בלאט 4 פון 7

Re: מוסדות על 'טהרת הקודש' (?) אין אמעריקע; זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: מאנטאג מאי 20, 2024 10:52 am
דורך שאינו יודע לשאול
אנדערער האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 11:55 pm
היימישע זייגער האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 11:54 pm 33333333.png
44444444444.png

דריטע איז געבלאקט דורך מיין פילטער
מיינס אויך.

Re: מוסדות על 'טהרת הקודש' אין אמעריקע; זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: מאנטאג מאי 20, 2024 7:00 pm
דורך א טראכטער
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 9:21 am דא זעט מען דאך קלאר אז די נושא איז ווייל דאס געלט קומט דורך די רשעי ישראל, וואס ווילן ווערן בעה"ב אויפ'ן חינוך.

Re: מוסדות על 'טהרת הקודש' אין אמעריקע; זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דינסטאג מאי 21, 2024 1:28 am
דורך אנדערער
א טראכטער האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 7:00 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 9:21 am דא זעט מען דאך קלאר אז די נושא איז ווייל דאס געלט קומט דורך די רשעי ישראל, וואס ווילן ווערן בעה"ב אויפ'ן חינוך.
נישט אז עס מאכט אויס. איך שמועס נאר אויס

דארט זענען זיי געקומען פארשלאגן אז זיי ווילן געבן. אין ניו יארק האט מען געדארפט גיין בעטן מיט גאנצע טענות

Re: מוסדות על 'טהרת הקודש' אין אמעריקע; זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דינסטאג מאי 21, 2024 11:28 am
דורך דער תהלים איד
א טראכטער האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 7:00 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 9:21 am דא זעט מען דאך קלאר אז די נושא איז ווייל דאס געלט קומט דורך די רשעי ישראל, וואס ווילן ווערן בעה"ב אויפ'ן חינוך.
ערשטנס, דארט איז עס רשעי ישראל. דאס איז מיין פעין פוינט. און מ'קען נישט ברענגען אהער יענע קול קורא'ס, ס'איז אביסל ווי זאמד אין די אויגן.

צווייטנס, דא איז דאס געלט כלל נישט צו ווערן בעה"ב אויפ'ן חינוך! כלל וכלל לא. דאס געלט ווערט באשטעטיגט אין סטעיט סענאט און אין פעדעראלע סענאט, וואו מען פייט אויס צו קריגן געלט פאר פרייוועט סקולס.

עקסטער, בלי שייכות, איז דא א עדיקעישן דעפארטמענט וואס איז כאילו בעה"ב אויף אלע שקולס, און זיי זענען ליידער אריי אין א קאמף קעגן אונזער חינוך. קעסנט יעצט זאגן אז דאס אז מען באקומט געלט מאכט זיי שטארקער און גיבט זיי טולס צו פייטן, מ'קען עס דעבאטירן, אבער קיינער גיט אונז נישט קיין געלט "כדי צו ווערן בעה"ב אויפן חינוך". די זאך עקזיסטירט נישט דאהי.

Re: מוסדות על 'טהרת הקודש' (?) אין אמעריקע; זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דינסטאג מאי 21, 2024 11:38 am
דורך היימישע זייגער
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 9:21 am דא זעט מען דאך קלאר אז די נושא איז ווייל דאס געלט קומט דורך די רשעי ישראל, וואס ווילן ווערן בעה"ב אויפ'ן חינוך.
זענען מסוגל נישט אז זיי ווילן שוין, כן משמע
a.png
a.png (60.3 KiB) געזען געווארן 851 מאל

Re: מוסדות על 'טהרת הקודש' (?) אין אמעריקע; זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דינסטאג מאי 21, 2024 11:47 am
דורך דער תהלים איד
היימישע זייגער האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 11:38 am
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 9:21 am דא זעט מען דאך קלאר אז די נושא איז ווייל דאס געלט קומט דורך די רשעי ישראל, וואס ווילן ווערן בעה"ב אויפ'ן חינוך.
זענען מסוגל נישט אז זיי ווילן שוין, כן משמע

a.png
ניין. די גאנצע שפראך לויפט אז "דאס איז דער ציל פון די ציונים" וואס ארלעדיגן די געלט.

און ממילא איז עס עלול צו געשען.

Re: מוסדות על 'טהרת הקודש' אין אמעריקע; זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דינסטאג מאי 21, 2024 2:39 pm
דורך נפתלי
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 11:28 am
א טראכטער האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 7:00 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 9:21 am דא זעט מען דאך קלאר אז די נושא איז ווייל דאס געלט קומט דורך די רשעי ישראל, וואס ווילן ווערן בעה"ב אויפ'ן חינוך.
ערשטנס, דארט איז עס רשעי ישראל. דאס איז מיין פעין פוינט. און מ'קען נישט ברענגען אהער יענע קול קורא'ס, ס'איז אביסל ווי זאמד אין די אויגן.

צווייטנס, דא איז דאס געלט כלל נישט צו ווערן בעה"ב אויפ'ן חינוך! כלל וכלל לא. דאס געלט ווערט באשטעטיגט אין סטעיט סענאט און אין פעדעראלע סענאט, וואו מען פייט אויס צו קריגן געלט פאר פרייוועט סקולס.

עקסטער, בלי שייכות, איז דא א עדיקעישן דעפארטמענט וואס איז כאילו בעה"ב אויף אלע שקולס, און זיי זענען ליידער אריי אין א קאמף קעגן אונזער חינוך. קעסנט יעצט זאגן אז דאס אז מען באקומט געלט מאכט זיי שטארקער און גיבט זיי טולס צו פייטן, מ'קען עס דעבאטירן, אבער קיינער גיט אונז נישט קיין געלט "כדי צו ווערן בעה"ב אויפן חינוך". די זאך עקזיסטירט נישט דאהי.
קודם קלארצושטעלן מיין ציל דא איז נאר ארויסצוברענגען די אנדערע זייט מטבע און נישט אז דאס איז בעצם מיין מיינונג.

ממילא איז אזוי, זיי ניצן קלאר די ענין פון געלט אלטס א סטראשע און די סטעיט זאגט איינמאל און נאכאמאל אז זייער ציל איז עס צו דערקלערן אלטס נישט קיין סקול און ממילא צוכאפן די געלט

אויב אזוי, איז דא א סברא צו זאגן, אז אויב די געלט ווערט געניצט אלטס א סטראשע אז מען זאל זיך ווילן צושטעלן צו זייערע גזירות, זאל מען קודם אוועקנעמען די נגיעה און נישט נעמען קיין געלט פון זיי

והשנית, וואס דאס האלט איך יא באמת, אז מען דארף נישט זיין אזוי פארטייאיש, און מען מעג אננעמען אז בכל אופן, איז חשובער און ריינער ווען מען נעמט געלט נאר פון ערליכע מקורות

די גמרא זאגט שוין אויף תורה על טהרת הקודש אויף מעשי חייא ווי ווייט עס איז געגאנגען אז ער האט אויפגעצויגן הערשן, און געמאכט פארמעט, וכו' וכו' און צוליב האט ער געמאכט שלא תשתכח תורה מישראל

ממילא אפילו איך טוה נישט אזוי, און איך נעם יא, געלטער וכו' מעג מען פארשטיין אז א ריינע תורה כל כולו האט א חשיבות

והשלישית ווער קען אריינקומען מיט די היסטאריע פון מאנטריאל דארט איז דא עפעס הוראות בנוגע נישט נעמען געלט אבער איך קען נישט די פרטים פינקטליך.

Re: מוסדות על 'טהרת הקודש' (?) אין אמעריקע; זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דינסטאג מאי 21, 2024 2:51 pm
דורך דער תהלים איד
@נפתלי דאס אז זיי נוצן עס אלס סטראשע איז פשוט, כפי שאמרתי. דאס מיינט נישט אז דאס געלט איז פסול, און אז ס'איז חשוב צו אויסבלוטיגן ח"ו. אמעריקאנע מוסדות קענען נישט גיין אר"י נאך געלט... און אז דאס געלט אי זנישט פסול, איז עס א חיוב צו נעמען אלס חובת השתדלות.

דאס אז איינער וויל זיך שטעלן אויפ'ן קאפ און נישט נעמען כאטש ס'איז נישט פסול, דאס איז נישט מיין שולד, און איך זע נישט די מצוה אים צו העלפן. ס'איז נישט מרבה קיין ברעקל תורה אויף דער וועלט.

Re: מוסדות על 'טהרת הקודש' (?) אין אמעריקע; זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דינסטאג מאי 21, 2024 3:31 pm
דורך נפתלי
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 2:51 pm @נפתלי דאס אז זיי נוצן עס אלס סטראשע איז פשוט, כפי שאמרתי. דאס מיינט נישט אז דאס געלט איז פסול, און אז ס'איז חשוב צו אויסבלוטיגן ח"ו. אמעריקאנע מוסדות קענען נישט גיין אר"י נאך געלט... און אז דאס געלט אי זנישט פסול, איז עס א חיוב צו נעמען אלס חובת השתדלות.

דאס אז איינער וויל זיך שטעלן אויפ'ן קאפ און נישט נעמען כאטש ס'איז נישט פסול, דאס איז נישט מיין שולד, און איך זע נישט די מצוה אים צו העלפן. ס'איז נישט מרבה קיין ברעקל תורה אויף דער וועלט.
אויב וואלט די נושא בכלל נישט געווען געלט, דהיינו מען איז פארזיכערט 100 פראצענט אז די געלט גייט ווייטער פליסן בכל אופן, האלטסטו אז איין מוסד אין ניו יארק וואלט גענומען א פעטוועי?

ברור כשמש אז מען וואלט נישט גענומען, אלא מאי דאס געלט נעמען האט יא געהאט א השפעה אויף געוויסע.

און נאכאמאל נישט אלעס איז שווארץ און ווייס, עס איז דא זאכן וואס זענען גרעי, יא, עס איז דא א חשיבות פון תורה בטהרה, אינגאנצן ריין ריין, און אפילו מען מעג נעמען, מעג מען מחשיב זיין די וואס נעמען נישט.

Re: מוסדות על 'טהרת הקודש' (?) אין אמעריקע; זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דינסטאג מאי 21, 2024 7:29 pm
דורך שרייבן שרייבט זיך
די שאלה איז געווען צו די וואס האלטן נישט ווי די האטליין געפירטע זאלן געבן געלט פאר זייער מוסדות.

דער וואס האלט אז זיי זענן גערעכט גייט אריין אין אן אנדערן גדר. איך וויל נאר מעורר זיין\דערמאנן, אז די לשון פון א קול קורא טאר נישט זיין קיין מקור פאר קיין שום הנהגה, ועאכו"כ נישט אויף יענעם צו באשרייען. א תשובה להלכה איז איין זאך, אבער גאס צעטלאך זענן געשריבן פאר די גאס.

איך וויל נאר מעורר זיין אז עס איז דא אסאך מענטשן וואס זענן אנגעווייטאגט אויף די 'סיסטעם'. מאנכע ווערן געפירט פון א פרומע נויג, אנדערע פון א 'עבדא בהפקירא ניחא ליה' טראכטסגאנג. אין מיין עקספיריענס, וויפיל פארדארבענקייט מענטשן אנטדעקן אין די 'סיסטעם', זענן די אנטי-סיסטעם גארנישט הינטערשטעליג אין דער געביט.
טאמער א צווייטע מהלך ווערט אויפגעבויט, אונטער געווארפן ביי ערליכע רבנים תלמידי חכמים בעלי אחריות, וואלט מען געקענט מאכן א צושטעל צו ארץ ישראל. דארט, האבן רוב גדולי ישראל מתיר געווען צו נעמן געלט פון די רעגירונג, אבער די אוסרים האבן אויך א מהלך, מיט רבנים און גדולים.
דאהי, זענן די פירערס 'האטליין פירערס', וואס ברענגן בריוון פון רבנים מעבר לים, אדער לומדים וואס האבן זיך גע'עפענט בתי מדרשים אבער זענן נישט קיין רבנים פון קהלות וואס האט זיי אויפגענומן, און די מוסדות זענען נישט עמטליך אונטערגעווארפן אונטער זיי, און דעריבער זענן זיי א חרבן. עס האט נישט מיט די שיטה פון די מוסד, נאר די סארט מוסד.
ובאופן כללי, א חדר דארף געשטעלט ווערן מחנך צו זיין קינדער, נישט אנצופירן א שיטה, ודו"ק היטב.

Re: מוסדות על 'טהרת הקודש' (?) אין אמעריקע; זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דינסטאג מאי 21, 2024 7:32 pm
דורך דער תהלים איד
👍

אסאך סאלידע פונקטן! @שרייבן שרייבט זיך

Re: מוסדות על 'טהרת הקודש' (?) אין אמעריקע; זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: מיטוואך מאי 22, 2024 5:13 pm
דורך world champion
וואס זאגט דער עולם דערצו?

my.jpg
my.jpg (109.64 KiB) געזען געווארן 694 מאל

Re: מוסדות על 'טהרת הקודש' (?) אין אמעריקע; זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: מיטוואך מאי 22, 2024 5:20 pm
דורך נקודות טובות
world champion האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 5:13 pm וואס זאגט דער עולם דערצו?

my.jpg
יא יא, איך האב עס דא צוגעברענגט. איך האב נאר נישט די ריקארדינג דערפון, אבער איך האב אמאל געהערט די ריקארדינג דערפון.

Re: מוסדות על 'טהרת הקודש' (?) אין אמעריקע; זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: מיטוואך מאי 22, 2024 5:25 pm
דורך דער תהלים איד
לויט ווי די ווערטער קוקן אויס, באציט זיך דער רבי צו די ציוניסטישע ארגאניזאציעס איבער די וועלט.

אבער דאס דארף מען הערן פון די וואס ווייסן די דעמאלסדיגע מציאות.

Re: מוסדות על 'טהרת הקודש' (?) אין אמעריקע; זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: מיטוואך מאי 22, 2024 5:28 pm
דורך צווייטער
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 5:25 pm לויט ווי די ווערטער קוקן אויס, באציט זיך דער רבי צו די ציוניסטישע ארגאניזאציעס איבער די וועלט.

אבער דאס דארף מען הערן פון די וואס ווייסן די דעמאלסדיגע מציאות.
אבער ר' יוסל זאגט קלאר אינעם שמועס פון די רעגירונג דאהי, באזני שמעתי

Re: מוסדות על 'טהרת הקודש' (?) אין אמעריקע; זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: מיטוואך מאי 22, 2024 5:32 pm
דורך דער תהלים איד
@צווייטער ליסענינג איז בעליווינג. גיב עס אהער און מ'העמיר זען.

Re: מוסדות על 'טהרת הקודש' אין אמעריקע; זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: מיטוואך מאי 22, 2024 6:44 pm
דורך א טראכטער
world champion האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 5:13 pm וואס זאגט דער עולם דערצו?

my.jpg

קלאר צו מאכן:

די יעצטיגע מציאות איז נישט ממש דומה צו שנת תשל''ח ווייל יעצט מישט זיך די רעגירונג אריין אין די חינוך.

Re: מוסדות על 'טהרת הקודש' (?) אין אמעריקע; זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: מיטוואך מאי 22, 2024 7:28 pm
דורך בן חיים
צווייטער האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 5:28 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 5:25 pm לויט ווי די ווערטער קוקן אויס, באציט זיך דער רבי צו די ציוניסטישע ארגאניזאציעס איבער די וועלט.

אבער דאס דארף מען הערן פון די וואס ווייסן די דעמאלסדיגע מציאות.
אבער ר' יוסל זאגט קלאר אינעם שמועס פון די רעגירונג דאהי, באזני שמעתי
האסט די ריקארדינג?

Re: מוסדות על "טהרת הקןדש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: מיטוואך מאי 22, 2024 9:36 pm
דורך גראז
הורדוס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 7:13 pm
world champion האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:00 pm
לאקאלער רב האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:52 pm
להבדיל... איך מיין אז די חילוק איז פשוט.
איך זעה נישט קיין חילוק.
אין א"י מיינען זיי עס לשם שמים, משא"כ דא
ס'איז די לופט פון אר"י וואס מאכט אז ס'זאל זיין מער לשם שמים'דיג?!

דו האלטסט אז אמעריקע האט נישט די עביליטי צו פראדוצירן ערליכע יודן?!

דו האלטסט אז אר"י קען נישט פראדוצירן נישט לשם שמים'דיגע יודן?!

Re: מוסדות על "טהרת הקודש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: מיטוואך מאי 22, 2024 9:41 pm
דורך גראז
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:25 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:27 pm איך זע גראדע נישט די פראבלעם צו געבן געלט פאר די מוסדות.

למעשה, אלע מוסדות אין ניו יארק דארפן צוקומען צו נדבות. קיינער איז נישט אפילו פופציג פראצענט געקאווערט פון די רעגירונג, סך הכל דארפן זיי אביסל (אסאך) מער, וויל זיי צאלן אליין די עסן און באסעס וכדו'.

סאו ווען דו גיבסט זיי טראכט אז דו גיבסט נאר פאר די חלק פונען בודזשעט וואס זיי ווארטן סייווי געדארפט צוקומען צו דיר...(א בחינה פון דער איד וואס איז אייביג די צענטער צום מנין, איי ס'דא דרייסיג? נו זיי זענען איבריג...)

אגב, פאר די נאלעדזש בעלמא, דער טיטל פון טהרת הקודש איז א שם המושאל אויך אויף די ארץ ישראל'דיגע מוסדות. (אוכל חולין על טהרת הקודש- איינער וואס עסט אלעמאל אויף די זעלבע דרגא טהרה וואס פאדערט זיך ביי קדשים)
די אידן וואלטן לכתחילה נישט געדארפט עפענען א מוסד און נעמען אויף זיך דעם בודזשעט.

האסט יא? גוט, עס עס אויף מיט אפעטיט.
ריכטיג. וכן הוא מיט די אר"י טהרת הקודש מוסדות, ענק וואלטן נישט געדארפט עפענען א מוסד און נעמען אויף זיך די בודזשעט, האסט יא?! עס אויף מיט אפעטיט דיין קרן הצלה.

Re: מוסדות על "טהרת הקודש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: מיטוואך מאי 22, 2024 11:06 pm
דורך פופציגער
גראז האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 9:41 pm

אמת, מיר עסן עס טאקע

Re: מוסדות על "טהרת הקודש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 23, 2024 12:31 am
דורך גראז
פופציגער האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 11:06 pm
גראז האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 9:41 pm
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:25 pm

די אידן וואלטן לכתחילה נישט געדארפט עפענען א מוסד און נעמען אויף זיך דעם בודזשעט.

האסט יא? גוט, עס עס אויף מיט אפעטיט.
ריכטיג. וכן הוא מיט די אר"י טהרת הקודש מוסדות, ענק וואלטן נישט געדארפט עפענען א מוסד און נעמען אויף זיך די בודזשעט, האסט יא?! עס אויף מיט אפעטיט דיין קרן הצלה.
אמת, מיר עסן עס טאקע
זייער גוט, אזוי זאלט איר טאקע טון, און זיי די זעלבע.

Re: מוסדות על "טהרת הקודש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 23, 2024 12:53 am
דורך אנדערער
גראז האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 12:31 am
פופציגער האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 11:06 pm
גראז האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 9:41 pm

ריכטיג. וכן הוא מיט די אר"י טהרת הקודש מוסדות, ענק וואלטן נישט געדארפט עפענען א מוסד און נעמען אויף זיך די בודזשעט, האסט יא?! עס אויף מיט אפעטיט דיין קרן הצלה.
אמת, מיר עסן עס טאקע
זייער גוט, אזוי זאלט איר טאקע טון, און זיי די זעלבע.
זיי קומען אונז אראפדרייען א קאפ מען זאל זיי שטיצן

Re: מוסדות על 'טהרת הקודש' (?) אין אמעריקע; זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 23, 2024 12:53 am
דורך אנדערער
איך גיב זיי פונקט ווי פאר יעדע אנדערע מוסד

Re: מוסדות על "טהרת הקודש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 23, 2024 1:04 am
דורך גראז
אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 12:53 am
גראז האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 12:31 am
פופציגער האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 11:06 pm

אמת, מיר עסן עס טאקע
זייער גוט, אזוי זאלט איר טאקע טון, און זיי די זעלבע.
זיי קומען אונז אראפדרייען א קאפ מען זאל זיי שטיצן
די טהרת הקודש מוסדות'ן פון אר"י קומען אויך אונז אראפדרייען א קאפ מען זאל זיי שטיצן.