Re: מעג מען געבן וואקסינען על פי הלכה?
געפאוסט: מאנטאג מאי 20, 2024 10:10 am
העי העי, אינגערמאן קום אראפ אביסעל. עס האט דיר איינער אטאקירט פערזענליך אז דו נעמסט די ליניע? דו רעדטס דא מיט עדאלטס און עס איז א נארמאלע זאך אז צווישען עדאלטס זאל זיין מער ווי איין מיינונג, און אסאך מאל כרחוק מזרח ממערב. אויב האט איר נישט קיין אנדערע וועג ארויסצוברענגען אייער פוינט חוץ פון אטאקירן און אראפרייסען פערזענליך, דאן האט איר א שטיקעלע פראבלעם.היימישע זייגער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 19, 2024 9:07 pm דער עולם איז העפי..
-נקודות האט געברענגט תשובות פון 200 יאר צוריק ווען עס איז געווען קעגן א טויטליכע קרענק און בכלל נישט געווען קיין שום סייד עפעקט (מען רעדט נישט פון א סייד עפעקט פון ווערן קראנק מיט די מחלה, דאס איז אנדערש לחלוטין לכל בר דעת) ווייל עס איז געווען פון די עצם מחלה כידוע לכל און היימישע זייגער איז אפגעפרעגט..
-פאקטן פון 1 געשעדיגטע צווישן אחב"י פון צווישן טויזענטער אדער גאר צענדליגע טויזענטער מיזעלס, טשיקן פאקס וכדומה פון לעצטע 10 יאר קען אויך קיינער נישט טרעפן.
-געשעדיגטע פון וואקסינען איז כו"ע מדי אז עס איז דא (Vaers database).
-1 תשובה הלכה פון לעצטע 50 יאר וואס באהאנדעלט די מיליאנען געשעדיגטע פון די אפיציעלע רעגירונגס דאטא איז אויך נישט צו באקומען.
און איך טענה זיך מיטן מציאות.
כהאב געמיינט איך דיעל דא מיט עדאלטס.
נקודות האט געברענגט עטליכע תשובות להלכה פון די פריערדיע פוסקים ווייל כך דרכה של תורה. ווען עס מאכט זיך א שאלה אין סיי וועלכע ענין קוקט מען ווען אין היסטאריע האט זיך אנגעהויבען דאס מציאות, און וואס די פוסקים אין יענע תקופה האבן געזאגט דערצו. אמאל זענען דא זאכן וואס שטייט שוין אין חומש, און צומאל איז די ערשטע מקור אין א תשובה ספר מיט צוויי הונדערט יאר צוריק. און צומאל דאס אויך נישט.
לויט דאס וואס מיר האבן געברענגט קומט אויס אז עס איז נישט קיין שום חשש צו געבן וואקסינען ע''פ הלכה. און אויב זאל איינער יעצט אנקומען אז היינט איז אנדערש, איז המוציא מחברו עליו הראיה. אדרבה, זאלן די אנטי וועקסערס ברענגען א פסק הרבנים פון אנגענומע פוסקים היינטיגע צייטן אז מען טאר נישט. אויף דערוויייל, ווי לאנג אלע אונזערע מוסדות וואס איז אונטער אונזערע רבנים פארלאנגען צו נעמען וואקסינס ואין אחד מהרבנים שלנו פוצה פה. און ווי לאנג אונזערע רבנים געבן שאטס פאר די קינדער און אייניקלעך, איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס מיר זאלן דארפן ברענגען א פסק הלכה צו אונזער זייט פון די לעצטע פופציג יאר. מיר דארפן נישט ברענגען קיין פסק פון ב''ד אז מען דארף היטן שבת, ווייל דאס שטייט שוין אין פסוק. און מיר דארפן נישט ברענגען קיין שום פסק אין קיין שום נושא וואס איז שוין אויסגע'פסק'ענט געווארן מיט יארן פריער. ווי לאנג אונזערע רבנים קומען נישט ארויס לחלק אז היינט איז אנדערש, און ווי לאנג אלע פידיעטריק דאקטורים פון אונזערע קינדער געבן דאס, איז די פסק פון צוויי הונדערט יאר צוריק קאי וקיים!
קו''ק לאז איבער פאר פשוטו של מקרא און די שיעורים פון מרת ביליגריי, א שאד עס צו נוצן אויף אזעלכע מינדערוויכטיגע זאכן ווי וואקסינען!
יעצט צום ענין. איר הויבט אן מיט א בקשה ביטע נאר תורה'דיגע, און ווען איינער ברענגט דיר תורה'דיג ווילט איר געזונטהייט פאקטען?
די נאמבערס פון די CDC און WHO ווילסטו נישט אנעמען. סא פונקטלעך וועלכע נאמבערס ווילט איר?
און איין מינוט. אויב די נאמבערס פון די CDC און WHO און פון MAYO CLINIC נעמט איר נישט אן, פארוואס פונקט ווען עס קומט צו די צאל וואס האבן סייד עפעקטס פון די וואקסין גלייבט איר יא? פאר די סעיק אף די ארגיומענט קען איך דיר יעצט זאגן אז איך גלויב נאר די סטאטיסטיקס פון די CDC וכדו' איבער די מחלות, און נישט איבער די וואקינס.
איר בעט איין טויטפאל וואס די מיזעלס האט צוגעברענגט. איך בעט אייך געב מיר איין טויטפאל וואס די וואקסין האט צוגעברענגט! געב מיר איינער וואס האט געגעבן א מיזעלס שאט פאר די קינדער און א וואך שפעטער איז געווען א לויה! איר האט עס נישט, נאר איר וועט דארפן ברענגען נאמבערס פון פייזער. אקעי, אז דו גלייבסט די גאווערמענט סטאדיס אויף די וואקסין'ס גלייב זיי אויך מיט די אנדערע נאמבער'ס!
די מציאות איז אין אונזערע ספרי קודש זעהן מען אז יעדע שטיק צייט איז געווען פרישע מגיפות ר''ל און היינט איז דאס ב''ה נישט דא מער. די איינציגע זאך אויף וואס מען קען דאס אנלייגען ע''פ דרך הטבע איז די וואקסינס. וואס ווי מען זעהט קלאר אז ווי מער אנטוויקעלט די וואקסינס זענען געווארן, און ווי מער עס איז געווארן עוויליבעל פארן פאבליק, אלץ מער האט די ראטע פון מגיפות נאכגעלאזט. וכן יעזור הקב''ה להלאה. יעצט איז אייער טענה אז היינט זעהט מען נישט די צאל טויט פעלער וואס מען האט אמאל געזעהן? ווי נעריש דארף מען זיין צו זאגן אזא טענה? געב עס צוואנציג יאר אן קיין וואקסינען און דער אויבערשטער זאל אפהיטען די אנשטעקונג ראטעס און טויט ראטעס וועלן זיך הייבן צו ריזיגע שטאפלען. טאקע נישט אויף די אמאליגע ראטעס, ווייל די מעדעצינישע וועלט איז אויך פיל מער אנטוויקעלט ווי אין די פרימטיווע וועלט, ב''ה פאר דעם.
פשוט א מציאות געווארן היינט אז אסאך פרויען האבן נישט וואס צו טוהן מיט'ן טאג און זיי ליינען געוויסע סטאדיס פון געוויסע אויסגעשפיגענע דאקטורים וואס האבן קיינמאל נישט מצליח געווען. און גאר אסאך פון זיי האט מען שוין אויפגעדעקט זייער אמת'ע געזוכט און פון זיי אוועקגענומען די לייסענס צו זיין א דאקטער. יא אמת סאיז דא אויך גוטע דאקטורים וואס האבן א פראבלעם מיט די וואקסינס. אבער די הלכה פארלאנגט זיך אז מען גייט מיט רוב דעות, און די רוב דא איז צו שטארק אז מען זאל בכלל דארפן חושש זיין צו די מיעוט שבמיעוט דאקטורים.
איך האב א חבר וואס די נאמען פריעדמאן און בערקאוויטש קען ער נישט ליינען אין אן ענגלישע פאון בוך, און שוין אפגערעדט פון עס ספעלן. אבער ער איז איבערצייגט אז די וואקסין איז שעדליך ווייל ער האט אליינס געליינט הונדערטער דאקיומענטן... נישטא ווער זאל לאכן! ער בעהט מיר היף מיט'ן שיקן טעסט מעסעדזשעס אויף ענגליש, אבער די שווערע מעדיקעל שפראך פארשטייט ער... און אזעלכע מענשטען גייען נאכדעם ארויף אויף האטליינס מסביר זיין די שעדליכקייט פון די וואקסינס. ווי אזוי זאגט @פופציגער? לחיים לחיים!
אדרבה, אז דו ווילסט רעדן תורה'דיג בין איך גרייט. איך האב נאך ב''ה אסאך צו שרייבען איבער דעם. אז איר ווילט זיך דורך שמועסן תורה'דיג איי עם רעדי!