יישר כח פארן מסכים זיין צום עצם פוינט. אבער דיין המשך פארשטיי איך נישט.פופציגער האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 14, 2026 1:15 pm
ווייס איך נישט פארוואס איך בין הערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען דעם טעמע, אבער דער תגובה האט מיר זייער געכאפט.
לעצם הפוינט איז דאך קלאר, נישט יעדער מוז מופן קיין קרית יואל, א נישט סאטמארער האט אויך גענוג אלטערנאטיוון צום אוממעגליכן וויליאמסבורג אפציע.
וואס האט מיר אבער געכאפט בעיקר איז דאס פארגלייכן צו פיש... דאס עסן טייערע פיש אנשטאט אריבערגיין צו טונא איז א קלאסישע ביישפיל פון אונזער קרומע צוגאנג צו פינאנצן, און דאס איז פארוואס יעדע עקאנאמישע אויפשאקלונג שיקט אריין מאסן היימישע אידן אין אמבולאנסן מיט הארץ אטאקעס. אנשטאט קוקן רעאליטעט אין פנים און זיך עדזשאסטן דערצו, גלייכן מיר צו שפילן דעם בן מלך געים.
ברודער, עס איז אזוי אין די גאנצע וועלט - חוץ ביי אונז, און אמאל איז עס אויך אזוי געווען ביים היימישן עולם. זייער קלאר. אויב דו קענסט זיך נישט ערלויבן קיין פיש, גיי פאר סארדינס. אויב דו קענסט זיך נישט ערלויבן א הויז אין וויליאמסבורג, קוק פאר אלטערנאטיוון!
דארפסט נישט גיין וואוינען מיט עליענס אין יעהופעץ. האסט אבער גענוג אפציעס פון היימישע געגנטער. זיי נישט משוגע, נאר אויב דו קענסט עפארדן דעם משוגעת.
קודם כל, די תגובה איז פאר אזוינע וואס קומען געבן עצות ווען מ'בעט\דארף נישט. ברוקלינע אידן וואס קענען טאקע נישט עפארדן צו קויפן דירות אבער געבן זיך אן עצה אן בעטן הילף פון דיר. דארף נישט דו זאךסט אים קעגן קומען, דו דארפסט נישט עפענען קעלבערנע אויגן "מופסט נישט??" פארוואס נישט??? נאכדערצו ווען ס'קומט מיטן אויספיר "קרית יואל..."
ער האט ליב דעם פיש און געט זיך אנייצע ב''ה אן דיר. גיי ענזשוי דיין דירה דיינע שכנים און לאז אפ.
דאס איז נישט קיין בן מלך שפיל, ס'נישט אז מ'שטעקט אריין די קאפ אין זאמד אדער נישט פעיסן ריאליטעט. ניין, זיי גלייכן פשוט זייער שטאט. און די וואס וועלן אויס צו לעבן דארט אויף רענט קוקן עס נישט אן ווי עפעס א פרעשור נאר פארקערט ווי עפעס א מין גליק...[גיי פארשטיי וואסערע גליק מ'האט דארט... ס'צעדרייט, אבער חן המקום על יושבי' איז מער אמת ווי די פיש וואס דארט זאגט מען אויך על טעם וריח אין להתווכח]. זיי זיכן נישט קיין אלטערנאטיוון ווייל זיי ווילן נישט, נישט אלס פער-פרעשור צו וואס.
העפנס טא בי, אסאך זענען זיך מסדר אויף פארשידענע וועגן און ווער נישט מופט טאקע דארט ווי זיין גייסט טראגט אים.
(ס'קען זיין אז דו אלס ק''י אויפגעוואקעסענער פארשטייט נישט וואס איך שרייב, אבער מיט דעם קען איך דיר נישט העלפן).
נאך אזאך, ביי עקאנאמישע אויפשאקלונג פירט מען נישט אריין מער אידן ווי גוים, און אין די גאנצע וועלט עסט מען וואס מ'האט ליעב און נישט וואס מקען עפארדן, דאס זאגן אז ביינונז איז עס מער ווי אין אלגעמיין, איז שקר. אמת אז אונז האבן אן אנדערן לייף סטייל מיט אנדערע קאמיוניטי פרעשור, אבער דער גוי'ס לעבן איז נישט גרינגער אין דעם הינזיכט. בכלל נישט.