בלאט 4 פון 8

Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 8:40 pm
דורך ניקל
ווידיאו'ס צירקולירן ווי סירישע זעלנער טוהן זיך אויס זייערע מונדירן, און טוישן זיך איבער צו פשוטע וועש, צו אויסקוקן ווי ציווילע

Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 8:41 pm
דורך ניקל
די רעבעלן האבן זיך א לאז געטון איבער די אפיציעלע גאווערמענט אפיסעס.

Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 8:44 pm
דורך ניקל
הויפשטאט פון סיריע דמשק, איז געפאלן צו די רעבעלן!

Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 8:48 pm
דורך טיר
ניקל האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 8:44 pm הויפשטאט פון סיריע דמשק, איז געפאלן צו די רעבעלן!
Wow איך מיין די ביסט די ערשטע צו ברעכן אזא היסטארישע נייעס

Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 8:50 pm
דורך Yankel
טיר האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 8:48 pm
ניקל האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 8:44 pm הויפשטאט פון סיריע דמשק, איז געפאלן צו די רעבעלן!
Wow איך מיין די ביסט די ערשטע צו ברעכן אזא היסטארישע נייעס
נישט ממש די ערשטע

Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 8:54 pm
דורך טיר
Yankel האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 8:50 pm
טיר האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 8:48 pm
ניקל האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 8:44 pm הויפשטאט פון סיריע דמשק, איז געפאלן צו די רעבעלן!
Wow איך מיין די ביסט די ערשטע צו ברעכן אזא היסטארישע נייעס
נישט ממש די ערשטע
דא שטייט נישט אז ס'איז געפאלן נאר אז זיי זענען אריין אין דמשק

Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 8:57 pm
דורך ניקל
די סירישע רעבעלן האבן ארומגענומען די פרעזידענטליכע פאלאץ

Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 8:57 pm
דורך Yankel
Yankel האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 8:50 pm
טיר האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 8:48 pm
ניקל האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 8:44 pm הויפשטאט פון סיריע דמשק, איז געפאלן צו די רעבעלן!
Wow איך מיין די ביסט די ערשטע צו ברעכן אזא היסטארישע נייעס
נישט ממש די ערשטע
אבער דעס נעמט בכלל נישט אוועק די איבערגעגעבענקייט פון הרב @ניקל וואס געבט זיך אזוי אוועק פאר די גאנצע אידטיש געמיינדע, כה לחי!

Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 9:03 pm
דורך פעיק ניוז
טראמפ האט געהאט ארויסגעשיקט א מעסעדזש אז אמעריקע זאל זיך נישט אריינמישן. ס'איז נישט אונזער פייט און מען זאל לאזן זאכן זיך אויסשפילן אליין.

Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 9:04 pm
דורך פעיק ניוז
מסתמא האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 8:34 pm
ניקל האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 8:22 pm סטעיטמענט פון די רעבעלן צו מדינת ישראל:
מיר ווילן שלום אין די געגנט!
און איראן איז די שורש פון די פראבלעם פונעם גאנצן ארום!
פיינעלי די אזוי לאנג ערווארטעטע ריברענדינג פון די איסלאמישע ראדיקאלן. דאסמאל ווילן זיי זיך האלטן צו זייערע גרעניצן. קיינעם באדערט עס נישט, אדרבה. עז לאנג די אינטערנאציאנאלע טעראר ענדיגט זיך.

הלואי דייט דאס אן אויף א נייע עפאכע
לוינט נישט צו נעמען זייערע ווערטער פעיס וועליו. מען רעדט דא פון אפשטאמיגע פון על קאידא.

Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 9:19 pm
דורך ניקל
די נייע רעגירונג אין סיריע וועט אדרעסירן די צושטאנד אין די קומענדיגע שעות

Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 9:19 pm
דורך ניקל
גאן שיסערייען ווערן געהערט ארום די פרעזידענטליכע פאלאץ אין דמשק

Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 9:20 pm
דורך ניקל
פעיק ניוז האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 9:03 pm טראמפ האט געהאט ארויסגעשיקט א מעסעדזש אז אמעריקע זאל זיך נישט אריינמישן. ס'איז נישט אונזער פייט און מען זאל לאזן זאכן זיך אויסשפילן אליין.
IMG_20241207_212026_426.jpg
IMG_20241207_212026_426.jpg (150.55 KiB) געזען געווארן 345 מאל

Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 9:21 pm
דורך ניקל
די רעבעלן האבן איבערגענומען די אינטערנאציאנאלע לופטפעלד אין דמשק

Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 9:24 pm
דורך ניקל
די רעבעלן האבן אנגעהויבן צו ווארפן די שאיטישע טעמפל סיידע עלזינעב

Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 9:24 pm
דורך טיר
שכויח @ניקל די מערסטע אפטעיט פלאץ איבער די נושא

Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 9:24 pm
דורך זיבן פעטע קוען
טיר האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 9:24 pm שכויח @ניקל די מערסטע אפטעיט פלאץ איבער די נושא
גא"ם

Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 9:25 pm
דורך זיבן פעטע קוען
ניקל האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 9:24 pm די רעבעלן האבן אנגעהויבן צו ווארפן די שאיטישע טעמפל סיידע עלזינעב
וואס האבן זיי אנטקעגן דעם?

Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 9:28 pm
דורך טיר
זיבן פעטע קוען האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 9:25 pm
ניקל האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 9:24 pm די רעבעלן האבן אנגעהויבן צו ווארפן די שאיטישע טעמפל סיידע עלזינעב
וואס האבן זיי אנטקעגן דעם?
זיי זענען סוניס. מער ווייניגער די קאנפליקט איז איבער רעליגיע

Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 9:36 pm
דורך פעיק ניוז
טיר האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 9:28 pm
זיבן פעטע קוען האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 9:25 pm
ניקל האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 9:24 pm די רעבעלן האבן אנגעהויבן צו ווארפן די שאיטישע טעמפל סיידע עלזינעב
וואס האבן זיי אנטקעגן דעם?
זיי זענען סוניס. מער ווייניגער די קאנפליקט איז איבער רעליגיע
רוב לאנד איז סוני.

Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 9:44 pm
דורך ניקל
אמעריקאנער פליגער העכער איראק, לייקלי אויפן וועג קיין סיריע

Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 9:46 pm
דורך ניקל
א סירישע פליגער האט פריער פארלאזט דמשק.
ער איז ארויפגעפארן, קיין חומאס ווי דארט האט ער אנגעהויבן צו לאנדן,
ווען פלוצלינג האט ער פארלאשן דעם רעדאר, ווי ס'איז נעלם געווארן פון די מאפע...
#אינטערסאנט נאכצוקוקן די נייעס

דא באריכטן אז באשאר אל אסאד איז אויף דעם פליגער
IMG_20241207_214400_348.jpg
IMG_20241207_214400_348.jpg (113.99 KiB) געזען געווארן 308 מאל

Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 9:47 pm
דורך ניקל
ברעקינג:
די הויפט פון די סירישע מיליטער רופט אלע ארמיי זעלנער זיך צו אינטערגעגעבן צו די רעבעלן

Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 9:49 pm
דורך ניקל
אלע פליגער פון דמשק אינטערנאציאנאלע לופטפעלד זענען געקענסלט
IMG_20241207_214836_295.jpg
IMG_20241207_214836_295.jpg (93.2 KiB) געזען געווארן 302 מאל

Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 9:53 pm
דורך ניקל
ניקל האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 9:46 pm א סירישע פליגער האט פריער פארלאזט דמשק.
ער איז ארויפגעפארן, קיין חומאס ווי דארט האט ער אנגעהויבן צו לאנדן,
ווען פלוצלינג האט ער פארלאשן דעם רעדאר, ווי ס'איז נעלם געווארן פון די מאפע...
#אינטערסאנט נאכצוקוקן די נייעס

דא באריכטן אז באשאר אל אסאד איז אויף דעם פליגער IMG_20241207_214400_348.jpg
Woooof
דראמאטישע נייעס
באריכטן איבער א אויפרייס אין חומאס.
האט די פליגער פון אסאד געקראכט? 🤔