בלאט 4 פון 41
Re: בולעטין
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2024 11:24 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א צונאמי ווארענונג איז היינט ארויסגעלייגט געווארן אין קאליפארניע נאכפאלגנדיג א מאכטפולער 7.0 ערדציטערניש וואס האט געטרייסלט דרום קאליפארניע, דער ווארענונג איז שפעטער אראפגענומען געווארן.

- 76804370007-usatgraphics-c-aearthquakemap.jpeg (23.31 KiB) געזען געווארן 433 מאל

- 15624694_120524-kabc-6pm-pm-norcal-quake-vid.jpg (190.41 KiB) געזען געווארן 433 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2024 11:34 pm
דורך שאינו יודע לשאול
פארשידענע גרופעס אין בעלארוס האבן אנגעהויבן לייגן דרוק אז לוקעשענקא זאל מער נישט ערלויבן פאר די רוסישע ארמיי צו נוצן בעלארוס' לופט-רוימען צו שיקן דראונס קיין אוקריינע, וויבאלד עס שטעלט א געפאר פאר די בירגער אין לאנד.
אין נאוועמבער זענען איבער 150 רוסישע דראונס דורכגעפלויגן העכער בעלארוס, אמווייניגסטנס דריי זענען אראפגעשאסן געווארן דורך לופט דעפענס סיסטעמס, און עטליכע זענען געפאלן אין בעלארוס.

- Screenshot 2024-12-05 233230.jpg (41.58 KiB) געזען געווארן 432 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2024 11:37 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א מאן אין קאנאדע איז שווער געשעדיגט געווארן ווען ער האט פרובירט צו באשיצן זיין פרוי פון א ווייסער פאלער בער וועלכער האט איר געוואלט אטאקירן.

- 5415.jpg (16.11 KiB) געזען געווארן 430 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2024 11:46 pm
דורך שאינו יודע לשאול
Fabio Vásquez, א טרויעריג בארימטער קאלאמביאנער דראג לארד וועלכער איז יארן צוריק געכאפט געווארן דורך אמעריקאנע אגענטן, איז יעצט באפרייט געווארן נאכן אפדינען 25 יאר פון זיין 30 יעריגע טורמע אורטייל, און איז ערווארטעט צו צוריק אפגעליפערט ווערן קיין קאלאמביע.

- Screenshot 2024-12-05 234202.jpg (69.72 KiB) געזען געווארן 426 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2024 11:52 pm
דורך שאינו יודע לשאול
רוסלאנד האט די וואך דורכגעפירט א הייפערסאניק מיסיל טעסט אינעם מעדיטרענישן ים, דער רוסישער הויפט גענעראל האט פריער אין וואך געווארנט אמעריקע איבערן טעסט און געבעטן אמעריקע אוועקצונעמען די נעווי אנוועזנהייט אינעם ראיאן.

- 66U7LGMN7IJRTNOLMMY4JUFJYA.jpg (60.59 KiB) געזען געווארן 426 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2024 11:55 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 04, 2024 10:27 am
א פארצווייגטע רעטונגס אפעראציע גייט אן אין פענסילוועניע וואו א עלטערע פרוי איז אריינגעפאלן אין א זינק-לאך.ap24338844992070.jpg
די סטאטוס פונעם אפעראציע איז געטוישט געווארן צו א זוכעניש נאכן קערפער פון די פארלוירענע פרוי, אין דער צייט וואס אויטאריטעטן גלייבן אז זי איז מער נישט ביים לעבן.
Re: בולעטין
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 06, 2024 12:05 am
דורך שאינו יודע לשאול
שווערע טויזנטער פראטעסטירער האבן איבערגענומען די גאסן אין זשארזשיעס הויפטשטאט טביליסי אויסצודריקן זייער אויפברויז נאך וואס די ארטיגע רעגירונג האט אפגעשטעלט די פארהאנדלונגען צו ווערן א טייל פון די EU.
די פראטעסטן גייען שוין אן פאר איבער א וואך און ווערן נאר מער פארשארפט.

- FullEpisode-27-768x477.jpg (77.62 KiB) געזען געווארן 406 מאל

- SBHVG6RBZRLG7GTE7APFNWXNTM.jpg (206.92 KiB) געזען געווארן 406 מאל

- ECQGK225EJMU5DRTL57BJ2DTA4.jpg (167.34 KiB) געזען געווארן 406 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 06, 2024 10:07 am
דורך שאינו יודע לשאול
דורכאויס א אויפטריט דורך דער עקטינג סיקרעט סערוויס דירעקטאר פאר א קאנגרעס קאמיטע וואס פארשט די אטענטאט פרואוו אויף טראמפ, איז ער שארף אטאקירט געווארן דורך פעט פעלאן, רעפ. פון טעקסאס, איבער זיין אנוועזנהייט ביי די 9/11 צערעמאניע דאס יאר.
דער קאנגרעסמאן האט אים פארשריגן אז ער איז דארט געווען פאר פאליטישע אורזאכן צו צייגן צייגן שטיצע פאר העריס, און א היציגע ווערטער אויסטויש האט זיך אנטוויקלט.

- unnamed - 2024-12-06T100130.285.jpg (119.92 KiB) געזען געווארן 378 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 06, 2024 10:18 am
דורך שאינו יודע לשאול
כינע האט ארויפגעלייגט א פארבאט צו פארקויפן צו די פאראייניגטע שטאטן עטליכע סארט כעמישע מאטריאלן וואס זענען קריטיש וויכטיג פאר די פראדוקציע פון טשיפס און אנדערע טעכנאלאגיעס, אין א פרישער טריט אינעם האנדלס געפעכט צווישן די צוויי גרעסטע עקאנאמיעס.

- INTERACTIVE-gallium-germanium-antimony-rare-critical-minerals-china-DEC4-2024-1733309019.jpeg (108.52 KiB) געזען געווארן 376 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 06, 2024 10:23 am
דורך שאינו יודע לשאול
די בלו-סקיי סאציאלע מידיע פלאטפארמע זעט א נאכאנאנדער וואוקס אין באנוצער, ספעציעל זינט די עלעקשאנס ווען אסאך לינקע זוכן אן אלטערנאטיוו צו X [טוויטער] וואס האט זיך שטארק גערוקט צו רעכטס.
זינט די וואלן זענען צוגעקומען איבער א מיליאן באנוצער צו דער פלאטפארמע, וואס האלט ביי 25 מיליאן אקאונטס.

- GettyImages_1252042607.jpg (92.82 KiB) געזען געווארן 374 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 06, 2024 10:28 am
דורך שאינו יודע לשאול
ביידען נעמט ערנסט אין באטראכט צו שענקן א פארדאן פאר א רייע הויכראנגיגע באאמטע אינערהאלב זיין אדמיניסטראציע, וועלכע קענען אויסשטיין רדיפות דורך דער אריינקומענדער יוסטיץ דעפארטמענט, לויט באריכטן.
אויף די ליסטע זענען עדעם שיף, ליז טשעני און פאוטשי.

- swarajya_2021-08_e5ac8b47-0412-4e2f-a210-cdde9a33759b_Joe_biden.jpg (62.42 KiB) געזען געווארן 373 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 06, 2024 10:33 am
דורך שאינו יודע לשאול
בד"ה:
א שרעקליכע טראגעדיע איז פארגעקומען אין מאראקא ווען פינף אידן פון א"י וואס זענען געווען אין לאנד צו מתפלל זיין אויף די ארטיגע קברי צדיקים זענען ליידער אומגעקומען אין א טראגישע עקסידענט ווען זייער דרייווער האט פארלוירן קאנטראל און די אויטא האט זיך עטליכע מאל איבערגעדרייט.

- 917bf380b3ca11ef9ee3215fb0458b09__h548_w9_930915532.jpeg (107.04 KiB) געזען געווארן 371 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 06, 2024 10:50 am
דורך שאינו יודע לשאול
דער ניו יארק סיטי קאונסיל האט באשטעטיגט דער 'סיטי אוו יעס' ביל וואס צילט צו ברענגען פרישע הונדערטער טויזנטער דירות אין די סיטי, ספעציעל אפארדעבל אפארטמענטס.
צווישן אנדערע וועט דער געזעץ ערלויבן צו בויען מער דירות ווי ביז היינט, אויב די צוגעלייגטע זענען אפארדעבל אפארטמענטס, ערלויבן צו טראנספארמירן קאמערציאלע געביידעס צו אפארטמענטס, און אראפנעמען פארקינג מאנדאטס וואס נעמען אויף אסאך פלאץ.

- illustratedguidethumbnail_57_241205061833.jpg (302.25 KiB) געזען געווארן 365 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 06, 2024 11:00 am
דורך שאינו יודע לשאול
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 06, 2024 10:33 am
בד"ה:
א שרעקליכע טראגעדיע איז פארגעקומען אין מאראקא ווען פינף אידן פון א"י וואס זענען געווען אין לאנד צו מתפלל זיין אויף די ארטיגע קברי צדיקים זענען ליידער אומגעקומען אין א טראגישע עקסידענט ווען זייער דרייווער האט פארלוירן קאנטראל און די אויטא האט זיך עטליכע מאל איבערגעדרייט.

- unnamed (84).png (790.36 KiB) געזען געווארן 339 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 06, 2024 11:00 am
דורך דער תהלים איד
אוי וויי. טאטע אין הימל. בד"ה.
Re: בולעטין
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 06, 2024 11:49 am
דורך שאינו יודע לשאול
א גאר שטארק נאכגעפאלגטע געריכט אין ניו יארק איז היינט געקומען צו אן א ענדע אן א שולד אורטייל.
דער געריכט גערופן דער 'פעני קעיס' איז אויף דעניעל פעני א געוועזענע מארין וואס האט פאריאר אראפגעהאלטן א צעווילדעוועטע פארשוין אויפן סובוועי, און יענער איז אומגעקומען אויפן פלאץ.
פעני האט אים אראפגעהאלטן נאכדעם וואס דער פארשון האט טעראריזירט די רייזנדע, און דער קעיס האט געצויגן נאציאנאלע העדליינס.
היינט, נאך עטליכע טעג פון פארהאנדלונגען, איז דער דזשורי צוריקגעקומען אז זיי קענען זיך נישט פאראייניגן אויף אן אורטייל, דאס מיינט אז ער ווערט נישט אנגעקלאגט.

- _photos.jpg (60.24 KiB) געזען געווארן 321 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 8:08 pm
דורך Spa 42
די FBI האט ארויסגעלייגט א $50,000 באלוינונג פאר ווער עס וועט ברענגען אינפארמאציע וואס וועט פירן צו ארעסט פונעם שיסער וואס האט גע'הרג'עט די CEO פון יונייטעד העלט קעיר פארלאפענע וואך מיטוואך פארטאגס אין מאנהעטן.
פרייטאג האט די פאליציי געטראפן אין סענטראַל פארק, די טאשקע פונעם שיסער, וואס איז געזוכט געווארן דורך די פאליציי מיט'ן האפענונג אז עס וועט ארויסהעלפן מיטן אויספארשונג.
Re: בולעטין
געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 10:16 pm
דורך Spa 42
Spa 42 האט געשריבן: ↑מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 8:08 pm
די FBI האט ארויסגעלייגט א $50,000 באלוינונג פאר ווער עס וועט ברענגען אינפארמאציע וואס וועט פירן צו ארעסט פונעם שיסער וואס האט גע'הרג'עט די CEO פון יונייטעד העלט קעיר פארלאפענע וואך מיטוואך פארטאגס אין מאנהעטן.
פרייטאג האט די פאליציי געטראפן אין סענטראַל פארק, די טאשקע פונעם שיסער, וואס איז געזוכט געווארן דורך די פאליציי מיט'ן האפענונג אז עס וועט ארויסהעלפן מיטן אויספארשונג.
ווידיאו פונעם שיסעריי!!!!
נישט גראפיש אבער נישט פאר שוואכע הערצער.
Re: בולעטין
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 08, 2024 12:19 am
דורך שאינו יודע לשאול
דער דרום קארעאנער פרעזידענט האט זיך ארויסגעדרייט פון אימפיטשט ווערן ווען זיין פארטיי האט נישט געשטימט דערפאר און עס איז דורכגעפאלן.

- unnamed - 2024-12-08T001718.085.jpg (24.21 KiB) געזען געווארן 248 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 08, 2024 12:21 am
דורך שאינו יודע לשאול
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 06, 2024 11:49 am
א גאר שטארק נאכגעפאלגטע געריכט אין ניו יארק איז היינט געקומען צו אן א ענדע אן א שולד אורטייל.
דער געריכט גערופן דער 'פעני קעיס' איז אויף דעניעל פעני א געוועזענע מארין וואס האט פאריאר אראפגעהאלטן א צעווילדעוועטע פארשוין אויפן סובוועי, און יענער איז אומגעקומען אויפן פלאץ.
פעני האט אים אראפגעהאלטן נאכדעם וואס דער פארשון האט טעראריזירט די רייזנדע, און דער קעיס האט געצויגן נאציאנאלע העדליינס.
היינט, נאך עטליכע טעג פון פארהאנדלונגען, איז דער דזשורי צוריקגעקומען אז זיי קענען זיך נישט פאראייניגן אויף אן אורטייל, דאס מיינט אז ער ווערט נישט אנגעקלאגט._photos.jpg
למעשה האבן די פראקורארן צוריקגעצויגן פון די ערשטע און הויפט קלאגע, און די דזשורי וועט פון פריש פארהאנדלען אויף די צווייטע און לייכטערע קלאגע וואס טראגט א מאקסימום פון פיר יאר.
Re: בולעטין
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 08, 2024 12:32 am
דורך שאינו יודע לשאול
Spa 42 האט געשריבן: ↑מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 8:08 pm
די FBI האט ארויסגעלייגט א $50,000 באלוינונג פאר ווער עס וועט ברענגען אינפארמאציע וואס וועט פירן צו ארעסט פונעם שיסער וואס האט גע'הרג'עט די CEO פון יונייטעד העלט קעיר פארלאפענע וואך מיטוואך פארטאגס אין מאנהעטן.
פרייטאג האט די פאליציי געטראפן אין סענטראַל פארק, די טאשקע פונעם שיסער, וואס איז געזוכט געווארן דורך די פאליציי מיט'ן האפענונג אז עס וועט ארויסהעלפן מיטן אויספארשונג.
לויט באריכטן איז דער מערדער שוין אידענטיפיצירט געווארן דורך די פאליציי.
- די FBI איז אריינגעברענגט געווארן אינעם זוכעריי נאכדעם וואס מען גלויבט אז דער מערדער איז אנטלאפן פון ניו יארק.
- נ.י.פ.ד. דייווערס האבן דורכגענישטערט די טייכל אין סענטראל פארק זוכנדיג פאר דער מערדערס וואפן.
- אין זיין טאשקע האבן די פאליציי געפונען א זשאקעט און א הויפן 'מאנאפאלי' געלטער.

- dsadfaweSEI232024565-Recovered-copy.jpg (193.86 KiB) געזען געווארן 241 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 08, 2024 12:52 am
דורך שאינו יודע לשאול
טראמפ מיט מאקרון אין פאריז, וואו ער האט אנטיילגענומען אין א reopening צערעמאניע אויף א קירכע וואס האט אפגעברענט.

- U2YJVW43OFJFDKMBBN657X3SOM.jpg (166.95 KiB) געזען געווארן 231 מאל

- download (19).jpeg (149.63 KiB) געזען געווארן 227 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 08, 2024 1:00 am
דורך שאינו יודע לשאול
זייענדיג אין פאריז האט טראמפ אפגעהאלטן א זיצונג מיטן בריטישן פרינץ וויליאם.

- prince-of-wales-and-donald-trump-sitting-together-082724770-16x9_0.jpg (94.21 KiB) געזען געווארן 230 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 08, 2024 1:01 am
דורך שאינו יודע לשאול
מיט זעלענסקי אין פאריז.

- SEI232344037.jpg (123.14 KiB) געזען געווארן 229 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 08, 2024 1:08 am
דורך Spa 42
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 08, 2024 12:32 am
Spa 42 האט געשריבן: ↑מוצש"ק דעצעמבער 07, 2024 8:08 pm
די FBI האט ארויסגעלייגט א $50,000 באלוינונג פאר ווער עס וועט ברענגען אינפארמאציע וואס וועט פירן צו ארעסט פונעם שיסער וואס האט גע'הרג'עט די CEO פון יונייטעד העלט קעיר פארלאפענע וואך מיטוואך פארטאגס אין מאנהעטן.
פרייטאג האט די פאליציי געטראפן אין סענטראַל פארק, די טאשקע פונעם שיסער, וואס איז געזוכט געווארן דורך די פאליציי מיט'ן האפענונג אז עס וועט ארויסהעלפן מיטן אויספארשונג.
לויט באריכטן איז דער מערדער שוין אידענטיפיצירט געווארן דורך די פאליציי.
- די FBI איז אריינגעברענגט געווארן אינעם זוכעריי נאכדעם וואס מען גלויבט אז דער מערדער איז אנטלאפן פון ניו יארק.
- נ.י.פ.ד. דייווערס האבן דורכגענישטערט די טייכל אין סענטראל פארק זוכנדיג פאר דער מערדערס וואפן.
- אין זיין טאשקע האבן די פאליציי געפונען א זשאקעט און א הויפן 'מאנאפאלי' געלטער.
dsadfaweSEI232024565-Recovered-copy.jpg
די נ.י. סיטי פאליציי האט פאבליצירט פרישע בילדער פונעם מערדער מיטן האפענונג אז דאס וועט נענטער ברענגן זיין ארעסט!!!