בלאט 4 פון 5

Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה

געפאוסט: דינסטאג יולי 08, 2025 5:03 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 5:04 pm איינער קען מיר העלפן מיט א גוטע ספרים שראנק? ווען ס'קומט צו זיכן אנליין בינעך א פארלוירענע נשמה , אויב איינער קען ארויסהעלפן מיט לינקס. ישר כחכם
@הרב_שלום @דובי ש. איינער האט עפעס ? ספעציעל אין אזא גרויסן טאג ווי היינט וואס איז פריים טאג

Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה

געפאוסט: דינסטאג יולי 08, 2025 8:45 pm
דורך מי שברך
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג יולי 08, 2025 5:03 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 5:04 pm איינער קען מיר העלפן מיט א גוטע ספרים שראנק? ווען ס'קומט צו זיכן אנליין בינעך א פארלוירענע נשמה , אויב איינער קען ארויסהעלפן מיט לינקס. ישר כחכם
@הרב_שלום @דובי ש. איינער האט עפעס ? ספעציעל אין אזא גרויסן טאג ווי היינט וואס איז פריים טאג
https://simplexdeals.com//products/furi ... bookcase-1

Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה

געפאוסט: דינסטאג יולי 08, 2025 9:53 pm
דורך חלום חלמתי
מי שברך האט געשריבן: דינסטאג יולי 08, 2025 8:45 pm

מה זה woot?

Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה

געפאוסט: דינסטאג יולי 08, 2025 10:10 pm
דורך פשוט און גראד
וואספארא מין זיכסטו?

Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה

געפאוסט: דינסטאג יולי 08, 2025 10:26 pm
דורך פשוט און גראד
@חלום חלמתי

Sauder Miscellaneous Storage Bookcase With Doors/ book shelf, Select Cherry finish $232.98
https://amzn.to/4kyomNJ

----
Furinno Turn-N-Tube 5-Tier Multipurpose Shelf
ONLY $22.00
https://amzn.to/3Gz75WE
----
Furinno Basic 3-Tier Bookcase Storage Shelves
only $27.00
https://amzn.to/3GfukVH.
----
Bookshelves and Bookcases Floor Standing 6 Tiers
only $66.00
https://amzn.to/40HkTFf
----
Industrial Bookshelves and Bookcases with Doors Floor Standing 6 Shelf
only $72.00
https://amzn.to/40HkKlb
----

קרעדיט @deal finder
קרעדיט @הרב_שלום

Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה

געפאוסט: דינסטאג יולי 08, 2025 11:47 pm
דורך בן חיים
@דער תהלים איד
די לינק צו עמעזאן פאר די ספרים שאנק ארבעט נישט שייך איבערצולייגן?
יש"כ

Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה

געפאוסט: מיטוואך יולי 09, 2025 10:00 am
דורך דער תהלים איד
בן חיים האט געשריבן: דינסטאג יולי 08, 2025 11:47 pm @דער תהלים איד
די לינק צו עמעזאן פאר די ספרים שאנק ארבעט נישט שייך איבערצולייגן?
יש"כ
שכוח פאר'ן אויפמערקן, ווייס איך נישט פארוואס די לינק איז געטוישט געווארן, אבער כ'האב עס אפירגעזוכט און דא האסטו א נייע לינק (כ'וועל אויך בעטן עס צו טוישן אין מיין ארגינעלע תגובה):

ספרים שאנק

Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה

געפאוסט: מיטוואך יולי 09, 2025 10:11 am
דורך דער תהלים איד
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2025 10:00 am
בן חיים האט געשריבן: דינסטאג יולי 08, 2025 11:47 pm @דער תהלים איד
די לינק צו עמעזאן פאר די ספרים שאנק ארבעט נישט שייך איבערצולייגן?
יש"כ
שכוח פאר'ן אויפמערקן, ווייס איך נישט פארוואס די לינק איז געטוישט געווארן, אבער כ'האב עס אפירגעזוכט און דא האסטו א נייע לינק (כ'וועל אויך בעטן עס צו טוישן אין מיין ארגינעלע תגובה):

ספרים שאנק
זע איך יעצט אז ס'איז נישט אוועילעבל.

דאס איז עפעס ענליך, מיט מעגליך שטארקערע שעלפס.

לינק צו עמעזאן

Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה

געפאוסט: מיטוואך יולי 09, 2025 10:22 am
דורך חלום חלמתי
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2025 10:11 am
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2025 10:00 am
בן חיים האט געשריבן: דינסטאג יולי 08, 2025 11:47 pm @דער תהלים איד
די לינק צו עמעזאן פאר די ספרים שאנק ארבעט נישט שייך איבערצולייגן?
יש"כ
שכוח פאר'ן אויפמערקן, ווייס איך נישט פארוואס די לינק איז געטוישט געווארן, אבער כ'האב עס אפירגעזוכט און דא האסטו א נייע לינק (כ'וועל אויך בעטן עס צו טוישן אין מיין ארגינעלע תגובה):

ספרים שאנק
זע איך יעצט אז ס'איז נישט אוועילעבל.

דאס איז עפעס ענליך, מיט מעגליך שטארקערע שעלפס.

לינק צו עמעזאן
מ'קען לייגן דערויף א חתן שס?

Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה

געפאוסט: מיטוואך יולי 09, 2025 10:38 am
דורך אנדערער
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג יולי 08, 2025 9:53 pm
מי שברך האט געשריבן: דינסטאג יולי 08, 2025 8:45 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג יולי 08, 2025 5:03 pm

@הרב_שלום @דובי ש. איינער האט עפעס ? ספעציעל אין אזא גרויסן טאג ווי היינט וואס איז פריים טאג
https://simplexdeals.com//products/furi ... bookcase-1
מה זה woot?
א מציאות וועבסייט וואס באלאנגט פאר עמעזאן

Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 10, 2025 2:49 pm
דורך דער תהלים איד
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 11:22 am א גאר געשמאקע זאך וואס איך האב געקויפט און ס'העלפט ארויס אויסטערליש אינעם לאנדרי, איז אזא רעק וואס מען ציט ארויף צום דאך.

ס'טרוקנט זיך וועש דערויף א מחי', מען דרייט עס אראפ און מ'פילט עס אן, מ'דרייט עס ארויף, און דאס פלאץ איז צוריק דיינס...

Screenshot 2025-01-23 111617.jpg

לינק צו עמעזאן
זעה איך אז די פרייז דערפון שטייגט... און ניטאמאל גיבן זיי מיר א פראצענט. א חוצפא.

ווען איך האב עס געקויפט איז עס געווען $140
Screenshot 2025-07-10 144604.jpg
Screenshot 2025-07-10 144604.jpg (42.73 KiB) געזען געווארן 982 מאל
יעצט איז עס שוין געליסטעט פאר $200... און יעצט לכבוד פריים דעי איז עס $150

Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה

געפאוסט: פרייטאג יולי 18, 2025 2:27 pm
דורך דער תהלים איד
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 7:52 pm 2) קאך טיש

כ'האב שוין ערווענט אז נישט אלעס וואס א היימישע איד דארף קען מען טרעפן אנליין. למשל בענקלעך איז היבש אינו דומה, ועוד.

א קאך טיש האב איך יא געטראפן גאר גאר א גוטע אפציע אויף עמעזאן פאר $800.

עס איז נישט צו ברייט, געבנדיג מער ליידיגע ספעיס פאר די דיינעט, און ס'איז "עקסטענדעבל". דאס קומט אויסטערליש צונוץ.

קען זיין אז ס'איז דא וועמען ס'וואלט געשטערט אז ס'שטייט נישט אזוי פעסט אויפן פלאץ, כלומר, קענסט עס שאקלען/דרייעןם רעכט און לינק און ער לאזט זיך צוליב די וועג וויאזוי די פיסל האלט זיך אויפ'ן טאפ אויף א פלעקסיבל אופן. אבער מיר איז עס יא זייער געשמאק.

Table.jpg

לינק צו עמעזאן

אזויפיל יא, ס'האט געדויערט היבש לאנג די דעליווערי, אזש זיי האבן מיר געגעבן א $50 ריבעיט.
אן אפדעיט בנוגע דעם טיש...

ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער טיש האט א פראבלעם, אז די פיסלעך זענען שיעף און ס'שטייט אין וועג יעדע וועג וויאזוי איינער זאל נאר זיצן, ביי די צוויי לאנגע זייטן.

אבער א איד גיט זיך אנייצע, פלעג איך נאכזאגן פון מיין באבע ע"ה, אזוי ווי יעדן.

האמיר באשטעלט אנדערע פיסלעך פאר $45, דאסמאל שווארצע צוליב וואס די ווייסע זענען נישט אזוי פראקטיש פאר פלעקן... און עס געלייגט אויף די 4 עקן. עס ארבייט זייער פיין, ס'איז געווארן אביסל העכער, די הייעך פון א דיינונג רום טיש (א מעלה, פאר מיר).

לינק צו די פיסלעך

אריינגעלייגט מיט דיזע סקרוס

Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 23, 2026 1:39 am
דורך הדסים
זייער אן אינטערעסאנטע אשכול דאס.

@דער תהלים איד כ'פיל מעך שוין זייער היימיש ביי דיר אינדערהיים, אויב וואוינסטו אין פלעטבוש זאג מיר, כעדיר קומען באזוכן..

Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 23, 2026 1:42 am
דורך הדסים
אה און פאר איך פארגעס, @סוחר אויב דו זוכסט נאך א קאוטש זע דא פאר גאר ביליג.

Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 16, 2026 11:26 am
דורך דער תהלים איד
לאמיר שוין ענדליך צוקומען צו די נושא פון "שיינע ליכט אויף שבת".

כ'האב נישט צייט צו שרייבן באריכות, וועט בקיצור אויך גוט זיין (אדער גאר בעסער).

נאכ'ן פרובירן אלע סארט נרונים און ליכט, יעדע מיט זיינע מעלות און חסרונות, און פאוקעסנדיג בעיקר אויף א "שיינע גרויסע פלאם", האב איך באמערקט אז נר מצוה האט א געוואלדיגע פראדוקט, דער פראפין אויל לעכט.

ס'האט מיר געפאלן אויסטערליש. הערליך שיין, לעשט זיך נישט אויס, גרויסע פלאם, רינט נישט, אלע מעלות!
91bur1yL49L._AC_SL1500_.jpg
91bur1yL49L._AC_SL1500_.jpg (386.38 KiB) געזען געווארן 405 מאל

איין גרויסע פראבלעם האב איך געהאט דערמיט, אז עס ברענט אויס זייער שנעל.

כ'האב געזען זיי האבן איין 6 אינטשיגע (אנשטאט די 4 אינטש) האב איך יענס גענוצט. אבער, ס'האט אויך נישט געברענגט מער ווי 4 שעה מאקסימום, און די לעצטע שעה איז עס שוין געווען א שוואכע פלאם. און איבער אלעם... זיי האבן עס אויפגעהערט מאכן. כ'ווייס נישט פארוואס, אפשר טאקע וועגן די אישו מיט'ן פלאם די לעצטע שעה.

סוי למעשה איז יעצט דא נאר די 4 אינטש, וואס ברענט אויס נאך אינמיטן די סעודה.

זעמיר געגאנגען מיט פאטענטן, איינס נאכן אנדערן... ביזן אנקומען צו די הערליכע ליכט בס"ד:
02.jpg
02.jpg (284.74 KiB) געזען געווארן 409 מאל
03.jpg
03.jpg (426.36 KiB) געזען געווארן 409 מאל
און כ'וועל דא אראפגעבן מיין רעצעפט.

Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 16, 2026 11:39 am
דורך דער תהלים איד
די גלאז האב איך געקויפט דא אויף עמעזאן.

אבער, דאס קומט נישט מיט'ן פיסל אריינצוגיין אין א לייכטער.

ממילא האב איך געקויפט די דאזיגע ראבערלעך פון נר מצוה.

אנהויב האב איך דאס צוגעקלעבט צום גלאז מיט קרעזי גלו, ווי א היימישע איד... אבער זעענדיג אז מיט די צייט פאלט עס אראפ האב איך מיט די הילף פון CHAT GPT יזכר לטוב... געקויפט די דאזיגע גלו וואס איז געמאכט פאר גלאז, און עס קלעבט א מחי'.

נאר איין זאך, נאכן ארויפקלעבן, היות דער ראבער האט א לאך אינמיטן פאר לופט, וועט זיך עס נישט לאזן געהעריג אריינלייגן אינעם לייכטער, ווייל די לופט האט נישט וואו צו ארויסגיין. ממילא, נעם א נאדל און מאך אזעלכע קליינע לעכער אויפן ראבער מער אויבן, והבן:
04.jpg
04.jpg (420.09 KiB) געזען געווארן 393 מאל

יעצט, די נר מצוה גלאז קומט מיט א רעדי לעכל וואו מען קען אריינשטעקן דעם אויל באטל, און אריינגיסן. דא דארף מען ארויסנעמען דעם קנויט יעדעס מאל.

אבער, ס'איז געווען לטובה... ווייל אדאנק דעם האב איך געמוזט קויפן א "טראכטער" צו קענען אריינגיסן פון אויבן, און אדאנק דעם קען איך שוין גיסן פון א גרויסן באטל.... און די אויל קומט אויס אסאאאך ביליגער.

דא איז די לינק פאר דעם טראכטער.

אבער כדי ס'זאל גרינג רינען, טאר דער טראכטער נישט זיין אינגאנצן אריינגעלייגט. די גויים שרייבן מזאל עס אונטערהייבן מיט די הענט... אבער אלס א איד האט מען זיך אנייצע געגעבן מיט'ן ארומדרייען א שטיקל דראט, ס'זאל ווערן ווי א ספרינגעלע, וואס בלייבט אויפן טראכטער אלעמאל, כזה:
01.jpg
01.jpg (257.66 KiB) געזען געווארן 393 מאל
אצינד קויפט מען דעם פעקל פראפין אויל, 4 גאלאן באטלעך וואס קומט אויס גאר ביליג.

צו דעם קויפט מען צו דעם באטל-גיסער קעפל וואס ארבעט זייער גוט צו אזא באטל.
81VR0PsyFAL._SL1500_.jpg
81VR0PsyFAL._SL1500_.jpg (207.46 KiB) געזען געווארן 393 מאל
והנה, עס ארבעט ב"ה א מחי', און איז ממש א כבוד פאר'ן הייליגן שבת!

Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 16, 2026 11:42 am
דורך דער תהלים איד
נאך איין הוספה:

די קנויט וואס קומט מיט'ן גלאז מאכט א היבש גרויסע פלאם, און ציט שוין צו פיל אויל.

ממילא נוץ איך די קנויטן פון נר מצוה וואס איז זייער א באלאנסירטע גוטע סייז.

דעם קנויט שטעקט מען ארויס די ווייניגסטע שייך, פאר א הערליכע גרויסע נישט-צו-ריזיגע פלאם.

Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 16, 2026 11:50 am
דורך זבולון שטיינקלאץ
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 16, 2026 11:26 am לאמיר שוין ענדליך צוקומען צו די נושא פון "שיינע ליכט אויף שבת".
איז נישט דא קיין ענין צו צינדן דוקא וואקסענע לעכט?

Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 16, 2026 12:04 pm
דורך יאנטשי
זבולון שטיינקלאץ האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 16, 2026 11:50 am
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 16, 2026 11:26 am לאמיר שוין ענדליך צוקומען צו די נושא פון "שיינע ליכט אויף שבת".
איז נישט דא קיין ענין צו צינדן דוקא וואקסענע לעכט?
דער ענין איז טאקע ווייל עס ברענגט שיין, אויב איז דא נאך שענער פארוואס נישט צינדן יענץ?

Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 16, 2026 12:13 pm
דורך זבולון שטיינקלאץ
יאנטשי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 16, 2026 12:04 pm
זבולון שטיינקלאץ האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 16, 2026 11:50 am
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 16, 2026 11:26 am לאמיר שוין ענדליך צוקומען צו די נושא פון "שיינע ליכט אויף שבת".
איז נישט דא קיין ענין צו צינדן דוקא וואקסענע לעכט?
דער ענין איז טאקע ווייל עס ברענגט שיין, אויב איז דא נאך שענער פארוואס נישט צינדן יענץ?
ווייס איך נישט.

אין מיין בליק איז עס משנה געווען פון דרכי אבות, אפילו אויב איך פארשטיי א טעם פון א מנהג בין איך נישט דער וואס קען מחליט זיין אז די טעם איז מער נישט שייך.

Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 16, 2026 12:44 pm
דורך שמעון דייטש
סוחר האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 6:21 pm כ‘זיך צו קויפן א 3 סיט קאוטש באקוועם און גוטע קוואליטעט, און פארשטייט זיך פאר א גוטע פרייז.

בינעך נייגעריג, צו די היימישע סטארס וואס עדווערטייזן כסדר זענען אין די זעלבע פרייז רעינדז ווי די גוי‘אישע?

אויב נישט, ווי קען מען טרעפן גוט, שטארק, און כפי ערך, גוטע פרייזן. סיי פיזישע סטארס און סיי אונליין.

ביטע אריינקומען מיט עדווייס.

יישר כח למפרע

כ‘בין נישט זיכער אז עס באלאנגט דא, אבער כ‘ווייס נישט ווי יא, פרעג איך דא.
sofes n more
אין וויליאמסבורג האט זייער א גוטע 3 סיעטיט קאוטש, לעדער, פאר טויזענט דאללאר.
איך האב עס געקויפט, זייער גוט, האלט לאנג (געוואר געווארן דערפון שוין נאכן זוכן ביי אלע גויאישע געשעפטן)

אויב די ווילסט קענסטו קוקן דא זיי האבן אויך זייער פיינע זאכן פאר גאנץ ביליג.

Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 16, 2026 1:36 pm
דורך דער תהלים איד
זבולון שטיינקלאץ האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 16, 2026 11:50 am
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 16, 2026 11:26 am לאמיר שוין ענדליך צוקומען צו די נושא פון "שיינע ליכט אויף שבת".
איז נישט דא קיין ענין צו צינדן דוקא וואקסענע לעכט?
דו צינדסט דען וואקסענע?

מיינסט אפשר חלב? דאס האט א מקור? וואס פאלט דיר ביי?

Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 16, 2026 1:48 pm
דורך זבולון שטיינקלאץ
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 16, 2026 1:36 pm
זבולון שטיינקלאץ האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 16, 2026 11:50 am
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 16, 2026 11:26 am לאמיר שוין ענדליך צוקומען צו די נושא פון "שיינע ליכט אויף שבת".
איז נישט דא קיין ענין צו צינדן דוקא וואקסענע לעכט?
דו צינדסט דען וואקסענע?

מיינסט אפשר חלב? דאס האט א מקור? וואס פאלט דיר ביי?
איך מיין שעוה. איך האב געפרעגט, איך ווייס נישט, איז דען נישט דא אזא ענין? אפשר נאר ביי מיינע עלטערן. גיי ווייס.

Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 16, 2026 1:56 pm
דורך דער תהלים איד
זבולון שטיינקלאץ האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 16, 2026 1:48 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 16, 2026 1:36 pm
זבולון שטיינקלאץ האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 16, 2026 11:50 am

איז נישט דא קיין ענין צו צינדן דוקא וואקסענע לעכט?
דו צינדסט דען וואקסענע?

מיינסט אפשר חלב? דאס האט א מקור? וואס פאלט דיר ביי?
איך מיין שעוה. איך האב געפרעגט, איך ווייס נישט, איז דען נישט דא אזא ענין? אפשר נאר ביי מיינע עלטערן. גיי ווייס.
אין די גמרא און אין שו"ע שטייט נאר לגבי די אויל, אז שעוה איז פסול.

און די פוסקים זאגן שוין (זע אינעם לינק אין שו"ע ס"ג) אז די הארטע שעוה איז יא גוט.

ס'איז דא שמועסן אין פוסקים וועגן פארשידענע מינים אויל, וואס האבן א ריח, צו דער גערוך איז אזוי שווער ווי נאפט אא"וו. אבער לכו"ע אויב עס שמעקט נישט און ברענט גוט איז עס מהודר מאוד, אפשר גאר ממש ווי אויל. נאר, שמן בלייבט מצוה מן המובחר.

Re: מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 16, 2026 2:15 pm
דורך בן חז״ל
@דער תהלים איד
ווי לאנג בערנט די ליכט?
וויפיל אויל גייט אריין אין די גלאז?