משה רבינו האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 27, 2023 10:20 am
יעדער וויל שלום, אבער עס זאל זיין אזוי ווי איך וויל,
למשל די סאטמאר וויזניץ מערכה וואס קוקט אויס גייט יעצט אויפלאקערן צוליב וואס כ"ק רבי יצחק יוחנן שליט"א עפענט א געגענט אין קרית יואל,
די סאטמארע טאענן קום נישט אין לעב בשלום פון דערווייטענס ווייל אויב דו קומסט מאכסטו קרית יואל זאל ווערן ווי מאנסי,
און וויזניץ טאנעט זיי בשלום און נעם מיר ברייט אויף...
נעכטן ר''ח אב לכבוד די יארצייט פון אהרן הכהן אוהב שלום ורודף שלום האט כ''ק מוויזניץ לאנדן שליט''א געזאגט א שטארקע לאנגע דרשה רופענדיג נאכאמאל צו קהלות און משפחות צו מאכן שלום צווישן זיך, ער זאגט אז ער ווייסט אז מען לאכט פון אים אז ס'איז אוממעגליך אבער ער געבט נישט אויף אז ס'קען געשעהן מחלוקת איז ווי א גרויסע באבל וואס קוקט אויס ריזיג אבער קען פלאצן מיט איין דרוק.
די דרשה קען מען הערן אויף קול בחצרות