דיסאנלייק
די נושא פון וועיפן
- זיבן פעטע קוען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 292
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 3:09 pm
- x 290
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 124
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 317
Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?
עדיטאריעל האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 10:26 am פארוואס פעלט אויס צו זאגן נעמען?
https://www.dropbox.com/transfer/AAAAAM ... n9Tl_-LU60
ער רופט נישט 911 ווייל 'ער האלט' אז מ'טאר נישט מסר'ן... ר' איד, די ערשטע זאך וואס קאנטראלירט א איד'ס לעבן איז די הייליגע תורה, און נאר נאכדעם קומען אריין שיטות. די תורה לאזט נישט מסר'ן אפילו אין פאל וואס 'איר האלט' אז מען מעג יא. פארשטייט זיך אז ס'דא פעלער ווי מ'מעג אדער ס'איז אפילו א מצוה צו מסר'ן, אבער דאס איז נישט געוואנדן צו 'איר האלט' אז מ'מעג מסר'ן אדער נישט נאר אין וואס די תורה האלט, און פאר איר טוט אזא מאוו דארפט איר פרעגן דעת תורה וואס איז אויסגעקאכט אין הלכות מסירה.
און די זעלבע איז מיט נעמען פון מענטשן. עס איז יתכן אז על פי תורה מעג מען - און אפשר מוז מען - זאגן נעמען. אבער נישט יונתן שווארץ - כבודו במקומו מונח - איז דער וואס קען אזאנס אויס'פסק'ענען. אדרבה, רעדט אייך דורך מיט א רב, און אויב ער זאגט אז להלכה מעגט איר דאס טון, דאן קענט איר דאך ענטפערן פאר אלע קריטיקירער אז אייער רב האט אזוי גע'פסק'נט און שלום על ישראל.
אגב, אז מען רעדט פון קראלי און פון אידנ'ס פרנסה איז כדאי צו דערמאנען די מעשה ווען צוויי אידן - באמת אנשים חשובים - האבן געזאמלט חתימות קעגן א געוויסע קינדער טעיפ וואס זיי האבן געהאלטן אז ס'נישט אויסגעהאלטן. ווען זיי זענען אריינגעקומען צו הרה"ק ר' הערשעלע ספינקער זי"ע האט ער זיי געזאגט: "איר זאלט וויסן, אפילו אויב מען מיינט לשם שמים, איז אפהאקן א איד'ס פרנסה א שפיל מיט פייער וואס האט ביטערע קאנסעקווענצן. אויב איר זענט גרייט צו גיין מיט מסירות נפש זאל קאסטן וואס קאסט, בין איך גרייט אונטערצושרייבן."
די אידן האבן אויפגעהערט זאמלען חתימות און די קול קורא איז איינגעשלאפן. מיט דעם אלעם האבן ביידע אידן אסאך געליטן אין לעבן, און ביידע זענען עס תולה אין די מערכה וואס זיי האבן געפירט ביז ר' הערשעלע האט זיי אפגעשטעלט.
Re: איז הרב יונתן שווארץ גערעכט?
איך וועל זאגן מיין אומפאפולערע מיינונג הויעך. לאו דווקא איבער די ספעציפישע מערכה, נאר בכלליות איבער די נייע עפאכע פון יחידישע סארט, וואסטעפפ סטייל השפעה. טעיק איט אר ליעוו איט.
צו די אלע וואס האבן טענות אז ס׳איז אויפגעשטאנען א דור פון יחידים וואס האבן גענומען די מייקראפאון אין די האנט און אנגעהויבן משפיע זיין פאר כלל ישראל, וויל איך זאג, ״קוקט אייך אין שפיגל און באשולדיגט דעם וועם איר זעהט דארט.
האסט געהאט די פריעדיגע צעהן-צוואנציג יאר די מייק אין די האנט און דו האסט גארנישט געטוהן.
ווען קול קורא׳ס זענען געשריבן געווארן, מכלומרשט מיט חתימות פון רבנים, און פארגאסן אידיש בלוט מיט לשון הרע, מחלקות און הלבנת פנים, זענט עטס נישט געווען צום האַבן.
ווען הונדערטער און טויזנטער האבן זיך ארומגעדרייט נע ונד, אנע סיפוק, אָן חיות, אן תוכן, זענט עטס נישט געווען צום האַבן.
יעצט וויינסטו? מיין פריינד, ס׳איז שוין צו שפעט.

- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1211
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: ביים קופקע
- x 4051
Re: איז הרב יונתן שווארץ גערעכט?
אדער ביסטו א פארווייטאגטער און דו דרייעסט זיך ארום מיט האס קעגן רבנים - אין אזא פאל דארף דיין תגובה געמעקט ווערן, און איר וועט זיך טרעפן דאס פלאץ ווי איר געהערט.בן מלך האט געשריבן: ↑מוצש"ק נאוועמבער 16, 2024 11:55 pm איך וועל זאגן מיין אומפאפולערע מיינונג הויעך. לאו דווקא איבער די ספעציפישע מערכה, נאר בכלליות איבער די נייע עפאכע פון יחידישע סארט, וואסטעפפ סטייל השפעה. טעיק איט אר ליעוו איט.
צו די אלע וואס האבן טענות אז ס׳איז אויפגעשטאנען א דור פון יחידים וואס האבן גענומען די מייקראפאון אין די האנט און אנגעהויבן משפיע זיין פאר כלל ישראל, וויל איך זאג, ״קוקט אייך אין שפיגל און באשולדיגט דעם וועם איר זעהט דארט.
האסט געהאט די פריעדיגע צעהן-צוואנציג יאר די מייק אין די האנט און דו האסט גארנישט געטוהן.
ווען קול קורא׳ס זענען געשריבן געווארן, מכלומרשט מיט חתימות פון רבנים, און פארגאסן אידיש בלוט מיט לשון הרע, מחלקות און הלבנת פנים, זענט עטס נישט געווען צום האַבן.
ווען הונדערטער און טויזנטער האבן זיך ארומגעדרייט נע ונד, אנע סיפוק, אָן חיות, אן תוכן, זענט עטס נישט געווען צום האַבן.
יעצט וויינסטו? מיין פריינד, ס׳איז שוין צו שפעט.
אדער פארבינדט איר צוויי אומפארבינדענע זאכן.
איין חלק פון געוויסע פאלשע אדער אומריכטיג געפירטע מערכות פון אמאל, און כ'האב פאר אייך נייעס: אויסווארפן זענען אלס געווען און וועלן זיין, אפגעפארענע זענען אלס געווען און וועלן זיין, פאלשע מערכות זענען אלס געווען און וועלן אלס זיין, מחלוקת צווישן גדולי ישראל, צווישן פארשידענע פראקציעס ביי אידן, זענען אלס געווען און וועלן אלס זיין, טיילמאל גענצליך לשם שמים, טיילמאל אונטערגעהעצט דורך פארשאלטענע בעלי מחלוקה, און אזוי ווייטער, דעת בעל הבית וואס וויל איינטיילן פאר דעת תורה וואס צו טון זענען געווען אין אלע דורות און וועלן אלס זיין - דער חילוק איז נאר די מיטל ווי אזוי עס ווערט אויסגעפירט, צו דורך פארמעטענע בריוו, געדרוקטע קונטרסים, טעיפס, ביז קליפס און יוטוב.
דאס איז אבער גארנישט פארבינדן מיטן פליכט פון אויסשפייען דער מציאות פון צולאזן אומערלויבטע טעראר אויף יחידים און כ"ש אויף דעת תורה באיזה אופן שהוא.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: איז הרב יונתן שווארץ גערעכט?
נאריש.בן מלך האט געשריבן: ↑מוצש"ק נאוועמבער 16, 2024 11:55 pm איך וועל זאגן מיין אומפאפולערע מיינונג הויעך. לאו דווקא איבער די ספעציפישע מערכה, נאר בכלליות איבער די נייע עפאכע פון יחידישע סארט, וואסטעפפ סטייל השפעה. טעיק איט אר ליעוו איט.
צו די אלע וואס האבן טענות אז ס׳איז אויפגעשטאנען א דור פון יחידים וואס האבן גענומען די מייקראפאון אין די האנט און אנגעהויבן משפיע זיין פאר כלל ישראל, וויל איך זאג, ״קוקט אייך אין שפיגל און באשולדיגט דעם וועם איר זעהט דארט.
האסט געהאט די פריעדיגע צעהן-צוואנציג יאר די מייק אין די האנט און דו האסט גארנישט געטוהן.
ווען קול קורא׳ס זענען געשריבן געווארן, מכלומרשט מיט חתימות פון רבנים, און פארגאסן אידיש בלוט מיט לשון הרע, מחלקות און הלבנת פנים, זענט עטס נישט געווען צום האַבן.
ווען הונדערטער און טויזנטער האבן זיך ארומגעדרייט נע ונד, אנע סיפוק, אָן חיות, אן תוכן, זענט עטס נישט געווען צום האַבן.
יעצט וויינסטו? מיין פריינד, ס׳איז שוין צו שפעט.
דאס אז דו קענסט טרעפן אומפארראכטענע פראבלעמען םון די לעצטע יאר-הונדערט, נעמט נישט אוועק די וויכטיגקייט פון אויטאריטעט.
אונזער וועלט איז א טאף וועלט, און אמת, מאיז נאכנישט צו אלעם אנגעקומען.
ספעציעל אין אונזער דור, וואס מיר זענען אין אן ערנסטן דעפיציט, האלטנדיג נאך א דור פון פרישע פראבלעמען וועלכע זענען מיטגעקומען פון די לאגערן.
שרייען אז די רבנים האבן פארשפילט מיטן נישט קעיר נעמען פון אלעם, בעת ווען זיי זענען יומם ולילה פארנומען מיט אויפטון, איז נאריש.
אבער לשיטתך וויל איך דיר פרעגן, האט יונתן שווארץ פארראכטן דעם פראבלעם?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1211
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: ביים קופקע
- x 4051
Re: איז הרב יונתן שווארץ גערעכט?
א שטארקע ליין!
און א תשובה כללי פאר די אלע וואס זענען ביזי אז אונזערע עלטערן האבן זיך טועה געווען ממילא מעגן מיר חלילה אפפארן פון דרך, דיינע קינדער מיט דיין נייע דרך האבן מער יראת שמים? זיי זענען גרעסערע מדקדקים? זיי לערנען פלייסיגער?
און כ'האב פאר די אלע נייעס, די דריי טויזענט יאריגע כלל ישראל זענען אלס געווען פארפאלגט און פארפלאגט, בצרה ובמצוקה, כסדר זענען מענטשן אוועקגעפאלן, ביי די ערשטע וועלט קריג זענען גאר אסאך אוועקגעפאלן, אבער מיט די אלע א.ג. טעותים איז ווייטער דא אן ערליכער כלל ישראל, און די אלע תירוצים פון אביוזד וכו' האט נאר גענוצט אלס תירוץ פאר דאס אפפאל, און בעסטנס פאל אלס מליצה ישרה כלפי דעם אייבערשטן, אבער נישט אלס לעגיטימע סיבה און היתר אפצונויגן פון אידישן וועג.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: איז הרב יונתן שווארץ גערעכט?
@להגדיל הטראסק @פופציגער
איך בין מיט ענק אז די נייע מציאות פאררעכט נישט די פראבלעם, און אז די צאמשטעל איז נישט קיין תירוץ אויף די קשיא,
פון די אנדערע זייט, קען מען נישט אפווארפן די טענה אז די הארצרייסנדע פראבלעם פון די לעצטע 50 יאר איז כאטש א פראצענט גורם פאר די "איש כל הישר בעיניו יעשה".
קען זיין @בן מלך'ס טענה וואלט בעסער געוועהן אין אן עקסטערן טעמע, אבער די פוינט איז נישט נאריש.

מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1211
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: ביים קופקע
- x 4051
Re: איז הרב יונתן שווארץ גערעכט?
זיי מסביר, וועלכע הארצרייסנדע פראבלעם? אין איין זאץ.וואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 17, 2024 12:45 pm @להגדיל הטראסק @פופציגער
איך בין מיט ענק אז די נייע מציאות פאררעכט נישט די פראבלעם, און אז די צאמשטעל איז נישט קיין תירוץ אויף די קשיא,
פון די אנדערע זייט, קען מען נישט אפווארפן די טענה אז די הארצרייסנדע פראבלעם פון די לעצטע 50 יאר איז כאטש א פראצענט גורם פאר די "איש כל הישר בעיניו יעשה".
קען זיין @בן מלך'ס טענה וואלט בעסער געוועהן אין אן עקסטערן טעמע, אבער די פוינט איז נישט נאריש.
איך וועל בעסער ארויסברענגען מיין פראגע, וואס איז אנדערש די לעצטע פופציג יאר פון פריער?
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: איז הרב יונתן שווארץ גערעכט?
אין בין נישט געוועהן דא פריער פון פופציג יאר צוריק.להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 17, 2024 12:46 pmזיי מסביר, וועלכע הארצרייסנדע פראבלעם? אין איין זאץ.וואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 17, 2024 12:45 pm @להגדיל הטראסק @פופציגער
איך בין מיט ענק אז די נייע מציאות פאררעכט נישט די פראבלעם, און אז די צאמשטעל איז נישט קיין תירוץ אויף די קשיא,
פון די אנדערע זייט, קען מען נישט אפווארפן די טענה אז די הארצרייסנדע פראבלעם פון די לעצטע 50 יאר איז כאטש א פראצענט גורם פאר די "איש כל הישר בעיניו יעשה".
קען זיין @בן מלך'ס טענה וואלט בעסער געוועהן אין אן עקסטערן טעמע, אבער די פוינט איז נישט נאריש.
איך וועל בעסער ארויסברענגען מיין פראגע, וואס איז אנדערש די לעצטע פופציג יאר פון פריער?
די פראבלעם צו וואס ער באציעט זיך איז, אז די "קול קורא" סיסטעם, און די וועג וויאזוי "דעת תורה" ווערט פארעפענטליך איז ליידער ענליך צו די בויקראטישע גאווערמענט סיסטעם.
נישט יעדע זאך וואס דארף פארשריגן ווערן, ווערט געטוהן, און נישט יעדע זאך וואס ווערט אינטערגעריסן האט דעקונג.
מ'האט שוין גענוג פארשוויגן ווען מ'האט נישט געטארט, און פונקט אזוי ליידער געמאכט אסאך שטורעמעס פון א זייפן בלאז.
נאכאמאל, דאס פארענטפערט נישט אז זינגערס און וואטסעפפ פיגורן זאלן יעצט ווערן די ווארטזאגערס פון כלל ישראל, דאס איז נאר צו פארשטיין וויאזוי מיר זענען צוגעקומען צו די מציאות אז די סיסטעם האט נישט קיין טראסט.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1211
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: ביים קופקע
- x 4051
Re: איז הרב יונתן שווארץ גערעכט?
יעצט קומסטו אריין קלאר.וואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 17, 2024 12:52 pm אין בין נישט געוועהן דא פריער פון פופציג יאר צוריק.
די פראבלעם צו וואס ער באציעט זיך איז, אז די "קול קורא" סיסטעם, און די וועג וויאזוי "דעת תורה" ווערט פארעפענטליך איז ליידער ענליך צו די בויקראטישע גאווערמענט סיסטעם.
נישט יעדע זאך וואס דארף פארשריגן ווערן, ווערט געטוהן, און נישט יעדע זאך וואס ווערט אינטערגעריסן האט דעקונג.
מ'האט שוין גענוג פארשוויגן ווען מ'האט נישט געטארט, און פונקט אזוי ליידער געמאכט אסאך שטורעמעס פון א זייפן בלאז.
נאכאמאל, דאס פארענטפערט נישט אז יונתן שווארץ וכדו' זאלן יעצט ווערן די ווארטזאגערס פון כלל ישראל, דאס איז נאר צו פארשטיין וויאזוי מיר זענען צוגעקומען צו די מציאות אז די סיסטעם האט נישט קיין טראסט.
1) דער ציבור האט נישט קיין טראסט אין קול קורא'ס. (וואס איז אמת אין א געוויסע זין, אבער כ'בין ביזי, אין א קומענדיגע געלעגנהייט עטוואס מאריך זיין אי"ה)
2)דאס האט געברענגט אז מאנכע מיינען אז דעת תורה האט פארלוירן איר ווערד, און דעריבער בין איך אין די זעלבע דרגא ווי זיי.
3) אבער דאס איז א גרויסע ריזיגע טעות און אומרעכט.
זייער קלאר, אויב כ'האב גוט ארויסגעברענגט דיינע ווערטער.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: איז הרב יונתן שווארץ גערעכט?
כמעט קלאר.
כ'מיין אז אונז קענען זיצן דריי טעג אין נעכט אין א-צו, און דעבאטירן די נושא פון דעת תורה, און בלייבן ביי די שאלה "ווער איז דעת תורה", "וויאזוי ווייסעך ווען צו אננעמען אז ס'איז טאקע זיין אמת'ע דעת, אדער אינטערגעדרייט", "ווען דארף איך בלייבן גלייבן אין דעם איד, און ווען איז ער פארקראכן אז מ'דארף זוכן א נייע רבי"? (די דריטע שאלה איז נאר נוגע אין סאטמאר )
יעצט צו דיין פוינט נומבער 2, איך עכ"פ האב נישט פארלוירן טראסט אין דעת תורה, ביי מיר האט דעת תורה 100% ווערד,
איך בין נאר סטאק ביי מיינע פריערדיגע שאלות.
כ'ווייס אז ס'איז דא שוין אזעלכע טעמעס אויף אונזער סייט, אבער דא רעדט מען בעיקר פון די פוינט אז דאס קען זיין די גורם פאר די אומאפהענגיגע פארשינדענארטיגע מיינונג זאגערס וואס מערן זיך, ווייל ס'איז א מצב פון "אין לנו על מי להשען", ווער איז באמת א ריכטיגער דעת תורה, וואס בייגט זיך נישט, וואס ווערט נישט פארדרייט, פארלירט נישט זיין קלארן דעת אינטער דרוק אדער פאליטיש געטריבענע מאטיוון (נישט זיינע אייגענע שטייצעך, נאר פון די שטוב מענטשן).
אויב קען א פשוטע איד נישט טרעפן זיין רבי אויף וועם ער קען זיך פארלאזן, א דעת תורה וועם צו פאלגן, וועט ער אטוימאטיש זאגן זיין אייגענעם מיינונג, אדער הערן מיינונגען פון ווער ס'לאזט זיך.

- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4002
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 10971
Re: איז הרב יונתן שווארץ גערעכט?
@בן מלך און @וואוילער, אן אריינגיין אינעם עצם וויכוח צי דאס איז טאקע די סיבה, און אויב יא צי איז עס בארעכטיגט, דארך מען אבער קלאר אפטיילן צווישן איינער וואס זאגט ארויס זיינע מיינונגען און לופטערט זיינע הנחות, ביז איינער וואס נעמט די אויטאריטעט אין די אייגענע הענט.
צי ער איז א בכלל א מאן דאמר וואס דארף באקומען די פעסווארד צו כלל ישראל'ס מעסעדזש באקס איז איין שאלה... אבער דאס איז נאך ביז היינט קלאר אז אפילו די וואס פרובירן אליינס איבערצודרייען און פירן מערכות האבן אייביג זיך געשטעלט אונטער רבנים און זיך געשטיצט אויף זיי, אפילו ווען דאס איז קארופטירטע ביזנעס, אזוי צו זאגן, איז עס נאכאלס פיל בעסער ווי ווען א יחיד קען מדעת עצמו נעמען די רודער אין די האנט אין פירן כלל ישראל'ס שיף צו וועלכע דעסטינאציע ער באשליסט, אן האבן -עכ"פ לפנים- שטיצע פון א דעת תורה.
לאוו דווקא אז דער יעצטיגער מערכה איז ערגער ווי אנדערע מערכות וואס ווערן געפירט אפיציעל אונטער א דעת תורה, אבער ס'עפנט יא א נייער פתח וואס וועט גאר שטארק בייסן אין די צוקונפט.
צי ער איז א בכלל א מאן דאמר וואס דארף באקומען די פעסווארד צו כלל ישראל'ס מעסעדזש באקס איז איין שאלה... אבער דאס איז נאך ביז היינט קלאר אז אפילו די וואס פרובירן אליינס איבערצודרייען און פירן מערכות האבן אייביג זיך געשטעלט אונטער רבנים און זיך געשטיצט אויף זיי, אפילו ווען דאס איז קארופטירטע ביזנעס, אזוי צו זאגן, איז עס נאכאלס פיל בעסער ווי ווען א יחיד קען מדעת עצמו נעמען די רודער אין די האנט אין פירן כלל ישראל'ס שיף צו וועלכע דעסטינאציע ער באשליסט, אן האבן -עכ"פ לפנים- שטיצע פון א דעת תורה.
לאוו דווקא אז דער יעצטיגער מערכה איז ערגער ווי אנדערע מערכות וואס ווערן געפירט אפיציעל אונטער א דעת תורה, אבער ס'עפנט יא א נייער פתח וואס וועט גאר שטארק בייסן אין די צוקונפט.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1211
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: ביים קופקע
- x 4051
Re: איז הרב יונתן שווארץ גערעכט?
איך גיי פרעגן די יא אדער ניין פראגע'ס
צו איז נאך היינט דא דער מושג ווי דעת תורה? יא אדער ניין?
צו איז אייגענע ווינסשאפט איבער קארופציע א בארעכטיגטע סיבה צו בארעכטיגן דעת בעל הבית איבער דעת תורה? יא אדער ניין?
צו איז אומגלויביגקייט אין קול קורא'ס א בארעכטיגטע סיבה צו מבזה זיין יחידים ברבים? יא אדער ניין?
צו איז אייגענע ידיעות א בארעכטיגטע סיבה אז דעת בעל הבית זאל מעגן סטראשענען, מבזה זיין, און אוועררייטן דעת תורה? יא אדער ניין?
איך פרעג נישט צו די אויבנדערמאנטע זענען מעגליכע לימודי זכות פארוואס איינער זאל א טעות האבן, איך פרעג הלכה למעשה ווען מען קומט צו דער מענטש (אויב עס איז בכלל דא אזא זאך ביי דיר) וועם דו טראסט, וואס וואלט ער גענטפערט?
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: איז הרב יונתן שווארץ גערעכט?
איך ווייס נישט, כ'גיי פרעגן מיין דעת תורה.להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 17, 2024 1:36 pmאיך גיי פרעגן די יא אדער ניין פראגע'ס
צו איז נאך היינט דא דער מושג ווי דעת תורה? יא אדער ניין?
צו איז אייגענע ווינסשאפט איבער קארופציע א בארעכטיגטע סיבה צו בארעכטיגן דעת בעל הבית איבער דעת תורה? יא אדער ניין?
צו איז אומגלויביגקייט אין קול קורא'ס א בארעכטיגטע סיבה צו מבזה זיין יחידים ברבים? יא אדער ניין?
צו איז אייגענע ידיעות א בארעכטיגטע סיבה אז דעת בעל הבית זאל מעגן סטראשענען, מבזה זיין, און אוועררייטן דעת תורה? יא אדער ניין?
איך פרעג נישט צו די אויבנדערמאנטע זענען מעגליכע לימודי זכות פארוואס איינער זאל א טעות האבן, איך פרעג הלכה למעשה ווען מען קומט צו דער מענטש (אויב עס איז בכלל דא אזא זאך ביי דיר) וועם דו טראסט, וואס וואלט ער גענטפערט?
יא איך האב א רב, א איד וואס כ'פרעג אים יעדע ריר, און ער איז מיין "דעת תורה" אפילו אויב כ'פארשטיי נישט.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1211
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: ביים קופקע
- x 4051
Re: איז הרב יונתן שווארץ גערעכט?
פרעג און קום צוריק - ווייל איך ערווארט א תשובה.וואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 17, 2024 1:37 pmאיך ווייס נישט, כ'גיי פרעגן מיין דעת תורה.להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 17, 2024 1:36 pmאיך גיי פרעגן די יא אדער ניין פראגע'ס
צו איז נאך היינט דא דער מושג ווי דעת תורה? יא אדער ניין?
צו איז אייגענע ווינסשאפט איבער קארופציע א בארעכטיגטע סיבה צו בארעכטיגן דעת בעל הבית איבער דעת תורה? יא אדער ניין?
צו איז אומגלויביגקייט אין קול קורא'ס א בארעכטיגטע סיבה צו מבזה זיין יחידים ברבים? יא אדער ניין?
צו איז אייגענע ידיעות א בארעכטיגטע סיבה אז דעת בעל הבית זאל מעגן סטראשענען, מבזה זיין, און אוועררייטן דעת תורה? יא אדער ניין?
איך פרעג נישט צו די אויבנדערמאנטע זענען מעגליכע לימודי זכות פארוואס איינער זאל א טעות האבן, איך פרעג הלכה למעשה ווען מען קומט צו דער מענטש (אויב עס איז בכלל דא אזא זאך ביי דיר) וועם דו טראסט, וואס וואלט ער גענטפערט?
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1211
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: ביים קופקע
- x 4051
Re: איז הרב יונתן שווארץ גערעכט?
האסטו דעם קלארן תשובה!
עס איז דא א זאך וואס איז מיין פריוואטע דעת תורה וואס אים פאלג איך הוק שבקרוק בלינדערהייט.
אבער עס איז אויך דא די זאך אז מען מוז נישט זיין בלינד, עס זענען קלאר דא זאכן וואס זענען מאטאווירט פון פארשידענע אומשטענדן, פארדעם איז דא א זאך וואס הייסט "שכל!"
איינער וואס האט שכל פארשטייט אז אויך אויב זענען דא זאכן וואס שטימען נישט, מיינט נישט אז מיין דעת תורה האט פארלוירן זיין דעת, ער ווערט נישט אויס צדיק וקדוש, ער ווערט נישט אויס מנהיג, קיין מחוצף טאר איך נישט זיין טראץ וואס מיינע דיעות און שיטות, און ידיעות שטימען נישט מיט די מהלך פון מיין דעת תורה צו וועם איך בין נכנע.
א ביישפיל איז געווען יעצט ביי די וואלן, כ'האב געהערט פון כמה מענטשן וואס האבן מיר געזאגט "איך האב מיר מיינע שיטות מיט וואס איך בין פעסט איבערצייגט, אבער הלכה למעשה האב איך געפאלגט מיין דעת תורה ווי א תם."
עס זענען דא פעלער וואס שטילערהייט דארף מען וויסן וואס מען האט צוטון ובפרט ווען עס קומט צו נעמען א חלק אין מחלוקת כידוע די עובדא פונעם ראפשיצער רב מיטן בני יששכר. אבער אלעס שטילערהייט מיטן נוצן דעם שכל, בבחינת הלכה ואין מורין כן.
און אזעלכע אידן האבן מצליח געווען אין אלע דורות!
משא"כ די אלע וואס נאכן עפענען די אויגן זענען זיי געווארן אומגלויביג, באשלאסן אז אלעס איז קארופטירט, פארלוירן טראסט אין דעת תורה, און דעריבער בין איך דער זעלבער מאן דאמר ווי דעת תורה און מנהיגי הדור, אזוינע זענען אוועקגעפאלן, געבליבן בלויז מיט זייער גרויסע פקחות און ריזיגשטאקיגע ידיעה.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 139
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
- Location: Brooklyn
- x 115
Re: איז הרב יונתן שווארץ גערעכט?
@להגדיל הטראסק
זייער גוט געשריבן.
איך בין נישט זיכער אויף וואס און פונקטליך אויף וועלכע ק"ק איז איינער אנגעווייטאג נניח א רב מאכט א טעות, וטעות לעולם חוזר.
און אמאל בלייבט דעם רב ביי דעם טעות כבר היה לעולם.
אפילו משה רבינו האט געמאכט א טעות.
אויב איינער ווייסט קלאר אז זיין רב האט א טעות דהיינו ער האט למשל דורכגעלערנט די תשובה פונעם צווייטן רב און ער זעהט אז זיין רב איז נישט גערעכט איז לאו דווקא אז ער מעג זיך פארמאכן די אויגן און זאגן איך האב מיך מיין רב, סאיז דא א תורה! און בעסטע פאל גיי אריבער און טענה זיך אויס מיט דיין רב ואת והב בסופה.
עניוועי די אנגעווייטיקטע מענטשן האבן נישט קיין פראבלעם מיט וואס מיר רעדן, זיי האבן געווענטליך אנדערע פראבלעמען אויפן סיסטעם, מיט די ישיבה ת"ת וכו'.

דער פראבלעם איז אז מענטשן מיינען ס'דא א מהלך צו ברענגען שלימות אויף אונזער ראסטיגע וועלט.וואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 17, 2024 12:45 pm @להגדיל הטראסק @פופציגער
איך בין מיט ענק אז די נייע מציאות פאררעכט נישט די פראבלעם, און אז די צאמשטעל איז נישט קיין תירוץ אויף די קשיא,
פון די אנדערע זייט, קען מען נישט אפווארפן די טענה אז די הארצרייסנדע פראבלעם פון די לעצטע 50 יאר איז כאטש א פראצענט גורם פאר די "איש כל הישר בעיניו יעשה".
קען זיין @בן מלך'ס טענה וואלט בעסער געוועהן אין אן עקסטערן טעמע, אבער די פוינט איז נישט נאריש.
ניין צדיק, נישטא! נישטא קיין שלימות!
אז דו זעסט די סיסטעם איז נישט קיין שלימות, איז נישט פשט ס'נישט גוט.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
Re: איז הרב יונתן שווארץ גערעכט?
דו מיינסט אז די אידישע וועלט איז צעטיילט צווישן די רבנים און די פשוטע אידןבן מלך האט געשריבן: ↑מוצש"ק נאוועמבער 16, 2024 11:55 pm איך וועל זאגן מיין אומפאפולערע מיינונג הויעך. לאו דווקא איבער די ספעציפישע מערכה, נאר בכלליות איבער די נייע עפאכע פון יחידישע סארט, וואסטעפפ סטייל השפעה. טעיק איט אר ליעוו איט.
צו די אלע וואס האבן טענות אז ס׳איז אויפגעשטאנען א דור פון יחידים וואס האבן גענומען די מייקראפאון אין די האנט און אנגעהויבן משפיע זיין פאר כלל ישראל, וויל איך זאג, ״קוקט אייך אין שפיגל און באשולדיגט דעם וועם איר זעהט דארט.
האסט געהאט די פריעדיגע צעהן-צוואנציג יאר די מייק אין די האנט און דו האסט גארנישט געטוהן.
ווען קול קורא׳ס זענען געשריבן געווארן, מכלומרשט מיט חתימות פון רבנים, און פארגאסן אידיש בלוט מיט לשון הרע, מחלקות און הלבנת פנים, זענט עטס נישט געווען צום האַבן.
ווען הונדערטער און טויזנטער האבן זיך ארומגעדרייט נע ונד, אנע סיפוק, אָן חיות, אן תוכן, זענט עטס נישט געווען צום האַבן.
יעצט וויינסטו? מיין פריינד, ס׳איז שוין צו שפעט.
די מציאות איז אבער די ספליט צווישן ערליכע אידן און אויסווארפן
די ערליכע אידן טוט וויי ווען איינער טוט קעגן די תורה. די אויסווארפן טוט ווייל ווען איינער טוט וויאזוי זיי געפעלט נישט
Re: איז הרב יונתן שווארץ גערעכט?
במחילת כבודך (איך בין מוחל דיין כבוד. פארשטייסט?...) זיין פוינט איז שוין איינמאל נארישוואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 17, 2024 12:45 pm @להגדיל הטראסק @פופציגער
איך בין מיט ענק אז די נייע מציאות פאררעכט נישט די פראבלעם, און אז די צאמשטעל איז נישט קיין תירוץ אויף די קשיא,
פון די אנדערע זייט, קען מען נישט אפווארפן די טענה אז די הארצרייסנדע פראבלעם פון די לעצטע 50 יאר איז כאטש א פראצענט גורם פאר די "איש כל הישר בעיניו יעשה".
קען זיין @בן מלך'ס טענה וואלט בעסער געוועהן אין אן עקסטערן טעמע, אבער די פוינט איז נישט נאריש.
מיך און דיך און נאך אנדערע פלעינע אידן וואס ווילן זיין ערליך באדערט אז עס קומט איינער שלא שנה ולא פירש ולא שימש תלמידי חכמים און מאכט א חורבן אין כלל ישראל. זאגן אז ווער עס ווייטאגט אויף די מצב זאל זיך אליינס באשולדיגן איז עקלדיג
קיינמאל אין היסטאריע איז געווען אז אידן און דווקא רבנים האבן אזוי פיל געטון און געהאלפן אידן בגשמיות. אין רוחניות איז מען אויך נישט אונטערשטעליג
די שטערקסטע חילוק צווישן אמאל און היינט איז די כח פון די רבנים צו צווינגען צו זיין ערליך.
אויב זאל היינט א רב פרובירן א ברעקעלע וואס מען האט אמאל געטון וועלן די זעלבע שרייערס אזוי פארפירן.
והא ראי' אז זיי שרייען קעגן אלע רבנים און אלע קול קוראס און נישט נאר קעגן געוויסע
די גורם פון הישר בעיניו יעשה איז די שלום יהי לי כי בשררות לבי אלך עריטוט וואס האט גארנישט מיט וואס רבנים טוען נאר א גוטע תירוץ. ווייז איבער פאר אזא בשרירות לבי מעמבער אז די צוויי מעשיות וואס ער האט אליינס מיטגעהאלטן די קארופציע פון רבנים איז נישט אזוי פשוט און עס איז דא א צווייטע חלק פון די מעשה וואס ער ווייסט נישט וואס דאס טוישט די גאנצע מעשה. לאז אונז וויסן צי ער גייט אויפהערן צו רעדן אויף אלע רבנים
איך האב שוין פרובירט.....
Re: איז הרב יונתן שווארץ גערעכט?
נישט געווען דא איבערן טאג און נישט געכאפט וואספארא מעסס איך וועל איבערלאזן. איז לאמיך זיך מסביר זיין.
איך האב נישט בארעכטיגט יונתן שווארץ׳ס מערכה, און איך האלט נישט אז יחידים מעגן גיין אקעגן רבנישע אוטאריטעטן. אבער, די פאקט וואס איך האב ארויסגעברענגט בנוגע וויאזוי דעת תורה ווערט ארומגשפילט און מאנעווירט, איז נישט ׳טיילווייז׳ שולדיג נאר גאר אסאך שולדיג.
@פופציגער דו זאגסט אז מען קען נישט שטרעבן צו א עולם השלום. ריכטיג. דו ווייסט אז מענטל העלט איז אויך געווען אפגעפרעגט בכל מכל כל ביז נישט אזוי לאנג צוריק? יחידים האבן פארפירט און געשריגן! די סיסטעם האט עס פרובירט צו באגראבן! ביטע פרובירט דאס מיט א צווייטן, אבער איך ווייס צופיל. יחידים זענען געווען די וואס האבן געוויינט און געשריגן אז אידישע שטובער ברעכן אונטער, מען האט זיי אויסגעלאכט, אוועקמאכן אלץ אויפגעקלערטע און אזאנע וואס זוכן אריינצוברענגען פרעמדע השקפות בתוכינו. אוי ווי זיי זענען געווען גערעכט. יעדער איז דאס היינט מודה.
אונזער וועג פון קלאפן יחידים ווייל מען הערט עס נישט פון די רבנים קודם, איז נישט עפעס וואס ארבעט. עס האט נאך קיינמאל נישט געהאלפן איינעם אין לעבן, נישט בגשמיות און נישט אין אידישקייט.
איך באציה זיך אין אלגעמיין צו אונזער פראבלעם פון פעיסן געוויסע פראבלעמען און דאס אדרעסירן בעוד מועד.

איך רעד נישט נאר בנוגע קול קורא׳ס. איך באציה זיך אויך צו די פאקט אז די פשוטע יחיד האט נישט געהאט ווי זיך ווענדן בעת צר. גאר אסאך במחנינו, פון די פרומסטע ביז די שוואכסטע האבן זיך ארומגעדרייט אז קיינער פארשטייט זיי נישט, קיינער זאגט זיי נישט וואס זיי דארשטן צו הערן און קיינער קימערט זיך נישט איבער זייערע פריוואטע פראבלעמען. דאס האט געברענגט אד יחידים וואס האבן געהאלטן אז זיי פארמאגן עפעס ספעציעל, אין סיי וואספארא נושא, זאלן לאזן לופטערן זייערע מיינונגען און די עולם האט זיך אבנארמאל צוגעכאפט דערצו. ענדליך רעדט איינער מיין שפראך!וואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 17, 2024 12:52 pmאין בין נישט געוועהן דא פריער פון פופציג יאר צוריק.להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 17, 2024 12:46 pmזיי מסביר, וועלכע הארצרייסנדע פראבלעם? אין איין זאץ.וואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 17, 2024 12:45 pm @להגדיל הטראסק @פופציגער
איך בין מיט ענק אז די נייע מציאות פאררעכט נישט די פראבלעם, און אז די צאמשטעל איז נישט קיין תירוץ אויף די קשיא,
פון די אנדערע זייט, קען מען נישט אפווארפן די טענה אז די הארצרייסנדע פראבלעם פון די לעצטע 50 יאר איז כאטש א פראצענט גורם פאר די "איש כל הישר בעיניו יעשה".
קען זיין @בן מלך'ס טענה וואלט בעסער געוועהן אין אן עקסטערן טעמע, אבער די פוינט איז נישט נאריש.
איך וועל בעסער ארויסברענגען מיין פראגע, וואס איז אנדערש די לעצטע פופציג יאר פון פריער?
די פראבלעם צו וואס ער באציעט זיך איז, אז די "קול קורא" סיסטעם, און די וועג וויאזוי "דעת תורה" ווערט פארעפענטליך איז ליידער ענליך צו די בויקראטישע גאווערמענט סיסטעם.
נישט יעדע זאך וואס דארף פארשריגן ווערן, ווערט געטוהן, און נישט יעדע זאך וואס ווערט אינטערגעריסן האט דעקונג.
מ'האט שוין גענוג פארשוויגן ווען מ'האט נישט געטארט, און פונקט אזוי ליידער געמאכט אסאך שטורעמעס פון א זייפן בלאז.
נאכאמאל, דאס פארענטפערט נישט אז זינגערס און וואטסעפפ פיגורן זאלן יעצט ווערן די ווארטזאגערס פון כלל ישראל, דאס איז נאר צו פארשטיין וויאזוי מיר זענען צוגעקומען צו די מציאות אז די סיסטעם האט נישט קיין טראסט.
@אנדערער דו ווילסט מיר יעצט זאגן אז 30-40% פון די ציבור זוכט נישט עכט תוכן, נאר פריקות עול? נייס טריי. ריוויזיט די שמועס אין צעהן יאר פון יעצט און לאז אונז וויסן ווי דו ביסט אנגעקומען מיט אזא מהלך.
להבדיל אלף אלפי הבדלות ביי די גוים געשעהט די זעלבע ערשיינונג, און צוליב דעם האבן די דעמאקראטן מיאוס אנגעזעצט. עס האט נישט מיטן אייבערשטער אדער מיט אידישקייט קיין שייכות. סך הכל א קולטוראלע קריג פון א ענגע צירקל מענטשן וואס וועלן פרובירן כל מה שביכלתם אונטערצוברענגען סיי ווער עס האלט אנדערש ווי זיי.
כלל ישראל שיינט און בליעט ווי קיינמאל בעפאר.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4002
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 10971
Re: איז הרב יונתן שווארץ גערעכט?
דו ווילסט מיר יעצט זאגן אז דער מענטש ווערט נישט געפירט דורך איינס פון די צוויי יצרים? אדער ווילסטו מיר זאגן אז דער יצר הרע באנקראטירט אינגרויסן? נייס טריי.בן מלך האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 10:04 amאיך וועל נאר איבערשרייבן נאכאמאל. דו ווילסט מיר יעצט זאגן אז 30-40% פון די ציבור זוכט נישט עכט תוכן, נאר פריקות עול? נייס טריי. ריוויזיט די שמועס אין צעהן יאר פון יעצט און לאז אונז וויסן ווי דו ביסט אנגעקומען מיט אזא מהלך.
להבדיל אלף אלפי הבדלות ביי די גוים געשעהט די זעלבע ערשיינונג, און צוליב דעם האבן די דעמאקראטן מיאוס אנגעזעצט. עס האט נישט מיטן אייבערשטער אדער מיט אידישקייט קיין שייכות. סך הכל א קולטוראלע קריג פון א ענגע צירקל מענטשן וואס וועלן פרובירן כל מה שביכלתם אונטערצוברענגען סיי ווער עס האלט אנדערש ווי זיי.
כלל ישראל שיינט און בליעט ווי קיינמאל בעפאר.
ריוויזיט די שמועס נאכן לערנען אביסל ספרים הקדושים, און לאז אונז וויסן צי דיין מהלך שטימט מיט די פאקטן וואס די תורה שטעלט אוועק.
וועם באצייכנסטו אלס "ענגע צירקל מענטשן וואס וועלן פרובירן כל מה שביכלתם אונטערצוברענגען סיי ווער עס האלט אנדערש ווי זיי"? די וואס האלטן נאך נעבעך אז מ'דארף פרעגן א דעת תורה פארן אונטערנעמען א השמצה קאמפיין?
איים פּראַוד טו בי פּאַרט אוו דיס סירקל.
Re: איז הרב יונתן שווארץ גערעכט?
איך פארשטיי באמת נישט וואס דו מיינסט. עס זענען דא אסאך מענטשן, גאר אסאך, יראים ושלמים, וואס שטרעבן צו זיין גוט, זיי טוהן אלעס וואס זיי קענען צו ווערן בעסער, אבער זיי זוכן טיפערס. זיי ווילן עפעס מער וואס טאטשט זייער פנימיות. עס זענען דא אסאך וואס ליידן שרעקליך. אין שטוב, אין קדושה, אין חינוך, עלטערע בחורים אדער מיידלעך, בחורים וואס פילן זיך נישט דאס פלאץ אין ישיבה, ועוד ועוד, און זיי באקומען נישט פון די ארומיגע אוועקגעשטעלטע עסטעבלישמענט דאס וואס זיי דארשטן אזוי שטארק צו. קומט איינער אויף וואטסעפפ און רעדט צו אים! ער זאגט אים אז איך פארשטיי דיר! איך ווייס וואס דו גייסט אדורך! מה יעשה הבן שלא יחטא?! ליידער זענען אסאך השקפות צווייפלהאפטיג, אבער דער איד איז אסאך מער פארצווייפלט! ער דארף הילף!שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 11:58 amדו ווילסט מיר יעצט זאגן אז דער מענטש ווערט נישט געפירט דורך איינס פון די צוויי יצרים? אדער ווילסטו מיר זאגן אז דער יצר הרע באנקראטירט אינגרויסן? נייס טריי.בן מלך האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 10:04 amאיך וועל נאר איבערשרייבן נאכאמאל. דו ווילסט מיר יעצט זאגן אז 30-40% פון די ציבור זוכט נישט עכט תוכן, נאר פריקות עול? נייס טריי. ריוויזיט די שמועס אין צעהן יאר פון יעצט און לאז אונז וויסן ווי דו ביסט אנגעקומען מיט אזא מהלך.
להבדיל אלף אלפי הבדלות ביי די גוים געשעהט די זעלבע ערשיינונג, און צוליב דעם האבן די דעמאקראטן מיאוס אנגעזעצט. עס האט נישט מיטן אייבערשטער אדער מיט אידישקייט קיין שייכות. סך הכל א קולטוראלע קריג פון א ענגע צירקל מענטשן וואס וועלן פרובירן כל מה שביכלתם אונטערצוברענגען סיי ווער עס האלט אנדערש ווי זיי.
כלל ישראל שיינט און בליעט ווי קיינמאל בעפאר.
ריוויזיט די שמועס נאכן לערנען אביסל ספרים הקדושים, און לאז אונז וויסן צי דיין מהלך שטימט מיט די פאקטן וואס די תורה שטעלט אוועק.
וועם באצייכנסטו אלס "ענגע צירקל מענטשן וואס וועלן פרובירן כל מה שביכלתם אונטערצוברענגען סיי ווער עס האלט אנדערש ווי זיי"? די וואס האלטן נאך נעבעך אז מ'דארף פרעגן א דעת תורה פארן אונטערנעמען א השמצה קאמפיין?
איים פּראַוד טו בי פּאַרט אוו דיס סירקל.
וואס פונקטליך האסטו געטוהן אים צו העלפן אז דו קענסט נעמען די אומגעהויערע רשעות און חוצפה אים אפצוסטעמפלען אלץ איינער וואס וויל זיין א הפקר יונג?
פארוואס קענסטו נישט אויפוואקסן און אנערקענען אז מען דארף געוויסע תיקונים? אויב קומט אן אקטיוויסט און שרייט אז ערגעץ ברענט, גיי טשעק עס אויס! פארוואס למען השם שרייסטו אז ער איז א שייגעץ ווייל ער קומט ברענגן אווערנעס אויף עפעס וואס פלאגט אסאך?
ממש איך פארשטיי נישט די געדאנקגאנג.
עגעין, איך נעם נישט קיין צד אין די וועיפן סומאטוכע, אבער אויב איז דא א צד אז דא איז דא א ריכטיגע פראבלעם, אויב איז אמת אז יונגע קינדער באקומען אדיקשענס ביי די עלף-צוועלף יאר, פארוואס דערשטיקסטו דער וואס שרייט אז עס ברענט?? אה, ער רעדט אויף תלמידי חכמים און רבנים? דאַן טוה דו עפעס! לויף דו צו רבנים און ווייז זיי וואס גייט פאר. יעדער וועט דיר מכיר טובה זיין.
Re: איז הרב יונתן שווארץ גערעכט?
ר' יונתן קומט יעצט ארויס מיט א שטארקע קאמפיין אז יעדער מוז קויפן לייף אינשוראנס נאכדעם וואס זיין שוואגער איז יעצט ל''ע אוועק אין עלטער פון 39 יאר איבערלאזנדיג 9 קינדער אין שטוב ואין בידם לפורטה אפילו שוה פרוטה, ר' יונתן זאגט אז ס'איז א חיוב גמור פאר יעדעם צו האבן לייף אינשוראנס
יעדע בר דעת פארשטייט אז ס'איז זייער וויכטיג צו האבן לייף אינשוראנס איך וויל נאר פארשטיין פארוואס ס'איז ממש א חיוב, בערך איין פארצענט מענטשען גייען ל''ע אוועק גאר יונג איבערלאזענדיג א שטוב מיט יונגע קינדער ה''י איז ווער זאגט אז א מענטש מוז חושש זיין אויף א זאך וואס איז נאר איין פארצענט, אויב מוז מען חייש זיין דעמאלטס זאל מען אויך נישט טארן פארן מיט קיין קאר וואס א געוויסע פארצענט מענטשען שטארבן ל''ע יערליך אין קאר עקסידענטס, איך פרעג ווייל איך וויל פשוט פארשטיין.