי יעדע עפפ באזונדער?
כ'האב פארשטאנען אז זייער סאפטווער איז ענדרויט באזירט.
Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 10:13 am
דורך יונה טויב
היסטאריקער האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 10:11 am
יונה טויב האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 10:09 am
בעטן די פרייזן פאר די אלטע גוי'שע פליפ פאונס איז אומגלויבליך, איך פארשטיי אבער עס איז סופליי און דימענד.
אבער די נייע כשר'ע ברענדס וואס מיינען משום איזה סיבה אז יעדע שטיקעלע סאפטוועיר דארף מען אליין בויען און דאס קאסט טאקע הון תועפות, בעת מ'קען נעמען אזא קווין פאון פאר $100 און מאכן אליין כולו כשר, איז וואס וואונדערט מיר, פארוואס בויען יעדע עפפ אליין??
בויען זיי יעדע עפפ באזונדער?
כ'האב פארשטאנען אז זייער סאפטווער איז ענדרויט באזירט.
אזוי איז משמע פון גרינטאטש, און די פאון אויך פון די בילדער און דעם אשכול.
Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 11:09 am
דורך אלף טויב
Media האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 7:17 pm
שלום עליכם!
כ'בין נישט דא אראפצורייסן, אבער מיר באדערט אויך אז היינט לויפט די פרייז פון א פאון אויף די פיטשיווקעס און באקוועמליכקייטן (סאפטוועיר בלע''ז), ווען עכט וואלט עס געדארפט לויפן אויף די שטארקייט פון די פאון.
לדוגמא: די סאנביעם פאון קאסט $195 - ס'האט א פשט? ס'איז ווערד? ס'כאפט איין טראפ קאווע אדער א גלעט און ס'איז החזיר עטרה ליושנה!
נעם די קייאסערע E4610, איך וואלט גערן געצאלט $300 דערפאר ווייל ס'האלט זיך!
פון די אנדערע זייט בעטן זיי פאר די בלויע קייאסערע אויך די פרייז, און ס'מאכט קיין טראפ סענס... ווער געדענקט נאך ווען ס'האט געקאסט $29 ביי וואלמארט.
בקיצור, יש דברים בגו... איך קען נישט די פיג אדער די pom אבער אויב איז עס יענץ הארדוועיר האמיר א פראבלעם!
גא"מ
זייער שטארקע פונקט.
איך פארשטיי ברויכסט עפעס מאכן אויף די הארעוואניע אונוועסטירונג פונעם סאופטוועיר...
אבער נעם אין באטראכט מיט א שוואכע הארדוועיר האב איך
גארנישט פון דיין גאר געלונגענער סאופטוועיר!!!
איך מיין נישט POM וואס איך נאך נישט אנגערירט. נאר בכלליות.
Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 11:15 am
דורך טיפע טאשן
Media האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 7:17 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 30, 2023 8:23 am
הפנים צו די ענינים הנדברים. צו ס'איז נישטא קיין גוטע פליפ פאונס אויף די מארקעט די לעצטע 6-7 יאר? פרעגטס נישט מיך, נאר זיך אליינס. צו דער הארדווער איז גארבעדזש אזויווי פלוני אלומוני זאגט? יענער האט עס נאך ניטאמאל געהאלטן אין די האנט, סוי וואס איז די שאלה בכלל... צו ס'האט עפעס מיט אידטיש? ניין... נאר איך פערזענליך קען זיך מיט יענעם און איך בין פון די טעסטערס... צו ס'האט עפעס מיט איין זייט סאטמאר? ניין... די אינוועסטאר'ס זענען צופעליג בכלל נישט קיין סאטמאר'ע. ענד סוי אן.
בקיצור, עני עכטע שאלה וויל איך ענטפערן, אבער וואס פלוני אלמוני שרייבט איז נישט נוגע, לדעתי גייט דער פאון אויסלויפן גלייך ס'גייט ארויף אויפן שעלוו, נאו מעטער וואס קאמפאטישנס אד"ג גייען לאזן הערן. איך זאג עס ווייל איך נוץ עס שוין אפאר וואכן, און איך בין נישט באזארגט פאר זיי אפילו אויב אייוועלט מיינונגען ווערן יא באטראכט ווי אקטועל..
שלום עליכם!
כ'בין נישט דא אראפצורייסן, אבער מיר באדערט אויך אז היינט לויפט די פרייז פון א פאון אויף די פיטשיווקעס און באקוועמליכקייטן (סאפטוועיר בלע''ז), ווען עכט וואלט עס געדארפט לויפן אויף די שטארקייט פון די פאון.
לדוגמא: די סאנביעם פאון קאסט $195 - ס'האט א פשט? ס'איז ווערד? ס'כאפט איין טראפ קאווע אדער א גלעט און ס'איז החזיר עטרה ליושנה!
נעם די קייאסערע E4610, איך וואלט גערן געצאלט $300 דערפאר ווייל ס'האלט זיך!
פון די אנדערע זייט בעטן זיי פאר די בלויע קייאסערע אויך די פרייז, און ס'מאכט קיין טראפ סענס... ווער געדענקט נאך ווען ס'האט געקאסט $29 ביי וואלמארט.
בקיצור, יש דברים בגו... איך קען נישט די פיג אדער די pom אבער אויב איז עס יענץ הארדוועיר האמיר א פראבלעם!
האסט א שפיץ.
Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 1:08 pm
דורך צווייזייטיג
א גוטער מארקעטער האבן זיי זיכער...
Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 1:45 pm
דורך דער תהלים איד
בנוגע די הארדווער, זענען רוב ביז יעצטיגע היימישע פליפ-פאונס געגאנגען צו ביליגע חברה. (פאר ווער עס ווייסט, איבעראל איז דא ביליגע און טייערע, שוואכע און פעסטע, אפגעזען צו ס'איז טשיינע צו ס'איז ענגלאנד).
די פיג איז געווען דער ערשטער צו גיין צו א עכט טייערע מאניפעקטשער, און דערפאר האט POM אויסגעוועלט צו גיין צום זעלבן הארדווער פראדוצירער, נאר געמאכט די אייגענע קאסטומייזעישנס און אפדעיטס.
זיי האבן באמת אינוועסטירט אין ביידע, סיי אין די הארדווער און סיי אין די סאפטווער.
Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 2:05 pm
דורך א געזונטער
קען מען מאכן MUTE אוף גרופעס ?
Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 2:10 pm
דורך דער תהלים איד
מיינסט די טעקסט מעסעדזש רינגער?
Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 2:12 pm
דורך דער תהלים איד
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 1:08 pm
א גוטער מארקעטער האבן זיי זיכער...
אויב דו מיינסט מיר... כבין צופעליג נישט זייער מארקעטער, נאר א גוטע חבר פון איינע פון די ארויסגעבער. איך העלף אים מיט עצות פאר די מארקעטינג אויך.
Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 2:16 pm
דורך א געזונטער
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 2:10 pm
מיינסט די טעקסט מעסעדזש רינגער?
yup
Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 2:57 pm
דורך דער תהלים איד
א געזונטער האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 2:05 pm
קען מען מאכן MUTE אוף גרופעס ?
האמיר עס אויסגעטשעקט.
נישט בלויז קענסטו מאכן MUTE, נאר אויף יעדע מעסעדזש קאנווערסעישן עקסטער קענסטו אנשטעלן 1) צו ער זאל געבן א נאטיפיקעישן, 2) וועלכע סאונד, (קענסט מאכן א עקסטערע סאונד פאר דיין טאטע... א כיבוד אב ווארענונג... ווידער די רביצין זאל בלויז ווייברעטן... וכדומה), און 3) קענסט יענעם בלאקן פון דיר קענען טעקסטן.
אראפציהר זעהסטו ווער ס'איז אינעם שמועס, אין פאל ס'איז א גרופע זעסטו דא די גאנצע ליסטע.
דאס איז דער סקרין 'נאכן דרוקן' אויף א קאנווערסעישן צו זען זיינע סעטינגס:

- Screenshot 2023-09-01 145308.jpg (71.62 KiB) געזען געווארן 657 מאל
Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 3:02 pm
דורך ווירקליך
קוקט אויס גאר גוט.
יישר כח @דער תהלים איד פאר די אינפארמאציע.
Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 12:27 pm
דורך א געזונטער
עס גייט ארבעטן מיט ווערייזן ?
Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 12:29 pm
דורך צפרא טבא
א געזונטער האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 12:27 pm
עס גייט ארבעטן מיט ווערייזן ?
וואס זאל עס זיין ערגער פוון די קווין און קעט און אלע אנדערע