בלאט 4 פון 9
Re: איז דא לימיט וויפיל מ’מעג פארדינען ביי דירות פאר יודען
געפאוסט: מאנטאג יוני 17, 2024 12:12 am
דורך נפתלי
וואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 16, 2024 10:32 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 16, 2024 8:31 pm
וואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 16, 2024 5:50 pm
אויב מערסטנס הייזער ווערן געבויט און פארקויפט דורך די זעלבע פאר מענטשן, קומט אויס אז זיי קאנטראלירן די פרייז.
גראדע, לגבי דעם נקודה, איך ווייס נישט אין אנדערע געגנטער, אבער אין קרית יואל איז דא מער בויערס ווי גראסעריס.
און איך ווייס נישט פארוואס מ'נעמט זיך נישט צו די ביינער פון די גראסעריס... דו ווייסט וויפיל איך גיי צאלן פאר גראסערי במשך 40 יאר? איבער א מיליאן דאלאר. דא האסטו מיין חשבון:
0.png
און איך בלייב אן גארנישט... ביי מיין דירה בלייב איך כאטש מיט עפעס א קנין אויף אייביג.
נאר וואזשע דען, דער גראסערי מאן האט מזל אז מען צאלט עס פער וואך, נישט אויפאיינמאל.
האסט פארגעסן צו רעכענען די אינטערעסט וואס מ'צאלט אויפן מארטגעדז.
ווען מ'נעמט א מארטגעדז פון $1,000,000 צאלט מען איבער $2,000,000 דורכאויס די 30 יאר (גערעכנט אינטערעסט 6%).
דאס איז אויסער די טעקסעס, אינשורענס, וכו'.
אה, פארגעסן פון די דאון פעימענט.
א גראסערי ארבעט 40 יאר פאר דיר און האלט יעדן טאג אויף ארבעטערס, און נעמט א געוויסע אנגענומענע פראצענט 30 אדער מער וויפיל עס איז איינגעפירט מער ווייניגער איינער מער און איינער ווייניגער
דא ארבעט ער אפאר יאר און פארטיג, און ער מאכט וויפיל פראצענט אויף דיר??? קיינער ווייסט נישט און זיי זאגן גארנישט אויס אויך נישט, עס פארט נאר ארויף די פרייז יעדע פאר חדשים, אן קיין תירוצים
יעצט וויפיל בויערס איז דא?? אוודאי איז דא איך ווייס נישט וויפיל מענטשן וואס בויען הייזער, אבער ווען מען רעדט פון עכטע דיוועלאפערס, איז עס זייער ווייניג, אז עס זאל קענען פארעכנט ווערן ווי א קאמפעטישן, ווייל עס איז דא ווייניג און פאר נאך פארשטענדליכע סיבות
און א גראסערי קען יעדע גראסערי צושטעלן גענוג אייער וויפיל עס פעלט אויס, אויך גענוג פאר 8000 משפחות, אז עס גייט אויס באשטעלט מען נאך, מש"כ א הויז
סך הכל, צוצושטעלן הייזער צו גראסעריס, איז אזוי ווי, עסן באנאנעס מיט טאמעיטע דיפ.
Re: איז דא לימיט וויפיל מ’מעג פארדינען ביי דירות פאר אידן?
געפאוסט: מאנטאג יוני 17, 2024 12:26 am
דורך פישל שווארץ
מלאכי האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 16, 2024 11:50 pm
פישל שווארץ האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 16, 2024 11:26 pm
צו סאיז דא א לימיט, לכאורה נישט.
אבער פון א ברידער טרינקט מען נישט קיין בלוט. דער אויבערשטער האט באשאפן 7 ביליאן גוים אויפן וועלט, פון זיי זאלסטו טרינקען די בלוט- פון זיי זאלסטו שארן גאלד, נאכדעם ניץ דיין אויפגעשטעלטע קאמפעני צו סערווירן דיינע ברידער אויף א ביליגערע פרייז.
אינטערסאנט אז קיין איין פוסק האט נישט געטראכט ווי דיר
די פוסקים זאגן אז סאיז יא דא א לימיט? אויב יא צו איך צוריק פון וואס איך האב געזאגט.
Re: איז דא לימיט וויפיל מ’מעג פארדינען ביי דירות פאר יודען
געפאוסט: מאנטאג יוני 17, 2024 12:28 am
דורך מלאכי
נפתלי האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 12:12 am
וואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 16, 2024 10:32 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 16, 2024 8:31 pm
גראדע, לגבי דעם נקודה, איך ווייס נישט אין אנדערע געגנטער, אבער אין קרית יואל איז דא מער בויערס ווי גראסעריס.
און איך ווייס נישט פארוואס מ'נעמט זיך נישט צו די ביינער פון די גראסעריס... דו ווייסט וויפיל איך גיי צאלן פאר גראסערי במשך 40 יאר? איבער א מיליאן דאלאר. דא האסטו מיין חשבון:
0.png
און איך בלייב אן גארנישט... ביי מיין דירה בלייב איך כאטש מיט עפעס א קנין אויף אייביג.
נאר וואזשע דען, דער גראסערי מאן האט מזל אז מען צאלט עס פער וואך, נישט אויפאיינמאל.
האסט פארגעסן צו רעכענען די אינטערעסט וואס מ'צאלט אויפן מארטגעדז.
ווען מ'נעמט א מארטגעדז פון $1,000,000 צאלט מען איבער $2,000,000 דורכאויס די 30 יאר (גערעכנט אינטערעסט 6%).
דאס איז אויסער די טעקסעס, אינשורענס, וכו'.
אה, פארגעסן פון די דאון פעימענט.
א גראסערי ארבעט 40 יאר פאר דיר און האלט יעדן טאג אויף ארבעטערס, און נעמט א געוויסע אנגענומענע פראצענט 30 אדער מער וויפיל עס איז איינגעפירט מער ווייניגער איינער מער און איינער ווייניגער
דא ארבעט ער אפאר יאר און פארטיג, און ער מאכט וויפיל פראצענט אויף דיר??? קיינער ווייסט נישט און זיי זאגן גארנישט אויס אויך נישט, עס פארט נאר ארויף די פרייז יעדע פאר חדשים, אן קיין תירוצים
יעצט וויפיל בויערס איז דא?? אוודאי איז דא איך ווייס נישט וויפיל מענטשן וואס בויען הייזער, אבער ווען מען רעדט פון עכטע דיוועלאפערס, איז עס זייער ווייניג, אז עס זאל קענען פארעכנט ווערן ווי א קאמפעטישן, ווייל עס איז דא ווייניג און פאר נאך פארשטענדליכע סיבות
און א גראסערי קען יעדע גראסערי צושטעלן גענוג אייער וויפיל עס פעלט אויס, אויך גענוג פאר 8000 משפחות, אז עס גייט אויס באשטעלט מען נאך, מש"כ א הויז
סך הכל, צוצושטעלן הייזער צו גראסעריס, איז אזוי ווי, עסן באנאנעס מיט טאמעיטע דיפ.
פין די אנדערע זייט א גראסערי איז נישט דא קיין גרויסע ריסקס משא״כ ביין בויען איז דא ריזיגע ריסקס
און די סיבה פארוואס סאיז דא ווייניג דעוועלאפערס איז טאקע וועגן דעם ווייל מ׳דארף האבן גענוג געלט אדורך צו שוויצן די אלע שטרויכלונגען וואס קומען אינטער
Re: איז דא לימיט וויפיל מ’מעג פארדינען ביי דירות פאר אידן?
געפאוסט: מאנטאג יוני 17, 2024 12:29 am
דורך מלאכי
פישל שווארץ האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 12:26 am
מלאכי האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 16, 2024 11:50 pm
פישל שווארץ האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 16, 2024 11:26 pm
צו סאיז דא א לימיט, לכאורה נישט.
אבער פון א ברידער טרינקט מען נישט קיין בלוט. דער אויבערשטער האט באשאפן 7 ביליאן גוים אויפן וועלט, פון זיי זאלסטו טרינקען די בלוט- פון זיי זאלסטו שארן גאלד, נאכדעם ניץ דיין אויפגעשטעלטע קאמפעני צו סערווירן דיינע ברידער אויף א ביליגערע פרייז.
אינטערסאנט אז קיין איין פוסק האט נישט געטראכט ווי דיר
די פוסקים זאגן אז סאיז יא דא א לימיט? אויב יא צו איך צוריק פון וואס איך האב געזאגט.
ניין די פוסקים זאגן נישט קיין לימיט אפילו די ריפסט עס אן טרונקען בלוט, זעהט אבער אויס זיי האבן נישט געהאלטן אזוי
Re: איז דא לימיט וויפיל מ’מעג פארדינען ביי דירות פאר אידן?
געפאוסט: מאנטאג יוני 17, 2024 1:15 am
דורך אנדערער
מלאכי האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 12:29 am
פישל שווארץ האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 12:26 am
מלאכי האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 16, 2024 11:50 pm
אינטערסאנט אז קיין איין פוסק האט נישט געטראכט ווי דיר
די פוסקים זאגן אז סאיז יא דא א לימיט? אויב יא צו איך צוריק פון וואס איך האב געזאגט.
ניין די פוסקים זאגן נישט קיין לימיט אפילו די ריפסט עס אן טרונקען בלוט, זעהט אבער אויס זיי האבן נישט געהאלטן אזוי
אויב זיי רעדן נישט דערפון מיינט נישט אז זיי האלטן דווקא נישט אזוי.
Re: איז דא לימיט וויפיל מ’מעג פארדינען ביי דירות פאר אידן?
געפאוסט: מאנטאג יוני 17, 2024 1:19 am
דורך אנדערער
אז אונז פשוטע יונגעלייט דא ווייסן נישט פון א מאמר חזל אדער הלכה איז נישט קיין ראי אז עס איז נישט דא אזא הלכה
איך געדענק לערנען וועגן ארויפטרייבן פרייזן אבער איך קען זיך נישט דערמאנען וואו
Re: איז דא לימיט וויפיל מ’מעג פארדינען ביי דירות פאר אידן?
געפאוסט: מאנטאג יוני 17, 2024 1:32 am
דורך מלאכי
אנדערער האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 1:15 am
מלאכי האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 12:29 am
פישל שווארץ האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 12:26 am
די פוסקים זאגן אז סאיז יא דא א לימיט? אויב יא צו איך צוריק פון וואס איך האב געזאגט.
ניין די פוסקים זאגן נישט קיין לימיט אפילו די ריפסט עס אן טרונקען בלוט, זעהט אבער אויס זיי האבן נישט געהאלטן אזוי
אויב זיי רעדן נישט דערפון מיינט נישט אז זיי האלטן דווקא נישט אזוי.
אמת אבער מיט דיין אייגענע סברא קענסטו פארלאנגען פין דיר אליינס נישט פין א צווייטן
Re: איז דא לימיט וויפיל מ’מעג פארדינען ביי דירות פאר אידן?
געפאוסט: מאנטאג יוני 17, 2024 1:35 am
דורך מלאכי
אנדערער האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 1:19 am
אז אונז פשוטע יונגעלייט דא ווייסן נישט פון א מאמר חזל אדער הלכה איז נישט קיין ראי אז עס איז נישט דא אזא הלכה
איך געדענק לערנען וועגן ארויפטרייבן פרייזן אבער איך קען זיך נישט דערמאנען וואו
אמת קען זיין אז סאיז דא אזא מאמר חז״ל. איך האב אבער געמיינט אז די אלע וואס שרייבן דא אז די וואס בעטן טייער זענען עתיד ליתן את הדין האבן זיכער דעקונג פין א פוסק
רעדן אויף א איד פאר מ׳ווייסט נישט זיכער אז יענער טוט שלא כהלכה איז זיכער עתיד ליתן את הדין
Re: איז דא לימיט וויפיל מ’מעג פארדינען ביי דירות פאר אידן?
געפאוסט: מאנטאג יוני 17, 2024 1:35 am
דורך אנדערער
ווער עס איז נישט אין די דעוועלאפערס ביזנעס ווייסט נישט וואס די ארבעט און ריסק איז
פארקויפן פאר אידן איז מעגליך שווערער ווי פאר גוים. איך בין נישט אין די פעלד נאר אזוי האב איך געהערט. און די ריטורן מוז זיין גרעסער
אין ביזנעס איז דא א מהלך פון ריסק ווערסעס ריווארד. אינטערעסט אויף די אינוועסטמענט. וויפיל ארבעט גייט אריינגיין. און נאך פאקטארן צו נעמען אין באטראכט
אויב גייט מען צווינגען דעוועלאפערס צו מאכן ווייניגער ווי דעם וועט קיין שום נארמאלער מענטש נישט אריינטרעטן אין דעם געשעפט
אבער קרית יואל האט א מעלה פאר דעוועלאפערס ער ווייסט אז ער האט זיכערע קונים. אנדערש ווי אנדערע דעוועלאפמענטס ווי למשל בלומינגבורג וואס די גאנצע מעשה וואלט געקענט קראכן און יענער וואלט דערלייגט די הויזן. דאס נידערט דעם ריסק פאקטאר אבער מאכט אויך אז מען זאל קענען רייסן מער געלט ווייל עס גייט זיין ווער עס גייט באצאלן די הויכע פרייזן
לסיכום. עס איז דא א סומע וויפיל אן אינוועסטירער מוז מאכן די געשעפט זאל זיך אים לוינען. אין קרית יואל איז די ריסק קלענער. דערפאר איז נישט שייך צו ברענגען ראיות פון א גוגל סוירטש. פאר א איד צו אויסרייסן געלט פון א צווייטן איד נאר ווייל ער קען איז קעגן ואהבת לרעך כמוך
Re: איז דא לימיט וויפיל מ’מעג פארדינען ביי דירות פאר אידן?
געפאוסט: מאנטאג יוני 17, 2024 1:41 am
דורך אנדערער
מלאכי האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 1:35 am
אנדערער האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 1:19 am
אז אונז פשוטע יונגעלייט דא ווייסן נישט פון א מאמר חזל אדער הלכה איז נישט קיין ראי אז עס איז נישט דא אזא הלכה
איך געדענק לערנען וועגן ארויפטרייבן פרייזן אבער איך קען זיך נישט דערמאנען וואו
אמת קען זיין אז סאיז דא אזא מאמר חז״ל. איך האב אבער געמיינט אז די אלע וואס שרייבן דא אז די וואס בעטן טייער זענען עתיד ליתן את הדין האבן זיכער דעקונג פין א פוסק
רעדן אויף א איד פאר מ׳ווייסט נישט זיכער אז יענער טוט שלא כהלכה איז זיכער עתיד ליתן את הדין
דא איז נישט קיין בית דין שטוב און נישט קיין קול קורא פעקטארי
דא שמועסט מען אויס ווי גוטע פריינט
יעצט מיין מיינונג. איינער וואס טרייבט ארויף די פרייזן פשוט ווייל ער קען איז עתיד ליתן את הדין. איך שרייב עס בעיסד אויף וואס איך געדענק לערנען
איינער וואס האט די ספק צו ער מעג רעכענען כך וכך זאל זיך נישט פארלאזן אויף מיר אדער סיי וועלכע אנאנימער שרייבער נאר פרעגן א תלמיד חכם וואס וועט אים זאגן דעם אמת
Re: איז דא לימיט וויפיל מ’מעג פארדינען ביי דירות פאר אידן?
געפאוסט: מאנטאג יוני 17, 2024 1:43 am
דורך totty2024
אנדערער האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 1:35 am

איר זענט זיך סותר מני' ובי' ווייל אויב האט עס מיט ריסק דארף די היימישע געגנטער זיין די ביליגסטע ווייל די ריסק איז כמעט 0
ועוד איר האט מורא עס זאל נישט זיין ווער זאל אינוועסטן אדרבה זעהט וויפיל א צווייטער גוי להבדיל מאכט פון א אינוועסטמענט און זעה וואס ממאכט אין קרית יואל
מילא וויליאמסבורג וואלט מען געקענט פארקויפן פאר גוים פאר מער געלט נאך אבער קרית יואל איז דאך קלאר אז א גוי נעבן ק"י צאלט נישט פאר א קאונדא דירה אין די געגנט מער ווי 250 אלף
Re: איז דא לימיט וויפיל מ’מעג פארדינען ביי דירות פאר אידן?
געפאוסט: מאנטאג יוני 17, 2024 1:48 am
דורך אנדערער
totty2024 האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 1:43 am
► Show Spoiler

איך בין זיך סותר?
Re: איז דא לימיט וויפיל מ’מעג פארדינען ביי דירות פאר אידן?
געפאוסט: מאנטאג יוני 17, 2024 1:51 am
דורך מלאכי
אנדערער האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 1:41 am
מלאכי האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 1:35 am
אנדערער האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 1:19 am
אז אונז פשוטע יונגעלייט דא ווייסן נישט פון א מאמר חזל אדער הלכה איז נישט קיין ראי אז עס איז נישט דא אזא הלכה
איך געדענק לערנען וועגן ארויפטרייבן פרייזן אבער איך קען זיך נישט דערמאנען וואו
אמת קען זיין אז סאיז דא אזא מאמר חז״ל. איך האב אבער געמיינט אז די אלע וואס שרייבן דא אז די וואס בעטן טייער זענען עתיד ליתן את הדין האבן זיכער דעקונג פין א פוסק
רעדן אויף א איד פאר מ׳ווייסט נישט זיכער אז יענער טוט שלא כהלכה איז זיכער עתיד ליתן את הדין
דא איז נישט קיין בית דין שטוב און נישט קיין קול קורא פעקטארי
דא שמועסט מען אויס ווי גוטע פריינט
יעצט מיין מיינונג. איינער וואס טרייבט ארויף די פרייזן פשוט ווייל ער קען איז עתיד ליתן את הדין. איך שרייב עס בעיסד אויף וואס איך געדענק לערנען
איינער וואס האט די ספק צו ער מעג רעכענען כך וכך זאל זיך נישט פארלאזן אויף מיר אדער סיי וועלכע אנאנימער שרייבער נאר פרעגן א תלמיד חכם וואס וועט אים זאגן דעם אמת
איך פארשטיי נישט וואס די זאגסט אויב קען קיינער נישט ברענגען א פוסק וואס שרייבט אז מטאר נישט דעמאלטס וואס איז די שמועס בכלל אוודאי מעג יעדער בעטן וויפיל ער וויל. אוודאי איינער וואס זאגט אז איך בעט ביליג ווייל איך וויל געבן צדקה פאר מיינע ברידער אוודאי איז שכרו הרבה מאוד.
יעצט אויב ווילסטו פלעין שמועסן אן הלכה אה דעמאלטס האלט איך אז איינער דארף בויען הייזער פאר מיר און אלע מיינע חברים און אונז גיי מיר אים צאלן צוזאמען די קאסט פלאס פיר טויזענט דאלער א וואך און די זעלבע איז מיטן גראסערי מאן און די זעלבע ביי וועם איך ליעס מיין קאר…..
Re: איז דא לימיט וויפיל מ’מעג פארדינען ביי דירות פאר אידן?
געפאוסט: מאנטאג יוני 17, 2024 1:54 am
דורך אנדערער
מלאכי האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 1:51 am

קענסט טאקע נישט פארשטיין דעם חילוק?
Re: איז דא לימיט וויפיל מ’מעג פארדינען ביי דירות פאר אידן?
געפאוסט: מאנטאג יוני 17, 2024 1:59 am
דורך מלאכי
אנדערער האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 1:54 am

ניין
Re: איז דא לימיט וויפיל מ’מעג פארדינען ביי דירות פאר אידן?
געפאוסט: מאנטאג יוני 17, 2024 2:08 am
דורך פשוט און גראד
אנדערער האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 1:35 am
ווער עס איז נישט אין די דעוועלאפערס ביזנעס ווייסט נישט וואס די ארבעט און ריסק איז
פארקויפן פאר אידן איז מעגליך שווערער ווי פאר גוים. איך בין נישט אין די פעלד נאר אזוי האב איך געהערט. און די ריטורן מוז זיין גרעסער
אין ביזנעס איז דא א מהלך פון ריסק ווערסעס ריווארד. אינטערעסט אויף די אינוועסטמענט. וויפיל ארבעט גייט אריינגיין. און נאך פאקטארן צו נעמען אין באטראכט
אויב גייט מען צווינגען דעוועלאפערס צו מאכן ווייניגער ווי דעם וועט קיין שום נארמאלער מענטש נישט אריינטרעטן אין דעם געשעפט
אבער קרית יואל האט א מעלה פאר דעוועלאפערס ער ווייסט אז ער האט זיכערע קונים. אנדערש ווי אנדערע דעוועלאפמענטס ווי למשל בלומינגבורג וואס די גאנצע מעשה וואלט געקענט קראכן און יענער וואלט דערלייגט די הויזן. דאס נידערט דעם ריסק פאקטאר אבער מאכט אויך אז מען זאל קענען רייסן מער געלט ווייל עס גייט זיין ווער עס גייט באצאלן די הויכע פרייזן
לסיכום. עס איז דא א סומע וויפיל אן אינוועסטירער מוז מאכן די געשעפט זאל זיך אים לוינען. אין קרית יואל איז די ריסק קלענער. דערפאר איז נישט שייך צו ברענגען ראיות פון א גוגל סוירטש. פאר א איד צו אויסרייסן געלט פון א צווייטן איד נאר ווייל ער קען איז קעגן ואהבת לרעך כמוך
טייערע
@אנדערער
אסאך דיוועלאפערס אין ק"י אין בכלל אין די היימישע געגענטער, זענען זיראו ביזנעס פיפל, על אף מ’דרייווט א טייערע קאר וכו’ ועל אף מ’פארדינט געלט.
Re: איז דא לימיט וויפיל מ’מעג פארדינען ביי דירות פאר אידן?
געפאוסט: מאנטאג יוני 17, 2024 2:15 am
דורך אנדערער
קיינער רעדט נישט פון לייגן א קעפ וויפיל ער מעג מאכן
מען רעדט פון מאכן שיין געלט אבער נישט רייסן פלעין ווייל ער קען
אויב א קאר רענטל גייט דיר טשארדזשן $500 א טאג פאר א קליינע קארעלע ווייל דו מוזט עס יעצט האבן איז ער א רויבער
עס איז זיין קאר. קיינער צווינגט דיך נישט צו נעמען ביי אים. אבער וועסט ארומגיין פארציילן פאר די גאנצע שטאט אז ער רייט אויף ווער עס איז דעספערט
יעדע ביזנעס האט א חשבון וויפיל מען דארף פארדינען די געשעפט זאל זיך לוינען און א דעוועלאפערס איז נישט אנדערש. יעדער פארשטייט אז ער מוז נישט רעכענען ממש נאר דאס אבער צו געבן אזא שיס ארויף נאך א מאה אלף פלעין ווייל איך קען און די האסט נישט קיין ברירה מיט מיר איז אן עוולה גדולה
Re: איז דא לימיט וויפיל מ’מעג פארדינען ביי דירות פאר אידן?
געפאוסט: מאנטאג יוני 17, 2024 2:17 am
דורך אנדערער
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 2:08 am► Show Spoiler
אנדערער האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 1:35 am
ווער עס איז נישט אין די דעוועלאפערס ביזנעס ווייסט נישט וואס די ארבעט און ריסק איז
פארקויפן פאר אידן איז מעגליך שווערער ווי פאר גוים. איך בין נישט אין די פעלד נאר אזוי האב איך געהערט. און די ריטורן מוז זיין גרעסער
אין ביזנעס איז דא א מהלך פון ריסק ווערסעס ריווארד. אינטערעסט אויף די אינוועסטמענט. וויפיל ארבעט גייט אריינגיין. און נאך פאקטארן צו נעמען אין באטראכט
אויב גייט מען צווינגען דעוועלאפערס צו מאכן ווייניגער ווי דעם וועט קיין שום נארמאלער מענטש נישט אריינטרעטן אין דעם געשעפט
אבער קרית יואל האט א מעלה פאר דעוועלאפערס ער ווייסט אז ער האט זיכערע קונים. אנדערש ווי אנדערע דעוועלאפמענטס ווי למשל בלומינגבורג וואס די גאנצע מעשה וואלט געקענט קראכן און יענער וואלט דערלייגט די הויזן. דאס נידערט דעם ריסק פאקטאר אבער מאכט אויך אז מען זאל קענען רייסן מער געלט ווייל עס גייט זיין ווער עס גייט באצאלן די הויכע פרייזן
לסיכום. עס איז דא א סומע וויפיל אן אינוועסטירער מוז מאכן די געשעפט זאל זיך אים לוינען. אין קרית יואל איז די ריסק קלענער. דערפאר איז נישט שייך צו ברענגען ראיות פון א גוגל סוירטש. פאר א איד צו אויסרייסן געלט פון א צווייטן איד נאר ווייל ער קען איז קעגן ואהבת לרעך כמוך
טייערע @אנדערער
אסאך דיוועלאפערס אין ק"י אין בכלל אין די היימישע געגענטער, זענען זיראו ביזנעס פיפל, על אף מ’דרייווט א טייערע קאר וכו’ ועל אף מ’פארדינט געלט.
קען זיין. איך קען נישט קיינעם פון די דעוועלאפערס.
און וואס ווילסטו ארויסברענגען?
Re: איז דא לימיט וויפיל מ’מעג פארדינען ביי דירות פאר אידן?
געפאוסט: מאנטאג יוני 17, 2024 2:18 am
דורך פשוט און גראד
אנדערער האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 2:15 am
קיינער רעדט נישט פון לייגן א קעפ וויפיל ער מעג מאכן
מען רעדט פון מאכן שיין געלט אבער נישט רייסן פלעין ווייל ער קען
אויב א קאר רענטל גייט דיר טשארדזשן $500 א טאג פאר א קליינע קארעלע ווייל דו מוזט עס יעצט האבן איז ער א רויבער,
ער איז אבסלוט נישט קיין רויבער, אפשר א משיגע...
עס איז זיין קאר. קיינער צווינגט דיך נישט צו נעמען ביי אים. אבער וועסט ארומגיין פארציילן פאר די גאנצע שטאט אז ער רייט אויף ווער עס איז דעספערט
יעדע ביזנעס האט א חשבון וויפיל מען דארף פארדינען די געשעפט זאל זיך לוינען און א דעוועלאפערס איז נישט אנדערש. יעדער פארשטייט אז ער מוז נישט רעכענען ממש נאר דאס אבער צו געבן אזא שיס ארויף נאך א מאה אלף פלעין ווייל איך קען און די האסט נישט קיין ברירה מיט מיר איז אן עוולה גדולה
מהיכי תיתי אז דאס איז די עדיטוט? אפשר איז עס בלויז א דמיון?
Re: איז דא לימיט וויפיל מ’מעג פארדינען ביי דירות פאר אידן?
געפאוסט: מאנטאג יוני 17, 2024 2:23 am
דורך אנדערער
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 2:18 am

אן אינטערעסאנטע הלכה. איך ווייס נישט צו מען פסקנט היינט אזוי אבער נקודה למחשבה זיכער
אויב איינער אנטלויפט פון א סכנה און א שיפלער בעט א געשוואלענע פרייז אריבערצופירן, מעג מען זאגן אז מען גייט באצאלן דעם הויכן פרייז און דערנאך איז מען נישט מחיוב צו צאלן מער ווי די געהעריגע פרייז
וואס איז פשט פון די הלכה?
Re: איז דא לימיט וויפיל מ’מעג פארדינען ביי דירות פאר אידן?
געפאוסט: מאנטאג יוני 17, 2024 2:24 am
דורך פשוט און גראד
הקיצור א מעשה,
נאכנישט דא פארן דיוועלעפער קיין מהלך/נומערס צו מעסטען וואס ס’איז נארמאל, תורהדיג, וכו’
אבער וואס יא..
לאמיר זאגען אז יעצט איז די פרייז ----- פער סק. פט. אין והנה אן אורח ריקט זיך אן מיט א נייע סטענדערד דאן הייבן זיך די אויגען ברעמען למה ועל למה..
אבער.. למעשה וואס וועט זיין די רייץ אויף צו גיין ווייטער, ווייס איך נישט..
Re: איז דא לימיט וויפיל מ’מעג פארדינען ביי דירות פאר אידן?
געפאוסט: מאנטאג יוני 17, 2024 2:26 am
דורך פשוט און גראד
אנדערער האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 2:23 am
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 2:18 am
אנדערער האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 2:15 am
קיינער רעדט נישט פון לייגן א קעפ וויפיל ער מעג מאכן
מען רעדט פון מאכן שיין געלט אבער נישט רייסן פלעין ווייל ער קען
אויב א קאר רענטל גייט דיר טשארדזשן $500 א טאג פאר א קליינע קארעלע ווייל דו מוזט עס יעצט האבן איז ער א רויבער,
ער איז אבסלוט נישט קיין רויבער, אפשר א משיגע...
עס איז זיין קאר. קיינער צווינגט דיך נישט צו נעמען ביי אים. אבער וועסט ארומגיין פארציילן פאר די גאנצע שטאט אז ער רייט אויף ווער עס איז דעספערט
יעדע ביזנעס האט א חשבון וויפיל מען דארף פארדינען די געשעפט זאל זיך לוינען און א דעוועלאפערס איז נישט אנדערש. יעדער פארשטייט אז ער מוז נישט רעכענען ממש נאר דאס אבער צו געבן אזא שיס ארויף נאך א מאה אלף פלעין ווייל איך קען און די האסט נישט קיין ברירה מיט מיר איז אן עוולה גדולה
מהיכי תיתי אז דאס איז די עדיטוט? אפשר איז עס בלויז א דמיון?
אן אינטערעסאנטע הלכה. איך ווייס נישט צו מען פסקנט היינט אזוי אבער נקודה למחשבה זיכער
אויב איינער אנטלויפט פון א סכנה און א שיפלער בעט א געשוואלענע פרייז אריבערצופירן, מעג מען זאגן אז מען גייט באצאלן דעם הויכן פרייז און דערנאך איז מען נישט מחיוב צו צאלן מער ווי די געהעריגע פרייז
וואס איז פשט פון די הלכה?
העי די מאכסט מיר ניצען דאס מוח.. נישט געוויסט פון די הלכה..
יענער טוט עס פאר א ביזנעס? ווייס איך נישט
Re: איז דא לימיט וויפיל מ’מעג פארדינען ביי דירות פאר אידן?
געפאוסט: מאנטאג יוני 17, 2024 10:13 am
דורך שאינו יודע לשאול

די פשט פון די הלכה איז פשוט, טאקע ווייל ס'איז באמת נישט ווערד אזוי פיל און ער בעט נישט געווענטליך אזוי סאך, קען ער נישט נאכדעם מאנען פון דיר אז דו ביסט אים שולדיג כך וכך פאר די ארבעט וואס איך האב דיר געטון.
אבער ס'איז לכאורה נישט די זעלבע זאך ווי איינער וואס האט א חפץ צו פארקויפן, ווייל דארט איז זיין תביעה ס"ה אז ער האט געטון א ארבעט פאר דיר, ממילא דארפסטו אים באצאלן וויפיל ער רעכנט נארמאל. אבער דא איז זיין תביעה אז דו וואוינסט אין מיין הויז, אויב ווילסטו נישט באצאלן, וואק ארויס פון דא. דא קענסטו אים נישט ענטפערן אז ס'איז עכט נישט ווערד אזוי פיל, אויב האלטסטו אז ס'איז נישט ווערד, קויף עס נישט.
Re: איז דא לימיט וויפיל מ’מעג פארדינען ביי דירות פאר אידן?
געפאוסט: מאנטאג יוני 17, 2024 10:18 am
דורך אנדערער
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 2:26 am
אנדערער האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 2:23 am
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 2:18 am
מהיכי תיתי אז דאס איז די עדיטוט? אפשר איז עס בלויז א דמיון?
אן אינטערעסאנטע הלכה. איך ווייס נישט צו מען פסקנט היינט אזוי אבער נקודה למחשבה זיכער
אויב איינער אנטלויפט פון א סכנה און א שיפלער בעט א געשוואלענע פרייז אריבערצופירן, מעג מען זאגן אז מען גייט באצאלן דעם הויכן פרייז און דערנאך איז מען נישט מחיוב צו צאלן מער ווי די געהעריגע פרייז
וואס איז פשט פון די הלכה?
העי די מאכסט מיר ניצען דאס מוח.. נישט געוויסט פון די הלכה..
יענער טוט עס פאר א ביזנעס? ווייס איך נישט
איך גיי עס מאכן מער דעטאלירט. אבער דא בין איך שוין נישט אזוי זיכער אז איך געדענק ריכטיג
אויב יענער איז בכלל נישט אין די שיפלען אינדוסטרי אבער יענער בעט אים טראג מיך אריבער און ער בעט א טייערע פרייז ווייל עס לוינט נישט פאר ווייניגער מוז מען געהעריג באצאלן
די גמרא פארציילט פון א מענטש וואס האט פארקויפט א פריוואטע חפץ און זאגט דארט אז דיני אונאה גייט נאר אן ביי א געשעפט
היוצא לנו מזה. על פי תורה קען א פריוואטער מענטש זאגן איך פארקויף עס נאר פאר מער ווי די ווערד ווייל פאר מיר איז עס מער ווערד אבער א ביזנעס טאר נישט טשארדזשן אין די וועלט אריין פלעין ווייל ער קען
Re: איז דא לימיט וויפיל מ’מעג פארדינען ביי דירות פאר אידן?
געפאוסט: מאנטאג יוני 17, 2024 10:23 am
דורך פישל שווארץ
מלאכי האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 12:29 am
פישל שווארץ האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 12:26 am
מלאכי האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 16, 2024 11:50 pm
אינטערסאנט אז קיין איין פוסק האט נישט געטראכט ווי דיר
די פוסקים זאגן אז סאיז יא דא א לימיט? אויב יא צו איך צוריק פון וואס איך האב געזאגט.
ניין די פוסקים זאגן נישט קיין לימיט אפילו די ריפסט עס אן טרונקען בלוט, זעהט אבער אויס זיי האבן נישט געהאלטן אזוי
איך האב דיר שוין געזאגט פריער, אויב די פוסקים האלטן אז סאיז נישט דא קיין לימיט און אויכעט מעג מען טרינקען א ברידער'ס בלוט, צו איך צוריק. וואס טרייט איר צו זאגן נאך אמאל?