בלאט 4 פון 122

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

געפאוסט: זונטאג יולי 30, 2023 11:43 pm
דורך טראפקעלע
אמת האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 11:40 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 7:49 pm א גאר אינטערסאנטע געשעעניש. דומ"ץ קרית יואל ביי קביעת מזוזה אויף געשעפט 'סימיס אף לאנדאן' פון יוסף וואלדמאן.

עפעס הער איך אז ס'קומט נאך א מעמד פיוס ביים ציון פון ברך משה ז"ל מיט א מנין.

IMG-20230730-WA0016.jpg

IMG-20230730-WA0006.jpg
ביטע אנטשאלדיגן אבער שרייבן אויפן גרויסן דיין מיט אזא לשון "דיינו" איז אין מיינע אויגן א זולזול.
דאס איז די נארמאלע שפראך וואס מ'ניצט אויף די סארט פלאטפארמעס (ס'איז דארט נישט דא מנהלים...)

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 am
דורך אביסל צו שפעט
אמת האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 11:40 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 7:49 pm א גאר אינטערסאנטע געשעעניש. דומ"ץ קרית יואל ביי קביעת מזוזה אויף געשעפט 'סימיס אף לאנדאן' פון יוסף וואלדמאן.

עפעס הער איך אז ס'קומט נאך א מעמד פיוס ביים ציון פון ברך משה ז"ל מיט א מנין.

IMG-20230730-WA0016.jpg

IMG-20230730-WA0006.jpg
ביטע אנטשאלדיגן אבער שרייבן אויפן גרויסן דיין מיט אזא לשון "דיינו" איז אין מיינע אויגן א זולזול.
גא''מ, ס'נישט נארמאל.

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:10 am
דורך בראקען
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 7:49 pm א גאר אינטערסאנטע געשעעניש. דומ"ץ קרית יואל ביי קביעת מזוזה אויף געשעפט 'סימיס אף לאנדאן' פון יוסף וואלדמאן.

עפעס הער איך אז ס'קומט נאך א מעמד פיוס ביים ציון פון ברך משה ז"ל מיט א מנין.

IMG-20230730-WA0016.jpg

IMG-20230730-WA0006.jpg
ער הערט ס'קומט נאך א מעמד פיוס...... :lol: :lol: :lol:

זאג. אז דו ווייסט נישט רעד נישט, די נאנטשאפט פון הרב''ג ר געציל שליט''א צו משפחת וואלדמאן גייט שוין צוריק צענדליגע יארן נאך פאר יוד-טיש..
ר יוסעל געדענק איך נישט, אבער די ברודערס האט ער אסאך פארברענגט.

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:27 am
דורך סאטמערע שוויצער
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 9:05 pm א גרויסע מעמד הכרת הטוב פאר אלע "מצילי אש" מעמבערס איז יעצט פארגעקומען אינעם מצילי אש בנין אויף מאונטעין-חברון.

מ'האט דארט אויך באנייט דעם נייעם "לייטער טראק" וואס די ווילעדזש האט געקויפט צום ערשטן מאל.

צווישן אנדערן האט מען דארט באגריסט לעבעדיג דעם סענאטאר דזשעימס סקופיס מיט הכרת הטוב, וואס ער האט געשאפן א גרענט פון א האלב מיליאן דאלאר פאר דם טראק (וואס האט געקאסט אנדעטהאלבן מיליאן), א פראסעס וואס ער האט באגלייט מיט די סטעיט פאר 20 חדשים צייט ביז יעצט.

אפאר קליינע זיסע נאטיצן פונעם מעמד:

- דער מעיאר רבי אברהם ווידער האט ברבים אויפ'ן סטעידזש איבערגעגעבן דעם "שליסל" פונעם נייעם טראק פאר הר"ר יושע בלומענטאל, טשיף פון די קרית יואלפייער דעפארטמענט

- הגה"צ ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א האט אויפגעטרעטן און אראפגעגעבן די גרויסע חסד פון יעדע מעמבער, וואס די שטאט שלאפט רואיגער אדאנק זיי. ער האט געזאגט אז די הכרת הטוב פון די צענדליגער טויזנטער איינוואוינער וואלט עכט געפאדערט א צאמקום פון די גאנצע שטאט, אבער ס'איז צו שווער.. ממילא קומען דא אראפ די ווילעדזש בארד, מיט די דיינים בראש, און מ'גיט אפ דעם דאנק בשם הקהל. אויך האט ער דערמאנט וועגן די פייער וואס איז לעצטנס געווען אום שבת אין זכונת ברך משה, וואס די קדושת השבת האט אפגעקלינגען אויף דער וועלט וויאזוי די מצילי אש ארבעטן נאר ווילאנג ס'דא אידן אינעם בנין, און וויאזוי די ווילעדזש האלט אויף עקסטערע גויים פאר אלגעמיינע קאלס, וואס יעדער איז מקנא קרית יואל מיט דעם

- עפעס האט ער צוגעלייגט א גאר טרעפליכע רעיון אז מ'זעט אין די ספרים אז מ'דארף זיך היטן פון "חמ"א", ר"ת חמה משחית אף (כהאב נישט אזוי פונקטליך געהערט), האט ער געזאגט אז אונז האמיר דא "ח'ברה מ'צילי א'ש".. דאס איז אונז מגין אויף חמ"א...

- דער דיין הרה"ג ר' שלמה משה ליפשיץ האט אויך גערעדט איבער די קידוש השם וואס קלינגט אפ פון א פייער דעפט. וואס פירט זיך בדרך התורה הונדערט פראצענט

- אין אנהייב האט דער ווילעדזש אדמיניסטראטאר ר' גדלי' סעגעדין הי"ו ארויסגעברענגט א שכוח פאר אלע וואלונטירן, און עסטער פר די וואס וואויטן אין נאוועמבער וואס דורך זיי קען מען שאפן אזא גרענט פאר די פייער טראקס, און מדארף נישט העכערן די פייער טעקסעס

- דער אסיסטענט טשיף הר"ר אליעזר הערש ניימאן האט דערציילט אויפ'ן מייק אז ער איז געווען היינט צופרי אין ניו העמפשיר אינאיינעם מיט נאך 2 מעמבערס, און ער קומט דא איבערגעבן די ברכת הקודש וואס ער האט גענומען פונעם רבין שליט"א פאר אלע מעמבערס, און ער האט דערציילט אז דער רבי האט זיך פאראינטערסירט אין אלע פרטים וועגן די נייע טראק וויאזוי מ'האט דערגרייכט דאס איינצוקויפן און וואס דאס גייט צונוץ קומען [האפנטליך נאר פאר'ן מעמד ההדלקה...]
איינער מיט בילדער?

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 10:52 am
דורך אביסל צו שפעט
סאטמערע שוויצער האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:27 am איינער מיט בילדער?
IMG-20230730-WA0194 (1).jpg
IMG-20230730-WA0194 (1).jpg (49.54 KiB) געזען געווארן 1449 מאל
IMG-20230730-WA0193 (1).jpg
IMG-20230730-WA0193 (1).jpg (54.67 KiB) געזען געווארן 1449 מאל

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 12:38 pm
דורך Headquarters
נעכטן האט זיך אנגעהויבן אין ק"י א גרויסע סעריע פון 12 שיעורים פאר אלטע און נייע מחנכים צוגעשטעלט פאר זייער ביליג

ס'איז א באשיידענע אונטערנעמונג וואס מהאט מודיע געווען נאר צווישן די מלמדים און כולל אינגעלייט

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 12:56 pm
דורך פישפיקלאדיין
Headquarters האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 12:38 pm נעכטן האט זיך אנגעהויבן אין ק"י א גרויסע סעריע פון 12 שיעורים פאר אלטע און נייע מחנכים צוגעשטעלט פאר זייער ביליג

ס'איז א באשיידענע אונטערנעמונג וואס מהאט מודיע געווען נאר צווישן די מלמדים און כולל אינגעלייט
@Headquarters דאס איז א פריוואטע אינטערנעמונג?

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:09 pm
דורך יום טוב
Headquarters האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 12:38 pm נעכטן האט זיך אנגעהויבן אין ק"י א גרויסע סעריע פון 12 שיעורים פאר אלטע און נייע מחנכים צוגעשטעלט פאר זייער ביליג

ס'איז א באשיידענע אונטערנעמונג וואס מהאט מודיע געווען נאר צווישן די מלמדים און כולל אינגעלייט
מי הוא הדרשן ?

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:17 pm
דורך באלאנס
יום טוב האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:09 pm
Headquarters האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 12:38 pm נעכטן האט זיך אנגעהויבן אין ק"י א גרויסע סעריע פון 12 שיעורים פאר אלטע און נייע מחנכים צוגעשטעלט פאר זייער ביליג

ס'איז א באשיידענע אונטערנעמונג וואס מהאט מודיע געווען נאר צווישן די מלמדים און כולל אינגעלייט
מי הוא הדרשן ?
זעהט מיר אויס ווי הרב ראטטענבערג מנהל וויזניץ ב”פ.
(קאן זיין איך מאך א טעות)

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 2:36 pm
דורך Headquarters
הערליכער מעמד הסיום פון "זכרו" צוגעגרייט אויף היינט נאכט, אין נייעם ביהמ"ד האדיר פון קהל יטב לב אין די "מעריוואלד" געגנט

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 3:10 pm
דורך פישפיקלאדיין
Headquarters האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 2:36 pm הערליכער מעמד הסיום פון "זכרו" צוגעגרייט אויף היינט נאכט, אין נייעם ביהמ"ד האדיר פון קהל יטב לב אין די "מעריוואלד" געגנט
זייער שיין. וויפיל אידן לערנען זכרו? כהאב אפגעציילט 400 זיץ פלעצער. אלנפאלס דער ביהמ"ד איז גיגאנטיש. ס'לכאורה די גרעססטע ביהמ"ד פון מהרי"י אין ק"י.

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 4:26 pm
דורך יום טוב
פישפיקלאדיין האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 3:10 pm
Headquarters האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 2:36 pm הערליכער מעמד הסיום פון "זכרו" צוגעגרייט אויף היינט נאכט, אין נייעם ביהמ"ד האדיר פון קהל יטב לב אין די "מעריוואלד" געגנט
זייער שיין. וויפיל אידן לערנען זכרו? כהאב אפגעציילט 400 זיץ פלעצער. אלנפאלס דער ביהמ"ד איז גיגאנטיש. ס'לכאורה די גרעססטע ביהמ"ד פון מהרי"י אין ק"י.
460 זיץ פלעצער

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 5:09 pm
דורך יאנטשי
יום טוב האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 4:26 pm
פישפיקלאדיין האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 3:10 pm
Headquarters האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 2:36 pm הערליכער מעמד הסיום פון "זכרו" צוגעגרייט אויף היינט נאכט, אין נייעם ביהמ"ד האדיר פון קהל יטב לב אין די "מעריוואלד" געגנט
זייער שיין. וויפיל אידן לערנען זכרו? כהאב אפגעציילט 400 זיץ פלעצער. אלנפאלס דער ביהמ"ד איז גיגאנטיש. ס'לכאורה די גרעססטע ביהמ"ד פון מהרי"י אין ק"י.
460 זיץ פלעצער
31 פער רייע (8 ביידע זייטן + 15 אינדערמיט) , 14 רייען. = 434
רעכן אראפ 16 וואס פעלט ביי די מוזיק = 418
רעכן צו 20 אויבנאן פלעצער = 438

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 7:43 pm
דורך אסמכתא בעלמא
זכרו איז אויף א פארמעסט?

וואס איז דע געציילעכץ דא. נישט עכט פאסיג, סארי.

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 8:44 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
באלאנס האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:17 pm
יום טוב האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:09 pm
Headquarters האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 12:38 pm נעכטן האט זיך אנגעהויבן אין ק"י א גרויסע סעריע פון 12 שיעורים פאר אלטע און נייע מחנכים צוגעשטעלט פאר זייער ביליג

ס'איז א באשיידענע אונטערנעמונג וואס מהאט מודיע געווען נאר צווישן די מלמדים און כולל אינגעלייט
מי הוא הדרשן ?
זעהט מיר אויס ווי הרב ראטטענבערג מנהל וויזניץ ב”פ.
(קאן זיין איך מאך א טעות)
אויפ'ן מודעה פאר די מלמדים איז געשטאנען כזה:

הרב ר' פנחס שלום ראטענבערג שליט"א מחנך נפלא רבות בשנים

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 12:33 am
דורך טראפקעלע
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 8:44 pm
באלאנס האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:17 pm
יום טוב האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:09 pm
מי הוא הדרשן ?
זעהט מיר אויס ווי הרב ראטטענבערג מנהל וויזניץ ב”פ.
(קאן זיין איך מאך א טעות)
אויפ'ן מודעה פאר די מלמדים איז געשטאנען כזה:

הרב ר' פנחס שלום ראטענבערג שליט"א מחנך נפלא רבות בשנים
ס'וועט זיין 12 שיעורים במשך 6 וואכן, יעדע מאנטאג און מיטוואך, 2 און אהאלב שעה,
בלויז 75$ פאר אלע שיעורים, מיט די הילף פון הנהלת המוסדות,
געאייגנט אויך פאר אלע וואס פלאנען אריינצוגיין בעולם החינוך.

ב"ה אז מ'הייבט אן מער טון אין דעם נושא.

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 4:04 pm
דורך טיפע טאשן
unnamed (2).png
unnamed (2).png (247.44 KiB) געזען געווארן 758 מאל

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 4:05 pm
דורך וואסאפשט
טיפע טאשן האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 4:04 pm unnamed (2).png
שטארקע געדאנק לאמיר זען צו סוועט ארבעטן

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 6:06 pm
דורך לך לך
נייע פּאַרקינג לאט ביי בית מדרש בית כהנא אויף חברון (מהרי"י) כמעט פארטיג אין איז שוין אין באנוץ

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 7:28 pm
דורך קיינמאל
א גוטע אויגן דאקטער אין די געגענט וואס האט עוועליבעל אפענטמענטס ווייסט איינער

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 8:59 pm
דורך א קלער
עקסידענט ביי פארעסט קארנער סקאנעמאק
ליל שישי
אנזעץ איז נישט די ווארט

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 06, 2023 12:15 pm
דורך Yankel
וואס איז די אנזעץ היינט אין די סיטי אף קרית יואל? איינער האט זיך טועה געווען אז היינט איז כו אב?

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 06, 2023 2:04 pm
דורך וואסאפשט
Yankel האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 12:15 pm וואס איז די אנזעץ היינט אין די סיטי אף קרית יואל? איינער האט זיך טועה געווען אז היינט איז כו אב?
לוי פון הרה"ח ר חיים בער ב"ר ליפא מייזעלס ז"ל

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 12:46 am
דורך להגדיל הטראסק
פארבט מען אצינד די שטראז ליניעס אויף פארעסט, ביי זקינים ז"ל סקאנעמאנק און ווארשיינליך גייט מען גיין ווייטער

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 12:10 pm
דורך פרייזן
unnamed (83).jpg
unnamed (83).jpg (132.34 KiB) געזען געווארן 470 מאל