בלאט 4 פון 10

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 7:53 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
פלעשלייט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 7:17 pm יעדער געדענקט וואספארא רציחה עס האט זיך אפגעשפילט אין די שפיטעלער במשך די קאראנא תקופה, יעדער געדענקט נאך ווי אזוי די שפיטעלער, האט בייזוויליג אויסגעמארדעט טויזענטער פאציענטן אין די נירסינג האומס, מיטן גאנצן קאלט בלוטיגקייט, און אצינד גייט מערדעריי באקומען א לעגאלע גושפנקא רחמנא לצלן, די דאקטורים וועלן ח"ו ווערן פארוואנדעלט פון רופאים צו רוצחים רח"ל!
אויב זיי מארדערן אויס, וואס א חילוק צו זיי מארדערן איין וועג אדער די אנדערע?

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 7:53 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
פלעשלייט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 7:17 pm קיין ספק נישט אז דאס וועט אויך אריינברענגן א קאלטבלוטקייט אין די דאקטורים ווען נעכטן האט ער אוועקגעלייט אפאר פאציענטן און היינט

ברויך ער גיין היילן עטליכע פאציענעטן...! וואס קען מען שוין ערווארטן פון אזוינע דאקטורים !!
נישט אמת. ער קען נישט מארדן. ער מעג נאר געבן די מעדיצין פארן פאציענט, די מענטש מוז עס "אליינס" נעמען.

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 7:54 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
פלעשלייט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 7:17 pm ספעציעל ברויכן תושבי קרית יואל אריינרופן 'סענעטאר סקופיס' אויף 845-567-1270 - וועלכער איז אויך ליידער א קאו-ספאנסער פון דעם רציחה ביל - און פארלאנגן בכל התוקף אז ער זאל שטימען ניין און זאל מאכן זיכער אז דער שוידערליכע רציחה געזעץ גייט נישט אריבער, ווייל אויב נישט זאל ער נישט ערווארטען אז חרדישע אידן וועלן נאכאמאל וועלן פאר עם!!
נישט אמת. איך האב געזוכט אויף די סטעיט וועבסייד, סקופיס איז נישט א קא ספאנסער.

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 8:01 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
222555 האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 7:33 pm ווער האט ליגענט געזאגט קום אריין קלאר
איך האב שוין ציטירט גענוג ליגנטס אדער עס פעלט אויס נאך?

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 8:03 pm
דורך 222555
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 7:54 pm
פלעשלייט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 7:17 pm ספעציעל ברויכן תושבי קרית יואל אריינרופן 'סענעטאר סקופיס' אויף 845-567-1270 - וועלכער איז אויך ליידער א קאו-ספאנסער פון דעם רציחה ביל - און פארלאנגן בכל התוקף אז ער זאל שטימען ניין און זאל מאכן זיכער אז דער שוידערליכע רציחה געזעץ גייט נישט אריבער, ווייל אויב נישט זאל ער נישט ערווארטען אז חרדישע אידן וועלן נאכאמאל וועלן פאר עם!!
נישט אמת. איך האב געזוכט אויף די סטעיט וועבסייד, סקופיס איז נישט א קא ספאנסער.
וואס איז די פראבלעם אז ער ספאנסערט אזא נישטיגע געזעץ

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 8:04 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
222555 האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 8:03 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 7:54 pm
פלעשלייט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 7:17 pm ספעציעל ברויכן תושבי קרית יואל אריינרופן 'סענעטאר סקופיס' אויף 845-567-1270 - וועלכער איז אויך ליידער א קאו-ספאנסער פון דעם רציחה ביל - און פארלאנגן בכל התוקף אז ער זאל שטימען ניין און זאל מאכן זיכער אז דער שוידערליכע רציחה געזעץ גייט נישט אריבער, ווייל אויב נישט זאל ער נישט ערווארטען אז חרדישע אידן וועלן נאכאמאל וועלן פאר עם!!
נישט אמת. איך האב געזוכט אויף די סטעיט וועבסייד, סקופיס איז נישט א קא ספאנסער.
וואס איז די פראבלעם אז ער ספאנסערט אזא נישטיגע געזעץ
ווער האט געזאגט אז עס איז א פראבלעם?

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 8:06 pm
דורך 222555
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 8:01 pm
222555 האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 7:33 pm ווער האט ליגענט געזאגט קום אריין קלאר
איך האב שוין ציטירט גענוג ליגנטס אדער עס פעלט אויס נאך?
ווען איינער שרייבט חשש און דו שרייבסט אז מאיז באווארענט איז עס נישט קיין ליגענט די חשש איז ווייטער דא נאר דו האלטסט אז מאיז באווארענט
אנדערע עסקנים וואס האלטן מיט וואס גייט שוין יעצט פאר אין שפיטעלער האלטן אז די חשש איז יא דא
איז דו ווילסט נישט חושש זיין גיי אהיים לאז יענעם קאלן און אימעילן וואס גייט דיר אן

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 8:07 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
222555 האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 8:06 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 8:01 pm
222555 האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 7:33 pm ווער האט ליגענט געזאגט קום אריין קלאר
איך האב שוין ציטירט גענוג ליגנטס אדער עס פעלט אויס נאך?
ווען איינער שרייבט חשש און דו שרייבסט אז מאיז באווארענט איז עס נישט קיין ליגענט די חשש איז ווייטער דא נאר דו האלטסט אז מאיז באווארענט
אנדערע עסקנים וואס האלטן מיט וואס גייט שוין יעצט פאר אין שפיטעלער האלטן אז נישט
נעקסט טיים ביטע מיר נישט ציטירן און ענטפערן בעפאר איר ליינט וואס מען האט געשריבן און וואס איך האב געענטפערט. יישר כח.

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 8:08 pm
דורך 222555
תינוק הבורח האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 7:43 pm כמדומני אז נישט האבן קיין גאן קאנטראל איז שנעלער גורם רציחות ווי דער ביל, ולא חזינא לרבנן קשישאי זאלן הייסן רופן די סענעטארן דערוועגן.
סא רוף נישט לאז אנדערע וואס האלטן אז סאיז א סכנה זאלן יא רופן

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 8:14 pm
דורך טיפע חשבונות
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 7:54 pm
פלעשלייט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 7:17 pm ספעציעל ברויכן תושבי קרית יואל אריינרופן 'סענעטאר סקופיס' אויף 845-567-1270 - וועלכער איז אויך ליידער א קאו-ספאנסער פון דעם רציחה ביל - און פארלאנגן בכל התוקף אז ער זאל שטימען ניין און זאל מאכן זיכער אז דער שוידערליכע רציחה געזעץ גייט נישט אריבער, ווייל אויב נישט זאל ער נישט ערווארטען אז חרדישע אידן וועלן נאכאמאל וועלן פאר עם!!
נישט אמת. איך האב געזוכט אויף די סטעיט וועבסייד, סקופיס איז נישט א קא ספאנסער.
ביטע קוקט איבער...

https://www.nysenate.gov/legislation/bi ... 0for%20the

Screenshot 2025-04-30 201327.png
Screenshot 2025-04-30 201327.png (81.53 KiB) געזען געווארן 418 מאל

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 8:15 pm
דורך תינוק הבורח
222555 האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 8:08 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 7:43 pm כמדומני אז נישט האבן קיין גאן קאנטראל איז שנעלער גורם רציחות ווי דער ביל, ולא חזינא לרבנן קשישאי זאלן הייסן רופן די סענעטארן דערוועגן.
סא רוף נישט לאז אנדערע וואס האלטן אז סאיז א סכנה זאלן יא רופן
אויב איינער האט זיך אפגעהאלטן פון רופן וועגן ער האט געמיינט אז איך לאז נישט, בין איך יעצט מגלה אז ער האט מיין פולע רשות צו רופן...

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 8:22 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
טיפע חשבונות האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 8:14 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 7:54 pm
פלעשלייט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 7:17 pm ספעציעל ברויכן תושבי קרית יואל אריינרופן 'סענעטאר סקופיס' אויף 845-567-1270 - וועלכער איז אויך ליידער א קאו-ספאנסער פון דעם רציחה ביל - און פארלאנגן בכל התוקף אז ער זאל שטימען ניין און זאל מאכן זיכער אז דער שוידערליכע רציחה געזעץ גייט נישט אריבער, ווייל אויב נישט זאל ער נישט ערווארטען אז חרדישע אידן וועלן נאכאמאל וועלן פאר עם!!
נישט אמת. איך האב געזוכט אויף די סטעיט וועבסייד, סקופיס איז נישט א קא ספאנסער.
ביטע קוקט איבער...

https://www.nysenate.gov/legislation/bi ... 0for%20the

Screenshot 2025-04-30 201327.png
אה דו ביסט גערעכט. איך האב געקוקט נאר אויף די 4 הויפט קא ספאנסארס. ווען מען דרוקט צו זען מער קומט טאקע ארויף נאך 20 חברה ובתוכם סקופיס אויך.

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 8:40 pm
דורך פופציגער
222555 האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 8:06 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 8:01 pm
222555 האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 7:33 pm ווער האט ליגענט געזאגט קום אריין קלאר
איך האב שוין ציטירט גענוג ליגנטס אדער עס פעלט אויס נאך?
ווען איינער שרייבט חשש און דו שרייבסט אז מאיז באווארענט איז עס נישט קיין ליגענט די חשש איז ווייטער דא נאר דו האלטסט אז מאיז באווארענט
אנדערע עסקנים וואס האלטן מיט וואס גייט שוין יעצט פאר אין שפיטעלער האלטן אז די חשש איז יא דא
איז דו ווילסט נישט חושש זיין גיי אהיים לאז יענעם קאלן און אימעילן וואס גייט דיר אן
לכבוד ידידי @נקודות טובות וועלכע גלייכט נישט ווען כגיי שארף, וועליך זיך איינהאלטן....

אבער נעע... עכט... נאַאַ.... כמיין, וואס...

אפשר זאל מען פארפירן קעגן א געזעץ וואס לאזן נוצן פלעסטיק זעקלעך אלס חשש אז איינער גייט טשאוקן איינעם דערמיט?

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 8:46 pm
דורך טיפע חשבונות
פופציגער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 8:40 pm
222555 האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 8:06 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 8:01 pm

איך האב שוין ציטירט גענוג ליגנטס אדער עס פעלט אויס נאך?
ווען איינער שרייבט חשש און דו שרייבסט אז מאיז באווארענט איז עס נישט קיין ליגענט די חשש איז ווייטער דא נאר דו האלטסט אז מאיז באווארענט
אנדערע עסקנים וואס האלטן מיט וואס גייט שוין יעצט פאר אין שפיטעלער האלטן אז די חשש איז יא דא
איז דו ווילסט נישט חושש זיין גיי אהיים לאז יענעם קאלן און אימעילן וואס גייט דיר אן
לכבוד ידידי @נקודות טובות וועלכע גלייכט נישט ווען כגיי שארף, וועליך זיך איינהאלטן....

אבער נעע... עכט... נאַאַ.... כמיין, וואס...

אפשר זאל מען פארפירן קעגן א געזעץ וואס לאזן נוצן פלעסטיק זעקלעך אלס חשש אז איינער גייט טשאוקן איינעם דערמיט?
סיריעסלי?

איך גיי זיך אויך איינהאלטן פון גיין שארף אבער טו מיר א טובה, נניח אז יעצט איז עס א געזעץ בערך ווי פלעסטיג בעגס דו ווייסט אויך אז יעדע זאך הייבט זיך ערגעץ אן. אויב יעצט ביסטו שטיל וואס גייסטו טין דאן?

און לאמיר זיך נישט נארן, ביל S138 איז נישט ווייניגער שעדליך ווי פראפאזעל 1 וואס דעמאלטס האבן די עסקנים אויך נאר געלייגט צעטלעך אז מען זאל וואטן דערקעגן ערשט נאכדעם וואס דאס גאנצע גאס האט גערודערט דערפון.

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 8:47 pm

ווען די לינקע אגודה ווען סילווער ווען צוויבל ווען אפילו די גויים און אפילו גאר טייל דעמאקראטן האלטן אז די חשש איז גרויס בין איך גאר דער נער אלס איד וואס איז חושש בפיקוח נפש
נאך וואס מיין אויער האט געהערט 400 מעסעדשעס פון חולים וואס שפיטעלער האבן מיט זיי אלס געטוהן ביי קאראנע אפילו אן אזא געזעץ בין איך גאר דער נער פארן חושש זיין?

זאג נאר ווען די פרוי וואס איז געטאנצן מיט יענע מעשה ואכמ"ל וואלט עס געבעטן שטילערהייט פון דאקטער מיט א עדות אין די זייט וואלסטו אויך געזאגט פלעסטיק בעגס?

היפוך קערה על פי’ איך בין גאר משוגע ווייל איינער דא האט נגיעות צי פארענטפערן סקופיס...

איך בין מסכים צו הערן אז על פי דעת תורה זאל מען גיין מיט סקופיס אפילו אויב ער שטימט פאר די ביל ווייל ער ארבעט כאטש פאר חינוך ועוד אבער פארדריי נישט דעם אמת צוליב דעם און שריי נאך אז איך פארקויף שקר ווייל הלמאי עס האט שארפע תנאים בלא בלא

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 9:03 pm
דורך פופציגער
טיפע חשבונות האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 8:46 pm

קומען פארקויפן געיוירענע לאקשן אז דער געזעץ געבט רעכטן פאר דאקטוירים פאר רציחה ממש, בשעת ווען דער אמת איז אז דו האסט מורא דאקטוירים וועלן נישט פאלגן דעם געזעץ (עפעס וואס לדבריך טוען זיי יעצט עניוועי...) איז א פארלעצונג אין די מענטשליכע ווירדן.

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 9:04 pm
דורך פופציגער
222555 האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 8:47 pm
פופציגער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 8:40 pm
222555 האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 8:06 pm

ווען איינער שרייבט חשש און דו שרייבסט אז מאיז באווארענט איז עס נישט קיין ליגענט די חשש איז ווייטער דא נאר דו האלטסט אז מאיז באווארענט
אנדערע עסקנים וואס האלטן מיט וואס גייט שוין יעצט פאר אין שפיטעלער האלטן אז די חשש איז יא דא
איז דו ווילסט נישט חושש זיין גיי אהיים לאז יענעם קאלן און אימעילן וואס גייט דיר אן
לכבוד ידידי @נקודות טובות וועלכע גלייכט נישט ווען כגיי שארף, וועליך זיך איינהאלטן....

אבער נעע... עכט... נאַאַ.... כמיין, וואס...

אפשר זאל מען פארפירן קעגן א געזעץ וואס לאזן נוצן פלעסטיק זעקלעך אלס חשש אז איינער גייט טשאוקן איינעם דערמיט?
ווען די לינקע אגודה ווען סילווער ווען צוויבל ווען אפילו די גויים און אפילו גאר טייל דעמאקראטן האלטן אז די חשש איז גרויס בין איך גאר דער נער אלס איד וואס איז חושש בפיקוח נפש
נאך וואס מיין אויער האט געהערט 400 מעסעדשעס פון חולים וואס שפיטעלער האבן מיט זיי אלס געטוהן ביי קאראנע אפילו אן אזא געזעץ בין איך גאר דער נער פארן חושש זיין?

זאג נאר ווען די פרוי וואס איז געטאנצן מיט יענע מעשה ואכמ"ל וואלט עס געבעטן שטילערהייט פון דאקטער מיט א עדות אין די זייט וואלסטו אויך געזאגט פלעסטיק בעגס?

היפוך קערה על פי’ איך בין גאר משוגע ווייל איינער דא האט נגיעות צי פארענטפערן סקופיס...

איך בין מסכים צו הערן אז על פי דעת תורה זאל מען גיין מיט סקופיס אפילו אויב ער שטימט פאר די ביל ווייל ער ארבעט כאטש פאר חינוך ועוד אבער פארדריי נישט דעם אמת צוליב דעם און שריי נאך אז איך פארקויף שקר ווייל הלמאי עס האט שארפע תנאים בלא בלא
דא האט מען געשריבן ליגנט. פינטל. פימפל.

דאס אז אין קאראנע האט מען גע’רצח’עט זאגט מיר גארנישט מער ווי אז דער געזעץ יא אדער נישט מאכט נישט צופיל אויס.

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 9:32 pm
דורך 222555
טיפע חשבונות האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 8:46 pm
פופציגער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 8:40 pm
222555 האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 8:06 pm

ווען איינער שרייבט חשש און דו שרייבסט אז מאיז באווארענט איז עס נישט קיין ליגענט די חשש איז ווייטער דא נאר דו האלטסט אז מאיז באווארענט
אנדערע עסקנים וואס האלטן מיט וואס גייט שוין יעצט פאר אין שפיטעלער האלטן אז די חשש איז יא דא
איז דו ווילסט נישט חושש זיין גיי אהיים לאז יענעם קאלן און אימעילן וואס גייט דיר אן
לכבוד ידידי @נקודות טובות וועלכע גלייכט נישט ווען כגיי שארף, וועליך זיך איינהאלטן....

אבער נעע... עכט... נאַאַ.... כמיין, וואס...

אפשר זאל מען פארפירן קעגן א געזעץ וואס לאזן נוצן פלעסטיק זעקלעך אלס חשש אז איינער גייט טשאוקן איינעם דערמיט?
סיריעסלי?

איך גיי זיך אויך איינהאלטן פון גיין שארף אבער טו מיר א טובה, נניח אז יעצט איז עס א געזעץ בערך ווי פלעסטיג בעגס דו ווייסט אויך אז יעדע זאך הייבט זיך ערגעץ אן. אויב יעצט ביסטו שטיל וואס גייסטו טין דאן?

און לאמיר זיך נישט נארן, ביל S138 איז נישט ווייניגער שעדליך ווי פראפאזעל 1 וואס דעמאלטס האבן די עסקנים אויך נאר געלייגט צעטלעך אז מען זאל וואטן דערקעגן ערשט נאכדעם וואס דאס גאנצע גאס האט גערודערט דערפון.
וואס איז פראפאזעל 1 דערמאן מיר

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 01, 2025 12:35 am
דורך הדסים
פופציגער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 9:04 pm
222555 האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 8:47 pm
פופציגער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 8:40 pm

לכבוד ידידי @נקודות טובות וועלכע גלייכט נישט ווען כגיי שארף, וועליך זיך איינהאלטן....

אבער נעע... עכט... נאַאַ.... כמיין, וואס...

אפשר זאל מען פארפירן קעגן א געזעץ וואס לאזן נוצן פלעסטיק זעקלעך אלס חשש אז איינער גייט טשאוקן איינעם דערמיט?
ווען די לינקע אגודה ווען סילווער ווען צוויבל ווען אפילו די גויים און אפילו גאר טייל דעמאקראטן האלטן אז די חשש איז גרויס בין איך גאר דער נער אלס איד וואס איז חושש בפיקוח נפש
נאך וואס מיין אויער האט געהערט 400 מעסעדשעס פון חולים וואס שפיטעלער האבן מיט זיי אלס געטוהן ביי קאראנע אפילו אן אזא געזעץ בין איך גאר דער נער פארן חושש זיין?

זאג נאר ווען די פרוי וואס איז געטאנצן מיט יענע מעשה ואכמ"ל וואלט עס געבעטן שטילערהייט פון דאקטער מיט א עדות אין די זייט וואלסטו אויך געזאגט פלעסטיק בעגס?

היפוך קערה על פי’ איך בין גאר משוגע ווייל איינער דא האט נגיעות צי פארענטפערן סקופיס...

איך בין מסכים צו הערן אז על פי דעת תורה זאל מען גיין מיט סקופיס אפילו אויב ער שטימט פאר די ביל ווייל ער ארבעט כאטש פאר חינוך ועוד אבער פארדריי נישט דעם אמת צוליב דעם און שריי נאך אז איך פארקויף שקר ווייל הלמאי עס האט שארפע תנאים בלא בלא
דא האט מען געשריבן ליגנט. פינטל. פימפל.

דאס אז אין קאראנע האט מען גע’רצח’עט זאגט מיר גארנישט מער ווי אז דער געזעץ יא אדער נישט מאכט נישט צופיל אויס.
נניח אז דא האט מען געשריבן ליגן, למאי נ"מ לגבי אריינרופן סטעיט סענאטארס זיי זאלן נישט שטיצן א ביל וואס גיבט רעכט פאר דאקטוירים צו הרג'ענען איינעם וואס איז אריינגעפאלן אין דעפרעסיע און גיבט די מעגליכקייט פאר נאך ענליכע געזעצן און אמענדמענטס נאכצופאלגן?

דאס אז ביי קאראנע האט מען גע'הרג'עט מענטשן זאגט אז דא זענען דא מענטשן מיט אן אגענדע און דאס איז נאר דער אנהייב, און מ'דארף נישט צוקומען צו קאראנע פרעג סיי וועלכער רפואה עסקן איבער די מלחמות וואס מ'דארף שוין היינט פירן מיט די שפיטעלער אין די נושאים, און כאפ שוין אויך א בליק וואס גייט פאר און וויאזוי ס'איז צוגעגאנגען אין די אייראפעאישע לענדער וואס זענען געווענליך עטליכע טריט פאראויס אין דיזע נושאים.
איך בין נישט קיין לעגאלער עקספערט און איה"נ צו מיר קוקט דער ביל אויס אומשולדיג, אבער קענסט זיין זיכער אז די לינקע דא אין ניו יארק שלאגן זיך נישט דורכצופירן א ביל וואס וועט אפהאלטן די סארט זאכן נאר פארקערט, און אז ס'איז דא עסקנים וואס זאגן אז מ'זאל בסך הכל אריינרופן בעטן אז מ'זאל שטימען דערקעגן און מ'דארף ניטאמאל זאגן אז מ'איז א איד, פארוואס נישט?

און איה"נ משקר זיין במילתא דעבידא לגלויי איז א מיאוס'ע זאך, אבער לאמיר דאס דערווייל לייגן אין א זייט ווייל ס'איז יתכן - טאקע נישט מער ווי 'יתכן' - אז מ'שפילט זיך מיט די קומענדיגע אלטע פיקסלער מעשיות.

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 01, 2025 12:55 am
דורך פ. לאקס
לעניית דעתי דארף מען טון אלעס אין די וועלט צוריק צו האלטן אזא ביל פון אדורכגיין.

עס איז שוין לאנג אריבער אין אסעמבלי, און דערווייל שטייט עס אין סענאט

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 01, 2025 1:11 am
דורך Think and Thank
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 6:07 pm
הדסים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 6:00 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 5:56 pm
איך קלער אביסעל אנדערש. אנדרייען אומנויטיגע כאאס, איז קיינמאל נישט קיין טובה. שרייען וואלף ווען עס איז נישטא קיין וואלף איז א געוואלדיגע עולה. אויב חלילה מארגן מאכט זיך א ביל וואס איז טאקע נויטיג צו אריינרופן, וועט דער עולם נישט רופן וויסענדיג אז מען האט פון אונז פורים געמאכט נעכטן. איך הייב שוין אן טראכטן אז ס'ניטאמאל דא א גזירות החינוך. יתכן אז דארט דרייעט מען אויך א קאפ. כ'טראסט שוין קיינעם נישט. אויב קען מען שרייבן אזעלכע שטותים אז דער דאקטער קען עס געבן ווען קיינער איז נישט דארט, איז פשט אז קיין ווארט קען מען זיי נישט גלייבן מער.
יא אדער נישט אנדרייען כאאס איז נישט בידי, שיקן אן אי-מעיל יא און דורכדעם וועט קיינער נישט טוישן מיינונג אויף די עסקנים אדער גזירות.
(איך האב גראדע אויסגעמעקט די חלק אז איך בין א איד).
אמת, און טאקע מיט דעם בין איך אביסעל מחולק מיט @Azoi Tzi Zugen. מיר שטערט נישט ווען איינער שיקט אריין, טוה ווי אזוי דו פארשטייסט. קענסט רואיג אריינשיקן אן אימעיל אפילו אויב די ביל איז נישט פיקוח נפש. קענסט אויך אריינשיקן וואס דו עסט היינט פאר סאפיר, ס'איז בחינם... איך וויל נאר פארשטיין פשט פון די וואס דרייען אן אומנויטיגע כאאס. פארוואס אין די וועלט טוט מען אזא זאך?

איך פארשטיי גראדע יא די היסטעריע, הגם דאס בארעכטיגט נישט צו פארקויפן געבראטענע שטותים וואס מיט א קוועטש אויפ'ן מייזל קען מען זיך עס איבערצייגן - און באמת איז שרייבן שטותים קאנטער פראדאקטיוו ווייל מען קוקט אן אז די גאנצע מערכה האט אזא פנים (כידוע וואס הגה"ק ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל האט געזאגט פאר רביה"ק מסאטמאר זי"ע בנוגע געבן אן הסמה אויף א געוויסע ספר קעגן ציונות).

ווער עס ווייסט אביסל וואס טוט זיך אין די ליבעראלע וועלט, די היינטיגע ליבעראלן - אפילו מעינסטריעם ליבעראלן, נישט דוקא עקסטרעמע - האלטן בנוגע פארשידענע נושאים אז רציחה דארף זיין מותר לכתחילה, צו ס'זאל זיין בנוגע עבארשען (וואס אסאך ליבעראלן האלטן אז מען דארף ערלויבן אפילו נאך אן אומגעפלאנטע געבורט!), צו ס'זאל זיין בנוגע אסיסטעד סועסייד (און נישט דוקא אויף איינער וואס האט נישט קיין אויסזיכטן צו לעבן צו לאנג) אדער טאקע איינער וואס האט ווייניג שאנסן מעדיציניש זאל מען מעגן אויספלאגן קעגן די ווילן פון די משפחה, אזוי ווי מ'האט געזען אין ענגלאנד.

אלזא, יעדער פארשטייט אז מ'קען נישט גיין פון זערא ביז הונדערט אין א רגע, ממילא וועט קיינער נישט גלייך אינטראדוסן א ביל וואס ערלויבט למשל פאר שפיטעלער אויסצופלאגן פאציענטן קעגן די רצון המשפחה. וואס מען טוט איז אז מען הייבט אן מיט א לייכטערע זאך, וואס צו דעם וועלן אסאך מער מענטשן מסכים זיין אדער עכ"פ זיך נישט שלאגן, און איינמאל דאס איז די געזעץ אויף די ביכער און איינגעפירט אין פראקטיק קען מען עס נעמען א שטאפל ווייטער, וכן הלאה. אלזא, יעדע געזעץ וואס איז מתיר מעדיצינישע רציחה אויף סיי וואספארא אופן, איז א טריט נענטער אין ריכטונג פון געזעצן וואס זענען גאר פראבלעמאטיש (און דאס איז נישט נאר טעארעטיש נאר מ'רעדט פון געזעצן און שיטות וואס זענען שוין היינט אנגענומען ביי אסאך פאליטיקאנטן), און וואס פריער מ'שטעלט אפ די באן אלס מער שאנסן זענען דא בעזר השם אז זאכן זאלן זיך נישט דערקייקלען נאך ווייטער.

נאר כאמור איז דאס פארקויפן שטותים און לגיונות נאריש און קאנטער פראדאקטיוו, און לעת עתה ווערט די מערכה - עכ"פ ביים היימישן עולם - אזוי געפירט.

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 01, 2025 2:38 am
דורך 222555
Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 1:11 am

זאגסט גוט אבער אינטערסאנט אז ביז איך האב נישט געזעהן די אשכול האב איך נישט געשפירט ווי די עקסטרעמיסטן פירן עס כאט כהאב יא געזעהן נעכטן א אימעיל פון עקסטרעמיסטן אבער כהאב אויך געהערט פון אגודה וכו' מיינט נישט אז אויב יענער עסט טאנע מעג איך שוין נישט עסן...
אבער אריינקומענדיג דא איז געווארן א מצוה אראפציברענגען די זאך אז מחלומט וכו' קען זיין איינער האט איבערגעטריבן א לשון אבער איך האב נישט געזעהן אז עס זאל אויסקוקן באופן כללי עפעס איבערגעטריבן

נאר איך וועל אייך מגלה זיין דעם אמת דא היות סקופיס איז דא א ספאנסער זענען די וואס ארבעטן יעצט מיט סקופיס מיט אנדערע וויכטיגע ענינים געצווינגען געווען עס אראפציברענגען
אבער לדעתי איז עס געווען א טעות ווייל עס מאכט נאר פארלירן טראסט

העכסענס זאג דעם עולם קלאר אז תפסת מרובה לא תפסת דעריבער קען מען נישט יעצט פועלן ביי סקופיס צוריקציציען פון די ביל און מהאפט אז פאר חינוך און נאך וועט ער יא דערליווערן אבער דאס אז מען פירט א מערכה און פועלן ביי ווי מער סענאטארן וועט מען עס קענען באזיגן ואדרבה זאל יעדער אנרופן אלע אנדערע סענעטארן אדר ווען איינער פריוואט שיקט א אימעיל זאל ער שיקן צי סקופיס אויך ואולי ירחם

דעריבער מיינט נישט אז איינער האט דא בעצם איבערגעטריבן חוץ אויב מרעדט טאקע נאר פון יענעם אימעיל פון די עקסטרעמיסטן
אבער אין רוב פלעצער ווי קול מבשר, אגודה, או יו, אה בליק, ועוד האט מיר נישט אויסגעקוקט עפעס איבערגעטריבן

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 01, 2025 2:55 am
דורך Think and Thank
איך האב נישט באקומען קיין שום אימעילס, נאר אריינקומענדיג היינט אין ביהמ"ד האב איך געזען צעטלעך וואס פון די וועג וויאזוי עס איז געשריבן איז ניכר אז ס'מלא שטותים, און א קורצע בירור האט עס באשטעטיגט.

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 01, 2025 3:04 am
דורך הדסים
222555 האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 2:38 am
► Show Spoiler
זאגסט גוט אבער אינטערסאנט אז ביז איך האב נישט געזעהן די אשכול האב איך נישט געשפירט ווי די עקסטרעמיסטן פירן עס כאט כהאב יא געזעהן נעכטן א אימעיל פון עקסטרעמיסטן אבער כהאב אויך געהערט פון אגודה וכו' מיינט נישט אז אויב יענער עסט טאנע מעג איך שוין נישט עסן...
אבער אריינקומענדיג דא איז געווארן א מצוה אראפציברענגען די זאך אז מחלומט וכו' קען זיין איינער האט איבערגעטריבן א לשון אבער איך האב נישט געזעהן אז עס זאל אויסקוקן באופן כללי עפעס איבערגעטריבן

נאר איך וועל אייך מגלה זיין דעם אמת דא היות סקופיס איז דא א ספאנסער זענען די וואס ארבעטן יעצט מיט סקופיס מיט אנדערע וויכטיגע ענינים געצווינגען געווען עס אראפציברענגען
אבער לדעתי איז עס געווען א טעות ווייל עס מאכט נאר פארלירן טראסט

העכסענס זאג דעם עולם קלאר אז תפסת מרובה לא תפסת דעריבער קען מען נישט יעצט פועלן ביי סקופיס צוריקציציען פון די ביל און מהאפט אז פאר חינוך און נאך וועט ער יא דערליווערן אבער דאס אז מען פירט א מערכה און פועלן ביי ווי מער סענאטארן וועט מען עס קענען באזיגן ואדרבה זאל יעדער אנרופן אלע אנדערע סענעטארן אדר ווען איינער פריוואט שיקט א אימעיל זאל ער שיקן צי סקופיס אויך ואולי ירחם

דעריבער מיינט נישט אז איינער האט דא בעצם איבערגעטריבן חוץ אויב מרעדט טאקע נאר פון יענעם אימעיל פון די עקסטרעמיסטן
אבער אין רוב פלעצער ווי קול מבשר, אגודה, או יו, אה בליק, ועוד האט מיר נישט אויסגעקוקט עפעס איבערגעטריבן
פארוואס אבער זאל מען נישט לפחות בעטן ארומצורופן?

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 01, 2025 7:19 am
דורך Azoi Tzi Zugen
222555 האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 4:01 pm אינטערוויו: א שווערע רציחה געזעץ איז אין געפאר פון חלילה אריינגיין אין קראפט צו געבן ערלויבעניש פאר דאקטוירים אדער שפיטאל איינגעשטעלטע נאכצוגעבן דעם פאציענט רח"ל צו נעמען מיטלן וועלכע קענען חלילה פירן צום ענדע פון זיין לעבן
ד' מצרע פ״ה
העסקן הרב חיים דוד צוויבל

https://www.yiddish24.com/interviews/12/127635
אה צוויבל איז דער ערשטער וואס זאגט כמעט נאר דעם אמת. פארוואס איך זאג "כמעט" איז ווייל איין זאך לייגט ער צו אז דער דאקטאר גייט זיין מחוייב עס צו טון. אין די געזעץ שטייט אז א פראוויידער וואס וויל נישט מיטארבעטן זאל נישט קענען ווערן באשולדיגט אדער אנגעקלאגט. נאר פארקערט אויב א דאקטאר טוט עס אויף א אומלגאלע וועג זאל ער ווערן אנגעקלאגט קרימינאל.