Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 11:17 pm
שוין גענדיגט אדער סקומט נאך?..
קודם א יישר כח פאר דיינע איבערמידליכע ארבעט!Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 13, 2023 11:15 pm ווי געזאגט כהאב געטייפט אלע בשעת מעשה, און נאכדעם מתקן געווען, און נאכדעם גע'שלח'ט אלע בערך אויפאמאל (די ערשטע פאר קורצע האב איך נאך יא גע'שיקט'ט גלייך)
א קלער האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:39 pmזייענדיג אין אהל פאר איבער 2 שעה איז מיר זייער געפאלען ווי מען האט צוגעלאזט עלטערע אידן און רבנים פון אינטןוואסאפשט האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:30 pm אביסל פון מיינע אבזערוואציעס אויפן פעלד
1 ממש א מחי' אז עס איז דא נאך א אריינגאנג עס גיבט צו זייער אסאך הרחבת הדעת
אמת
2 נאר א רחמנות פאר די געלט גייער וואס פלעגן ביז היינט האבן קאנטראל אויף די איינע וועג
וואס פלעגט ארויפפירן אבער הינט מיט דריי וועגן ארויף ווייס איך נישט ווי אזוי מ'מאכט געלט
נעבעך פאר זיי
3 די לעכט איז צוגעשטעלט מיט אסאך מער פלאץ און ס'מער סעיף ב"ה
יא ב״ה
4 אזוי אויך האט מען אוועקגעריקט די לעכט און קאמענד סענטער אריין און די שטח המתיבתא
פאר די באקוועמליקייט פונעם ציבור, נו שוין לאמיר נישט רעדן...
5 מיר פערזענליך האט פארדראסן אז ממש ביים ציון און אוהל שטייט דארט א איד און יאגט דעם עולם
בשפת המדינה ענגלי"ש
נישט נאר פאר דיר האט עס פירזענדליך פארדראסן
6 יעצט פאר איך בין אוועק געגאנגען האט די פאבליק סעיפטי געברענגט פרישע צעמענטענע בלאקערס
לכאו' צום אנקום פון האדמו"ר מהרי"י שליט"א בעיני זעה איך נישט קיין פירוש אויף די פרישע בלאקערס
עס גייט לכאורה נאר מאכן א גרעסערע אנשטויס כנלענ"ד
טאקע א געפערליכע שטות געווען אן קיין פירושים…
7 עסן איז געווען שיין צוגעשטעלט קעיק,סענדוויטשעס,קאווע,טיי, אא"וו
יא מדארף געבן א שכויעך פאר די געטרייע עסקנים
נישט ווען איך בין דארט געווען
מען ווייסט - דא שטילערהייט... - פון וועלכע געגנט מען רעדט?Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 13, 2023 11:03 pm ביליגע דירות
כ'האב גערעדט א צייט צוריק אז מ'האפט אי"ה צוצושטעלן ביז עטליכע יאר ביליגע דירות אין קרית יואל.
וויל איך זאגן, אני על משמרתי אעמודה. מען איז ווייטער עוסק דערין, די הנהלת הקרי' טוען גרויסע פעולות דאס צוצושטעלן, איך האף בע"ה אז מ'וועט מצליח זיין!
אויסער דעם, אונז טוען נאך פעולות אויף אנדערע מקומות, וואס דארט וועט אי"ה קענען זיין נאך ביליגער! אבער אז מ'רעדט פון אנדערע מקומות איז עס עפעס וואס מ'קען נאכנישט רעדן וד"ל, אבער איך האף אי"ה אז מ'וועט מצליח זיין!
דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 14, 2023 9:39 amבצל הקודש
רבינו שליט"א ביים סעודת הילולא פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע במעמד אלפי אנשי שלומינו אין ביהמ"ד הגדול אין ק"י.
~~
דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 14, 2023 9:39 amבצל הקודש
רבינו שליט"א ביים סעודת הילולא פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע במעמד אלפי אנשי שלומינו אין ביהמ"ד הגדול אין ק"י.
~~
Someone in email is adding:Headquarters האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 14, 2023 1:00 am בקדושתו של בעל ההילולא, זכותו הגדול יגן עלינו
היינט ביים סעודת הילולא רבתי אין עיר רבתי קרית יואל יצ"ו ביים שטח הענק נעבן דעם בנין התלמוד תורה פון מוסדות סאטמאר קרית יואל אויף לארקין רד., האט ממלא מקומו בקודש פונעם בעל ההילולא כ"ק מרן רבינו שליט"א ארומגערעדט גאר פייערדיגע און ווארימע דברי הדרכה פאר תלמידי וחסידי רביה"ק זי"ע, במשנתו של בעל ההילולא דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו.
צווישן אנדערן האט דער רבי שליט"א מעורר געווען איבער צניעות וואס פאלט און דארף גרויס חיזוק, צו גיין אזוי ווי די עלטערן זענען געגאנגען, אזוי ווי דער רבי זי"ע האט אלעמאל געפאדערט פון אונז תלמידים וחסידים.
דערביי האט דער רבי דערמאנט די שעדליכקייט פון די סאשעל מידיע וואס איז מכלה מנפש ועד בשר, און מ'דארף זיך דערפון מרחק זיין כמטחוי קשת.
דער רבי האט מעורר געווען איבער די מאגאזינען וואס ברענגען אריין גוי'אישקייט, און אויך איבער די שעדליכקייט ווען קינדער וואקסן אויף מיט הערן קול מבשר, אלעס וואס טוט זיך ביי די גויים און איבער די וועלט אלעס מוז מען מיטהאלטן, וגו'
דער רבי האט אויסגעפירט מיט ווארימע ברכות פאר'ן ציבור וואס זענען ממשיך צו גיין בדרכיו פונעם בעל ההילולא.
אשרינו מה טוב חלקינו בהילולא דרבינו.
וואסאפשט האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:30 pm אביסל פון מיינע אבזערוואציעס אויפן פעלד
1 ממש א מחי' אז עס איז דא נאך א אריינגאנג עס גיבט צו זייער אסאך הרחבת הדעת
יא, ממש כ'פארשטיי נישט פ''וו מ'האט עס ביז יעצט נישט געפענט
2 נאר א רחמנות פאר די געלט גייער וואס פלעגן ביז היינט האבן קאנטראל אויף די איינע וועג
וואס פלעגט ארויפפירן אבער הינט מיט דריי וועגן ארויף ווייס איך נישט ווי אזוי מ'מאכט געלט
ס'איז דא מע פלאץ פאר מער געלט גייערס,
3 די לעכט איז צוגעשטעלט מיט אסאך מער פלאץ און ס'מער סעיף ב"ה
יא, זייער גוט געווען
4 אזוי אויך האט מען אוועקגעריקט די לעכט און קאמענד סענטער אריין און די שטח המתיבתא
5 מיר פערזענליך האט פארדראסן אז ממש ביים ציון און אוהל שטייט דארט א איד און יאגט דעם עולם
בשפת המדינה ענגלי"ש
נישט געהערט ב"ה
6 יעצט פאר איך בין אוועק געגאנגען האט די פאבליק סעיפטי געברענגט פרישע צעמענטענע בלאקערס
לכאו' צום אנקום פון האדמו"ר מהרי"י שליט"א בעיני זעה איך נישט קיין פירוש אויף די פרישע בלאקערס
עס גייט לכאורה נאר מאכן א גרעסערע אנשטויס כנלענ"ד
נישט געזזען, איך בין דארט געווען בערך 2:30
7 עסן איז געווען שיין צוגעשטעלט קעיק,סענדוויטשעס,קאווע,טיי, אא"וו
היפש קארגליך, אזוי 10-15 יאר צוריק, ביי ריבניץ ביומא דהילילוא איז עס בעסער שטערקער אויפגעסעט
8 טרעפיק אינעם שטעטל זעט אויס אסאך בעסער ב"ה
קומטס אריין מיט נאך אבזערוואציעס
just following the rebyסאטמערע שוויצער האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 14, 2023 11:08 am פארוואס קען בצל קיינמאל נישט כאפן קיין געהעריגע בילדער פון די עולם
דו דארפסט רעדן צו די פארטיי מענטשען פאר בילדער פונעם עולם. בצל שיינט מער ארויס אלס חסידים (שווענץ בלע"ז) כאפן זיי נאר פונעם רבין...סאטמערע שוויצער האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 14, 2023 11:08 am פארוואס קען בצל קיינמאל נישט כאפן קיין געהעריגע בילדער פון די עולם
ווייל די ביהמ''ד באשטייט פון זעקס דעכערסאטמערע שוויצער האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 14, 2023 11:08 am פארוואס קען בצל קיינמאל נישט כאפן קיין געהעריגע בילדער פון די עולם
זיי זענען נישט געמאכט פאר דעיםסאטמערע שוויצער האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 14, 2023 11:08 am פארוואס קען בצל קיינמאל נישט כאפן קיין געהעריגע בילדער פון די עולם
יום טוב האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 08, 2023 4:17 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 13, 2023 10:55 pm הרחבת גבולי קרית יואל
שוין אויסגעקומען צו רעדן. די גרעניצן פון א ווילעדזש איז נאר לגבי שטייערן, פערמיטס, אבער נישט לגבי "רוחניות". קדושה איז מתפשט צו אלע זייטן, ווי דער אויבערשטער האט געזאגט פאר יעקב אבינו ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה.
אלע געגנטן און שכונות וואס זענען נאנט צו די שטאט דא, אלעס איז קרית יואל, און אלע וואס וואוינען אינעווייניג אין די פארברייטערטע קרית יואל, אויף די אלע ליגט א פליכט זיך צו פירן גענוי ווי דער פעטער ז"ל האט געפאדערט, אן משנה זיין א זיז כלשהו. ווער עס קומט אהער פון דער פרעמד צו איינע פון די שכונות, זאל ער וויסן אז ער וואוינט אין קרית יואל! ער זאל נישט האבן קיין ספק אין דעם! און ער מוז מקבל זיין "חומרת המקום שהלך לשם" בכל פרטי'.
צו פארזיכערן קדושת המקום פון די נייערע שכונות אין קרית יואל, וויל איך יעצט קורא שם זיין די שכונות, אלס שכונות פון קרית יואל.
די געגנט וואס הייסט אויף ענגליש בלומינגראוו איז צוטיילט אין 3 געגנטער. די רעכטע זייט גלייך ווען מ'קומט פון צענטער קרית יואל, די רעכטע זייט הייסט "שכונת דברי חיים", און די לינקע זייט הייסט "שכונת זרע קודש". ס'איז א זכי' פאר א איד! ער זאל זאגן "איך וואוין אין די שכונה וואס הייסט נאכן ראפשיצער רב!" נאכ'ן צאנזער רב!
קעגנאיבער, וואו עס הייסט אויף ענגליש לעיק שארר, וועט הייסן שכונות "שאגת ארי'".
ס'דא א געגנט וואודבורי ווילאס, א ענגלישע נאמען, וועט הייסן "שכונת חתם סופר". נאכ'ן הייליגן חתם סופר, וואס די גאנצע וועלט זאגט נאך פון זיינע הייליגע דרשות.
די געגנט וואס מ'רופט סמיט פארם, וועט הייסן "שכונת ברוך טעם", נאכ'ן גרויסן ברוך טעם, וואס דער הייליגער דברי חיים שרייבט אז במשך פון זיין יאר וואס ער האט געגעסן קעסט ביים שווער דער ברוך טעם, האט ער דורכגעלערנט "רוב סוגיות הש"ס" מיט'ן שווער. זאל זיין א זכי' צו וואוינען אין שכונת ברוך טעם!
די געגנט וואס מ'רופט קאנטרי האללא, דאס ווט הייסן "שכונת חכם צבי". דער דברי חיים האט געהייסן אז א יעדע אייניקל פונעם חכם צבי זאל אויפשרייבן די נאמען אויף די מציבה "ווייל די חיצונים אנטלויפן ווייט דערפון"! אזוי וועט זיין דא אויך.
די געגנט וואס הייסט היילענד לעיק עסטעיטס, אידן וואוינען דארט, העמיר א נאמען די געגנט "שכונת בית יוסף", נאכ'ן הייליגן בית יוסף וואס כל בית ישראל נשען עליו! דער הייליגער בית יוסף וואס האט געלערנט תורה פון א מלאך אלקים.
ס'דא נאך געגנטער וואס זענען נאך ווייניג באוואוינט, אי"ה עס וועט זיך אויך אנפילן, וועט מען דארט אויך קורא שם זיין.
מ'וואוינט אין א מגושם'דיגע מדינה! מ'דארף האבן דא א חותם בתוך חותם, צו געדענקען אז מיר וואוינען נישט אין אמעריקא! נאר אין "קרית יואל"! אזוי וועט מען אוועקנעמען די זוהמה פון אמעריקא, דרוכ'ן זיך רופן אויפ'ן נאמען פון א צדיק. דער פעטער ז"ל האט אונז דאס איבערגעלאזט א ירושה!
אויף איי וועלט זעה איך א שמועס אויב די בתי חיים פון די צוויי קהליות הייסן איינס (לגבי די ברכה אשר אצר אתכם בדין)בצל התומר האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 1:53 amבצל התומר
סאטמאר מהר"יי
מוצש"ק ראה ויומא דהילילה קדישא
2 אזייגער איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום בית החיים דקהילתינו הק' ווי עס איז פארגעקומען די לוויה פון האשה החשובה מרת ריזל יכט יאקאבאוויטש ע"ה אלמנת הרה"ח ר' יעקב נחמי ז"ל
די רבי האט משמיע געווען דברי הספד לפני מטתה
דערנאך זיך געוואשן די הענט
אום 2:30 אויפדערנאכט זיך צירוקגעקערט לבית האכסניא.
יום הילולה קדישה
ארום 4:55 איז רבינו שליט"א און די שיירה אנגעקומען צום שטח בית החיים הישן דקהילתינו הק' פוקד צו זיין די ציון הקדוש פון רביה"ק זי"ע
רבינו שליט"א איז געווארן אפגעווארט דורך טויזענטער אנשי שלומינו בעלי בתים אברכים און בחורי חמד תלמידי ישובתינו הק' מכל קצוי תבל
ביים טויער האט די רבי געזאגט די ברכת מחיה מתים כנהוג