כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
היט שבת
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 6:07 pm
x 8

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

פאוסט דורך היט שבת »

שוין גענדיגט אדער סקומט נאך?..
אינגעלע
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:33 pm
x 1

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

פאוסט דורך אינגעלע »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 11:15 pm ווי געזאגט כהאב געטייפט אלע בשעת מעשה, און נאכדעם מתקן געווען, און נאכדעם גע'שלח'ט אלע בערך אויפאמאל (די ערשטע פאר קורצע האב איך נאך יא גע'שיקט'ט גלייך)
קודם א יישר כח פאר דיינע איבערמידליכע ארבעט!
גאר געשמאק
ניי צום טיש
פאוסטס: 13
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:38 pm
x 2

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

פאוסט דורך גאר געשמאק »

א קלער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:39 pm
וואסאפשט האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:30 pm אביסל פון מיינע אבזערוואציעס אויפן פעלד
1 ממש א מחי' אז עס איז דא נאך א אריינגאנג עס גיבט צו זייער אסאך הרחבת הדעת
אמת

2 נאר א רחמנות פאר די געלט גייער וואס פלעגן ביז היינט האבן קאנטראל אויף די איינע וועג
וואס פלעגט ארויפפירן אבער הינט מיט דריי וועגן ארויף ווייס איך נישט ווי אזוי מ'מאכט געלט
נעבעך פאר זיי

3 די לעכט איז צוגעשטעלט מיט אסאך מער פלאץ און ס'מער סעיף ב"ה
יא ב״ה

4 אזוי אויך האט מען אוועקגעריקט די לעכט און קאמענד סענטער אריין און די שטח המתיבתא
פאר די באקוועמליקייט פונעם ציבור, נו שוין לאמיר נישט רעדן...

5 מיר פערזענליך האט פארדראסן אז ממש ביים ציון און אוהל שטייט דארט א איד און יאגט דעם עולם
בשפת המדינה ענגלי"ש
נישט נאר פאר דיר האט עס פירזענדליך פארדראסן

6 יעצט פאר איך בין אוועק געגאנגען האט די פאבליק סעיפטי געברענגט פרישע צעמענטענע בלאקערס
לכאו' צום אנקום פון האדמו"ר מהרי"י שליט"א בעיני זעה איך נישט קיין פירוש אויף די פרישע בלאקערס
עס גייט לכאורה נאר מאכן א גרעסערע אנשטויס כנלענ"ד
טאקע א געפערליכע שטות געווען אן קיין פירושים…

7 עסן איז געווען שיין צוגעשטעלט קעיק,סענדוויטשעס,קאווע,טיי, אא"וו
יא מדארף געבן א שכויעך פאר די געטרייע עסקנים

זייענדיג אין אהל פאר איבער 2 שעה איז מיר זייער געפאלען ווי מען האט צוגעלאזט עלטערע אידן און רבנים פון אינטן
נישט ווען איך בין דארט געווען
לא ימושו מפיך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 770
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
x 1327

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

פאוסט דורך לא ימושו מפיך »

היינט 5:00 אזייגער נאכמיטאג האט די וועג פון סטעיט פאליס ביזן פארקן גענומען אונטער 10 מינוט
לכאורה צי פארדאנקן די ברייטערע פארקינג וואס האט פשוט געפענט די טרעפיק פלוס
Headquarters
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 12:27 pm
x 274

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

פאוסט דורך Headquarters »

בס"ד

קרית יואל הלוך וגדל! ויקרא להן שמות כשמות אשר קרא להן אביו:

אין די לעצטע שעות ווען עס איז געפראוועט געווארן דער יומא דהילולא רבה פון מרן רביה"ק מסאטמאר זיע"א, האט ממלא מקומו בקודש כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אויפגעטרעטן ביי די גרויסע סעודת הילולא בהשתתפות אלפי תלמידים וחסידים, אין ביהמ"ד הגדול קרית יואל, וואו דער רבי האט גע'חזר'ט מערערע פונקטן במשנתו הטהורה, ארומרעדנדיג פון די פייערדיגע מלחמה לה' פונעם פעטער ז"ל קעגן נגע הציונות וואס מיר דארפן ווייטער אנהאלטן; מחזק צו זיין טהרת הקודש; שטורמישע ווערטער בעניני צניעות וכיסוי ראש אז א שייטל וואס איז נראה כשער ממש איז אסור "לכל הדיעות"; פארשידענע ענינים בחינוך הבנים און איבער נישט שיקן בחורים לערנען אויף הפקר אין אר"י; און נאך ענינים.

עיר הקודש:

א הייליגע לופט האט זיך געשפירט אין מקום הקודש בית מדרשו של רביה"ק זי"ע, ווען דער רבי שליט"א האט אויסגערופן אז אונזער שטאט "קרית יואל" איז זיך ב"ה צעוואקסן אין אלע זייטן, און אזוי מ'האט שוין בעבער גערעדט אז "קרית יואל" איז נישט באגרעניצט צו א פיזישע ווילעדזש, נאר איבעראל וואו מען שפרייט זיך אויס איז א חלק פון קרית יואל, די קדושה האט נישט קיין גבולים און עס שפרייט זיך אויס! און מיט'ן דאס רופן מיט'ן נאמען "קרית יואל" וועט דער נאמען מגין זיין אז דער זכות פונעם צדיק זאל משפיע זיין קדושה!
דעריבער, האט דער רבי אויסגעפירט, דארפן אויך די פרעמדע וויסן, אז יעדער וואס ציט זיך אהער אין איינע פון די נייע געגנטער פון קרית יואל, איז דאס אדעתא דהכי אז ער מוז מקבל זיין "חומרת המקום שהלך לשם", און ער טאר נישט משנה זיין קיין זיז כלשהו פון וואס דער מייסד העיר רביה"ק זי"ע האט אונז געלערנט! און נאר אזוי וועט די שטאט בלייבן א הייליגע שטאט בע"ה.

ואלה שמות:

כדי משרה צו זיין קדושת המקום און פארזיכערן א אייביגע המשכה פונעם קדושה פון "קרית יואל", האט דער רבי שליט"א אויסגערופן אז ער וועט יעצט קורא שם זיין די אלע געגנטער, אלע שכונות, אויפ'ן נאמען פון הייליגע צדיקים, עס זאל נישט טראגן די גויאישע נעמען נאר הייליגע נעמען אזויווי די ביז יעצטיגע שכונות אינערהאלב קרית יואל. דער רבי האט אנגעכאפט 7 געגנטער וואס זענען שוין שטארק באוואוינט, 3 דערפון זענען אונטער די ווילעדזש פון "סאוט בלומינגראוו", 3 זענען אונטער די טאון און ווילעדזש פון "וואודבורי", און 1 איז אונטער "טאון אוו מאנרא". ואלו שמותן:


די געגנט פון 'דאלאס' (נאך חברון און מאונטעין רד.): שכונת דברי חיים
די 'ווירדזשיניע' געגנט (פון מענגין סטריט און ווייטער): שכונת זרע קודש
די 'לעיק שאור' געגנט (קעגנאיבער, די אנדערע זייט 208): שכונת שאגת ארי'
די 'וואדבורי ווילאס' פראיעקט (נאך שכונת ויואל משה): שכונת חתם סופר
די 'סמיט גארדענס' אומגעגנט (אריבער די רוט. M17 נאכ'ן טשעיס באנק): שכונת ברוך טעם
די 'קאנטרי האלא' אומגעגנט (צווישן טעיטש קט. און סאוט בלומינגראוו): שכונת חכם צבי
די געגנט ארום 'היילענד לעיק עסטעיטס' (נאך עיס פארם, אראפ רידזש רד.): שכונת בית יוסף


שמא קגרים! דער רבי האט אויסגעפירט אז מיט'ן זיך רופן מיט די הייליגע נעמען וועט מען משפיע זיין רוחניות און גשמיות פאר אלע תושבים, תושבי קרית יואל, און מ'וועט קענען ווייטער אויפציען ערליכע אידישע דורות לה' ולתורתו אזוי ווי דער בעל ההילולא האט געוואלט, בלי שום שינוי, כן יהי רצון!

אצינד ווערט איינגעקריצט ביים ציבור מיט אויסטערלישע פרייד די הייליגע נעמען פון די גרויסע צדיקי הדורות מאורי אבותינו וואס וועט מגין זיין אויף די אלע הייליגע געגנטער אין קרית יואל וועלכע וועלן מהיום והלאה גערופן ווערן אויף די נעמען, ובטוב צדיקים תעלוץ קריה.
אריינצושיקן עניטינג פון אייערע "העדקוואטערס" וואס איך זאל פאוסטן שיקט צו: ytheadquarters2023@gmail.com
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3439
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4128

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

פאוסט דורך שמח »

פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
Headquarters
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 12:27 pm
x 274

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

פאוסט דורך Headquarters »

בקדושתו של בעל ההילולא, זכותו הגדול יגן עלינו

היינט ביים סעודת הילולא רבתי אין עיר רבתי קרית יואל יצ"ו ביים שטח הענק נעבן דעם בנין התלמוד תורה פון מוסדות סאטמאר קרית יואל אויף לארקין רד., האט ממלא מקומו בקודש פונעם בעל ההילולא כ"ק מרן רבינו שליט"א ארומגערעדט גאר פייערדיגע און ווארימע דברי הדרכה פאר תלמידי וחסידי רביה"ק זי"ע, במשנתו של בעל ההילולא דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו.

צווישן אנדערן האט דער רבי שליט"א מעורר געווען איבער צניעות וואס פאלט און דארף גרויס חיזוק, צו גיין אזוי ווי די עלטערן זענען געגאנגען, אזוי ווי דער רבי זי"ע האט אלעמאל געפאדערט פון אונז תלמידים וחסידים.

דערביי האט דער רבי דערמאנט די שעדליכקייט פון די סאשעל מידיע וואס איז מכלה מנפש ועד בשר, און מ'דארף זיך דערפון מרחק זיין כמטחוי קשת.

דער רבי האט מעורר געווען איבער די מאגאזינען וואס ברענגען אריין גוי'אישקייט, און אויך איבער די שעדליכקייט ווען קינדער וואקסן אויף מיט הערן קול מבשר, אלעס וואס טוט זיך ביי די גויים און איבער די וועלט אלעס מוז מען מיטהאלטן, וגו'

דער רבי האט אויסגעפירט מיט ווארימע ברכות פאר'ן ציבור וואס זענען ממשיך צו גיין בדרכיו פונעם בעל ההילולא.

אשרינו מה טוב חלקינו בהילולא דרבינו.
אריינצושיקן עניטינג פון אייערע "העדקוואטערס" וואס איך זאל פאוסטן שיקט צו: ytheadquarters2023@gmail.com
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 953

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 11:03 pm ביליגע דירות


כ'האב גערעדט א צייט צוריק אז מ'האפט אי"ה צוצושטעלן ביז עטליכע יאר ביליגע דירות אין קרית יואל.

וויל איך זאגן, אני על משמרתי אעמודה. מען איז ווייטער עוסק דערין, די הנהלת הקרי' טוען גרויסע פעולות דאס צוצושטעלן, איך האף בע"ה אז מ'וועט מצליח זיין!

אויסער דעם, אונז טוען נאך פעולות אויף אנדערע מקומות, וואס דארט וועט אי"ה קענען זיין נאך ביליגער! אבער אז מ'רעדט פון אנדערע מקומות איז עס עפעס וואס מ'קען נאכנישט רעדן וד"ל, אבער איך האף אי"ה אז מ'וועט מצליח זיין!
מען ווייסט - דא שטילערהייט... - פון וועלכע געגנט מען רעדט?
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 987
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1435

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

🌴בצל הקודש🌴
רבינו שליט"א ביים סעודת הילולא פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע במעמד אלפי אנשי שלומינו אין ביהמ"ד הגדול אין ק"י.
~🌴~
פיילס
5102689128293706741_121.jpg
5102689128293706741_121.jpg (183.53 KiB) געזען געווארן 2188 מאל
5102689128293706735_121.jpg
5102689128293706735_121.jpg (157.98 KiB) געזען געווארן 2188 מאל
5102689128293706734_121.jpg
5102689128293706734_121.jpg (158.03 KiB) געזען געווארן 2188 מאל
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 987
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1435

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 9:39 am 🌴בצל הקודש🌴
רבינו שליט"א ביים סעודת הילולא פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע במעמד אלפי אנשי שלומינו אין ביהמ"ד הגדול אין ק"י.
~🌴~
פיילס
5102689128293706738_121.jpg
5102689128293706738_121.jpg (193.71 KiB) געזען געווארן 2188 מאל
5102689128293706736_121.jpg
5102689128293706736_121.jpg (153.12 KiB) געזען געווארן 2188 מאל
5102689128293706737_121.jpg
5102689128293706737_121.jpg (159.12 KiB) געזען געווארן 2188 מאל
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 987
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1435

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 9:39 am 🌴בצל הקודש🌴
רבינו שליט"א ביים סעודת הילולא פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע במעמד אלפי אנשי שלומינו אין ביהמ"ד הגדול אין ק"י.
~🌴~
פיילס
5102689128293706740_121.jpg
5102689128293706740_121.jpg (147.28 KiB) געזען געווארן 2239 מאל
5102689128293706739_121.jpg
5102689128293706739_121.jpg (170.96 KiB) געזען געווארן 2239 מאל
5102689128293706742_121.jpg
5102689128293706742_121.jpg (168.78 KiB) געזען געווארן 2239 מאל
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
סאטמערע שוויצער
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 10:55 am
x 13

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

פאוסט דורך סאטמערע שוויצער »

פארוואס קען בצל קיינמאל נישט כאפן קיין געהעריגע בילדער פון די עולם
Headquarters
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 12:27 pm
x 274

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

פאוסט דורך Headquarters »

Headquarters האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 1:00 am בקדושתו של בעל ההילולא, זכותו הגדול יגן עלינו

היינט ביים סעודת הילולא רבתי אין עיר רבתי קרית יואל יצ"ו ביים שטח הענק נעבן דעם בנין התלמוד תורה פון מוסדות סאטמאר קרית יואל אויף לארקין רד., האט ממלא מקומו בקודש פונעם בעל ההילולא כ"ק מרן רבינו שליט"א ארומגערעדט גאר פייערדיגע און ווארימע דברי הדרכה פאר תלמידי וחסידי רביה"ק זי"ע, במשנתו של בעל ההילולא דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו.

צווישן אנדערן האט דער רבי שליט"א מעורר געווען איבער צניעות וואס פאלט און דארף גרויס חיזוק, צו גיין אזוי ווי די עלטערן זענען געגאנגען, אזוי ווי דער רבי זי"ע האט אלעמאל געפאדערט פון אונז תלמידים וחסידים.

דערביי האט דער רבי דערמאנט די שעדליכקייט פון די סאשעל מידיע וואס איז מכלה מנפש ועד בשר, און מ'דארף זיך דערפון מרחק זיין כמטחוי קשת.

דער רבי האט מעורר געווען איבער די מאגאזינען וואס ברענגען אריין גוי'אישקייט, און אויך איבער די שעדליכקייט ווען קינדער וואקסן אויף מיט הערן קול מבשר, אלעס וואס טוט זיך ביי די גויים און איבער די וועלט אלעס מוז מען מיטהאלטן, וגו'

דער רבי האט אויסגעפירט מיט ווארימע ברכות פאר'ן ציבור וואס זענען ממשיך צו גיין בדרכיו פונעם בעל ההילולא.

אשרינו מה טוב חלקינו בהילולא דרבינו.
Someone in email is adding:


דער רבי האט שטארק ארומגערעדט איבער די חלוקה פון שקל הטהור וואס האט היינט פארטיילט איבער א מיליאן דאלאר אין ארץ ישראל פאר די מוסדות עטה"ק! שטייענדיג 45 יאר נאך וואס דער רבי זי"ע האט אויפגעשטעלט קרן הצלה בשארית כוחותיו.

אויך האט דער רבי גאר שטארק גערעדט וועגן נישט משנה זיין גארנישט מדרך האבות און פון וואס דער רבי זי"ע האט אונז געלערנט, און ספעציעל זיך צו דערווייטערן פון אלע נייע טעכנאלאגישע נסיונות, "מ'קען לעבן אן דעם! ס'איז דא טויזנטער אידן וואס זענען זיך מפריש אינגאנצן, אפילו ס'איז שווער! ואבדיל אתכם מן העמים".

דער רבי האט זייער שארף ארויסגעטרעטן קעגן די אמעריקאנע אגודת ישראל, וואס האט לעצטע וואך פארגעהאלטן די רעגירונג פארן זיך נישט גענוג אננעמען פאר די ציונים, א שרעקליכע התגרות באומות.

בנוגע די 'מגושמים' וואס שלעפן אראפ דעם ציבור, האט דער רבי זייער שארף גערעדט וועגן די היינטיגע עדס, סיי איבער פרעס און סיי איבער מלבושים, חסידישע מלבושים ווערן נתגשם! און דאס ברענגט אטאמאטיש א חורבן אין חינוך הבנים.
אריינצושיקן עניטינג פון אייערע "העדקוואטערס" וואס איך זאל פאוסטן שיקט צו: ytheadquarters2023@gmail.com
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1688
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1940

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

פאוסט דורך שבת קודש »

די עירקעדישען טענט איז געווען א געוואלדיגע זאך
מען דארף נאר האבן אסאך א גרעסערע טענט
Headquarters
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 12:27 pm
x 274

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

פאוסט דורך Headquarters »

קליפ: כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהרי"י) ביים ציון אין ק"י

https://ahblicklive.com/post.php?id=13275&archive=0
אריינצושיקן עניטינג פון אייערע "העדקוואטערס" וואס איך זאל פאוסטן שיקט צו: ytheadquarters2023@gmail.com
סאמטינג פישי
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 6:42 pm
x 14

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

פאוסט דורך סאמטינג פישי »

וואסאפשט האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:30 pm אביסל פון מיינע אבזערוואציעס אויפן פעלד
1 ממש א מחי' אז עס איז דא נאך א אריינגאנג עס גיבט צו זייער אסאך הרחבת הדעת
יא, ממש כ'פארשטיי נישט פ''וו מ'האט עס ביז יעצט נישט געפענט
2 נאר א רחמנות פאר די געלט גייער וואס פלעגן ביז היינט האבן קאנטראל אויף די איינע וועג
וואס פלעגט ארויפפירן אבער הינט מיט דריי וועגן ארויף ווייס איך נישט ווי אזוי מ'מאכט געלט
ס'איז דא מע פלאץ פאר מער געלט גייערס,

3 די לעכט איז צוגעשטעלט מיט אסאך מער פלאץ און ס'מער סעיף ב"ה
יא, זייער גוט געווען
4 אזוי אויך האט מען אוועקגעריקט די לעכט און קאמענד סענטער אריין און די שטח המתיבתא
5 מיר פערזענליך האט פארדראסן אז ממש ביים ציון און אוהל שטייט דארט א איד און יאגט דעם עולם
בשפת המדינה ענגלי"ש
נישט געהערט ב"ה
6 יעצט פאר איך בין אוועק געגאנגען האט די פאבליק סעיפטי געברענגט פרישע צעמענטענע בלאקערס
לכאו' צום אנקום פון האדמו"ר מהרי"י שליט"א בעיני זעה איך נישט קיין פירוש אויף די פרישע בלאקערס
עס גייט לכאורה נאר מאכן א גרעסערע אנשטויס כנלענ"ד
נישט געזזען, איך בין דארט געווען בערך 2:30
7 עסן איז געווען שיין צוגעשטעלט קעיק,סענדוויטשעס,קאווע,טיי, אא"וו
היפש קארגליך, אזוי 10-15 יאר צוריק, ביי ריבניץ ביומא דהילילוא איז עס בעסער שטערקער אויפגעסעט
8 טרעפיק אינעם שטעטל זעט אויס אסאך בעסער ב"ה
קומטס אריין מיט נאך אבזערוואציעס
א פייערדיגע חסיד
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:07 pm
x 23

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

פאוסט דורך א פייערדיגע חסיד »

סאטמערע שוויצער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 11:08 am פארוואס קען בצל קיינמאל נישט כאפן קיין געהעריגע בילדער פון די עולם
just following the reby
🌴בצל הקודש🌴
שנעלע, קראנטע, און אקוראטע באריכטן און בילדער מהנעשה והנשמע בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
TELEGRAM- https://t.me/BetzeilHakodesh
WHATSAPP - https://chat.whatsapp.com/F5pIFOKjXHcKbIKAF1WiRl
🌴בצל הקודש🌴
צדיק נסתר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 137
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 8:20 pm
x 128

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

פאוסט דורך צדיק נסתר »

סאטמערע שוויצער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 11:08 am פארוואס קען בצל קיינמאל נישט כאפן קיין געהעריגע בילדער פון די עולם
דו דארפסט רעדן צו די פארטיי מענטשען פאר בילדער פונעם עולם. בצל שיינט מער ארויס אלס חסידים (שווענץ בלע"ז) כאפן זיי נאר פונעם רבין...
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1688
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1940

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

פאוסט דורך שבת קודש »

סאטמערע שוויצער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 11:08 am פארוואס קען בצל קיינמאל נישט כאפן קיין געהעריגע בילדער פון די עולם
ווייל די ביהמ''ד באשטייט פון זעקס דעכער
פיילס
unnamed - 2023-08-15T111531.301.jpg
unnamed - 2023-08-15T111531.301.jpg (78.51 KiB) געזען געווארן 1702 מאל
unnamed - 2023-08-15T111521.277.jpg
unnamed - 2023-08-15T111521.277.jpg (57.4 KiB) געזען געווארן 1702 מאל
אוועיטער
איך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 851
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:35 pm
x 741

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

פאוסט דורך איך »

סאטמערע שוויצער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 11:08 am פארוואס קען בצל קיינמאל נישט כאפן קיין געהעריגע בילדער פון די עולם
זיי זענען נישט געמאכט פאר דעים
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1996

Re: נייעסן, בילדער, מודעות און באריכטן פון כ"ו אב אין סאטמאר תשפ"ג

פאוסט דורך יום טוב »

יום טוב האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 4:17 pm
ווירקליך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 10:37 am
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 9:22 am סיריעסלי? מה פשר התקנה?
קען זיין צו פארמיידן פראוואקאציעס וד”ל
טיר קען ווען פארמיידן פראוואקאציעס

למעשה שטעלט זיך טאקע ארויס די נייע טויער זייער פראדאקטיוו אין דעם געביט פונעם אנקומען ביזן אריינגיין איז גאר א קורצע שטרעקע און סאיז אויף א פלאץ וואס ווירבלט אגאנצע צייט
אוועיטער
איך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 851
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:35 pm
x 741

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

פאוסט דורך איך »

unnamed (8).jpg
unnamed (8).jpg (252.1 KiB) געזען געווארן 1540 מאל
אוועיטער
בצל התומר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:32 am
x 239

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

פאוסט דורך בצל התומר »

🌴בצל התומר🌴
סאטמאר מהר"יי

מוצש"ק ראה ויומא דהילילה קדישא
ביים אנקומען און אכסניא נאך של"ס האט רבינו שליט"א געצינדען א נר תמיד בחדרו המיוחד לכבוד די הילולה קדישה
11:30 איז רבינו שליט"א אנגעקומען און שטוב פון נכדו הרב יואל טייטלבוים שליט"א ווי עס איז אויך אנוועזענט געווען הגה"צ אבד"ק ור"מ שליט"א און די בני המשפחה די רבי האט געמאכט א לחיים און געווינטשען ברכת קדשו פאר די יולדת און בני המשפחה
ארום 1:30 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום בית מדרש בית כהנא אויפן חברון גאס צו די מסיבות מלוה מלכה לרגל די הילולה קדישה קאמבאנירט מיט א מסיבת לטובת די בית מדרש
רבינו שליט"א איז געווארן באגריסט דורכן רב הבית מדרש נכדו הגה"צ ר' משה חיים לאבין שליט"א
דערנאך האט די רבי געמאכט לחיים און טועם געווען פון די קוגל און געטיילט שריים פאר די נדיבי הבית מדרש און הנהלת הבית מדרש און קהילה
און דערנאך משמיע געווען קורצע דברות קודש און איוסגעפירט מיט ברכות לרוב פאר אלא משתתפים
2 אזייגער איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום בית החיים דקהילתינו הק' ווי עס איז פארגעקומען די לוויה פון האשה החשובה מרת ריזל יכט יאקאבאוויטש ע"ה אלמנת הרה"ח ר' יעקב נחמי ז"ל
די רבי האט משמיע געווען דברי הספד לפני מטתה
דערנאך זיך געוואשן די הענט
אום 2:30 אויפדערנאכט זיך צירוקגעקערט לבית האכסניא.
יום הילולה קדישה
פארן דאווענען האט די רבי אנגעריפן די הנהלת מופעל הק' שקל הטהור און ארה"ק ווי עס איז פארגעקומען די מעמד החלוקה פאר די הונדערעטער מנהלי המוסדות עטה"ק די רבי האט באקומען א באריכט פון די עסקנים און אנגעווינטשען ברכת הקודש
רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צו שחרית 9:30 און היכל בית מדרש הג'
געלייגט תפילין פאר
הבה"ח בן ר' יואל לאנדא פון וומ"ס
הבה"ח בן ר' אפרים פישל הירש פון קרית יואל
און הבה"ח בן ר' הערשל מענדלאוויטש הי"ו פון קרית יואל
דערנאך האט זיך רבינו שליט"א געוואשן די הענט געלייגט טלית און תפילין
און פארגעזאגט ברכות
רבינו שליט"א האט געדאווענט פארן עמוד און געזאגט אלע קדישים
מ'האט פארענדיגט ארום 11 אזייגער
רבינו שליט"א איז אנגעקומען צום בית מדרש 'אוהל בתיה' בגלילות ק"י
ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל העסקן ר' נפתלי הערצקא שמילאוויטש הי"ו מנהל חבורת זכרו
רבינו שליט"א איז נתכבד געווארן מיט ברכת וקריאת השם
די רבי האט מכבד געווען מיט קריאת השם די עלטער זיידע הרה"ח ר' יחזקאל גליק שליט"א
דערנאך האט די רבי געלייגט תפילין דרבינו תם
דערנאך געמאכט א לחיים און טועם געווען פון די סעודת ברית און אנגעווינטשען פאר די בעל שמחה און בני המשפחה
דערנאך האט זיך רבינו שליט"א צירוקגעקערט לבית האכסניא
אום 2 אזייגער איז געווען זמני כניסה ווי די נדיבים בעם האבן געהאט די געלעגענהייט איבער צו געבן פארן רבין סכומים הגונים לטובת מופעל הקדוש שקל הטהור
אזוי אויך בין הנכנסים זענען אריין קבוצות בחורים פון ישובתינו הק' פון וומ"ס ישובתינו הק' פון קרית יואל און א קבוצה בחורים פון ישיבת בית הלל מאנסי וואס האבן אריינגעברענגט פארן רבין גרויסע סכומים לטובת מופעל הקדוש שקל הטהור די רבי האט זיך ווארעם באדאנקט און אנגעווינטשען ברכת הקודש
"הושענה ציון המציונת"
ארום 4:55 איז רבינו שליט"א און די שיירה אנגעקומען צום שטח בית החיים הישן דקהילתינו הק' פוקד צו זיין די ציון הקדוש פון רביה"ק זי"ע
רבינו שליט"א איז געווארן אפגעווארט דורך טויזענטער אנשי שלומינו בעלי בתים אברכים און בחורי חמד תלמידי ישובתינו הק' מכל קצוי תבל
ביים טויער האט די רבי געזאגט די ברכת מחיה מתים כנהוג
ביים אנקומען און אוהל הקדוש האט די רבי געצינדען די פינף לעכט דערנאך געצינדען די נר תמיד לע"נ רביה"ק זי"ע
און אנגעהויבן די תפילה פון זקינו די ישמח משה זי"ע
דערנאך אנגעהויבן קאפיטעל צ' ספר רביעי שבתהילים
בעל תפילה איז געווען הגה"צ אבד"ק ור"מ שליט"א
מ'האט פארענדיגט ביז קאפיטעל קז' דערנאך געזאגט די יהי רצון בהתעוררות רב
די רבי האט געזאגט קדיש און פארגעלערענט משניות מסכת מקוואות און געזאגט קדיש דרבנן
דערנאך האט רבינו שליט"א געליינט די קוויטלעך און זיך משתתח געווען אויפן ציון הקדוש פאר א לענגערע צייט
מ'האט פארענדיגט 6 אזייגער רבינו שליט"א האט זיך צירוקגעקערט לבית האכסניא
ביים אנגעקומען האט זיך די רבי געוואשן די הענט
נאך א קורצע הפסקה איז די רבי אריינגעקומען צו די מסיבות לחיים באולם הגדול
עס האט זיך אויך אנגעזעהן די משמשים בקודש (הויז בחורים) ביי רביה"ק זי"ע
די רבי האט געמאכט לחיים און געטיילט שריים
עס האט זיך פארצויגן א גאר שיינע שמועס בסיפורים ועובדות ומהלך החיים פון רביה"ק זי"ע
סדר הלימוד וסעודת הילולה
ארום 7:30 האט רבינו שליט"א פארלאזט בית האכסניא אויפן וועג צום בנין התלמוד תורה אויף די לארקון גאס
צום ערשט איז די רבי ערשינען און די גרויסע היכל הביהמ"ד פונעם ת"ת
ווי עס איז פארגעקומען א סדר הלימוד פאר די הונדערטער תלמודי הישיבה קטנות די רבי איז ארום געגאנגען צווישען די לומדים מיט א קענטיגע קורת רוח
דערנאך האט זיך די רבי געוואשן די הענט געצינדען פינף לעכט און יורד געווען לפני התיבה צו מנחה
נאך א קורצע הפסקה בחדרו המיוחד איז רבינו שליטא אריינגעקומען אינעם היכל הגדול צום עריכת שלחן הטהור
די רבי האט זיך געוואשן צום סעודה געמאכט המוציא טועם געווען פון די פיש
געמאכט לחיים געווינטשן ברכת קדשו און די רבי האט ארום גערעדט סיפורים ועובדות פון רביה"ק בעל ההילולה און איוסגעפירט מיט ברכות לרוב פאר אלא משתתפים
דערנאך האט די רבי געמאכט די סיום הש"ס און געזאגט די קדיש
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות מבי מדרשא של רבי
מיט מכתב לדוד האט די רבי מכבד געווען הרה"ח ר' משה גפן הי"ו משב"ק ביי רביה"ק זי"ע
ארום 9:30 האט רבינו שליט"א זיך אויפגעשטעלט און אנגעהויבן די פיערדיגע דברות קודש ומשא השנה
צום ערשט האט די רבי משלב געווען די סיום והתחלת הש"ס במשנתו של רביה"ק בעל ההילולה זי"ע
די רבי האט ארויסגעברענגט א שבח והודעה לבוכ"ה איבער די גליון של מלך תלמידי וחסידי רביה"ק זי"ע וואס ווערט נתרבה מיט א אומגעהויערע בלי און וואוקס כן ירבה וכן יפרוץ
די רבי האט האט ארום גערעדט מיט התרגשות איבער די גרויסע קידוש השם אז מען האט זוכה געווען צו א פרישע חלוקה דורך מופעל הקדוש שקל הטהור וואס ברענגט די סך הכל חלוקות דורך שקל הטהור צי איבער '40 מיליאן דאללער' די רבי האט זיך באדאנקט פאר די נדיבי בעם און אנגעווינטשען אז רביה"ק וואס האט בדם לבבו אויפגעשטעלט די מוסד הקדוש 'קרן הצלה' בשעתו וועט אויך יעצט מגין זיין פאר אלע נדיבים
דערנאך האט די רבי מעורר געווען אויף די דברים הצריכים חיזוק
חינוך הבנים והבנות
די צניעות ביי נשים, ביי האר, די מלבישים ביי די מענער, די טריפה'נע מאגעזינען און האטליינס, די אום אויסגעהאלטענע טעכנעלאגישע כלים למיניהם, מגושם'דיגע אדווערטייזמענט'ס און נאך ענינים הצריכים חיזוק
די רבי האט גערעדט איבער די ווייטע בליק פון רביה"ק ווי מ'זעט היינט אז אפילו די גאר פרומע פארטייען ווי 'אגודת ישראל' נעמען היינט אן אקטיוון ראלע און די אלגעמיינע פאליטיק און מדינות ישראל וואס דאס זייעט אן א שרעקליכען התגערות באומות און חילול שם שמים אשר לא ראו מעולם רח"ל ואין פוצה פה מצפצף
דערנאך האט רבינו שליט"א איוסגעפירט מיט לענגערע ברכת הקודש
רבינו שליט"א האט מכבד געווען מיטן בענטשן גיסו הגה"צ מאנסי רב שליט"א
און די רבי האט פארטיילט כוס של ברכה
ארום 10:30 האט רבינו שליט"א פארלאזט דעם זאל אויפן וועג ארויס האט די רבי געגעבן ברכת הקודש און זיך באדאנקט פאר הנהלת הקהילה פון קרית יואל
און בית האכסניא האט די רבי זיך געוואשן די הענט און אריינגעקומען צו תפילת מעריב
בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' שמואל טייטלבוים שליט"א משב"ק ויד ימינו של מרן רבינו שליט"א
מ'האט פארענדיגט ארום 11 אזייגער
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1996

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

פאוסט דורך יום טוב »

WhatsApp Image 2023-08-16 at 12.06.02 PM.jpeg
WhatsApp Image 2023-08-16 at 12.06.02 PM.jpeg (243.02 KiB) געזען געווארן 1365 מאל
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 10:55 pm הרחבת גבולי קרית יואל


שוין אויסגעקומען צו רעדן. די גרעניצן פון א ווילעדזש איז נאר לגבי שטייערן, פערמיטס, אבער נישט לגבי "רוחניות". קדושה איז מתפשט צו אלע זייטן, ווי דער אויבערשטער האט געזאגט פאר יעקב אבינו ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה.

אלע געגנטן און שכונות וואס זענען נאנט צו די שטאט דא, אלעס איז קרית יואל, און אלע וואס וואוינען אינעווייניג אין די פארברייטערטע קרית יואל, אויף די אלע ליגט א פליכט זיך צו פירן גענוי ווי דער פעטער ז"ל האט געפאדערט, אן משנה זיין א זיז כלשהו. ווער עס קומט אהער פון דער פרעמד צו איינע פון די שכונות, זאל ער וויסן אז ער וואוינט אין קרית יואל! ער זאל נישט האבן קיין ספק אין דעם! און ער מוז מקבל זיין "חומרת המקום שהלך לשם" בכל פרטי'.

צו פארזיכערן קדושת המקום פון די נייערע שכונות אין קרית יואל, וויל איך יעצט קורא שם זיין די שכונות, אלס שכונות פון קרית יואל.

די געגנט וואס הייסט אויף ענגליש בלומינגראוו איז צוטיילט אין 3 געגנטער. די רעכטע זייט גלייך ווען מ'קומט פון צענטער קרית יואל, די רעכטע זייט הייסט "שכונת דברי חיים", און די לינקע זייט הייסט "שכונת זרע קודש". ס'איז א זכי' פאר א איד! ער זאל זאגן "איך וואוין אין די שכונה וואס הייסט נאכן ראפשיצער רב!" נאכ'ן צאנזער רב!

קעגנאיבער, וואו עס הייסט אויף ענגליש לעיק שארר, וועט הייסן שכונות "שאגת ארי'".

ס'דא א געגנט וואודבורי ווילאס, א ענגלישע נאמען, וועט הייסן "שכונת חתם סופר". נאכ'ן הייליגן חתם סופר, וואס די גאנצע וועלט זאגט נאך פון זיינע הייליגע דרשות.

די געגנט וואס מ'רופט סמיט פארם, וועט הייסן "שכונת ברוך טעם", נאכ'ן גרויסן ברוך טעם, וואס דער הייליגער דברי חיים שרייבט אז במשך פון זיין יאר וואס ער האט געגעסן קעסט ביים שווער דער ברוך טעם, האט ער דורכגעלערנט "רוב סוגיות הש"ס" מיט'ן שווער. זאל זיין א זכי' צו וואוינען אין שכונת ברוך טעם!

די געגנט וואס מ'רופט קאנטרי האללא, דאס ווט הייסן "שכונת חכם צבי". דער דברי חיים האט געהייסן אז א יעדע אייניקל פונעם חכם צבי זאל אויפשרייבן די נאמען אויף די מציבה "ווייל די חיצונים אנטלויפן ווייט דערפון"! אזוי וועט זיין דא אויך.

די געגנט וואס הייסט היילענד לעיק עסטעיטס, אידן וואוינען דארט, העמיר א נאמען די געגנט "שכונת בית יוסף", נאכ'ן הייליגן בית יוסף וואס כל בית ישראל נשען עליו! דער הייליגער בית יוסף וואס האט געלערנט תורה פון א מלאך אלקים.

ס'דא נאך געגנטער וואס זענען נאך ווייניג באוואוינט, אי"ה עס וועט זיך אויך אנפילן, וועט מען דארט אויך קורא שם זיין.

מ'וואוינט אין א מגושם'דיגע מדינה! מ'דארף האבן דא א חותם בתוך חותם, צו געדענקען אז מיר וואוינען נישט אין אמעריקא! נאר אין "קרית יואל"! אזוי וועט מען אוועקנעמען די זוהמה פון אמעריקא, דרוכ'ן זיך רופן אויפ'ן נאמען פון א צדיק. דער פעטער ז"ל האט אונז דאס איבערגעלאזט א ירושה!
אוועיטער
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 388
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 381

Re: כ"ו אב אין סאטמאר - תשפ"ג

פאוסט דורך משה רבינו »

בצל התומר האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 1:53 am 🌴בצל התומר🌴
סאטמאר מהר"יי

מוצש"ק ראה ויומא דהילילה קדישא

2 אזייגער איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום בית החיים דקהילתינו הק' ווי עס איז פארגעקומען די לוויה פון האשה החשובה מרת ריזל יכט יאקאבאוויטש ע"ה אלמנת הרה"ח ר' יעקב נחמי ז"ל
די רבי האט משמיע געווען דברי הספד לפני מטתה
דערנאך זיך געוואשן די הענט
אום 2:30 אויפדערנאכט זיך צירוקגעקערט לבית האכסניא.
יום הילולה קדישה
ארום 4:55 איז רבינו שליט"א און די שיירה אנגעקומען צום שטח בית החיים הישן דקהילתינו הק' פוקד צו זיין די ציון הקדוש פון רביה"ק זי"ע
רבינו שליט"א איז געווארן אפגעווארט דורך טויזענטער אנשי שלומינו בעלי בתים אברכים און בחורי חמד תלמידי ישובתינו הק' מכל קצוי תבל
ביים טויער האט די רבי געזאגט די ברכת מחיה מתים כנהוג
אויף איי וועלט זעה איך א שמועס אויב די בתי חיים פון די צוויי קהליות הייסן איינס (לגבי די ברכה אשר אצר אתכם בדין)

היות איך האב ניט דארט קיין ניק וועל איך דא זאגן

דא זעה איך מהרי"י האט אנגענומען אז עס הייסט זיכער צוויי באזונדערע בתי חיים. ביינאכט מוצש''ק איז ער געווען ביי א לויה אין די בהי''ח החדש און זונטאג מיטאג ווען עס האט נאך נישט געהאט צוגעקומען קיין איין נייע נפטר האט ער געמאכט א נייע ברכה
שרייב פאוסט