בלאט 4 פון 5

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: זונטאג מאי 18, 2025 7:15 pm
דורך שינאווער
ער איז אויפגעקומען מיט א קאפשטי' גאונות, ער גיייט סיי גיין אויף דער רעפאבליקאנער טיקעט, און אויך גייט ער זיין אן אדוואקאט...

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: זונטאג מאי 18, 2025 7:18 pm
דורך הדסים
שינאווער האט געשריבן: זונטאג מאי 18, 2025 7:15 pm ער איז אויפגעקומען מיט א קאפשטי' גאונות, ער גיייט סיי גיין אויף דער דעמאקראטישער טיקעט, און אויך גייט ער זיין אן אדוואקאט...
ער איז נישט אויף דער רעפובליקאנער טיקעט?

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: זונטאג מאי 18, 2025 7:19 pm
דורך שינאווער
הדסים האט געשריבן: זונטאג מאי 18, 2025 7:18 pm
שינאווער האט געשריבן: זונטאג מאי 18, 2025 7:15 pm ער איז אויפגעקומען מיט א קאפשטי' גאונות, ער גיייט סיי גיין אויף דער דעמאקראטישער טיקעט, און אויך גייט ער זיין אן אדוואקאט...
ער איז נישט אויף דער רעפובליקאנער טיקעט?
רייט, טעות הדפום..

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: זונטאג מאי 18, 2025 11:23 pm
דורך אנדערער
איז אמת אז קאלער האט זיך ארויסגעצויגן?

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: מאנטאג מאי 19, 2025 10:34 am
דורך Azoi Tzi Zugen
אנדערער האט געשריבן: זונטאג מאי 18, 2025 11:23 pm איז אמת אז קאלער האט זיך ארויסגעצויגן?
זעהט נישט אויס viewtopic.php?p=174165#p174165

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: מאנטאג מאי 19, 2025 2:18 pm
דורך אנדערער
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 10:34 am
אנדערער האט געשריבן: זונטאג מאי 18, 2025 11:23 pm איז אמת אז קאלער האט זיך ארויסגעצויגן?
זעהט נישט אויס viewtopic.php?p=174165#p174165
איך רעד פון נעכטן

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: דינסטאג מאי 20, 2025 8:53 am
דורך דער תהלים איד
אויב ס'איז דא אין מאנסי ווער עס וויל וויסן די מציאות וואס האט זיך געטון אין אלבאני בנוגע איסט רעמעפאו, וועל איך איבערגעבן וואס כ'האב נעכטן געהערט פון איינעם וואס האט עס מיטגעהאלטן לייוו.

די SED האט אינעם יעצטיגן בודזשעט ביל געפאדערט 3 זאכן:

1) עקסטענדן די "מאניטאר" מיט א וויטאו פאוער אויפ'ן איסט רעמעפאו סקול באורד, פאר נאך 5 יאר.

2) גרינדן א "אויווערסייט סקול באורד קאמיטי" מטעם די סטעיט. (זי האט גע'טענה'ט אז א מאניטאר איז נישט גענוג, ווייל ער קען נישט מאכן קיין אייגענע באשלוסן)

3) די SED קאמישאנער זאל אריינשטעלן איר אייגענע סופער-איטענדענט אינעם סקול דיסטריקט.


נומער 2 און 3 זענען געווארן אויף דערווייל גענצליך אויסגעפייט, נומער איינס (די מאניטאר) איז געווארן אראפגעריקט צו 2 יאר אנשטאט 5 יאר.

וויאזוי? אינעם אסעמבלי ביי די קאנפערענס מיטינגס, האט ר' אהרן בנציון ווידער מיט די הילף פון ר' שמחה אייכנשטיין געארבעט צו באקעמפן די גאנצע זאך. ס'איז אבער נישט געווען גרינג צו פייטן ווייל די טעמע פון איסט רעמעפאו איז געווארן ביי די שונאי ישראל א גאר הייסע טעמע די לעצטערע יארן, גיי ווייס פארוואס, פשוט'ע שנאה, גראבע אנטיסעמיטיזם. ר' אהרן בנציון האט אויפגעטרעטן אינעם קאנפערענס און מסביר געווען וויפיל ס'איז שייך אז אלעס איז בסדר און מ'פארלייגט זיך סתם אזוי וכו'.

ממילא, אינעם אסעמבלי האבן אונזערע שלוחים מער ווייניגער געהאט דאס ווארט. זיי האבן געפייט מ'זאל אפלאזן די מאניטאר בכלל. גענוג געווען.

אינעם סענאט ווידער איז נישט געווען קיין איינער וואס זאל פארטרעטן די אידן, ממילא איז די סענאט געקומען מיט א ווערסיע צו נאכגעבן אלע 3 פאר די קאמישאנער. דערפאר איז געווארן די פשרה צווישן די אסעמבלי און די סענאט, אז עס בלייבט ווי ביז יעצט, און נאר פאר 2 יאר.

איי, מען האט דאך א געטרייער סענאטאר ביל וועבער? וואס איז באמת א גוטער מענטש! אבער, ער האלט נישט מיט די קאנפערענס פון די מעדזשארעטי וואס באשליסט וועלכע בילס ס'גייען ארויפקומען פאר א וואוט און וואס דארט גייט יא אדער נישט שטיין. ער האט נישט קיין שום ווארט - אדער אפילו אינפארמאציע - איבער אלעס וואס גייט פאר, ווייל ער איז א מינארעטי מעמבער. און אגב, וועבער איז היבש אנעסט, ווער ס'רעדט מיט אים פריוואט זאגט ער עס קלאר. אנדערש ווי די אידישע ליטעראטור אין זיין נאמען וואס ווערט געשריבן דורך דעמאגאגישע מארקעטערס...

יעצט, איך גיינישט אריינגיין צו מען האט געדארפט ענדערש האלטן מעלניק, וואס איז באשולדיגט געווארן אין טאנצן מה יפית אויף ביידע זייטן און ארומפעלשן מיט זיין שליחות. איך ווייס נישט פונקטליך וואס ס'איז געווען, און ס'איז זיכער בעסער א "פריינט" אין דימינארעטי ווי א "פיינט" אין די מעדזשארעטי.

אבער, ווען מען זאל ווען קענען האבן א דעמאקראט וואס זאל האבן די נגיעה צו פארטרעטן אונזערע אינטערעסן, וואלט מען געהאלטן אסאך ווייטער. יעצט האט מאנסי נאר א כח אינעם אסעמבלי און נישט אינעם סענאט.

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: דינסטאג מאי 20, 2025 3:47 pm
דורך תפארת שבתפארת
איינער האט עני אינפא וואס די ווינט ביי די בארא פארק סטעיט סענאט עלעקשאן איז?
האבן די מוסדות אפיציעל אינדארסירט איינע פון די קאנדידאטן? איז דא HEAT פון ALBANY פאר עני קאנדידאט?

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: דינסטאג מאי 20, 2025 3:56 pm
דורך מהודר
תפארת שבתפארת האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 3:47 pm איינער האט עני אינפא וואס די ווינט ביי די בארא פארק סטעיט סענאט עלעקשאן איז?
האבן די מוסדות אפיציעל אינדארסירט איינע פון די קאנדידאטן? איז דא HEAT פון ALBANY פאר עני קאנדידאט?
די מוסדות גייען אפציעל מיטן שטן

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: דינסטאג מאי 20, 2025 4:01 pm
דורך הדסים
@דער תהלים איד פארוואס האט מען אין מאנסי נישט ארויגעפריימעריט דעם מעלניק, די עסקנים ווייסן אז ער איז פארפיינטעט ביים ציבור דארט פאר זיין אנטיסעמיטיזם און אז רוב עולם וועט פאר אים נישט שטימען אפגעזען די קאנסעקווענצן?

האט נישט מיט יעצט נאר די קשיא איז מיר שוין שווער זייט די וואלן

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: דינסטאג מאי 20, 2025 4:02 pm
דורך שפיצער
IMG-20250520-WA0046.jpg
IMG-20250520-WA0046.jpg (182.55 KiB) געזען געווארן 350 מאל

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: דינסטאג מאי 20, 2025 4:05 pm
דורך הדסים
מהודר האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 3:56 pm
תפארת שבתפארת האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 3:47 pm איינער האט עני אינפא וואס די ווינט ביי די בארא פארק סטעיט סענאט עלעקשאן איז?
האבן די מוסדות אפיציעל אינדארסירט איינע פון די קאנדידאטן? איז דא HEAT פון ALBANY פאר עני קאנדידאט?
די מוסדות גייען אפציעל מיטן שטן
ר' שמחה האט געגעבן אן אינדארסמענט?

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: דינסטאג מאי 20, 2025 4:07 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
שפיצער האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 4:02 pm IMG-20250520-WA0046.jpg
הרב שפיצער, איך האב מורא אז דאס מאכט יעדן לאכן. די ווערטלעך זענען שוין לאנג אפגעלאפן. קיינער שטימט נישט פאר בלומבערג צוליב ברית מילה.... און קיינער שטימט נישט פאר רעפובליקאנער וועגן חינוך.... עס איז ממש א שאד די געלט

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: דינסטאג מאי 20, 2025 5:15 pm
דורך תפארת שבתפארת
מהודר האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 3:56 pm
תפארת שבתפארת האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 3:47 pm איינער האט עני אינפא וואס די ווינט ביי די בארא פארק סטעיט סענאט עלעקשאן איז?
האבן די מוסדות אפיציעל אינדארסירט איינע פון די קאנדידאטן? איז דא HEAT פון ALBANY פאר עני קאנדידאט?
די מוסדות גייען אפציעל מיטן שטן
ווער איז די שטן ??? איך טריי שוין א לאנגע צייט צי וויסן , אייביג קומט ער אן מיט אן אנדערע צורה
טאמער ווייסטו ווער ער איז לאמיך וויסן פליז...

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: דינסטאג מאי 20, 2025 5:21 pm
דורך הדסים
תפארת שבתפארת האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 5:15 pm
מהודר האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 3:56 pm
תפארת שבתפארת האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 3:47 pm איינער האט עני אינפא וואס די ווינט ביי די בארא פארק סטעיט סענאט עלעקשאן איז?
האבן די מוסדות אפיציעל אינדארסירט איינע פון די קאנדידאטן? איז דא HEAT פון ALBANY פאר עני קאנדידאט?
די מוסדות גייען אפציעל מיטן שטן
ווער איז די שטן ??? איך טריי שוין א לאנגע צייט צי וויסן , אייביג קומט ער אן מיט אן אנדערע צורה
טאמער ווייסטו ווער ער איז לאמיך וויסן פליז...
סעם סוטאן - שטן

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: דינסטאג מאי 20, 2025 7:37 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
וואס איז דער מצב מיט די וואלן אין ב"פ?

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: דינסטאג מאי 20, 2025 7:46 pm
דורך עריק
הדסים האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 4:05 pm
מהודר האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 3:56 pm
תפארת שבתפארת האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 3:47 pm איינער האט עני אינפא וואס די ווינט ביי די בארא פארק סטעיט סענאט עלעקשאן איז?
האבן די מוסדות אפיציעל אינדארסירט איינע פון די קאנדידאטן? איז דא HEAT פון ALBANY פאר עני קאנדידאט?
די מוסדות גייען אפציעל מיטן שטן
ר' שמחה האט געגעבן אן אינדארסמענט?
וועלכע ר' שמחה?
אייכענשטיין? ער האט אינדארסירט סעטאן
פעלדער? פאר ער איז געלויפן דאס ערשטע מאל פאר סיטי קאונסיל האט האדמו"ר מקארלין אין געזאגט אז ער זאל קיינמאל אינדארסירן א קאנדידאט וכך הוא

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: דינסטאג מאי 20, 2025 8:42 pm
דורך שינאווער
וואס זאגן די עקזיט פאולס?

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: דינסטאג מאי 20, 2025 8:46 pm
דורך יאנטשי
שינאווער האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 8:42 pm וואס זאגן די עקזיט פאולס?
סוטאן האט עס בגדול

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: דינסטאג מאי 20, 2025 9:02 pm
דורך הדסים
יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 8:46 pm
שינאווער האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 8:42 pm וואס זאגן די עקזיט פאולס?
סוטאן האט עס בגדול
וואו איז דא עקזיט פאולס?

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: דינסטאג מאי 20, 2025 9:03 pm
דורך יאנטשי
הדסים האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 9:02 pm
יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 8:46 pm
שינאווער האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 8:42 pm וואס זאגן די עקזיט פאולס?
סוטאן האט עס בגדול
וואו איז דא עקזיט פאולס?
נישט אפיציעלע עקזיט פאלס, מער די שאצער שאצן.

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: דינסטאג מאי 20, 2025 9:08 pm
דורך הדסים
13 פראצענט געציילט
ר' סעם סאטון 2,230 שטימען, 70 פראצענט.
ר' נחמן קאלער 930 שטימען, 30 פראצענט.

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: דינסטאג מאי 20, 2025 9:19 pm
דורך הדסים
הדסים האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 9:08 pm 13 פראצענט געציילט
ר' סעם סאטון 2,230 שטימען, 70 פראצענט.
ר' נחמן קאלער 930 שטימען, 30 פראצענט.
32 פראצענט געציילט
סעם סאטון 5,289 שטימען, 68.5 פראצענט.
נחמן קאלער 2,437 שטימען, 31.5 פראצענט.

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: דינסטאג מאי 20, 2025 9:23 pm
דורך הדסים
הדסים האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 9:19 pm
הדסים האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 9:08 pm 13 פראצענט געציילט
ר' סעם סאטון 2,230 שטימען, 70 פראצענט.
ר' נחמן קאלער 930 שטימען, 30 פראצענט.
32 פראצענט געציילט
סעם סאטון 5,289 שטימען, 68.5 פראצענט.
נחמן קאלער 2,437 שטימען, 31.5 פראצענט.
44 פראצענט געציילט
סעם סאטון 7,038 שטימען, 67.3%.
נחמן קאלער 3,423 שטימען, 32.7%.

Re: נייעס איבער די וואלן אין אלע היימישע געגנטער

געפאוסט: דינסטאג מאי 20, 2025 9:29 pm
דורך הדסים
הדסים האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 9:23 pm
הדסים האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 9:19 pm
הדסים האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 9:08 pm 13 פראצענט געציילט
ר' סעם סאטון 2,230 שטימען, 70 פראצענט.
ר' נחמן קאלער 930 שטימען, 30 פראצענט.
32 פראצענט געציילט
סעם סאטון 5,289 שטימען, 68.5 פראצענט.
נחמן קאלער 2,437 שטימען, 31.5 פראצענט.
44 פראצענט געציילט
סעם סאטון 7,038 שטימען, 67.3%.
נחמן קאלער 3,423 שטימען, 32.7%.
76 פראצענט געציילט סעם סוטאן איז דערקלערט געווארן אלס געווינער פונעם 22'סטן סטעיט סענאט זיץ

סעם סוטאן 7,568 שטימען 66.4%
נחמן קאלער 3,830 שטימען 33.6%