בקיצור האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 22, 2026 8:33 pm
► Show Spoiler
נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 22, 2026 5:53 pm
@בקיצור דער עולם דא שרייבט פיין, אבער איך האב נאך נישט זוכה געווען צו כאפן דיין פראגע בכלל.
לאמיר נעמען א דוגמא. ביי בית שני איז די מצב אין ארץ ישראל צווישן די צדוקים, מתיונים, בריונים, און אלע אנדערע שמות וחניכות דאית להוא איז געווען ריזיגע פראצענטן פון כלל ישראל וואס האבן נישט געהאלטן קיין תורה ומצוות. כופרים ואפיקורסים. עכ"ז קומט די גמרא מיט א תמימות פרעגן פארוואס די בית המקדש איז חרוב געווארן.
סיריעסלי? וואס איז די פראגע? דו ווייסט נישט אליינס? די רשעים זענען געווען דאס מערהייט, זיי האבן קאנטראלירט דאס לאנד, די מקום המקדש. רבי יוחנן בן זכאי מיט זיינע חברים זענען געווען די מיינאריטי פון כלל ישראל. די ערליכע אידן האבן זיך נישט געדרייט קיין סאך אין בית המקדש סוף בית שני. די חוט שני איז נישט ווייס געווארן צענליגע יארן פארן חרבן. די מצב איז געווען שלעכט. נו וואס איז די פראגע על מה אבדה הארץ? און די תירץ אויף דעם איז נאך שנאת חינם וכדו', עפעס וואס ווערט געשטעלט אונטערן שאטן פון די אנדערע חטאים וואס איז דעמאלטס געווען? סאמטינג איז ראנג!
איך ווייס נישט די תירוץ אבער כמדומה האט מען אלעמאל פראבירט צו פארשטיין וואס דער אויבערשטער פארלאנגט פון "אונז" אידן הסרים למשמעתו, און נישט באשולדיגן די כופרים. די כופרים גלייבן דאך נישט אין באשעפער, צו זיי רעדט ער נישט. ער רעדט צו "אונז" וואס פראבירן יא צו טוהן זיין רצון נאר מיר פאלן דורך, און מיר פראבירן צו זעהן וואס "מיר" קענען פארעכטן. אין פאל פון בית שני איז עס געווען שנאת חינם. נישט אז עס זענען נישט געווען קיין רשעים, נאר שנאת חינם איז געווען ביי די "היימישע" אידן. און דאס ליגט אויף אונז מתקן צו זיין. נישט באשולדיגן די רשעים אין די חרבן, און אונז זאלן זיצן באקוועם כאילו דאס האט מיט אונז נישט קיין שייכות.
אט דאס האט הרה"ק מסאטמאר געטוהן נאכן קריג. וואס האט מען פון זאגן אז אין יוראפ זענען געווען 60 פראצענט מחללי שבתות. דאס איז אונז נישט מחייב. אונז איז מחייב אז מיר זאלן היטן די מחשבה פון חלילה אריינפאלן מיט "מחשבת" מינות וואס אויף דעם שטייט אני מתיר. די מציאות איז אז פארן קריג איז די נסיון פון ציונות געווען זייער שטארק [און נאכן קריג נאך שטערקער] און ליידער זענען אסאך אריינגעפאלן מיט מחשבת מינות. די אידן זענען געווען ערליכע תורה טרייע אידן, אבער ליידער דורך געפאלן. און די אידן האט רבינו הק' ברוב קדושתו פראבירט צו האלטן ריין. פאר די אידן האט ער געשריבן דעם ויואל משה, געזאגט שלש סעודות תורות, אויפגעשטעלט אלע סארטן קרנות. אלעס כדי דער איד וואס וויל זיין ערליך זאל האבן פון וואו יונק צו זיין די ריינע אמונה. ער האט נישט געשריבן ויואל משה פאר דעתי לאומי אידן, דאס האט ער געשריבן פאר היימישע אידן אז זיי זאלן חלילה נישט פארכאפט ווערן אינעם נסיון הטמא!
איך האב פאר דיר נייעס. ווען דער בעלזער רב זכרונו לברכה זאל זאגן א סיבה פארוואס די מלחמה איז געקומען, בין איך נישט מחויב דאס צו גלייבן. דער בעלזער רב איז נישט נאכגעקומען די פארלאנגטע כללים וואס דער רמב"ם שטעלט אוועק כדי צו קענען פעסטשטעלן אז ער איז בגדר נביא. טאקע אן איש קדוש ונורא, אבער פארט נישט קיין נביא. משא"כ ווען דער סאטמאר רב זאגט א סיבה זאגט ער נישט אז איך האב אזוי געזעהן ברוח הקודש, ער זאגט נאר נאך וואס חכמינו ז"ל האבן געזאגט ברוח קדשם! דברי חז"ל איז כיתד שלא תימוט. ווער עס גלייבט נישט אין דעם אז א כופר ואפיקורס!
די מציאות איז אז עס איז געטוהן געווארן כל מיני השתדלות צו עובר זיין על השבועות, און די מציאות איז אז ליידער זענען אסאך אסאך ערליכע אידן אריינגעפאלן מיט א מחשבה לטובת דעם רעיון הטמא. דו ביסט אויך אן ערליכן איד, און איך בין זיכער אז ביי דיר איז קלאר אז דברי חכמינו ז"ל איז אמת. און דו ביסט אודאי אויך באקאנט מיט די בירור וואס אונזער רבי זכרונו לברכה האט מברר געווען אז ציונות איז העברה על השבועות. איינס פלאס איינס איז צוויי, און עס איז קלאר אז דאס האט געשפילט א גרויסע ראלע אין די אני מתיר אזוי ווי עס איז מבואר בדברי חז"ל אז עס פאסירט אויב עס איז דא אן העברה על השבועות. צו נאך פאקטארן האבן געשפילט א ראלע? איך האב נישט קיין השגה. קיינער ווייסט נישט. מען דארף א נביא פאר דעם. אבער דאס איז זיכער אז אויב עס איז געווען אן העברה און מען זעהט דערנאך אזא עונש איז קלאר אז דאס האט א שייכות.
ואגב. דאס וואס דו ברענגסט פון די חרבן. גאר גאר אסאך וואס ווערט געברענגט בדברי חז"ל איבער די חרבן, איז נישט פון חרבן ירושלים, נאר פון חרבן ביתר. און דאס איז טאקע אויך אן עונש אויף די העברה על השבועות נאך די ריוואלט פון בן כזובא וואס דעמאלטס איז פארלוירן געגאנגן קרן ישראל ביז משיח'ס טאג.
די צושטעל צום חורבן איז א שטארקע שאלה. וי שלעיין בזה, איך בין זיכער אז די מפרשים רעדן פון דעם. און כ'געדענק אויך אזוי.
לגבי וואס וויל דער אייבערשטער פון "אונז", אי זדווקא אין די סאטמארער מאמרי השקפה האלט מען אין איין באשילדיגן די "ציונים" אין יעדע איד וואס ווערט גע'הרג'עט אין א"י. און "אונז, קענען ווייטער אנגיין מיטן לעבן.
יא, אודאי, די מפרשים רעדן טאקע דערפון. לויט ווי איך געדענק זענען אסאך מסביר כל אחד ע"פ דרכו אז אלעס האט זיך אנגעהויבן מיט שנאת חינם. איך האב נאר געזאגט א געדאנק הנראה לעניית דעתי. געפעלט דיר? האסט דאך געלייגט דעם טעמע אין "אידן שמועסן", נו, פאר א שמועס איז אזא טעם זיכער גענוג גוט.
די צווייטע זאך: איך געדענק נישט אויב איך האב דיר אמאל געשריבן, אבער געוואלט שרייבן האב איך זיכער. ווען דו פירסט א שמועס מיט מיר, קענסטו נישט פרעגן פון עפעס וואס א צווייטער האט געשריבן. איך בין איך און יענער איז יענער. אז עפעס איז דיר שווער אויף יענעם פרעג אים. קוקט מיר אויס ווי אונז צוויי פארשטייען זיך, לאז דעם יעניגן אינדרויסן.
דריטענס: דו קענסט די אידן וואס אינמיטן לייגן די סכך אויף די סוכה אויב עפעס גייט ראנג געבט ער א שריי "ימח שמם די ציונים!"? ס'זענען דא מענטשן וואס באשולדיגן סתם אזוי די ציונים אין אלעס. ווען א פאליס שטעלט אים אפ באשולדיגט ער אויך די ציונים. אלעס זענען די ציונים שולדיג. איי וואס איז די שייכות? ס'איז פשוט א וועג פון זיך אויסגעבן. דער גוי וואס רעגט זיך שרייט אפאר מיסע ווערטער הגם עס האט אויך נישט קיין שייכות, און דער איד שרייט ימח שמם די ציונים. אבי נישט קיין ניבול פה אדער חלילה שעלטן אידן...
די דרך אין סאטמאר איז קיינמאל נישט געווען צו באשולדיגן די ציונים כדי אראפ צו נעמען די שולד פון זיך. נאר דוקא כדי צו חזר'ן ביי זיך אז ציונות איז אבי אבות הטומאה, און חס ושלום נישט נאכגעשלעפט ווערן אפילו מיט א מחשבה קלה. מקיים זיין דעם משנאך ד' אשנא בהידור רב, טאקע ווייל די נסיון איז (געווען) אזוי גרויס. פונקט ווי ווען מען גייט אריבער א תיפלה זאגט מען שקץ תשקצנו און מען געבט א שפיי, האט מען אויף זיכער געמאכט צו חזר'ן כסדר אז ציונות איז טריפה, און איז די גורם פון אלע צרות. כדי מיר זאלן חלילה נישט נכשל ווערן אפילו א רגע מיט א מחשבה קלה פון הודאה למינים. ווייל ציונות איז אסור אפילו במחשבה, און עס איז טאקע דער גורם פון די גרעסטע צרות.
לעניית דעתי איז דאס טאקע די סיבה פארוואס די רבי ז"ל האט אנגעהויבן דעם ויואל משה מיט די באשולדיגונג אז ציונות האט גורם געווען די ביטערע שואה. די וואס האבן דעמאלטס געלעבט זענען אלע געווען מלחמה איבערלעבער. און וויבאלד די נסיון איז געווען אזוי שטארק, האט די רבי געוואלט דערמאנען אז דאס וואס מען דורכגעמאכט איז א דאנק די רעיון הטמא. ער האט געוואלט ווארענען זיין ציבור אז מען זאל חס ושלום נישט נכשל ווערן אפילו מיט א מחשבת מינות! רבותי געדענקטס! דאס וואס מיר האבן מיטגאמאכט איז א דאנק די רעיון! הזהרו!
נישט אז דער רבי איז געווען א מעניפיולעטער און סתם געזוכט צו באשולדיגן די ציונים פאר זיין אגענדע, נאר ווי געשריבן אויבן איז דאך קלאר מחז"ל אז העברה על השבועות ברענגט מיט זיך א שואה. די רבי איז געקומען מכח חז"ל, ער האט גארנישט אליינס מחדש געווען.
אגב. איינער האט מיר נעכטן מעורר געווען אז אנשטאט שרייבן אז דער בעלזער רב איז נישט נאכגעקומען די תנאים פון א נביא, זאל איך עס טוישן אז סאטמאר רב איז נישט נאכגעקומען. ביידע זענען דאך אמת, איז דאך א שאד צו שרייבן בעלזא, וואס דאס וועט דיר סתם טריגערן. דער אמת איז אז יענער איז גערעכט, איך קען ווען טאקע טוישן. איך בין אויך נישט מחויב צו מקבל זיין א רוח הקודש פון סאטמאר רב. אבער איך בין דאך א סאטמארער, און די סאטמארע זענען דאך ידוע אלץ טשעפנאקעס... סא בין איך שוין מקיים דעם מנהג אבותינו בידינו...
ואגב דאגב. דערשרעק דיך נישט פון די וואס שרייען אויף דיר. דו ביסט גוט! דו ביסט פיין! חזק ואמץ! אזעלכע אידן ווי דיר וואס זוכן דעם אמת, וועלן אי"ה אנקומען איין טאג צום אמת. יתכן עס וועט קומען א טאג וואס דו וועסט טאנצן כ"א כסלו אין איינער פון די ארמעריס מיט גרויס התלהבות חסדי השם/בך בטחו! אפשר וועסטו נאך איין טאג באגרייפן וואס די הצלה פון רבי'ן מיינט פאר כלל ישראל נאך ביזן היינטיגע טאג! אז דו מיינסט עס אמת'דיג בין איך זיכער אז דו וועסט נאך אנקומען צום אמת!